מקום המקדש, "הר הבית", נייעס און פאליטיק.

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

ריכטיג, ווען משיח וועט קומען.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: מקום המקדש, "הר הבית", נייעס און פאליטיק.

שליחה דורך mevakesh »

נעבאך:cry::cry::cry:
בראשית
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 98
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 12:01 am
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

שליחה דורך בראשית »

שאלות ותשובות - הרב בן ציון מוצפי שליט_א בענין עליה להר הבית.pdf
לאמיך פראבירן לאדענען א פייל. איז דא א וועג צו לאדענען גרעסערע פיילס? הרב שלמה אבינר בירור הדברים ובדעת הרב קוק.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
Straight Talk
בראשית
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 98
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 12:01 am
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

שליחה דורך בראשית »

חסידי לאומי האט געשריבן:@בראשית
ניכרין הדברים אז די האסט דא סתם געגעבן א גיס אויס א טעפל רעטאריק אן מסביר זיין פונקטליך וואז די זאגטסט

די מגן אברהם פסקענ'ט ווי דער רמב"ם? נו איז וואס, אלע וואס זענען מתיר ארויפצוגיין נעמען אויך אזוי אן, מען רעד אבער נישט ארויפגיין ח"ו אויפן מקום המקדש סתם אזוי, נאר אויפן שטח הר הבית, די צוויי זענען נישט די זעלבע.

צו זאגן אז חז"ל זענען גלות יודן אז א גלאטע פארשעמונג אן קיין שום לאגיק.

יהדות איז א לאום, הייב אן די פרשה פון יום המיוחס אלץ אן התחלה, אין יא מיר דארפן האלטן געווער פונקט ווי אונזערע חכמים האבן געהאלטן ווי דער רמב"ם צייכנט אן ביי בר-כוכבא אז רוב חכמי ישראל זענען געווען אויף זיין זייט.


דוד המלך האט געזינגען מיט איין האנט און געהאקט קעפ פון אונזערע פיינט מיט די צווייטע האנט.

אז מען קען נישט די אייגענע היסטאריע, אז מען קען נישט די תרי"ג מצוות טראגט מען אזא גלות פנים.

די מג"א האב איך ציגעצייכענט צי נעמען האלב פון דיין פריערדיגע תגובה און ווארפן און מיסט אריין.
זאגן אז כלל ישראל איז לאומי איז א זאך וואס די חזו"א האט אנגעריפן כפירה. רבי אלחנן וואסערמאן הי"ד האט עס געריפן שותפת לעו"ז.
חז"ל זענען געווען גלות אידן ווייל אזוי שטייט אין פסחים פ"ז ע"ב צדקה עשה הקב"ה לישראל שפזרן בין האומות. און די תורה שטייט שוין ואף גם זאת בהיותם בארץ אויביהם לא מאסתים ולא געלתים לכלתם להפר בריתי אתם כי אני ה' אלוקיהם. דאס מיינט אז דער באשעפער האט ליב דעם נעבעכדיגע גלות איד.
לאמיר גיין ווייטער ירמיה הנביא א גלות איד? יא אזוי זעט אויס נישט נאר ווי עס איז משמע אז זיי וואלטן געפאלגט ירמיה און זיך מכניע געווען פאר די בבליים וואלט בית ראשון נישט חרוב געווארן נאר א געט אונז א עקסטערע ווארענונג וויאזוי זיך צופירן אין גלות ודרשו את שלום העיר אשר הגליתי שמה (ווער איז דאס אויב נישט דער אויבערשטער) והתפללו בעדה אל ה' כי בשלומה יהיה לכם שלום.
זאגט די משנה רבי חנינא סגן הכהנים אומר הוי מתפלל בשלומה של מלכות צייכענט רש"י צו די פסוק אין ירמיה. נו נאך א גלות איד.
בזמן בית שני וואלט די בית המקדש נישט חרוב געווארן אז נישט די בריונים אזוי שטייט אין ספורנו בראשית ל"ג ד און אויך אין מהרש"א גיטין נ"ו אז מ'פאלגט די רבנן די גלות אידן און מכניע צו די רומיים פאר שלום וואלט די בית המקדש נישט חרוב געווארן
ווידער ווילסטו זיך ארויפכאפן אויף א טעות חכמים איבער בר כוכבא מיינענדיג אז ער איז משיח אבער ווילסטיך מתעלם זיין וואס איז געשען נאכדעם וואס די חכמים האבן אים דן געווען למיתה און נאכדעם וואס ער איז געשטארבן און יעדער האט אנערקענט אז ער איז א בן כוזיבא א פאלשע זאך. וואס האט די מרידה אפגעקאסט פאר כלל ישראל? אדרבה קוק נאך אין גיטין אסאך מער ווי בשעת חורבן און דאס אלס בלויז צוליב א טעות. די זאכן זענען פייער נישט חכמלוך איז ווילן ענק דתי לאומי די זעלבע רעזולטאטן פון נאך מרידת בר כוכבא? אזעלכע רוצחים זענען ענק?.
אריין מישן דוד המלך דא ווייזט א צומישעניש און די אלע ענינים אבער קודם פארשאף לכה"פ דעם אורים ותומים.
און דא האט איר פון שו"ת הריב"ש סימן קע"ח הובא בב"י יו"ד רכ"ח וז"ל וזה יהיה סיבה להעיר הישמעאלים על בני עמנו ואין לך עון גדול מזה להביא בני עמנו בסכנה. ...
זעהט אויס אז די בית יוסף האט נישט פארשטאנען מן הסתם איז ער געווען א נערישער גלות איד. און וואס ביי ענק איז א מצוה איז ביי זיי געווען אין לך עון גדול מזה.
אז מ'רעדט שוין לאמיר אריינווארפן דא נאך עפעס א גלות איד
די מייסד הציונית הדתית הרב יצחק יעקב ריינוס: וגם זה ברור כי לא כיון לומר דהכיבוש ע"י מלחמה הוא מצוה כי הלא בני ישראל מושבעים ועומדים בכל ימי הגלות להיות רחוקים מכל מזימות מרד ומעל חלילה...
הצלחה וברכה.
Straight Talk
חסידי לאומי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 58
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 11:05 am
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

