השכלה וחורבנה (א)
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
השכלה וחורבנה (א)
באשריבן געווארן דורך: הרב משה נחום קרויס, עורך ראשי, מכון שערי מדע
אהער געשטעלט לטובת החבירים, מיט רשות!
***
פארווארט: ובימים האלה ובזמן הזה היתה מנשבת רוח קדים מחוץ לחומות הגעט"א. א רוח א ווינט א גייסט פון מכלומרשט'ע חכמה און א פארלאנג פון 'עדיוקעשא"ן' בלאזט כהיום, עס שלעפט מיט, מיט זיך אינגע מוחות אשר לא קרא ולא שנה. עס איז געקומען עד לכלל מסירה ממש.
עס וואונדערט מיר, צו זענען די טאקע אזוי הונגעריג נאך חכמה ומדע? צו זענען זיי תלמידים ממש פון רמ"ד שר"י און וויזל שר"י? צו זענען זיי נאכפאלגער פון ביאליק און אחד העם ? לאמיר קלארער ארויסברענען מיין תמיהה! צו פארמאגן זיי די נסיונות אין קאפ במח שבראש? אדער עס איז גארנישט 'דע מה למעלה' נאר 'דע למטה' אונטערן קאפ! ווי עס שטעלט זיך ארויס בחוש זענען די וואס שרייען און זענען מערער אויף מוסדות התורה, פשוטע 'בעלי תאוה'! אנשים שפלים נידריגע 'אומגעלערענטע' יונגען. זיי, וואס האבן מאיזה סיבה שהוא נישט מצליח געווען טועם צו זיין פון די זיו החכמה והמדע וואס די הייליגע תורה ומסורה פארקויפט, טוען מחמת גרויס שבר וצער געמישט מיט קנאה, מערער זיין און בארעדן זייערע אייגענע ברודער. זייער מח העקום זאגט זיי אז די סיבה פארוואס זיי זענען אנגעקומען ווי זיי זענען אנגעקומען איז מחמת זיי זענען נישט 'עדיוקעטעט' געווארן!
יש ויש, ס'איז דא וואס וועלן פארשווייגן די חברה מיט רוממות קל בגרונם סתם א העכערע קול פארשווייגט א נידריגע קול. אבער צומאל קען די צד שכנגד האבן א העכערע קול. ויש, אז מ'ברענגט היסטארישע פאקטן וואס טוט ציווארפן זייערע טענות ווי א דאמינ"א. אויב זענען זיי נישט פון די וואס זענען החי מכחיש את החי (כדוגמת ההאליקאס"ט לייקענער) דאן ווערן זייערע טענות נסתם! פארשטאפט און פארמאכט.
***
נקדים דברינו מיט די הייליגע ווערטער פון הגאון רבי אלחנן וואסערמאן זצ"ל הי"ד. בספרו קובץ מאמרים (מאמר על האמונה) טוט דער גאון ערקלערן: כל אדם בריא בנפשו, אפילו מ'איז חסר השכלה לחלוטין, אינו יודע קרוא וכתוב, והוא חי כבהמה המהלכת על שתיים, ענוש יענש בבוא העת על כי לא האמין בעיקרי האמונה ולא השתית את חייו עליהם. יעדער מענטש וואס איז נישט קיין 'שוטה' אפילו מ'איז נאך אומגעלערענט, מ'קען נישט שרייבן און ליינען, איז נישט במציאות אז מ'זאל נישט אנערקענען אז הקב"ה האט דעם וועלט באשאפן. ותימא בעיני – וואונדערט זיך דער בעל חובת הלבבות – איך תעלה בדעת מחשבה זאת שהעולם נהיה במקרה מבלי בורא ח"ו, ואילו אמר אדם בגלגל של מים המתגלגל להשקות שדה כי זה נתקן מבלי כוונת אומן, היינו חושבים את האומר זה לסכל ומשתגע, וידוע כי הדברים אשר הם בלי כוונת מכוין לא ימצאו בהם סימני חכמה, והלא תראה אם ישפך לאדם דיו פתאום על נייר חלק, אי אפשר שיצטייר ממנו כתב מסודר, ואילו בא לפנינו כתב מסודר, ואחד אומר כי נשפך הדיו על הנייר מעצמו ונעשתה צורת לפנינו היינו מכזיבים אותו! ואיך אפשר לבן דעת לומר על הבריאה כולה שנעשית מאליה..
עס איז א אנגענומענע פאקט אז יעדע מסודרדיג'ע זאך איז נישט געווארן פון זיך אליינ'ס, ווען מזעהט א שיינע געמאלענע בילד, און איינער וועט זאגן אז אז די בילד איז געמאכט געווארן פון זיך אליינ'ס דורכדעם וואס א פלעשל טינט האט זיך אויסגעגאסן? זיכער נישט! דאן ווי אזוי איז בכלל שייך צו טראכטן אז אונזער וועלטעל, דער מענטש, די פלאנעטן, די געוויקסן אלסדונג איז געווארן פון זיך אליינ'ס ! דעריבער וועט יעדע מענטש וואס איז מיט דעת געבורין אפגעבן א דין וחשבון פארן נישט גלייבן אינעם בורא עולם, איד און גוי צוגלייך.
דעריבער איז די וואונדער זייער גרויס, פרעגט רבי אלחנן: וא"כ הדבר תמוה ונפלא מאוד להיפוך, איך נואלו פילוספים גדולים לומר שהעולם נעשה במקרה? ווי אזוי איז בכל דור ודור פארהאנען גרויסע קעפ וואס זיכן הסברים און תירוצים אלס צו זאגן אז די וועלט איז באשאפן געווארן במקרה חלילה?
