ערשט-האנטיגע אנעקדאטן אויף גדולי ישראל זצ"ל ושליט"א
- קפה נמס
- ידיד השטיבל
- הודעות: 253
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
- האט שוין געלייקט: 239 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 341 מאל
Re: ערשט-האנטיגע אנעקדאטן אויף גדולי ישראל זצ"ל ושליט"א
אגב, געוויסע פון די אויערבאך פראקציע טענה'ן אז אפילו זיין יארגאנג איז אויך פאלש, און ער איז באמת פיל יונגער...
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 391
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
- האט שוין געלייקט: 1303 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל
Re: ערשט-האנטיגע אנעקדאטן אויף גדולי ישראל זצ"ל ושליט"א
איך האב געהערט פון מיין טאטן, אז דער פאפער רב זצ''ל פלעגט פון קוה און ווייטער זאגן מיט דער טלית אויף דער פלייצע אן דעם שטריימל.
Sent from my SAMSUNG-SM-G530AZ using Tapatalk

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
רימון האט געשריבן:איך האב געהערט פון מיין טאטן, אז דער פאפער רב זצ''ל פלעגט פון קוה און ווייטער זאגן מיט דער טלית אויף דער פלייצע אן דעם שטריימל.

רימון: דאס טאר מען אין די היינטיגע אכשר דרא'דיגע צייטן נישט פארציילן. אזאלכע זאכן טאר מען אפילו נישט זאגן אויף'ן סאטמאר'ער רב זצ"ל...ספעציעל זייט די '70 יארן (נאך זיין סטראוק) ווען מ'האט איהם אנגעהויבן צו פארגעטערן...!
- געוואלדיג
- חבר ותיק
- הודעות: 3930
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
- געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
- האט שוין געלייקט: 6582 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל
רימון האט געשריבן:איך האב געהערט פון מיין טאטן, אז דער פאפער רב זצ''ל פלעגט פון קוה און ווייטער זאגן מיט דער טלית אויף דער פלייצע אן דעם שטריימל.
Sent from my SAMSUNG-SM-G530AZ using Tapatalk
וכך נהגו אצלינו, און די סיבה האב איך אמאל געהערט, ווייל אין א פלאץ וואס עס איז נישטא קיין ערוב מעג מען טראגן קליידער נאר כדרך השתמשותם, און אויב איז די טלית אויף די פלייצע נאר אין גאס איז א שאלה פון טלטול, האט מען פארדעם שוין ביי א חלק פון דאווענען געטראגן דעם טלית אזוי.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום געוואלדיג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-
-יין שרף-
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 391
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
- האט שוין געלייקט: 1303 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל
Re: ערשט-האנטיגע אנעקדאטן אויף גדולי ישראל זצ"ל ושליט"א
איך האב געהערט פון מיין טאטן, אז אין צעהלים איז געווען א בעל קורא וואס פלעגט פארטוישן א פּ מיט א פ, דער איד פלעגט אלעמאל טענהן וואס א חילוק פ אדער פּ, האט אים דער צעהלימער רב זצ''ל געזאגט, ביי אונז אין ביהמ''ד דאוונט א אידן מיט'ן נאמען פּנחס פישער, שטעלט אייך פאר איר רופט אים פנחס פּישער.
Sent from my SAMSUNG-SM-G530AZ using Tapatalk
Sent from my SAMSUNG-SM-G530AZ using Tapatalk
berlbalaguleh האט געשריבן:אדנירם האט געשריבן:יא, מער פון א בן שישים.
הרב שטיינמאן איז צוויי טעג צוריק געווארן 102 יאר אלט בליעה"ר עמו"ש. זיין יום הולדת איז י"ד אלול [געבוירן בשנת תרע"ד].
פרעגט תוס' א קשיא. אדער איז עס אפשר א קצות, אדער א נתיבות...אויב זיין יום הולדת איז י"ד אלול, וויאזוי קען עס זיין צוויי טעג צוריק...? ס'איז דאך יעצט בערך נאנט צו מיטן חשון...כ'האב א תירוץ. אבער איך וויל הערן פון די אנדערע גאונים...