שליחה דורך חסידי לאומי »

בראשית יא ביזט גוט נתגדל געווארן על פי שיטת כבושה בגולה פארשטייט זיך אז קיין תנ"ך האסטו קיינמאל נישט געלערנט ווייל דאס שטימט נישט מיט די מצווה החדשה פון גזירת הגלות.

חז"ל זאגן דאך קלאר אויף פארשידענע פלעצער אז די צווייטע בית המקדש איז חרוב געווארן לפי שלא עלו בחומה בימי עזרא (אם חומה היא נבנה עליה טירת כסף ואם דלת היא נצור עליה לוח ארז), אבער וואס האבן זיי דען געוואוסט, מ'זעהט דאך קלאר אז די חשמונאים אינעם ברען פון גלות יון האבן נישט געוואוסט פונעם ספורנו אדער פונעם מהרש"א, ווי אויך רבי עקיבא וחבריו וכל חכמי דורו ווען זיי זענען געגאנגען אין פייער אראפצוווארפן פון זיך דעם עול הגלות הרומיים, אדער ווען ר' שמעון איז געווען אויסגעשפראכן געגען די רומיים אזש זיי האבן איהם געוואלט הרגענען. מסתמא ווען דער רמב"ן פסקענט קלאר אז מצוות כיבוש גייט אן לכל הדורות האט ער אויך פארגעסן פון די בריונים.

באמת וואלט איך ווען געדארפט אריינגיין בעומק און צופיצלען דיינע אינהאלט-ליידיגע רייד על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון, אבער ווען מ'קומט מיט געדרייטע פלפולים וועלן קלארע פאקטן נישט אויפטון צו סאך, בעיקר וויל איך בלייבן דא ביי די נושא פונעם אשכול הר הבית און נישט דיר נאכלויפן כדרכם בקודש פון מקיימי המצוה של גזירת הגלות וואס לויפן כסדר פון איין נושא צום צווייטן ביז מען קען זיי מער נישט געפונען.

סך הכל פונעם נושא ביז אהער
דע הר הבית איז קלאר מותר מצד הלכה ארויפצוגיין בקדושה ובטהרה, אזוי איז געווען בכל הדורות א דבר פשוט. מען קען נישט גיין מיטן מהלך פונעם רמב"ם צו אסר'ן ווען ער אליין איז מתיר, וואס באמת איז עס א קלארע משנה.