די פתרון החידה ערקלערט רבי אלחנן איז איין ווארט 'שוחד' די תורה הק' לערענט אונז 'כי השוחד יעור עיני חכמים' שוחד מאכט בלינד אפילו די קלוגע. די שיעור שוחד איז אפילו בשוה פרוטה. אויבענאויף לייגט זיך עס נישט אויפן שכל, הזאת נאמרה על כל אדם? צו איז דאס געזאגט געווארן אויף יעדע מענטש, אויך אויף משה רבינו ע"ה, אם יצוייר שיקח שוחד שוה פרוטה אויב איז מען זיך מצייר אז משה רבינו ע"ה האט גענומען שוחד בשוה פרוטה א "דיים"! צו יתעורו עיני שכלו צו וועט זיין שכל פארבלינדעט ווערן צוליב די 'דיים'? יא, איז די ענטעפער. די תורה הקדושה וואס איז מחכימת פתי איז מעיד אז 'אפילו א פרוטה קען בלינד מאכן א קלוגע מענטש' עס איז ווי א חוק הטבע בכוחות נפש האדם, אז 'רצון' זאל משפיע זיין אויף 'שכל'. פארשטייט זיך אז אלסדונג איז לפי ערך הרצון ולפי ערך השכל, א קליינע שוחד א קליינע רצון איז נאר אביסל משפיע אויפן שכל, א גרויסע שוחד א גרויסע רצון איז מער משפיע אויפן שכל.
חז"ל בכתובות (קה) דערציילן איבער א הנאה כל דהו וואס דיינים האבן באקומען פון א בעל דין, האבן זיי געשפירט תיכף א נטיה א נייגונג אין זייער שכל צו טענה'ן פאר זייערט וועגן. דעריבער זאגט די גמרא 'תיפח רוחם של מקבלי שוחד'.
שרייבט רבי אלחנן: והשתא נחזי אנן, אם רז"ל שהיו כמלאכים ברוחב דעתם ובמידותיהם הקדושות, פעלה עליהם קבלת הנאה כל שהוא להטות שכלם, כ"ש אנשים המשוקעים בתאות עוה"ז אשר היצה"ר משחד אותם ואומר להם הרי לפניך עולם של הפקר, ועשה מה שלבך חפץ, עד כמה יש כח בנגיעה הגסה הזאת לעור עיני שכלם, כי בדבר שהאדם משוחד לא יוכל להכיר את האמת אם היא נגד רצונותיו, והוא כמו שיכור לדבר זה, ואף החכם היותר גדול לא תעמוד לו חכמתו בשעה שהוא שיכור, ומעתה אין תימה מהפיליסופים שכפרו בחידוש העולם כי כפי גודל שכלם עוד גדלו יותר ויותר תאוותיהם להנאת עולם הזה, ושוחד כזה יש בכחו להטות דעת אדם כי שתי פעמים שנים אינן ארבע אלא חמש! ואין כח בשכל האדם להכיר את האמת בלתי אם אינו משוחד בדבר שהוא דן עליו, אבל אם הכרת האמת הוא נגד רצונותיו של אדם אין כח להשכל גם היותר גדול להאיר את עיני האדם.
די תאות און גלוסטענישן איז די שוחד מיט וואס דער יצה"ר איז משחד אפילו די קלוגסטע מענטשן. מ'ווערט ווי שיכור און עס איז ממש אוממעגליך צו אנערקענען די אמת. די גרעסטע פיליסופים וואס האבן און זענען כופר בחידוש העולם איז עס צוליב זייערע שטארקע און נידריגע תאות פאר די וועלט, אויף אזוי ווייט קען תאוה משחד זיין אז זיי וועלן זאגן אז צוויי מיט צוויי איז 'פינף'!
נמצא למדין, זעהן די כח פון תאוה אז עס ערמעגליכט אפילו קלוגע צו מכחיש זיין די מציאות, כל שכן וכל שכן ווען ס'האנדעלט זיך פון נישט קלוגע, וואס רובא דרובא בזמנינו רעדט מען פון אזאנע חברה.
אינעם דיזן מאמר וועלן מיר בעז"ה כאפן א שפאציר אין די היסטאריע פון אידענטום במשך הדורות, און זעהן אז מיר זענען געווען און זענען כהיום די געלערנסטע פאלק פון אלע פעלקער. די פאקטן קענען דינען אלס א מיטל פאר אונז און פאר יענע אין א זמן ווען מ'איז נישט משוחד צו תאות, זיך צו איבערצייגן אז מיר זענען די 'עם חכם ונבון' די קלוגסטע און 'מענטשליכסטע' פאלק. בעזרת השם נעשה ונצליח.
[center]הרנסנס Renaissance[/center]
די תקפות התחיה התרבותיות והמדעית פון די אייראפישע פעלקער איז באקאנט אלס 'הרנסנס' Renaissance. ווי די וועלט איז אויפגעלעבט געווארן פון די אומוויסענקייט פון די 'מיטל אלטער' די ימי הביניים צו די 'מאדערן וועלט' די פארגעשרוטענע וועלט. (צווישן די פערצענטע און זיבעצנטע יאר הונדערט).
אין די צייט וואס פאר טויזענט יאר! איז די נישט אידישע וועלט געווען אומוויסענד, אפילו בעפאר זענען געווען גאר גרויסע חכמים ווי די יוונים און די רומיים. האט אבער די אידישע וועלט דאן געשפראצט, נישט נאר אין די חלק התורה, נאר אויך אין די אלע שטחים פון תרבות ומדע מיט וואס די נישט אידישע וועלט איז דאן געווען אזוי אומוויסענד. וואס איז די סיבה דערפאר? צו האט עס א פארבינדונג?
