ראוונע האט געשריבן:יא שבת איז לכאורה געווען פון די occupy Wall Street חברה
שבת טייערע. סאיז נישט קיין חסרון צו זיין רייך אין אמעריקע ווייל אמעריקע איז א פרייע דעמאקראטישע לאנד. אין קאמוניסטישע רוסלאנד אדער אין נארט קארעא איז א עבירה צו זיין רייך ווייל נאר די עליטע 1% וואס שטייען אין שפיץ פון די רעגירונג נאר זיי מעגן זיין רייך די איבריגע חלק פון פאלק זאל אויסגיין פאר הונגער
רוב פון די רייכע מענטשען אין אמעריקע האבען געארבייט ביטער שווער פאר זייער געלט
שטייטעלעך מיין פריינד! קודם כל ווער האט געזאגט אז ס'איז א חסרון צו זיין רייך? צווייטענס ווי קומט דא אריין קאמיוניסטישע רוסלאנד אדער נארט קארעא רבש"ע? דו לייקענסט די פאקט אז דער עוורידזש פאליטישאן אין אמעריקע קימערט זיך בכלל נישט מיט די בירגער ווי איידער געבן א גאנצע צייט טעקס ברעיקס פאר די רייכע? ווען אייזענהאוער איז געוועהן פרעזידענט האבן די עליטע און רייכע געצאלט 70 פראצענט אינקאם טעקס און אמעריקא איז געשטאנען גאר גוט, היינט צאלן די העדזש פאונד מיליאנערן אסאך ווייניגער פראצענט אינקאם טעקס ווי זייערע סעקרעטעריס וואס מאכן 500 מאהל ווייניגער אין געהאלט, אבער פראצענטואל צאלן זיי דאבל די טעקס פון זייערע רייכע בעל בתים. איך האב נישט קיין נערווען מאריך צו זיין אין דעם, אבער קוק וואס גייט פאר אין אמעריקע, אדער איז מען רייך ווי קרח און מ'באלאנגט צו די עליטע איין פראצענט וואס זיי בעיסיקלי קאולן די שאטס, אדער איז מען האומלעס און קיינעם גייט עס נישט אן, ס'איז נישטא קיין איקוואל אפערטאנעטי אין אמעריקא בכלל, ס'ווענדט זיך פון ווי דו קומסט און צו דו האסט קאנעקשאנס, פאר מעהר וואטש די דאקומענטרי Park Ave אויף יוטוב.
https://www.youtube.com/watch?v=iTnngAwk_XI
דעס וואס דו זאגסט אז רוב מענטשן וואס זענען רייך ארבעטן שווער קען מען זיך שטארק דינגען אויף דעם (כאילו זיי זענען די איינציגסטע מענטשן וואס ארבעטן שווער אין אמעריקא, מיט זייערע שאופערס העליקאפטארס און פרייוואט דזשעטס VS די ארימע וואס דארפן שטיין פארטאגס אין די היצן און די קעלט ווארטן אז די סיטי באס/טרעין זאל ענדליך אנקומען אז זיי זאלן זיך קענען אריינקוועטשען אין צוקוועטשע וואגאן ווי מ'קען קוים אטעמען און לויפן פון איין פלאץ צום צווייטען צו ארבעטן אויף דריי דזשאבס נאר צו קענען דורך שטופן דעם חודש), אבער ס'איז נישט למעשה נוגע ווייל קיינער נעמט נישט צו זייער רייכטום, מ'בעט נאר זיי זאלן צאלן זייער שעיר אין טעקסעס און נישט זיך ארויסדרייען, זיי זענען די איינציגסטע וואס קענען עס אפפאדערן און ס'וועט זיי נישט מאכן קיין לאך אין די הויזן, דער פאקט איז אז אין יעדע אינסטוטציע מוזן די רייכע דעקן די לאך פאר די ארימע, יעדע קירכע און להבדיל אונזערע מוסדות'ן האט זיך נאר געבויעט אויף די קליינע פראצענט רייכע וואס איז דא אין יענע סירקול, ר' אהרן און רז"ל און קיין שום אנדערע חסידות'ן וואלטן קיינמאל נישט געהאט די עמפייערס און בנינים ווען נישט די קליינע פראצענט רייכע, וואס ווילסטו אז איינער וואס מאכט 500 פארשטינקענע דאללער א וואך און ער קען קוים אויסלעבן ער זאל באצאלן פאר די מלחמה אין איראק אדער פאר אמעריקע'ס אנדערע שפענדערייען אין די וועלט אריין צו בויען די שטערקסטע מיליטער אין די היסטאריע אויף דער וועלט, פראדוצירן אמיונאציע פאר די מיליטער אין די טריליאנען בלי גוזמא וואס מ'וועט קיינמאל נישט נוצן??? אבער פאר זייערע בירגער געבן זיי אסאך אסאך ווייניגער ווי עני נארמאלע פארגעשריטנע לאנד? פארוואס? פארוואס קען די רייכע אמעריקע נישט העלפן זייערע בירגער אזויווי אנדערע נארמאלע לענדער, אונז האבן אסאך מעהר געלט ווי זיי? פארוואס דארף אמעריקא יעדע וואך געבן 2 מיליאן דאללער קעש לא יחרץ געלט פאר קארזאווי די פרעזידענט פון אפגאניסטאן און ווען ס'פעלט דיר א אמעריקאנע געבוירענע בירגער איין נארישע דאקומענט אדער א אאנטערשריפט ביי סיי וועלכע גאווערמענט עידזשענסי שיקט מען אייך אהיים אן קיין פוד סטעמפס?
צווישן נארט קארעא און בעטן אז די פאליטשאנס זאלן זיך רעכענען מיט די שריניקינג מיטעל קלאס אין אמעריקא איז דא א ווייטע מהלך. נישט אזוי?