חסידישע אידן האבען נישט קיין ווייטאמין די

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

חסידישע אידן האבען נישט קיין ווייטאמין די

שליחה דורך קלאר »

איך האב מיך לעצטנס געלזאט שטעכן ביים דאקטער צו זעהן מייין בלוט
דער דאקטער רופט מיך צירוק נאך אפאר טאג
אז מיין ווייטאמין 'די' איז זייער נידריג
ער איז מיר מסביר אז VD באקומט מען פין די זוהן
אין ביי אינז גייט מען אנגעטוהן מיט שמונה בגדים וואס האלט צירוק די זוהן פין באקען אויף אינזער קערפער די פאר מיניט וואס מיר גייען פין דערהיים ביז די קאר
אין רוב חסידישע מענער אין פרויען מאנגעלען גאר שטארק אין VD
ער זאגט אז VD איז גאר א קריטישע געברויך פאר'ן מענטש
אין דער עולם פארנאכלעסיגט עס זייער
:בלאבל: ווען איר שרייט הערט מען אייך!
:אזוי: ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
:ששש ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך קלאר »

אז מען רעדט שוין האב איך געהערט בשם הערשל מייזליש
אז די אנגעבליכע מאקסימום פין VD אין שטארק איבערגעטריבן
ד''ה וויבאלד זיך איבערדאוזען איז א סכנה, לייגן זיי א לימיט אסאך פריער פין די אמת'ע לימיט
אבער אינזער עולם זאל נישט טראכטען פין קיין לימיט ווייל מיר האלטן ווייט פין די דארט
ער שטורמט אויך איבער די וויכטיגקייט פין VD
אבער ער הייסט עס נעמען אויף גאנץ אנדערע וועג ווי מיין דר' רעקאנמענדירט
:בלאבל: ווען איר שרייט הערט מען אייך!
:אזוי: ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
:ששש ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

טרינק אסאך מילך
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך קלאר »

זר זהב האט געשריבן:טרינק אסאך מילך

ער האט גערעדט דערפון
ער זאגט אז מילך איז נישט עפעס וואס האט אין זיך VD
גאלדען פלוי/דבש לייגען אריין קום עפעס
נו, פארוואס טרונקען מילך אין פין דארט שעפן די ביסל וואס ווערט בטול ברוב
נעם גלייך טאבלעטן
:בלאבל: ווען איר שרייט הערט מען אייך!
:אזוי: ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
:ששש ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אינטרעסאנט, מיין דאקטאר האט געזאגט די זעלבע דיאגנאז אויף מיר אויכעט, נאכן בלוט-טעסט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

טאבלעטן איז נישט אזוי זיכער אז דאס גייט אריין אינעם גוף. ס'דא ערנסטע באווייזן אז טאבלעטן ווערט נישט נארמאל פארדייעט אינעם סיסטעם, און א גרויס חלק דערפון איז ממש כבולעו כך פולטו.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

און וואס איז מיט טראפןס איז דאס די זעלבע ווי טאבלעטן אדער בעסער ?
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך קלאר »

יידל האט געשריבן:טאבלעטן איז נישט אזוי זיכער אז דאס גייט אריין אינעם גוף. ס'דא ערנסטע באווייזן אז טאבלעטן ווערט נישט נארמאל פארדייעט אינעם סיסטעם, און א גרויס חלק דערפון איז ממש כבולעו כך פולטו.


געהערט אז נאך א פעטע סעודה
וועט די פעטען'ס אנהאלטן עפעס זאל בלייבן
ד''ה די בעסטע צייט צו נעמען איז נאך א פעטע נאכטמאל
:בלאבל: ווען איר שרייט הערט מען אייך!
:אזוי: ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
:ששש ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
דעינעש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך דעינעש »

איז פארהאנדן עפעס ספעציעל וואס דאס נידערט די וויטאמין D אין די קערפער ?,

ועוד, וואס זאגן זיי, צו וואס טויג ווייטאמין D בכלל ?, און אויב צו פיעל, וואס שאד עס חלילה ?.
באניצער אוואטאר
נס קאווע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 411
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 5:56 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

שליחה דורך נס קאווע »