דאס צו ערקלערן, לאמיר זעהן וואס עס איז פארגעקומען, פארוואס האט די גוישע וועלט פארלוירן איר חכמה די 'חכמה בגוים תאמין' פארוואס זענען זיי אריינגעפאלן אין די 'מיטל עלטער' מיט אומבאשרייבליכע אומוויסענשאפט?
נאך די אונערגאנג פון 'מלכות רומי' וואס איז געווען באקאנט אלס א מעכטיגע לאנד סיי מיליטעריש און סיי מיט וויסענשאפט האט זיך אנגעפאנגן די 'ימי הביניים' די מיטל אלטער הידועים כתקופה אשר הייתה נטולה כל השכלה ואפילו הבסיסת ביותר, מענטשן האבן נישט געקענט 'ליינען און שרייבן'. נישט בויען און נישט לערנען. היכן נעלמו מורשת יוון ורומי? וואס איז געשעהן מיט די אייראפישע פעלקער?
מאז חורבן בית שני האט 'מלכות אדום' זיך אויסגעשפרייט און איינגענומען מער און מער לענדער ברחבי תבל. זייער שלטון איז געווען איתן ויציב פעלזן פעסט. נישט זייער 'מיליטער' האט אנגעהאלטן זייער אויבערהאנט אין די אלע ערטער וואס זיי האבן איינגענומען, זייער עיקר כח איז געווען די 'תרבות' וואס זיי האבן איינגעשטעלט אין די ערטער וואס זיי האבן איינגענומען. בריקן און וועגן (כמבואר בגמ' ע"ז), סדר און משטר, רפואה, פיליזאפיע און נאך. אט די פאקטן האבן געמאכט די פעלקער שפירן, נישט אז זיי זענען איינגענומען געווארן דורך א אנדערע פאלק, נאר אז זיי האבן זוכה געווען זיך צו מצטרף זיין צו די פארגעשריטענע פעלקער. נאך אזאך האט די רוימישע עמפייער געטון, אז ביז דאן האבן עמים רבים פארמאגט אסאך מיני גלויבינגען, האבן די רומיים וואס זענען געווען קאטאליקן אויסגעשפרייט די קריסטליכע גלויבונג אויף אנדערע פעלקער. דאס האט אויך צוגעגעבן צו די שטארקייט פון צוזאמהאלטן די פעלקער.
אבער דאס אלעס איז צוזאמגעפאלן פון די פיפטע יאר הונדערט. 'מלחמות' האט דאס אלסדונג חרוב געמאכט, פעלקער און שבטים פון 'צפון אייראפע' האבן אנגעפאנגן צו גיין קיין 'דרום אייראפע' דייטשע שבטים, סלאווישע שבטים, אונגארישע שבטים, יעדע שבט האט שואף געווען איינצונעמען נאך און נאך שטחים און זיי אנהאלטן אונטער זייער שליטה. די מערביים האבן איינגענומען ספרד, די אנגלים ענגלאנד, און די פראנקים פראנקרייך, און די מזרחיים איטאליע.
צוליב די מלחמות אין סופית צווישן די פארשידענע שבטים, איז גאנץ אייראפע געווארן איין גרויסע שלאכט-פעלד, די הפקרות האט זיך אנגעזעהן פון איבעראל, חורבן און הרס איז איבעראל געווען. אונטער די מלחמה איז געליגן נישט א שאיפה פון 'שטחים' עס איז געווען א מלחמה געשטיפט פון 'גלובוינג' ווען יעדע שבט האט געוואלט ארויפצווינגען זייער דת אין די נייע איינגענומענע שטחים. רוב פעלקער זענען נעלם געווערן כאילו לא היה, בלויז די גרויסע ווי פראנקן (פרנקרייך און דייטשלאנד) האבן אנגעהאלטן.
די מלחמות האט חרוב געמאכט אלסדונג וואס 'רוים' האט אנגעזייט און געבויט במשך הונדערטער יארן. צוליב די חורבן הגשמי פון אייראפע איז נולד געווארן די 'מיטל אלטער'. אויף אלע פראנטן איז אייראפע געשלאגן געווארן, די עקענאמיע, רפואה, הנדסה, והדת, והמדעי. די מושג פון האנדלען מיט 'געלט' איז ממש נעלם געווארן, מ'האט צוריק אנגעפאנגן צו האנדלן מיט 'חליפין' פון טוישן א חפץ פאר א חפץ. טראנספיטאציע אויפן ים איז כמעט בטל געווארן.
דאס וואס די רומיים האבן איינגעפירט אז א סכסוך פון צוויי איז באהנדעלט געווארן דורך א משפט פון חקירה אויספארשן ביידע זייטן, (די מושג פון משפט וואס די רומיים האבן גענומען פון די תורה) האבן די שבטים וואס זענען אנגערופן געווארן 'ברברים' (ברבר מיינט 'אכזר' סעלפיש אך-זר) האבן געפירט א משפט מיט אכזריות, זיי האבן דעם באשולדיגטען געהייסן איינטינקען זיינע הענט אין בריעדיגע וואסער, אדער ער האט געדארפט גיין מיט אייזענע קייטן אויף זיין פיס, אדער שווימען אין א שטראמישע ים, אויב איז ער געראטעוועט געווארן איז עס געווען א הוכחה אז ער איז גערעכט, און אויב נישט איז ער געפונען געווארן שולדיג. צומאל האט מען פשוט געלאזט די צוויי זייטן זיך שלאגן מיט אכזריות ווער עס האט געזיגט איז ארויס דער גערעכטער (א פארקומטע אפטייטש פון כל דאלים גבר).