די אלע אוסרים זענען קלאר רבנים מיטן פולסטן גלות-מאנטעליטי וואס ציטערן פון זייער אייגענעם שאטן, און לפי שיטתם טאר א יוד נישט לעבן בכלל סיי וואו אויפן כדור הארץ, חוץ אויב גייט ער מיט א געבויגן קאפ און פילט גילטי פארן אויפרייצן די גוים דורך אטעמען זייער לופט.

אפילו ווען די רבנים זאלן האבן אמתע הלכה'דיגע חששות (נישט מצד פחד אדער פאליטיק) האט קיינער נישט קיין שום רעכט מצד התורה ארונטער צורייסן אנדערע יודן וואס פאלגן זייערע רבנים המתירים והמעודדים יא ארויפצוגיין, די גאנצע מהות פון באוואשן די הייליגע יודן וואס גייען ארויף ווייל איך האלט נישט דערפון איז א צייכן פון א שוואכע זעלבסט זיכערהייט, ווילסט נישט טראגן מיטן ערוב איז נישט, שריי נישט שבת אויף יענעם.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

חסידי לאומי האט געשריבן:בראשית יא ביזט גוט נתגדל געווארן על פי שיטת כבושה בגולה פארשטייט זיך אז קיין תנ"ך האסטו קיינמאל נישט געלערנט ווייל דאס שטימט נישט מיט די מצווה החדשה פון גזירת הגלות.

חז"ל זאגן דאך קלאר אויף פארשידענע פלעצער אז די צווייטע בית המקדש איז חרוב געווארן לפי שלא עלו בחומה בימי עזרא (אם חומה היא נבנה עליה טירת כסף ואם דלת היא נצור עליה לוח ארז), אבער וואס האבן זיי דען געוואוסט,


מיט רשות פון כורש, דעמאלטס.

חסידי לאומי האט געשריבן:מ'זעהט דאך קלאר אז די חשמונאים אינעם ברען פון גלות יון האבן נישט געוואוסט פונעם ספורנו אדער פונעם מהרש"א,


ווען עס איז דא גזירה קעגן דעת דת דארף מען לוחם זיין דעציט, גארנישט מיט אראפווארפן דעם עול גלות, ווילאנג די יונים האבן געלאזט היטן תורה ומצות אזוי ווי בימי אנטיוכוס הראשון האבן די חשמונאים נישט רעוואלטירט, כאטש דיין ניי פארבריצירטע מצוה פון יציאה מן הגלות.

חסידי לאומי האט געשריבן:ווי אויך רבי עקיבא וחבריו וכל חכמי דורו ווען זיי זענען געגאנגען אין פייער אראפצוווארפן פון זיך דעם עול הגלות,


מנלן, שוין יעצט יהרג ואל יעבור?

חסידי לאומי האט געשריבן:אדער ווען ר' שמעון איז געווען אויסגעשפראכן געגען די רומיים אזש זיי האבן איהם געוואלט הרגענען.


וואס האט ר' שמעון'ס ווערטער קעגן מעשי הרומיים וואס זענען געזאגט געווארן במעמד שלשתן און זענען אנגעקומען צו די רומיים בטעות (עיין תוס' שם) צו אראפווארפן דעם עול הגלות??? יעדעם וועם די רעגירונג וויל הרג'ענען ווערט א לוחם קעגן גלות?

חסידי לאומי האט געשריבן:מסתמא ווען דער רמב"ן פסקענט קלאר אז מצוות כיבוש גייט אן לכל הדורות האט ער אויך פארגעסן פון די בריונים.


דער רמב"ן איז גאנץ מעגליך אז ער רעדט פון ישיבה און נישט פון כיבוש.