כ ווייס נישט נישט פונקטליך אויף וואס ס' געמאכט אבער כ'מיין אז ס' פריווענט פארקילעכטס אין די ווינטער (נישט ווי וויטעמין C וואס מען נעמט ווען מען איז שוין פארקילט) גראדע ווי איך האב געהערט איז נישט דא קיין גבול פאר וויטעמין D וואס עס איז איבעריג שפייט "דער סיסטעם" אויס
באניצער אוואטאר
smart
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 625
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 06, 2012 3:38 pm
האט שוין געלייקט: 325 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך smart »

אויף קולמע האט הערשל מייזעלס אוועקגעגבען אסאך צייט מסביר צו זיין וואס וויטעמען די איז און ווי וואוכטאג דאס איז און וואו ווייניג מיר האבן. עס לוינט אויסצוהערן און טאקע כאן המקום להודות פאר זיין געטרייע און גוטע ארבייט ה' ישלם שכרו

יידל האט געשריבן:טאבלעטן איז נישט אזוי זיכער אז דאס גייט אריין אינעם גוף. ס'דא ערנסטע באווייזן אז טאבלעטן ווערט נישט נארמאל פארדייעט אינעם סיסטעם, און א גרויס חלק דערפון איז ממש כבולעו כך פולטו.


עכ"פ די שאלה איז וואס איז טאקע די גוטע סופלימענט צו נעמען אויב איז אמת וואס דו זאגסט אז טאבלעטען איז האלב אין גארבעדש? אפשר זאל מען נעמען מער ווייל האלב גייט ארויס? אינטרעסאנט טאקע אז הערשל מייזעלס רעדט נישט פון דעם אז עס גייט לטמיון האלב. אפשר איז טאקע נישט אמת וואס דו זאגסט והראי' ער רעדט נישט דערפון? (אפשר ביניך שוין צו א גרויסע חסיד...)
א גוטן טאג אייך!
דעינעש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך דעינעש »

קלאר האט געשריבן:אז מען רעדט שוין האב איך געהערט בשם הערשל מייזליש
אז די אנגעבליכע מאקסימום פין VD אין שטארק איבערגעטריבן
ד''ה וויבאלד זיך איבערדאוזען איז א סכנה, לייגן זיי א לימיט אסאך פריער פין די אמת'ע לימיט,

Vs.
נס קאווע האט געשריבן:גראדע ווי איך האב געהערט איז נישט דא קיין גבול פאר וויטעמין D וואס עס איז איבעריג שפייט "דער סיסטעם" אויס

נס קאווע, כ'מיין ביזט'עך טועה מיט ווייטאמין C אפשר ?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

בכלל וויטאמינען ווערן נישט איינגעזאפט אינעם קערפער ווי ווען מען באקומט עס נאטורליך דורך עסן (אדער די זון). לאו דווקא וויטאמין D.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
נס קאווע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 411
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 5:56 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

שליחה דורך נס קאווע »

נס קאווע האט געשריבן:כ ווייס נישט נישט פונקטליך אויף וואס ס' געמאכט אבער כ'מיין אז ס' פריווענט פארקילעכטס אין די ווינטער (נישט ווי וויטעמין C וואס מען נעמט ווען מען איז שוין פארקילט) גראדע ווי איך האב געהערט איז נישט דא קיין גבול פאר וויטעמין D וואס עס איז איבעריג שפייט "דער סיסטעם" אויס

וויטעמין C נעמט מען אויב מען איז פארקילט וויטעמין D מיינעך האבעך גיהערט נאכזאגען בשם רב (?) מייזליש איז גוט פאר צו פריווענטן א קאלד אויב דו ווייסט אנדערש אדרבה לאז הערן ביז מ'העמיר ארויסקריכן מיט א ברירות
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך קלאר »

אויב דענק איך גיט
ווייטאמין D שטארקט די אימיון סיסטעם וואס העלפט פרעווענטען אלע קרענק וואס מען קען כאפען
אז מען האט א גיטע אימיון סיסטעם קען ער פייטן אלע באקטיריעס, קאלד'ס אא''וו

דאס מאכט VD נאך וויכטיגער פאר אינז חסידישע אידן וואס ניצן טעגליך די שמיציגע מקוה'ס
:בלאבל: ווען איר שרייט הערט מען אייך!
:אזוי: ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
:ששש ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ווייטעמין D איז זייער גוט פאר די ביינער.