דאן אין די מיטל אלטער איז געווארן איינגעפירט די שיטת אכזריות אז דער פשוטער פעלד ארבעטער איז געווען ווי א 'מאשין' ואס האט געדארפט ארבעטן אונטער זיין האר. יעדע מינומום 'רעכטן' איז אוועקגענומען געווארן פון די פשוטע.
[center]כלל ישראל – ליינען און שרייבן[/center]
אין די צייט וואס פעלקער זענען אראפגעווישט געווארן פון די מאפע, איז אבער כלל ישראל געבליבן פעלזן פעסט, ברוח ובחכמה ובמדע. אין די צייט וואס די אלגעמיינע וועלט איז געווען אומוויסענד און עס האט זיי געפעלט די בעסיק'ס פון 'ליינען און שרייבן' וואס דאס לעבנסוויכטיג פאר איבערגעבן חכמה ודעת מדור לדור. האבן אבער די אידן געקענט ליינען, שרייבן, און געווען בקי מיט אלע חכמות. פארוואס האט די אלגעמיינע וועלט נישט געקענט ליינען און שרייבן? צו איז עס געווען במכוון? און ווי אזוי האט כלל ישראל יא געקענט?
איינע פון די מיטלן פון די 'הויכע קלאס' איז געווען צו האלטן די 'נידריגע' די פשוטע אלס 'אומוויסענד'. דורכן אפהאלטן 'עדיוקעשאן' פון אויסלערנען ליינען און שרייבן האט מען געמאכט אז א דור פון עמי הארצים איז ארויסגעקומען.
דערקעגן 'יהדות' פארמאגט דאס פארקערטע, עס איז נישטא קיין הויכע און נידריגע קלאס די הלכות און געזעצן איז שייך ביי יעדעם, און יעדער האט א חיוב אליינ'ס צו לערנען און קענען די תורה געזעצן. דאס צו קענען האט זיך פארלאנגט אז יעדע קינד זאל זיך לערנען ליינען און שרייבן. שוין אין די צייטן פון חזקיהו המלך געפונען מיר די מושג אז יעדע קינד האט געקענט אפילו די שווערע הלכות פון טהרות.
א בריטישע היסטאריקער 'Cecil Roth שרייבט: 'עדיוקאשאן' איז געווען א רעגיליעזע חיוב, אומליינבאר אדער נישט קענען שרייבן איז ממש נישט געווען צו געפונען ביי אידן. די אידן צוליב זייער עהרע און רעספעקט פאר 'געשריבענע' תורה געזעצן, זענען זיי געווען די ערשטע וואס האבן איינגעפירט די מושג פון א 'עלעמענטר"י סקול סיסטיעים' [חדר]. ע"כ.
בעיקר איז די מושג פון ליינען און שרייבן איינגפירט געווארן אין די צייטן פון רבי יהושע בן גמלא.
חז"ל דערציילן אין מס' בבא בתרא (כא): אמר רב יהודה אמר רב ברם זכור אותו האיש לטוב ויהושע בן גמלא שמו שאלמלא הוא נשתכח תורה מישראל שבתחלה מי שיש לו אב מלמדו תורה מי שאין לו אב לא היה למד תורה וכו' התקינו שיהו מושיבין מלמדי תינוקות בירושלים וכו' התקינו שיהו מושיבין בכל פלך ופלך וכו' עד שבא יהושע בן גמלא ותיקן שיהו מושיבין מלמדי תינוקות בכל מדינה ומדינה ובכל עיר ועיר ומכניסין אותן כבן שש כבן שבע. רבי יהושע בן גמלא וואס איז געווען א כהן גדול סוף בית שני (רש"י) האט געמאכט אר רעוועלוציע אין די חינוך פעלד, און נישט סתם א עצה, נאר מ'האט עס אינפארסירט אלס א 'תקנה', אז אין יעדע שטאט מוז זיין א מלמד, און יעדע קינד מוז שוין פון די זעקס, זיבן יאר לערנען, נישט ווי ביז דאן פון די זעכצן זיבעצן. אט די תקנה האט אויפגעשאקעלט כלל ישראל.
ביז דאן פלעגן די מערהייט פון די אידישע באפעלקערונג זיי ערד-ארבעטער, א ארבעט וואס האט נישט פארלאנגט קיין אומנות זיך צו לערנען, ממילא פלעגן די קינדער פון קליינווייז אן גיין ארבעטן אין די טאטע'ס פעלד. און נאר די גאר גוטע קעפ פלעגן אלס גרויסע בחור גיין לערנען. איז געקומען רבי יהושע בן גמלא און געטוישט כלל ישראל, פון קליינווייז אן 'מוז' מען גיין לערנען אין חדר, אפילו די וואס האבן נישט געהאט קיין טאטעס איז געליגן די חוב אויף די שטאט צו צאלן פאר מלמדים. מ'קען זיך פארשטעלן וואספארא רעוולוציע דאס האט געטון פאר כלל ישראל.
יארן שפעטער אין די מיטל עלעטער ווען די מענטשהייט האט נישט געקענט ליינען און שרייבן, זענען די אידן פון אלס קליין קינד שוין געקענט לייינען און שרייבן, אדאנק די תקנה פון לערנען פון קליינווייז אן. דאס האט געמאכט אז די וואס האבן געקענט בלייבן ביים לערנען זענען געבליבן. און די וואס נישט האבן די עלטערן זיי געלערענט א אומנות הערשט ווען זיי זענען גרויס געווארן. , ווי די חתם סופר שרייבט (ב"ב שם): אין לתינוקות ישראל ללמוד שום אומנות ושום חכמה כי אם תורת ה', דקי"ל כרבי נהוראי (סוף מס' קידושין) מניח אני כל אומנות שבעולם ואיני מלמד את בני אלא תורה. ולכשיגדל ולא הצליח בתורה אז יטריח עמו ללמוד אומנות כדעביד רב לבריה בפסחים קיג. אבל 'בנערותו' אחת היא לאומה תורת ה' תמימה, ושארי חכמות שצריך לרקחות ולטבחות לשמש אשת חיל תורת ה' לא יספיקו בילדי נכרים, כי הכל ימצא בתורה ההוגה בה לשמה זוכה לדברים הרבה, וכמ"ש רמב"ן בהקדמה לתורה ומי כמוהו מורה.