בקיצור צוזאם געווארפן הוידל מיט בוידל, עס זאל אויסזעהן ווי עס האט עפעס א מקור דיינע און דיינע רבנים'ס שקרים וזהו.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
בראשית
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 98
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 12:01 am
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

שליחה דורך בראשית »

און לאמיר רעדן עפעס אינטערסאנטער זאג קלאר מיט נעמען וועם ריפסטו ערב רב פונעם דברי חיים. זאל שוין זיין עפעס אינטערסאנט דא.
Straight Talk
חסידי לאומי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 58
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 11:05 am
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

שליחה דורך חסידי לאומי »

@געוואלדיג
די רשות פון כורש איז שוין נישט געווען אקטיוו בימי עזרא, לך תלמוד כל הפרטים
מיט רשות פון סען רעמאו קאנפערענץ. באלפור דעקלערעשאן. יו.ען. רעזעלאושן.
מ'האט דעמאלטס אויך געשריגן אויף עזרא אז מ'טאר נישט ארויפגיין! עליה בחומה, שלש שבועות, ציונות וכו' אבער גערעכט איז עזרא געווען נישט זיי, די תורה האט זיך זייט דעמאלטס נישט געטוישט.


און די מקור איז?
גלות איז קעגן דת. צוויי דריטל פון די תרי"ג מצוות זענען נישט אקטיוו יעצט. מען דארף ארויסגיין אין א מלחמת חרמה..


מנלן? מר' עקיבא!

עיין שם

נישט מעגליך דער רמב"ן רעד קלאר פון כיבוש

האסט עפעס צו זאגן וועגן הר הבית? אדער זוכסט פשוט צו פארדרייען די שמועס?
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

חסידי לאומי האט געשריבן:גלות איז קעגן דת.


און ביסט טאקע לוחם קעגן השי"ת וואס האט אונז אריין געלייגט אין גלות.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
יהושפט קליין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 2:11 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

שליחה דורך יהושפט קליין »

די מרגלים האבען אויך געהאט אסאך "ריכטיגע טענות" פארוואס מען טאר נישט גיין קיין ארץ ישראל,
רוב מנהיגי ישראל פין יענעם דור, 10 פין 12 נשיאים, אידען בעלי מדרגה פינעם דור דעה האבען געהאלטען אז מען זאל נישט גיין קיין ארץ ישראל,
ס'נישט קיין נייע זאך, היסטאריע חזרט זיך איבער,

דער באשעפער האט אונז צירוק געברענגט קיין ארץ ישראל, נישט די ציונים אין נישט קיינער אנדרעש, ארץ ישראל איז נישט קיין זאך וואס מען קען נעמען מיט די אייגענע הענט, טאמער זענען די אידען צירוק אין ארץ ישראל דאן מיינט דאס אז מען האט פין הימל אזוי געוואלט,

ביי מלחמת ששת הימים האבען די אידען מיט ניסים צירוק באקומען דעם הר הבית, זענען די חברה געגאנגען אין איבערגעגעבען פאר די טרייפענעם וואקף די טעגליכע ווירטשאפט,

מען וואלט געברויכט מטהר זיין דעם בארג, ארויס ווארפען די ערלים, בויען א מזבח און מקריב זיין קרבנות,

דער ריזשינער האט אמאל געזאגט: רבונו של עולם, געב אונז איינמאל די געלעגענהייט צי מקריב זיין דעם קרבן תמיד, און דאס וועט ברענגען אזא רוח טהרה אויף די וועלט אז אידען וועלען תשובה טאהן,

הלוואי זאל מיר שוין זוכה זיין,

דערווייל ווערט נעבעך די מקום בית מקדשינו מחולל דורך שמוציגע ערלים, און די שכינה הקדושה וויינט נעבעך,
און אונז האב מיר די געלעגעהייט צי טאהן, צי ארויס זרקענען די טמאים, האט זיך די ס"ם דערשראקען, ווייל ווען די אידען זענען זיך צירוק מקשר צים מקום המקדש דאן גייט ער באנקראט,, האט ער זיך פארשטעלט ווי א רב אין געשריגען אז מען טאר נישט......

