ישמעאל הכהן האט געשריבן:http://mobile.nytimes.com/2015/06/16/science/dna-deciphers-roots-of-modern-europeans.html?_r=0
איך ווער דיזי פון אזאנע ארטיקלען...
ריכטיג האט געשריבן:שוין, מען ברויך שוין שרייבן פרישע תשובות בהלכות יחוס.
chusid האט געשריבן:ביז 30 יאר וועט מען טרעפן די מעדעצין לחיי נצח
mobile.mako.co.il/news-money/tech-q4_2015/Article-e8f473b29c59051004.htm?Partner=makoAppArticle
chusid האט געשריבן:ביז 30 יאר וועט מען טרעפן די מעדעצין לחיי נצח
mobile.mako.co.il/news-money/tech-q4_2015/Article-e8f473b29c59051004.htm?Partner=makoAppArticle
לעבן אויף אייביג יא, אבער וואס עפעס דא? כמיין אז ביי די הונדערט צוואנציג יאר איז צייט זיך אוועקציען אויף א שטילין און רואיגן ארט, נישט אזוי?אדנירם האט געשריבן:ירא שמים האט געשריבן:כקען נישט פארשטיין פארוואס א מענטש וויל לעבן אויף אייביג, כמיין אז אזא איינער פעלט א שרייפל.
כ'קען נישט פארשטיין אזא תגובה, כ'מיין אז אזא איינער פעלט א שרייפל.
נאר פון זיך אנפילן דעם מח מיט ידיעות, קען מען לעבן אויף אייביג. שטייצעך אויב ס'קומט נישט באגלייט מיט עגמ"נ...
אדנירם האט געשריבן:אלס בחור'ל, שפאצירנדיג מיט מיין פאטער אין די גאסן פון טאהשער שטעטל, וואו מיר זענען געווען איין מאל פאר 'א שבת אין טאהש', האב איך א פרעג געטאן מיין טאטן: די אידן וואס וואוינען דא, האבן דאך די געשמאקסטע לעבן. קיין דאגות האבן זיי נישט, זיי לעבן פון קהל, לעבן פאר א רבי'ן, האבן שיינע הייזער און געשמאקע לופט, זארגלאז און פראגע-לאז, מילא זיי ווייסן ס'פעלט זיי א שרייפל - ניחא, אבער זיי ווייסן ניטאמאל אז זיי זענען מצומצמים, אין זייערע אויגן זענען זיי העכסטס קלוגע מענטשן. אלזא, וואס האב איך פון מיין חכמה וואס קומט באגלייט מיט עגמת נפש נאנ-סטאפ, ענדערש לוינט צו זיין א שוטה - וואס כאפט ניטאמאל אז ער איז א שוטה, און האט א געשמאקע לעבן?!!!
קיין איינשטימיגע תירוץ איז אויף דעם נישטא, כמה מהלכים יש בזה. איך וויל ציטירן מיין טאטנס תשובה, וואס האט זיך איינגעקריצט אין מיין מח'ל: שלמה המלך, איז דער וואס האט געזאגט דעם מאמר 'יוסיף דעת, יוסיף מכאוב', און אף על פי כן ווען דער אייבערשטער האט געפרעגט שלמה'ן וואס ער וויל, אריכות ימים וכו', האט ער אים געענטפערט - 'חכמה'. אלזא, זעען מיר פון דעם אז ס'לוינט נאכאלס צו זיין א חכם אפילו ס'קומט באגלייט מיט מכאובים, ווי א שוטה וואס לעבט א געשמאקע לעבן... א שפיציגע תשובה, וואס בארואיגט נישט אייביג.
אגב, די תשובה איז לסבר את האוזן בלבד. שלמה האט געשריבן 'יוסיף דעת יוסיף מכאוב' נאכן בוחר זיין אין חכמה. אי הכי אפ"ל אז פארקערט, נאכן זוכה זיין צום חכמה האט ער געזאגט אז ס'האט גארנישט אויסגעפעלט, ווייל יוסיף דעת יוסיף מכאוב...