דערוועגן האבן זיך די קינדער אפגעוואוינט פון ערד-ארבעט, און געלערענט די תורה. פאר פרנסה האבן זיי שפעטער געזוכט אנדערע אומנות וואס פארלאנגט חכמה, ווי שרייבן און ליינען, דיימאנטן און וויין סוחרים. אזוי איז די מושג פון ערד-ארבעטער געווארן אויס.
אבער די וואס האבן זיך נישט צוגעשטעלט צו די תקנה, און האבן ווייטער גענוצט זייערע קינדער אלס ערד-ארבעטער זענען באטיטעלט געווארן אלס 'עם הארץ'. די פרי מגדים (או"ח באגרת שניה) איז מפרש א עם הארץ מיינט א 'עובד אדמה' פעלד ארבעטער. בספר אגרת הטיול שרייבט אויך: בעבור שאוחז ומדבק בעבודת האדמה ובהבלי עולם הזה עד שיחשוב לעצמו כתושב הארץ, אבל החכמים והחסידים חושבים עצמם כגרים. (עי' בספר התשבי ערך עם הארץ, וברגלי מבשר, וקובץ הערות שם). – דערוועגן געפונען מיר אין חז"ל, בעיקר אין גמרא די שנאת חכמים לעם הארץ און פארקערט. די גמרא אין פסחים (מט) שרייבט אז מ'זאל חתונה מאכן די קינדער בלויז צו א בת תלמיד חכם, מ'זאל נישט עסן פון די שחיטה פון א עם הארץ, און זיי זענען פסול לעדות, זיי זענען מגלה סוד ועוד. (עי' שם).
די טיטל 'פויער' איז די אפטייטש פון 'עם הארץ', פויער קומט פון די דייטשע ווארט 'בויער' א עובד אדמה מיינט א ערד אנבויער. עס איז דא א אלטע אידישע אויסדרוק: א פויער קאך אים אין זיס און אין זויער, בלייבט ער פארט א פויער. מיט די צייט זענען די עמי הארצים אויסגעשלאסן געווארן פון כלל ישראל, און בלויז די וואס האבן זיך אונטערגעווארפן די תקנה פון רבי יהושע בן גמלא זענען געבליבן תורה טרייע און קלוגע אידן.
[center]טרייהייט פון אידן צו זייער אמונה[/center]
נאך אזאך וואס האט געהאלטן כלל ישראל איז געווען די מושג פון 'מסירות נפש' למען קיום אמונתם, אפילו קליינע קינדער האבן געוויסט פון יהרג ואל יעבור, מ'האט זיך נישט אוועקגעריקט אפילו א קליינע בייג אפילו מ'איז אויסגעשטאנען אכזריותדיגע פיינונגען. אפילו מ'האט געקענט קויפן פרייהייט אלס א טויש פאר א קליינע בייג אין די דת היהדות, זענען אידן קיינמאל נישט איינגעגאנגן דערויף.
דא זעהן מיר ווי אזא מעכטיגע אימעפריע ווי רוים איז אונטערגעגאנגן, ווי אזוי איז דאס אז די פעלקער האבן פארטוישט א תרבות פון מענטשליכקייט און סדר נאר צוליב מלחמה? איך יכלו להשלים עם שבטים נטולי תרבות והשכלה ולהתמזג בהם?
די ענטעפר דערויף איז, עס איז פאר זיי נישט אנגעגאנגן. בניגוד ליהודים, וואס ווייסן די ערכה הנעלה פון די הייליגע תורה, און די אמת המוחלטת וואס מאכט דעם מענטש פאר א העכערע מושג א בעסערע מענטש. טוט דעם גוי עס נישט אינטערעסירן. די חכמה איז ביי זיי פאררכענעט אלס א מיטל פאר די צרכים הבהמיים פונעם מענטש. ביי די עיני התושבים הרומיים איז נישטא קיין הבדל צו ערייכן די צרכים פונעם מענטש דורך 'חכמה של יווון ואדום' אדער דורך די וועג פון לעבן פון די שבטים. אויב אזוי דאן פארוואס זאלן זיי זיך מוסר נפש זיין אויף תרבות און מדע?
קומענדיגע וואך בעז"ה:
די טויש אין היסטעריע ווען איסלאם האט איינגענומען לענעדער, איר באציאונג מיט אידן וואס צייגט נאך היסטארישע פאקט איבער די חכמה און מדע פון אידן קעגן אנדערע פעלקער, החכמה תחייה את בעליה האט דאן געשריגן מיט שרייעדיגע אותיות
***
דער גליון תורני "שערי מדע" קומט ארויס וועכענטליך, ברענגט אריין הרחבת הדעת בהיסטורי' וידיעות טבעיות סביבות תבל ומלואה בהשקפה תלמודית.
להערות והארות און אזוי אויך פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער צו ערהאלטן די וועכנטליכע גליון דורך אימעיל, פארבינדט אייך מיט'ן מכון אויף: Moshe@dermentch.com
אדער פעקסט צו: 718.228.4311

מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 479
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:44 am
- האט שוין געלייקט: 12 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 408
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
- האט שוין געלייקט: 8 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל
חכמת יוני איז נאך איידער די צייטן פון רבי יהושע בן גמלא.