פאר נאך ידיעות קען מען זעהן דא אין וויקי.
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשטאנד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 130
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

שליחה דורך פארשטאנד »

וויטעמין די איז נישט פאר א קאלד, יעדע איינציגע פון די טריליאנען סעללס אונעם קערפער ניצט וויטעמין די פאר פארשידענע פונקציעס, אז ס'פרעווענט/היילט (מנסיון) א קאלד איז א תוצאה.

ווייטעמין די איז א פעט סאליעבל ווייטעמען ד.מ. אז עס ווערט איינגעזאפט נאר צוזאמען מיט פעטנס, אנדערשט ווי וואסער סאליעבל ווייטעמינס ווי ווייטעמין סי וכדו', ס'דא שטודיעס אז סאפלימענטן האבן נישט געהאלפן? הן הכי נמי ווען מ'האט עס גענומען אן פעטנס, איך בין אויך געווען דיפישענט, און נאכן נעמען סאפלימענטס (10,000 איי-יו טעגליך) האב איך איבערגענומען די טעסט און אלעס איז געווען אין פלאץ, היינט נעם איך טעגליך 5000 איי-יו.

ווייטעמין די גייט 'נישט' ארויס פונעם קערפער אזוי שנעל (אזוי אויך אלע פעט ווייטעמינס) ווייטעמין סי גייט יא ארויס אויב מ'האט מער ווי מ'דארף.

די נומערן דארפן זיין צווישן 50 און 70, אבער ביז 120 איז זיכער נישט קיין טאקסיסערי, ס'דא וואס זאגן אז אפי' ביז 200 איז נישט קיין טאקסיסערי.
די אמת מאכט נישט גליקלעך, און א גליקליכע מענטש מיינט נישט אז ער האט דעם אמת.
דעינעש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך דעינעש »

נס קאווע האט געשריבן:..אויב דו ווייסט אנדערש אדרבה לאז הערן ביז מ'העמיר ארויסקריכן מיט א ברירות

די חלק האבן מיר געמיינט,
פארשטאנד האט געשריבן:וויטעמין די איז נישט פאר א קאלד, יעדע איינציגע פון די טריליאנען סעללס אונעם קערפער ניצט וויטעמין די פאר פארשידענע פונקציעס, אז ס'פרעווענט/היילט (מנסיון) א קאלד איז א תוצאה...

ווייטעמין די גייט 'נישט' ארויס פונעם קערפער אזוי שנעל (אזוי אויך אלע פעט ווייטעמינס) ווייטעמין סי גייט יא ארויס אויב מ'האט מער ווי מ'דארף.

די נומערן דארפן זיין צווישן 50 און 70, אבער ביז 120 איז זיכער נישט קיין טאקסיסערי, ס'דא וואס זאגן אז אפי' ביז 200 איז נישט קיין טאקסיסערי.

וטעות לעולם חוזר.
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל

שליחה דורך שרגא »

ווייטאמין די העלפט די קערפער איינזאפן קאלציום און העלפט אפשר פאר די ביינער. אויך מיין דאקטאר האט געהאט געזאגט אז כ'מאנגל דערין, און דער פראבלעם פון חסיד'ישע אידן איז נישט נאר אז מען גייט מיט הוט און רעקל, נאר אויך אז מען האט נישט די צייטן ווען פארברענגט אינדרויסן, ווי שפילן ספארטס, זיצן ביים ביעטש, און אנדערע.

