מה נשתנה מאנסי מבארא פארק

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

מה נשתנה מאנסי מבארא פארק

שליחה דורך געוואלדיג »

איינע פון שטארקסטע דעמאקראטיע זוילן, איז וואלן, דאס אז די באאמטע ווערן ערוועלט דורן פאלק און זענען נישט אמטירנד לעולם ועד דארף זיי (אפיציעל) האלטן קארופציע פריי, און אויב וויל יענער ווייטער בלייבן אויף זיין אמט איז זיין פליכט צו זיכער מאכן אז די מאסן זאלן זיין צופרידן פון זיינע פעולות.

צודערצו וועט אויך דער באאמטער ארום גיין פאר די וואלן צו די מאסן און זיי מסביר זיין פארוואס עס לוינט זיי צו וועלן פאר איהם, וואס ער האט שוין אלס אויפגעטוהן און וואס ער וויל און פלאנט נאך צו אויפטוהן אויב וועט מען איהם געבן א טשענס, ער וועט זוכן אינדארסירונגען פון איינפלוסרייכע פערזאנען, ער וועט ארום גיין צווישן די פשוטי עם און רעדן צו זיי און זיי מסביר זיין זיינע מעלות, און זיי צוזאגן הבטחות (וואס ער וועט עפ"י רוב נישט מקיים זיין) וואס ער וויל אלס טוהן פאר זיי, ער וועט אריין לייגן וואכן אויב נישט חדשים צו געוואונען די וואלן.

און דאס איז נישט נאר אין די גויאישע וועלט אדער פרייע וועלט ווי יעדער וועלט לויט ווי איהם שמעקט, נאר אפילו אין ארץ ישראל וואו די וואס גייען צו בחירות גייען נאר וועלן פאר וועם זייערע רבי'ס הייסן, דאך וועלן אלע פארטייען אנפירן א העפטיגע קאמפיין מיט סטראטעגיסן און אנאליסטן, מאכן קאמפיין סלאגאנען און צעטלעך, די וואס לויפן וועלן משכנע זיין דעם ציבור, די רבנים וועלן אליין חתם'ענען אויף צעטלעך און מעורר זיין דעם עולם צו גיין שטימען, און זיי מאכן ריזיגע צוזאמקומס וואו די רבנים וועלן זיך אליין מטריח זיין צו אראפ קומען און מחזק די פארטיי.

און אזוי אויך אין בארא פארק ווען עס איז דא וואלן ווייסט שוין יעדער איינוואוינער חדשים פריער דורך פאסט און צעטלעך אויף די גאסן ווי יעדער קאנדידאט וועט זיך משבח זיין און מסביר זיין, און אוודאי נישט איבער היפן אויף זיך שמוציג מאכן אין משביע פאר א גוטע פיקטשער, ער וועט אליין ארום גיין צו די רבנים און צו יעדע ת"ת וואו מען לאזט איהם נאר אריין, יעדער וואס וויל קען זיך אויסרעדן צו איהם, דער עיקר גיב מיר דיין שטימע, און אזוי איז מען מצליח.

אבער ווען עס קומט צו מאנסי איז אלעס אנדערש, ערשט דארט ווי מען איז (לויט די עסקנים) אין א געפערליכע סכנה דורך פערזערוו רעמעפא, וואס לויט די חוקי הדעמאקראטיע וואלט געדארפט פארקומען יעדעס מאל די העפטיגסטע קאמפיין וואס איז נאר שייך, איז יעדע מאל פון דאסניי די זעלבע זאך, עס איז שא שטיל קיינער רעדט נישט, קיינער קאמפיינט נישט, קיינער איבערצייגט נישט, נישטא קיין קאמפיין צוזאמקומען, נישטא קיין אויפטריטן, נישטא קיין אויער פאר די מאסן, נישטא אפילו קיין קאמפיין ליטעראטור, נישט קיין רבנים אויפפאדערונגען, נישט קיין צעטלעך גע'חתם'עט דורך רבנים, נישט קיין סלאגאן, און נישט קיין הסברים און שכנועים.

און פלוצלינג ווען מען האלט א מיטוואך פאר די וואלן - פארוואס מיטוואך, ווייל דעמאלטס קומט ארויס דער מאנסי'ער קאמיוניטי קאנעקשנס - ווערט וואַך, מיט וואס? מיט א אויסגעדראשענע נעגעטיווע קאמפיין, און יעצט וועט מען זיך וואונדערן פארוואס יעדע מאל ווערט שוואכער און שוואכער די באטאליגונג פונעם ציבור אין די וואלן.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: מה נשתנה מאנסי מבארא פארק

שליחה דורך גר ותושב »

בילד<br />_20150907_203723.jpeg (135.76 KiB) געזען געווארן 768 מאל<br />
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: מה נשתנה מאנסי מבארא פארק

שליחה דורך גר ותושב »

tapatalk_1445820725351.jpeg
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

אין ב.פ. האט די קאמפעינין אין די היימישע גאסן זיך נאר אנגעהויבן ווען ס'איז געווען א פלוגתא ביי אנ"ש. (ע"ע לאזאר-גרינפילעד, וכו'). ביז דעמאלטס איז אין די ב"פ גאסן אויך געווען שַא שטיל. סא, די עצה איז גאנץ פשוט.
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: מה נשתנה מאנסי מבארא פארק

שליחה דורך גר ותושב »

דאכט זיך און מאנסי איז אויך געוועין צוויי יודן וואס זענען געלאפן און די פריימעריס
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ס'האט נישט מיט מאנסי, ס'איז א כלליות'דיגע אמעריקאנער קראנקהייט. יעדער איז ביזי מיט פאליטיק אבער ווען ס'קומט דערצו זיך אונטערצוהייבן דעם זיצער און ארויסגיין שטימען זיצט מען ענדערש אינדערהיים אבזארווירן די פאולס וויאזוי אנדערע האבן געשטימט. ביינאכט ווען די רעזאלטאטן הייבן אן אריינצוקומען הויבט מען אן צו שעלטן פאר די קומענדיגע פיר יאר רציפות ביז די קומענדיגע וואלן וואס דעמאלס בלייבט מען ווייטער צוגענאגעלט צו די נייעס, אינדערהיים, ומפטירין כדאשתקד. און יעצט האט ער שוין א ראיה ברורה אז די וואלן מאכט נישט אויס קיין חילוק, והא ראיה, זעהסט דאך אז אלעמאל ווען איך בלייב אינדערהיים ביי די וואלן מאכט מיין שטימע גארנישט אויס.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

מיין עיקר נקודה איז נישט צו מען גייט שטימען אדער נישט, נאר די גרינגשעצונג אין די מאסן דורך נישט רעדן צו זיי ביז די לעצטע מינוט, און דאן אפשרעקן כדי צו ארויס טרייבן פון די נארעס, והיא לא תצלח.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

,
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
פארשפארט