פשוט'ע טעות הדפום [בדוקא...], געמיינט צו שרייבן חשון.
[center]ה.[/center]
מיין אויבנדערמאנטער מגי"ש אין ישיבה - היבש יונגער פון מיין טאטע - האט גראדע מוסיף געווען אן אינטרעסאנטע מעשה איבער הרב שטיינמאן, וואס ער האט צוגעזען זייענדיג א תלמיד הישיבה. אז ארום 25 יאר צוריק ביים ערשטן גאלף קריג קעגן סאדאם כוסעין, האט דער רשע ווי באקאנט געשיקט סקאד מיסילס קיין ארץ ישראל, און דער עולם איז געלאפן אין די 'מקלטים' [פארזיכערטע קעלערן] ווען די סירענעס האבן געפיפן. האט ער מעיד געווען, אז הרב שטיינמאן איז ווייטער געבליבן זיצן און לערנען אין ביהמ"ד כאילו לא הי', און איז זיך ניטאמאל געגאנגען באהאלטן!
אגב, כ'האב געהערט כמה פעמים אז רבי חיים קנייבסקי האט אויך אזוי געטון, וטעמו ונימוקו עמו אז דער חזו"א האט געזאגט אז אין ב"ב וועלן נישט פאלן קיין באמבעס, און דערפאר דארף מען נישט מורא האבן בכלל. [יתכן אז דאס איז דער טעם פון הרב שטיינמאן אויך, וואס האלט זיך פאר א שטיקל תלמיד פונעם חזו"א].
און אז מ'רעדט שוין פון רבי חיים קנייבסקי, דערציילט מיין טאטע, אז היות ער האט געוואוינט העכער מיין טאטנס דירה וכנ"ל, האט ער געהאט די פריווליגיע אריינצוקומען ווען אימער ס'האט אים אנגעשמעקט, צו רבי חיים'ן אינדערהיים. אנדערש ווי היינט, ווען ער איז איינער פון די ליטווישע מנהיגי הדור, און דער סאמער ליטווישער 'צדיק הדור', צו וועם מ'קומט זיך קוויטלן און וואונטשן, איז ער דעמאלס געווען 'פרי פאר אלל'... ווער ס'האט געוואלט האט געקענט אריינקומען, און קיין 'ליין' פון מענטשן איז נישט געווען. הכלל, האט ער דעמאלס געזען די 'אינטרעסאנטע' חלק פון רבי חיים'ן, אז כאטש קיין שטותים האט מען נישט געקענט רעדן מיט אים, אבער 'טשיקאווע זאכן' אין לערנען, האט מען געקענט רעדן מיט אים, און ער פלעגט אסאך מאל זיין אין אן אויפגעלייגטע געמיט ווען מ'פלעגט אים פרעגן אינטרעסאנטע ענינים. ['וואס' מ'האט אים געפרעגט, געדענקט שוין נישט מיין טאטע. ער האט מיר אמאל געזאגט, אז ווען ער ווייסט ווען אז די צוויי אידן, הרב שטיינמאן און רבי חיים קנייבסקי, גייען איין טאג זייין די 'האט אייטעם' אין ישיב'ישן וועלט, וואלט ער אראפגעשריבן בשעתו וואס ער האט אלס מיטגעהאלטן...].
פארט אבער, איז מיין טאטע ווייניג ארויף רעדן מיט רבי חיים קנייבסקי, ווייל זעענדיג זיין אבנארמאלע שקידה בתורה - א זאך וואס גייט שוין אן צענדליגע יארן נאכאנאנד - האט מיין טאטע געשפירט אז ער קען אים נישט מבטל תורה זיין פאר זיינע 'קליינליכע' זאכן... [נאך א סיבה האט ער געהאט דערצו, אבער ס'וועט צואווארטן צום קומענדיגן תגובה].