ברודער, כלנו למלחמה, מיר גייען באפרייען די הייליגע בארג, ולה' הישועה,

ווי לאנג נאך קען מען דערלאזען אזא חילול ה', ווי לאנג נאך, יעדער מיט זיינע שטותים מען מעג יא, מען טאר נישט, ס'דאך אזא חילול ה' מסוף העולם ועד סופו,
די טמאים די מחמדנער זענען דארט מחרף ומגדף די אידען מיט זייער גאט, ווי קען מען שטיין אויף די זייט אין שווייגען, מען ברויך זיי ציפליקען, און זיך אננעמען פאר'ן אייבערשטענס כבוד,
נישטא וואס צי מורא האבען, ווען מען טוט וואס מען ברויך וועט שוין דער באשעפער העלפען, דער באשעפער וויל זעהן אז אונז וויל מיר, אז אונז טוה מיר אלעס וואס מען קען, נאכדעם וועט שוין קומען די הילף פין אויבען, ארדוף אויבי ואשיגם ולא אשיב עד כלותם,עלו נעלה וירשנו אותה !
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

יהושפט קליין האט געשריבן:די מרגלים האבען אויך געהאט אסאך "ריכטיגע טענות" פארוואס מען טאר נישט גיין קיין ארץ ישראל,
רוב מנהיגי ישראל פין יענעם דור, 10 פין 12 נשיאים, אידען בעלי מדרגה פינעם דור דעה האבען געהאלטען אז מען זאל נישט גיין קיין ארץ ישראל,
ס'נישט קיין נייע זאך, היסטאריע חזרט זיך איבער,



די מעפילים האבען אויך געהאט אסאך "ריכטיגע טענות" פארוואס מען מוז ארויף גיין קיין ארץ ישראל,
רוב מנהיגי ישראל פין יענעם דור, 10 פין 12 נשיאים, אידען בעלי מדרגה פינעם דור דעה האבען געהאלטען אז מען זאל שוין גיין קיין ארץ ישראל,
ס'נישט קיין נייע זאך, היסטאריע חזרט זיך איבער,
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
יהושפט קליין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 2:11 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

שליחה דורך יהושפט קליין »

געוואלדיג האט געשריבן:
די מעפילים האבען אויך געהאט אסאך "ריכטיגע טענות" פארוואס מען מוז ארויף גיין קיין ארץ ישראל,
רוב מנהיגי ישראל פין יענעם דור, 10 פין 12 נשיאים, אידען בעלי מדרגה פינעם דור דעה האבען געהאלטען אז מען זאל שוין גיין קיין ארץ ישראל,
ס'נישט קיין נייע זאך, היסטאריע חזרט זיך איבער,


אזוי ווי אויבען געשריבען, ארץ ישראל קען מען זיך נישט אליינס נעמען טאמער מען איז נישט מסכים פין אויבען,
דערפאר האבען טאקע די מעפילים נישט מצליח געווען,
אבער די פאקט אז היינט זענען די אידען יא אינעם היילגען לאנד איז א באווייז אז דאס איז די רצון ה',
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: מקום המקדש, "הר הבית", נייעס און פאליטיק.

שליחה דורך ירא שמים »

די פאקט אז זיי האבן מצליח געווען איינצונעמען א״י איז נישט קיין ראי׳ פונקט ווי סאיז נישט קיין ראי׳ פון איינער וואס טוט א עבירה און איז מצליח ולשיטתם איז דאס א עבירה פון עובר זיין אויף די ג׳ שבועות.
ווידער וועגן ארויפגיין אויפן הר הבית איז דאס א הלכה׳דיגע שאלה וואס מדארף צוגיין צו דעם ווי יעדע הלכה׳דיגע שאלה.
חסידי לאומי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 58
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 11:05 am
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

שליחה דורך חסידי לאומי »

ירא שמים האט געשריבן:די פאקט אז זיי האבן מצליח געווען איינצונעמען א״י איז נישט קיין ראי׳ פונקט ווי סאיז נישט קיין ראי׳ פון איינער וואס טוט א עבירה און איז מצליח ולשיטתם איז דאס א עבירה פון עובר זיין אויף די ג׳ שבועות.
ווידער וועגן ארויפגיין אויפן הר הבית איז דאס א הלכה׳דיגע שאלה וואס מדארף צוגיין צו דעם ווי יעדע הלכה׳דיגע שאלה.



ס'איז גראדע גאנץ א שטארקער ראיה, אזוי שטארק אז שטערקער קען גאר ניט זיין.