דער הערשל מייזליש האב איך נאכנישט געהערט, אבער די פארגלייבטקייט וואס איך הער פון מענטשן מאכט מיך היפש נערוועז, ווען איך הער אזעלכע זאכן ווי ער זאגט אנדערש ווי דאקטוירים און האלט זיך עפעס משוגע קלוגער. למשל דא, אויב ווייסט מען היינט אז עס קען זיין אן ערנסטע געפאר צו נעמען צופיל ווייטאמין די, ווי קומט דער חכם זאגן פאר מענטשן אז מען זאל זיין רואיג ווייל די רעקאמענדירטע דאזע איז ווייניגער ווי מען דארף? נעמט ער די אחריות אויף די תמימות'דיגע מענטשן וואס נעמען אן זיין ווארט ווי הייליג און וועלן זיך אווערדאוזען? ווייסט ער דען צי עס העלפט שיצן אקעגן סיי וועלכע מחלה אן דעם וואס ער זאל ליינען וואס די גוי'אישע חכמים שרייבן דערוועגן, כ'גלייב אז נישט. ווער האט אים דען אויסגעזאגט פון ווייטאמינס בכלל אויב נישט זיי. סאו ווען זיי זאגן אז עס איז נישטא קיין באווייזן אז עס העלפט אויף אסאך פון די זאכן וואס מען זאגט, און דערקעגן זענען דא שטודיעס וואס האבן געוויזן א פארבינדונג צווישן אסאך ווייטאמין די און פארשידענע פראבלעמען, ווער איז ער צו פסק'נען פארקערט? האלט ער טאקע אז ער ווייסט בעסער ווי די יו-עס-פי-עס?

נאכאמאל, נישט אז איך האב יא גענומען א זייט, נאר איך פרעג וויאזוי קען ער נעמען א זיכערע זייט און דערקלערן פאר יונג און אלט עפעס וואס איז אנדערש ווי די אפיציעלע מענטשן זאגן?

און איידער איינער וויל מיך אנהייבן באשיסן מיט קשיות, זאל פליז אליין מאכן זיין ריסוירטש און נישט מיר שיקן א לינק וואס ער האט געטראפן ווי איינער זאגט כך וכך, ווייל כ'וועל אים באלד צוריקשיסן די וואס זאגן פארקערט. נאר קוק ביידע זייטן, און דערנאך קוק איך וואס די החלטה איז פון די וואס זענען באשטימט ארויסצוגעבן אזעלכע החלטות פאר'ן געזונטהייט פון פאלק (הינט: נישט הערשל מייזליש), און דערנאך זייט מיר מסביר ווי איינער קען נעמען די אחריות און געבן אן אנדערע פסק פאר א גאנצע עדה אידן, וואס האבן נישט קיין שום אנדערע קוואל פון אינפארמאציע און נעמען אלעס אן מיט בלינדע אויגן? ער קען רואיג זאגן זאכן וואס ער ווייסט קלאר, אבער דארט וואו עס איז דא צוויי שיטות אדער וואו עס איז נאכנישט דא קיין קלארער פסק און עס איז מוטל בספק, ווי טאקע ביי ווייטאמין די, פארוואס זאל ער נישט אנשטאט זאגן די גאנצע פרשה אנשטאט געבן אייגענע פסקים?
אויב זאגט ער נישט אנדערש ווי די אפיציעלע מיינונגען, צי איך שוין צוריק און כ'בעט אים שוין איבער.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
פארשטאנד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 130
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

שליחה דורך פארשטאנד »

קודם כל יא ווייטעמין די גייט צוזאמען מיט קאלסיום און מעגניזיום, ד.ה. אז נעמען קאלסיום אן ווייטעמין די איז כזורק אבן לחמת, (און דאס איז וואס געוויסע שטודיעס פרעגן אפ קאליום פאר ביינער)

והשנית, בארואיגט אייך.., טראכסט טאקע אז אזוי סאך מענטשן זענען פשוט משוגע? פאלגן 'בלינדערהייט'? אדרבה הער אים קודם אויך אויס, נישט נאר איין שיעור נאר אלע, און דערנאך וועל איך האבן די זכיה צו מאכן נאך א מייזליש חסיד...

לענין, יא! יעדע נושא ווי ער נעמט א שטעלונג איז עס נאכן דורך טוהן 'אלע' שטודיעס פון אלע צדדים און דערנאך קומט ער צו א קאנקלוזשן, אויף יעדע נושא ווי ער נעמט א שטעלונג קענסטו אים פרעגן אויף יעדע שטודיע וואס ווייזט פארקערט און ער וועט דיר זאגן פארוואס ער האט עס נישט אנגענומען, און די וועסט אים אייביג געבן גערעכט, גלייב מיר איך האב שוין עטליכע מאל אליינס נאכגעקוקט און גוט דורך געזיפט א נושא ווי ער האט גענומען א שטעלונג, געליינט ביכער, ארטיקלען און זשורנאלן, און סתם שרייבערס, ער איז אייביג געווען גערעכט, מיט אביסל קאמען סענס וועסטו עס אליין איינזעהן.