צווישן זיי זענען די אויסגערופענע ערשטע אסטראנעמער אין היסטאריע
אריסטאטעל אריסטאטעל
אריסטארכוס אריסטארכוס פון סאמוס
און נאך צענדליגער

Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"

פיינע קאווע האט געשריבן:איך האב פונקט יעצט געליינט דעם ארטיקל אין ק' גליונות לש"ק. דער קרויס איז אלעמאל גיטע נייעס. א שאד ער קומט נישט ארויס יעדע וואך. די וואך איז איינס און א גיטס. ווייסט איינער מי הוא זה דער קרויס? איז ער א מחנך?
www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=19&t=524
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
אן ענטפער פאר דיר [tag]זוכער[/tag]
פון ווי האבן די גריכן געגנב'ט די חכמה?
ירמיהו הנביא האט נאכן חורבן באגעגענט 'אפלטון' די רבי פון 'אריסטו', אפלטון האט געזעהן ווי ירמיהו הנביא וויינט אויפן ביטערן חורבן, האט אים אפלטון געפרעגט צוויי פראגעס, איינס, פארוואס די, די חכם פון די אידן וויינט אויף עצים ואבנים, און אויך וואס העלפט דאס וויינען אויפן עבר? האט אים ירמיהו געזאגט, די אלס א 'פיליסוף' (חכמה ליבהאבער) פארמאגסט זיכער ספיקות וואס די ווייסט נישט זייער פתרון, האט אים אפלטון געענטפערט זיכער אזוי, איך פארמאג אסאך ספיקות וואס קיינער אין די וועלט קען מיר נישט פארענטפערן. האט אים ירמי' געהייסן פארלייגן אלע זיינע ספיקות, און ירמי' האט אים אויף אלעם פארענטפערט בחכמה רבה. אפלטון איז געוארן אנטשטוינט, ער האט נישט געוויסט צו בעפאר אים שטייט א מלאך אדער א מענטש. האט אים ירמי' געזאגט די אלע חכמות זענען ארויסגעקומען פון די עצים ואבנים (די בית המקדש). (ספר לב אליהו בשם התורת העולה להרמ"א).
רבי מנשה בן ישראל שרייבט: מודעת זאת בכל הארץ שירמי' הנביא אחר שנבא מ' שנה ונחרב הבית הלך לו לארץ מצרים ועמד שם שנים רבות עד יום מותו, וממנו קבל אפלטון רוב חכמתו וכו'.
אין סדר הדורות (אלף הרביעי ג"א תמב, ערך אריסטו) ברענגט פון די שבילי אמונה, אז ווען אלכסנדר מוקדון איז געגאנגן קיין ירושלים, האט ער איבערגעבן פאר אריסטו ספרי שלמה, און אריסטו האט איבערגעשריבן אלע חכמות אויף זיין נאמען.

די לעגענדע פון אפלטון מיט ירמיהו האט לכאורה קיין שייכות מיט מציאות, די פריעסטע מקור דערצו איז אינעם ספר לב אליהו וואס ר שלום שוואדראן האט צוזאמגענימן פון זיין רבי ר' אליהו לופיאן, און ער גיבט בטעות אן די מקור אלץ תורת העולה פונעם רמ''א, אבער דארט שטייט עס נישט,
אפלטון איז געבוירן אדער עטליכע יאר נאכן חורבן, אדער איז ער געווען א קליין קינד ביים חורבן, ממילא איז די גאנצע מעשה נישט מסתבר,
און בכלל אפשר צייגט איר מיר אן וועלכע פון אפלטון'ס חידושים קומן פון א נביא השם? די theory of forms? אדער די theory of recollection? אדער זיינע אנדערע חידושים וואס 90% אדער מער זענען אפגעפרעגט היינט,
די מעשה פון אריסטו איז אויך א אויפגעבלאזענע באבל, ווען אלכסנדר איז אדורך געפארן א''י איז אריסטו שוין געווען א עלטערע פערזאן און זיין נאמען איז שוין געווען ברייט באקאנט אין דער וועלט,
אפלטון איז געבוירן אדער עטליכע יאר נאכן חורבן, אדער איז ער געווען א קליין קינד ביים חורבן, ממילא איז די גאנצע מעשה נישט מסתבר,
און בכלל אפשר צייגט איר מיר אן וועלכע פון אפלטון'ס חידושים קומן פון א נביא השם? די theory of forms? אדער די theory of recollection? אדער זיינע אנדערע חידושים וואס 90% אדער מער זענען אפגעפרעגט היינט,
די מעשה פון אריסטו איז אויך א אויפגעבלאזענע באבל, ווען אלכסנדר איז אדורך געפארן א''י איז אריסטו שוין געווען א עלטערע פערזאן און זיין נאמען איז שוין געווען ברייט באקאנט אין דער וועלט,
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
http://forum.otzar.org/forums/viewtopic.php?f=7&t=5854
דא קען מען זעהן די שמועס איבער די מעשה,
צו ירמיהו האט יא געלעבט דאן צו נישט איז נישט א דבר מופרך.
דאס אז די פילוסופים הקדמונים האבן יונק געווען חכמה פון אחיתופל און שלמה המלך ווערט יא געברענגט בתורת העולה .
דיסקלעימער: די ענטפערס וועלן קומען פון אים (חוץ טאמער איך וועל שרייבן אז ס'איז פון מיר...)
דא קען מען זעהן די שמועס איבער די מעשה,
צו ירמיהו האט יא געלעבט דאן צו נישט איז נישט א דבר מופרך.
דאס אז די פילוסופים הקדמונים האבן יונק געווען חכמה פון אחיתופל און שלמה המלך ווערט יא געברענגט בתורת העולה .