[center]ו.[/center]
אנדערש ווי ביי חסידים, וואס די רבי'שע קינדער מאכן א לעבן פון קהל'ס געלטער, איז רבי חיים קנייבסקי געווען אן עני מרוד בחיי אביו - וואס דער סטייפלער בשעתו איז געווען דער סאמער ליטווישער גדול הדור. אפגערעדט אז ער האט נישט געהאט קיין משב"ק'ים, אבער אפילו קיין געלט האט ער נישט געהאט. מיין טאטע האט מיר דערציילט, אז יענע תקופה פלעגט די רעביצין איינקויפן באקסעס מיט אייער, און מ'פלעגט פארקויפן 'טבלא'ך' [אזעלכע שורות פון אייער] פאר מענטשן וואס זענען געקומען 'שטיצן' רבי חיים'ן. ער געדענקט נאך ווי רבי חיים'ס קינדער פלעגן אראפגיין די טרעפ פון זייער דירה, מיט די פושקעלעך אייער אויף זייערע קעפ... און פון דעם האט מען געלייזט א דאלער [שפעטער האבן מיר אנדערע דערציילט, אז דאס איז נישט געווען פאר זיין פרנסה, נאר די רווחים האבן זיי געגעבן פאר צדקה].
מיט אזא דחקות אין שטוב, איז פארשטענדליך די נעקסטע אינטרעסאנטע אנעקדאט. ווען מיין טאטע פלעגט ארויפגיין צו רבי חיים פרעגן א שאלה, פלעגט די רעביצין ע"ה שטיין אין א זייט, און ווען מ'איז ארויס האט זי געוויזן די ספרים וואס איר מאן האט ארויסגעגעבן, און געפרעגט אויב איינער וויל קויפן א ספר. פון דעם האבן זיי געלעבט. געוויסע פון די ספרים - וואס זענען ע"פ רוב נישט נוגע פאר א בחור, זייענדיג געשריבן איבער מאדנע מקצועות התורה וואס איז כמעט נישט נוגע בזמנינו - ליגן טאקע ביי מיין טאטן אינדערהיים. אבער וואס האט מען פון א מסכת חגבים, כותים, עבדים, עגלה ערופה, וכו'?... און היות מיין טאטע האט שווער געקענט אפזאגן ווייל זי פלעגט זיך בעטן, און פון די אנדערע זייט האט מיין טאטע אויך נישט געהאט קיין געלט, האט דאס אים אויך צוריקגעהאלטן פון ארויפגיין צו רבי חיים קנייבסקי...
ווייטער ביים סטייפלער, פלעגט מיין טאטע יא מער ארויפגיין, זייענדיג נערץ ומקודש ביי חסידים ווי ליטאים צוגלייך. אבער אויב מ'איז אריינגעקומען בעטן א ברכה פון אים, פלעגט ער שנעל נערוועז ווערן, און צומאל פלעגט ער זיך אזוי שטארק אויפרעגן אז ער האט יענעם געקענט פארשיקן פון שטוב. דערפאר, ווען מיין טאטע פלעגט ארויפגיין צו אים, האט ער זיך צוגעגרייט עפעס א שאלה אין לערנען אים צו פרעגן, און נאכן רעדן אין לערנען האט מען יא געקענט 'אינאיינוועגס' אריינכאפן א ברכה...
גראדע איינמאל, האט ער יא ממש 'ארויסגעווארפן' בטעות מיין טאטן, אין א מאדנע עפיזאד וואס האט זיך אפגעשפילט. אבער דאס וועט שוין צואווארטן צום קומענדיגן תגובה.

[center]ז.[/center]
איינמאל איז מיין טאטע ארויף אום חודש אלול כמדומה, צום סטייפלער זצ"ל. דער סטייפלער איז דאן געווען אנערקענט אינעם גאנצן וועלט אלס גאון וקדוש, און חסידים, ליטאים, און ספרדים, זענען געקומען בעטן א ברכה פון אים. היות מ'האט געהאלטן בעפאר די ימי הדין, זענען אסאך מענטשן דאן ארויף צו אים בעטן א ברכה. ווי אויבנדערמאנט, פלעגט דער סטייפלער נערוועז ווערן דערפון [ער איז נאך געווען א ריכטיגער 'רוסישער', ער האט געקענט ווערן נערוועז און גערעגט], ער האט נישט געהאט קיין צייט פאר דעם זייענדיג שקוע כל כולו בתורה.