למחשבה נוספת טראכסט טאקע אז א איד,א ערנסטע איד א שומר תורה ומצות איז גרייט צו קראנק מאכן אסאך 'בלינדע' נאכפאלגערס ווייל..? ווייל? פארוואס זאל ער נישט, שטיפן די אנגענומענע דייעט און ווערן פאפולער אזוי? אן קראנק מאכן אידן? ווי איז זיין אחריות?? נאר 'דאס' איז טאקע זיין אחריות אויפצוקלערן אונזער ציבור די אמת'ע מהלך.
די אמת מאכט נישט גליקלעך, און א גליקליכע מענטש מיינט נישט אז ער האט דעם אמת.
דעינעש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך דעינעש »

שרגא האט געשריבן:...צו פסקנען פארקערט? האלט ער טאקע אז ער ווייסט בעסער ווי די יו-עס-פי-עס?
...

שרגא, ביטע זייט בעסער מסביר וואס איר מיינט מיט דעם, אפשר נישט יעדער פארשטייט דאס..
פארשטאנד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 130
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

שליחה דורך פארשטאנד »

לאמיר זיין עטוואס קלארער, געדענק די צוויי זאכן, איינס, דאקטוירעם לערנען נישט קיין נוטרישן, זיי לערנען די כעמיע פון יעדע זאך ווי למשל אז א קאלעסטעראל מאלעקיול איז א פעטנס, און פון וויפיל קארבאן אטעמס עס איז צוזאמגעשטעלט, וויפיל סינגל/דאבל באנדס וכו' דערנאך לערנט מען וועלכע מעדעצין ארבעט און וויאזוי פונקטליך עס ארבעט וכו' אבער די נוטרישן חלק דערפון ד.ה. איך ווייס שוין אז קאלעסטעראל איז שעדליך אבער וואס ברענגט הויעך קאלעסטעראל?? וואס איז א געזונטע דייעט?? דאס לערנט נישט א דאקטאר אין קאלעזש, דאס גייט דורך די אסאוסיעשאנס, די הארץ אסאוסיעשאן די דייעביטיס אסאוסיעשאן ליבער אסאוסיעשאן א.א.וו. אלע דאקטוירעם באקומען די אינפארמאציע דורך די אסאוסיעשאנס, אלזא ווען א דאקטאר זאגט דיר אז טשאקאלאד גייט דיר מאכן א הארץ אטאקע האט ער דאס בפירוש נישט געפארשט, נאר אזוי האט אים די אסאוסיעשאן געזאגט, נו, איך ווען איך עס יא טשאקאלאד קריג מיט די עסאוסיעשא. נישט מיטן דאקטאר (איך וועל אפשר באלד מאריך זיין מיט די אסאוסיעשאנס)

צוויי, די וועג פון נטרישינעל סייענס פון ווען עס ווערט געטראפן אין א שטודיע (און באשטעטיג) ביז ווען דיין דאקטאר זאגט עס דיר ביים וויזיט, נעמט יאאארן, ווייל דער דאקטאר וואס באדינט דיר איז שוין געווען צוואנציג יאר צוריק אין קאלעזש, דער דאקטאר וואס לערנט יעצט אין קאלעזש גייט דיר ערשט באדינען צוואנציג יאר ארום, נמצא אז מ'קען וויסן במציאות מער אפדעטעט אינפארמאציע דורך ליינען (מיט שכל) די 'רעספעקטפולע' (דייקא) מעדעצינישע זשורנאלן און זעהן וואס פרישע סייענס האט צו פארקויפן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פארשטאנד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
די אמת מאכט נישט גליקלעך, און א גליקליכע מענטש מיינט נישט אז ער האט דעם אמת.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

און דאס איז אויך די סיבה פארוואס אונזערע פרויען זענען מאסטלי בלאס.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
פארשפארט