דיסקלעימער: די ענטפערס וועלן קומען פון אים (חוץ טאמער איך וועל שרייבן אז ס'איז פון מיר...)
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
- בענדזשאמין פרענקלין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 766
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
- האט שוין געלייקט: 2326 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל
ס'איז אויך ידוע אז פרויד האט גע'גנב'ט גאנצעטע שטיקער פון לקוטי מהר"ן, און איינשטיין האט יונק געווען זיין תורה פון רילעטיוויטי פון לקוטי תורה מהבעל התניא (און ספר שיח עצי השדה שטייט אז נאפאליען האט עס באקומען פון אן אלטער ליבאוויטשער חסיד, און האט דאס איבערגעגעבן פאר איינשטיין ווען ער איז צוריק געקומען פון מצרים דורך פראנקרייך פארן ערשטן חרבן, ויש הרבה ניסחאות בסיפור זה אבל כמדומני שזו הנכון). ממילא ווי קומט דאס אז היינטיגע מחוצפים און וואגאבונדן באקלאגן אויף עדיוקשען??? אתממהה? עדיוקעשן דארפט עטץ ? א שטויס און די ב**ים דארפט עטץ, ס'אלץ תאוות, תאווות און נאכאמאל תאוות. וויפיל מאל דארף איך עס ענק זאגן, הא?
חמין במוצאי שבת מלוגמא
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 282
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:17 pm
- האט שוין געלייקט: 868 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל
רבותי, טרונקט נישט די קול-עיד. נישט יעדע אלטע באבע מעשה אז פרויד האט מקבל געווען פון ליובאוויטשע רבי און אריסטו פון ירמיה הנביא דארף מען אננעמען. אידישקייט האט אסאך אמת צו פארקויפן, די נביאים האבן געברעננגט אסאך געפיל פאר יושר און צדק אויף די וועלט און די תורה איז געווען אסאך מער הומאניש פאר די פרימיטיווע צייטן, אבער תורת לאקשן אז די זוהר האט געוואוסט איינשטיין'ס טעאריעס איז בלשות
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: השכלה וחורבנה (א)
אפשר האסטו אסאך דעת, אבער סארקאז''ם מעגסטו נאך זיצען לערנען
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 164
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
- האט שוין געלייקט: 123 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל
Re: השכלה וחורבנה (א)
ותימא בעיני– וואונדער איך מיר אויף דער בעל חובת הלבבות –
עס איז א אנגענומענע פאקט אז יעדע מסודרדיג'ע זאך איז נישט געווארן פלוצלונג באשאפען יש מאין, ווען מזעהט א שיינע געמאלענע בילד, און איינער וועט זאגן אז אז די בילד איז באשאפען געווארען באתא קלילא? זיכער נישט! דאן ווי אזוי איז בכלל שייך צו טראכטן אז אונזער וועלטעל, דער מענטש, די פלאנעטן, די געוויקסן אלסדונג איז באשאפען געווארען! דעריבער וועט יעדע מענטש וואס איז מיט דעת געבוירען און געלערנט אביסעל שכל הישר critical thinking בלע"ז, וועט נישט א ראיה ברענגען פין חפיצים, וואס ער ווייסט ווי אזוי עס ווערט פאברעצירט, צי דער וועלט בכלל.
דעריבער איז די וואונדער זייער גרויס אויף רבי אלחנן: ווי אזוי איז בכל דור ודור פארהאנען גרויסע קעפ, פין אלע מיני רעליגיעס, וואס זיכן הסברים און תירוצים אלס צו זאגן אז די וועלט איז באשאפן געווארן דארך א גאט (אמאל א גרופע געטער) א קדמון, באין ראיות, אפילו שוואכע ראיות.
די פתרון החידה ערקלערט רבי אלחנן בצדק גמור איז איין ווארט 'שוחד'. Bias בלע"ז.
די תורה הק' לערענט אונז 'כי השוחד יעור עיני חכמים' שוחד מאכט בלינד אפילו די קלוגע. די שיעור שוחד איז אפילו קיין פרוטה אויך נישט. גענוג אז מען וויל אזוי. דער סייענטיפיק נאמען דערפאר איז cognitive dissonance.
ר' דניאל כהנמאן, אין זיין ספר thinking fast and slow. איז מסביר ווי אזוי דאס ארבייט און צייגט פארשידענע חקירות ודרישות ווי מען קען עס אליין באשטעיטיגען.
לסיום, אפאר השגות אויפען מאמר.
א. די רומער זענען געווארען קריסטען נאר ממש פארען צעפאלען. פאר דעם זיינען זיי געווען פאלי-טיעיסטען, דהיינו זיי האבן געדינט אלע געטער וואס זיי האבן נאר געקענט ובכללם די אידישע גאט.
ב. דער סיבה פארוואס אידען זענען נישט געווען עובדי אדמה איז ווייל זיי האבען נישט געמעגט האבן לאנד. די שרייבער איז גערעכט אז וויבאלד מיר האבן תמיד גלערענט מיט די קינדער זיינען מיר נישט געווארען פויערען (surfs בלעז) נאר געהאנדלט מיט מסחר. אויך זיינען אידען געווען בקשר
אידען ארום די וועלט וואס האט געהאלפען פאר א מיעוט המצוי רייך צו ווערען.
ג. כבר עמדו על זה, אבער עס איז כדאי איבערצוחזרן. אויב די יוונים האבען גענומען זייער תורות פון ירמיה הנביא דאן איז ער קיין גרויסע נביא נישט געווען... רוב חוכמתם וואס איז נישט אבסערוואציעס (observational) האבען זיי סתם געשאסען וכבר הפריכם.