ווען די בית המקדש וועט שוין אויפגעבויעט ברוב פארו והדרו, ווען די עבודה וועט שוין זיין נתחדש, ווען משיח וועט שוין זיין אויף דע וועלט ארינע ארבעטענדיג שווער אויף וועלט-פרידן, און אהיימצוברענגן דאס הייפעלע פארעקשענטע גלות יודן, וועלן זיין רבנים און גוטע יודן וואס וועלן ווייטער אנגיין מיט א קול מחאה אויפן העכסטן טאן, נישט דאס האט דער רבי געמיינט, נישט דאס איז גאולה, בית המקדש, משיח, וכו' זיי וועלן זיכער טרעפן עפעס א פארשטופט מאמר ארויסגענומען פון קאנטעקסט, אדער געשריבן בטעות, און נוצן דאס אלץ א פרופ אז מען טאר זיך נישט וויסענדיג מאכן פון דע ציונים, נישט כאפן קיין התפעלות, ווייל סייווי גייט דאך די עבודה דארטן אין דעם כוחי ועצם ידי מכלומשרטן בית המקדש פארן שטן, און דערפאר דארף מען ווייטער פאסטן תשעה באב און זאגן קינות.

עד שיבוא אליהו און אנגעבן דעם אפיציעלן עקספיירעשאן דעיט פארן גזירת הגלות, וועלן זיך די גלות יודן האלטן פעלזן פעסט ביי זייער אמונה טפילה (נאר איין פראבלעם וואס טוט זיך אויב אליהו גייט מיט א כיפה סרוגה, וויאזוי וועט מען איהם קענען טראסטען???)

בשעה שמלך המשיח בא עומד על גג בית המקדש ואומר ואם אין אתם מאמינים.... איז טאקע אט אויף די הייפעלע יודן אשר לא כרעו לבעל געזאגט געווארן.

דערווייל זאגן מיינע (און אויך דיינע אויב די ווילסט עס לערנען) נביאים א טוץ מיט נביאות'ער וואס ווייזט בפירוש אויף גאולה, נביאות'ער וואס יודן קוקן שוין ארויס דערויף באלד 2000 יאר און פרעגן ווען וועט דאס שוין מקוים ווערן? ענדליך איז די צייט געקומען צענדליגער און הונדערטער נביאות'ער זענען פארווירקליכט געווארן די לעצטע 70 יאר, איינס נאכן צווייטן מיט אזא קלארקייט אז נאר אן אטיאסט וועט זוכן תירוצים וויאזוי עס אוועקצומאכן, איך וויל נישט אריינקריכן אין ספעציפיקס ווי למשל די אלע כרמים און וויינען וואס גיסט זיך איבער די וועלט פון הייליג לאנד, אדער די ילדים וילדות משחקים ברחובותיה צו כדומה, מען האלט שוין נאך אין לך קץ יותר מגולה מזה.

נאר איין געדאנק די נביאים אונזערע זאגן קלאר אז איינמאל עם ישראל קומט צוריק צום לאנד 'בגדול' (אזוי ווי מיר האלטן היינט זעקס מיליאן יודן כן ירבו) דעמאלטס איז עס א פאקט איינגעקריצט אין שטיין, און צוריק גייט עס נישט, לא יוסיף עוד שנית להגלותך, ולא ינתשו עוד מעל אדמתם, קענען נאך קומען יודן און שרייען אויף אנדערע אפיקורסים? ווער איז דער אפיקורס דא????

ברידער טייערע וועקטס ענק אויף פונעם טיפען בערן שלאף, די גלעקער פון גאולה זינגען שוין הויעך אין די גאסן פון ירושלים, חברון, באר שבע, שומרון, גליל, אפרים נפתלי אשר און יהודה, עפענסט ענק אויף די אייגעלעך און זעהטס כי עין בעין יראו בשוב ה' ציון.

יא ס'איז נאך ווייט פון פארטיג נאך ווייט פון פערפעקט, גאולה איז א פראצעדור וואס נעמט צייט, קמעא קמעא ווי דער ירושלמי זאגט, האסט א פראבלעם וויאזוי דאס לאנד ארבעט? די גאווערמענט טוט נישט גענוג פאר תורה ומצוות? לאז איבער די במחשכים הושיבני כמתי עולם גיי ארויף קיין ארץ ישראל און פארמיר טויש.