ירא שמים האט געשריבן:לעבן אויף אייביג יא, אבער וואס עפעס דא? כמיין אז ביי די הונדערט צוואנציג יאר איז צייט זיך אוועקציען אויף א שטילין און רואיגן ארט, נישט אזוי?אדנירם האט געשריבן:ירא שמים האט געשריבן:כקען נישט פארשטיין פארוואס א מענטש וויל לעבן אויף אייביג, כמיין אז אזא איינער פעלט א שרייפל.
כ'קען נישט פארשטיין אזא תגובה, כ'מיין אז אזא איינער פעלט א שרייפל.
נאר פון זיך אנפילן דעם מח מיט ידיעות, קען מען לעבן אויף אייביג. שטייצעך אויב ס'קומט נישט באגלייט מיט עגמ"נ...
פרייוויליג האט געשריבן:אדנירם האט געשריבן:אלס בחור'ל, שפאצירנדיג מיט מיין פאטער אין די גאסן פון טאהשער שטעטל, וואו מיר זענען געווען איין מאל פאר 'א שבת אין טאהש', האב איך א פרעג געטאן מיין טאטן: די אידן וואס וואוינען דא, האבן דאך די געשמאקסטע לעבן. קיין דאגות האבן זיי נישט, זיי לעבן פון קהל, לעבן פאר א רבי'ן, האבן שיינע הייזער און געשמאקע לופט, זארגלאז און פראגע-לאז, מילא זיי ווייסן ס'פעלט זיי א שרייפל - ניחא, אבער זיי ווייסן ניטאמאל אז זיי זענען מצומצמים, אין זייערע אויגן זענען זיי העכסטס קלוגע מענטשן. אלזא, וואס האב איך פון מיין חכמה וואס קומט באגלייט מיט עגמת נפש נאנ-סטאפ, ענדערש לוינט צו זיין א שוטה - וואס כאפט ניטאמאל אז ער איז א שוטה, און האט א געשמאקע לעבן?!!!
קיין איינשטימיגע תירוץ איז אויף דעם נישטא, כמה מהלכים יש בזה. איך וויל ציטירן מיין טאטנס תשובה, וואס האט זיך איינגעקריצט אין מיין מח'ל: שלמה המלך, איז דער וואס האט געזאגט דעם מאמר 'יוסיף דעת, יוסיף מכאוב', און אף על פי כן ווען דער אייבערשטער האט געפרעגט שלמה'ן וואס ער וויל, אריכות ימים וכו', האט ער אים געענטפערט - 'חכמה'. אלזא, זעען מיר פון דעם אז ס'לוינט נאכאלס צו זיין א חכם אפילו ס'קומט באגלייט מיט מכאובים, ווי א שוטה וואס לעבט א געשמאקע לעבן... א שפיציגע תשובה, וואס בארואיגט נישט אייביג.
אגב, די תשובה איז לסבר את האוזן בלבד. שלמה האט געשריבן 'יוסיף דעת יוסיף מכאוב' נאכן בוחר זיין אין חכמה. אי הכי אפ"ל אז פארקערט, נאכן זוכה זיין צום חכמה האט ער געזאגט אז ס'האט גארנישט אויסגעפעלט, ווייל יוסיף דעת יוסיף מכאוב...
שש, די קשיא באדערט מיר יעדן איינציגסטע טאג אין מיין לעבן. וואס איז ליבערשט 'נישט צו וויסן אז מען ווייסט נישט', אדער 'ווייסן אסאאאך'. יוסיף דעת יוסיף מכאוב איז די שטערקסע שטער פאר חכמה. און די ראי' פון שלמה המלך איז נישט מוכרח אויף פארקערט. ווייל שלמה האט געקריגן א געטליכע חכמה. צווייטנס, שלמה האט געבעטן חכמה נאך בעפאר ער האט געוויסט די מושג פון יוסיף דעת וכו'.