Sent from my A0001 using Tapatalk

חכמה בגויים אל תאמין
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: השכלה וחורבנה (א)
ס'איז דא.נאך אפאר גרייזען דארט. ווען אין אשכנז און צרפת, דייטשלאנד און פראנקרייך, האט געהערשט עמהארצות ביים אלגעמיינע באפעלקערונג, זענען די אידען אויסגעצייכענט נאר אין תורה הלכה און אביסל אין קבלה. דאס זענען די בעלי תוספות מיט די חסידי אשכנז. אין ספרד איטאליא און נארבונא, ווי די גרויסע חכמי ישראל האבען געוואוינט, זענען די גויים די מוסלעמינער אויך געווען היבש אויסגעלערנט אין פילאזאפיע, מעדיצין, אסטרונומיא, חשבון און פאעזיא ועוד. און טאקע די אידען זענען שטארק מושפע פון זיי. ביי די פינסטערע יוראפע'ער זענען די אידען געווען אקעגען חכמות חיצוניות און מ'האט זיך נישט אויסגעצייכענט אין די זאכען.
ס'דוכט זיך אז די היינטיגע וואס ווילען אריינשטופען לימודי חול ווילען אזוי נאר לצורך פרנסה. מיט בילדונג און קולטור האט עס נישט. דעריבער האט עס גארנישט מיט השכלה איינגעלייגט. איך קום זיי נישט בארעכטיגען, זיי קוקען מיר אויס נעריש און נישט געווידמעט צום תכלית, אבער די היסטוריא, ווי אינטרעסאנט ס'זאל נישט זיין, האט נישט מיט היינט.
ס'דוכט זיך אז די היינטיגע וואס ווילען אריינשטופען לימודי חול ווילען אזוי נאר לצורך פרנסה. מיט בילדונג און קולטור האט עס נישט. דעריבער האט עס גארנישט מיט השכלה איינגעלייגט. איך קום זיי נישט בארעכטיגען, זיי קוקען מיר אויס נעריש און נישט געווידמעט צום תכלית, אבער די היסטוריא, ווי אינטרעסאנט ס'זאל נישט זיין, האט נישט מיט היינט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: השכלה וחורבנה (א)
ס'איז מיר שווער אראפצוברענגען אויף טאפאטאלק, אבער קוק דארט וועסטו זעהן אז ער וויל באטאנען אז בימי הביניים, ווען ביי גויים איז געווען פינסטער, לכל בני ישראל היה אור במושבותם, און נישט נאר אין תורה, נאר אין אנדערע זאכען אויך. אויף דעם האב איך רעאגירט
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
[justify]די ארטיקל איז מצויין. איך קען נאר נישט כאפן וואס די שוחד פון די וועלט מיינט. וואס הייסט, ווען א מענטש קומט אראפ אויף די וועלט ווערט ער געבוירן א נולד משוחד? אויב נישט, דאן אין וועלכע יארגאנג ווערט די מענטש משוחד? אם תמצי לומר אז יעדער מענטש קומט אראפ אויף די וועלט משוחד דאן וואו איז די בחירה חפשית? אויב וועסטו זאגן אז במשך הימים ווערט ער משוחד, איז דאס ווייטער אין קאנטראדיקשען מיט בחירה. וועט וועלן קומען א למדן און לערנען אז די בחירה איז אויב ער זאל ווערן משוחד, איז דאס א אויסגעזויגענע למדנות, ווייל אין הקב״ה בא בטרוניא, מיר לעבן פארט אין א עולם הזה, סא אין אזא פאל קען קיינער נישט זאגן אז ער איז נישט משוחד, ווייל א מענטש איז כל כולו עוה״ז, אז עס איז כמעט אוממעגליך נישט צו ווערן משוחד.[/justify]
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
Re: השכלה וחורבנה (א)
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
Re: השכלה וחורבנה (א)
פרייוויליג האט געשריבן:[justify]די ארטיקל איז מצויין. איך קען נאר נישט כאפן וואס די שוחד פון די וועלט מיינט. וואס הייסט, ווען א מענטש קומט אראפ אויף די וועלט ווערט ער געבוירן א נולד משוחד? אויב נישט, דאן אין וועלכע יארגאנג ווערט די מענטש משוחד? אם תמצי לומר אז יעדער מענטש קומט אראפ אויף די וועלט משוחד דאן וואו איז די בחירה חפשית? אויב וועסטו זאגן אז במשך הימים ווערט ער משוחד, איז דאס ווייטער אין קאנטראדיקשען מיט בחירה. וועט וועלן קומען א למדן און לערנען אז די בחירה איז אויב ער זאל ווערן משוחד, איז דאס א אויסגעזויגענע למדנות, ווייל אין הקב״ה בא בטרוניא, מיר לעבן פארט אין א עולם הזה, סא אין אזא פאל קען קיינער נישט זאגן אז ער איז נישט משוחד, ווייל א מענטש איז כל כולו עוה״ז, אז עס איז כמעט אוממעגליך נישט צו ווערן משוחד.[/justify]
געזען לעצטענס א שיינע ספר, ארום די קובץ מאמרים, הערות ליקוטים און ביאורים (כאילו סוואלט געווען עפעס א ספר פון רב האי גאון, אבער שוין), הערליך שיין, ער טוט דורך די אלע סארט קשיות בעיון רב (רוב זאכן בלייבן בצ"ע, אבער שוין..)
אזא ספר וואלט געדארפט זיין פון די ספרי היסוד ביי אידן מאמינים וכ"ש ביי די א.ג. "יהדות הצרופה", אבער וואס זאל מען טון אז "ביי אונז האט מען עס נישט געלערנט"
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783