דערווייל מערט זיך די עולים להר הבית בקדושה ובטהרה, פאר צען יאר צוריק איז עס געווען אפאר הונדערט יודן א יאר, און יעצט אכשר דרא האלט עס שוין ביי איבער 10,000 יודן פער יאר, מיר ווערן נענטער און נענטער די אלע קעגנערס רבנים אר אדערווייז וועלן בלייבן פארשעמט לדראון עולם פונקט ווי די אלע יראים ושלמים וואס זענען נישט ארויף בויען דעם בית המקדש בימי עזרא, זיי ווערן נישט אויסגערעכנט אין דברי הימים לשבח, דער בעל השבועות אליין, רבי זירא איז פארשעמט געווארן און האט דערפאר צוריקגעצויגן פון די שלש שבועות כמבואר בסוף שיר השירים רבה.

ווי דער נביא חגי זאגט עֲלוּ הָהָר וַהֲבֵאתֶם עֵץ וּבְנוּ הַבָּיִת וְאֶרְצֶה בּוֹ ואכָּבְדָה אָמַר ה'.

און יא שיעור נישט פארגעסן הרב ירא שמים מען דארף טאקע צוגיין צום הר הבית טאקע נאר מצד הלכה נישט מצד פחד און מורא אדער מצד פאליטיקס אדער אפילו מצד השקפה, ס'איז אדער מותר אדער אסור.

אז מ'רעד שוין פון איסור כרת דארף מען טאקע וויסן אז נישט מקריב זיין קרבן פסח במועדו איז אן איסור כרת לכולי עלמא, און כדי מקריב זיין קרבנות איז ווייטער לכולי עלמא מותר ארויפצוגיין אפילו אויפן מקום המקדש בטומאה, ווייל טומאה הותרה בצבור, מען דארף נאר א קליין מזבח'ל און גארנישט מער, מנויים, כוהנים, כלים אלעס איז דא און גרייט, פארשידענע כוללים איז פארהאן ווי כהנים לערנען און גרייטן זיך צו די עבודה הלכה למעשה.
חסידי לאומי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 58
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 11:05 am
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

שליחה דורך חסידי לאומי »

באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

מחאה, ב"ה
ווארפן שטיינער, געוואלד.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
יהושפט קליין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 2:11 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

שליחה דורך יהושפט קליין »

בילד
יהושפט קליין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 2:11 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

שליחה דורך יהושפט קליין »

סטודנטים למען הר הבית געשיקט א בריוו צי יועץ משפטי לממשלה, אז ס'נישט לעגאל אז אידען זאלען נישט טארען מתפלל זיין אויפען הר הבית,

בילד
יהושפט קליין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 2:11 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

שליחה דורך יהושפט קליין »

אידען אויפען בארג,
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
יהושפט קליין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 2:11 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

שליחה דורך יהושפט קליין »

הר הבית אפדעיט:

ווי עס זעהט אויס האט ביבי אפגעמאכט מיט קערי ימ"ש,
אז מ'וועט נישט לאזען אידען זאלען מתפלל זיין אויפען בארג, אזוי אויך האבען זיי אפגעמאכט אז מ'זאל לייגען קעמערעס אויפען בארג,
דערווייל אבער איז ירדן ארויס קעגען די קעמערעס, ס'שמעקט זיי עפעס נישט אז קעמערעס זאלען ווערען אינסטאלירט,
יהושפט קליין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 2:11 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

שליחה דורך יהושפט קליין »

בילד
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

יהושפט קליין האט געשריבן:הר הבית אפדעיט:

ווי עס זעהט אויס האט ביבי אפגעמאכט מיט קערי ימ"ש,
אז מ'וועט נישט לאזען אידען זאלען מתפלל זיין אויפען בארג, אזוי אויך האבען זיי אפגעמאכט אז מ'זאל לייגען קעמערעס אויפען בארג,
דערווייל אבער איז ירדן ארויס קעגען די קעמערעס, ס'שמעקט זיי עפעס נישט אז קעמערעס זאלען ווערען אינסטאלירט,


פארוואס איז נאר קערי ימ"ש און נישט ביבי?
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באשטעטיגט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 227
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 7:50 pm
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל

שליחה דורך באשטעטיגט »

ווייל ביבי איז א שוואכער אין געט נאך קערי ימ"ש ווערט ער נאך נישט פארדעם ימ"ש
פארשפארט