אלענפאלס, מיין טאטע איז ארויף צו אים און כדרכו געפרעגט עפעס א שאלה אין לערנען, האפנדיג צו בעטן א ברכה לאחר המעשה כדרכו. אבער דער סטייפלער - וואס האט כידוע נישט גוט געהערט אין די שפעטערע יארן - האט געמיינט אז ער קומט סתם בעטן א ברכה, און ער האט אים געזאגט אז ער האט שוין נישט קיין כח פאר קיין ברכות און ער זאל ארויסגיין פון דא. מיין טאטע האט אים מסביר געווען אז ער וויל פרעגן א שאלה אין לערנען, אבער דער סטייפלער איז שוין געווען אין א נערוועזע געמיט אין האט אים ניטאמאל אויסגעהערט נאר אנגעהויבן שרייען אז ער זאל זאפארט ארויסגיין.
מיין טאטע, האט תמימות'דיג געמיינט אז ער וועט נאך 'אויפקלערן' דעם סטייפלער איבער זיין טעות, און האט אים פרובירט צו זאגן אז ער וויל סך הכל פרעגן א שאלה אין לערנען, אבער דאס האט נאר מער אויפגערעגט דעם סטייפלער, אזש ער האט זיך ממש גענומען שרייען קולות אז מיין טאטע זאל רחמנות האבן אויף אים און אים אפלאזן, ער האט שוין נישט קיין כח פאר די אלע ברכות וכו'. אזוי איז דאס אנגעגאנגען פאר צוויי מינוט - ווען מיין טאטנס חברים בעטן אים ער זאל זיך שוין גיין פון דארט, ציטערנדיג פונעם סטייפלער, ביז ענדליך האט מיין טאטע געזען אז ס'נישטא וואס צו מאכן, און ער איז ארויס בפחי נפש... עד היום זאגט מיין טאטע אז אפשר האט דער סטייפלער'ס הקפדה געשאדט ערגעץ וואו...
אבער געווענליך האט ער יא געענטפערט שאלות. איין מאל איז מיין טאטע אריין מיט זיינע חברים בישיבת גאון יעקב, וואס ווי אויבנדערמאנט האבן דארט געלערנט א מספר חסיד'ישע בחורים. און היות דער סטייפלער איז במקורו געווען א חסיד'יש קינד [ער האט געהייסן 'יעקב ישראל' נאך רבי יעקב ישראל טשערקאסער, בן רבי מרדכי מ'טשערנאביל. אלס קינד פלעגט ער לערנען מיט זיין טאטן ספרי רבי מרדכי דוב מ'הארנאסטייפל, וואו ער האט געוואוינט. ומשם שם הכינוי 'סטייפלער' גאון], האט מיין טאטע אים געפרעגט בדווקא די קומענדיגע שאלה: אויב א חסיד'ישע בחור לערנט אין א ליטווישע ישיבה, צו דארף ער זאגן 'נקדישך' כמנהג בית אביו, אדער דארף ער זאגן 'נקדש' כמנהג המקום [וה"ה כלפי די אנדערע חילוקים]. דער סטייפלער האט געענטפערט, אז זיי זענען נישט מחויב צו זאגן כמנהג המקום, אבער אויך נישט כמנהג אבותם, זיי מעגן דאווענען מיטן חסיד'ישן נוסח אבער נאר שטילערהייט משום 'לא תתגודדו'.
אבער ער האט צוגעלייגט, אז ס'איז פארט בעסער זיי זאלן דאווענען מיטן ליטווישן נוסח, ווייל אויב זיי וועלן דאווענען מיטן חסיד'ישן נוסח וועט אפשר א חסיד'ישע בחור זיך צוקאכן ביים דאווענען און זאגן הויך דעם חסיד'ישן נוסח, און דאס איז אוודאי נישט אויסגעהאלטן... [אזא 'חסיד'ישע סטיל' תירוץ].

- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
ח
החסיד ר' יעקב יוסף מבית חיים יהושע האט אמאל געפרעגט הגאון ר' אליעזר סילווער מסינסינעטי והמדינה איבער א הארבע ר"ע איגר, האט ר"א זיך גענומען לאכן...
וואס איז דאס? פרעגט רי"י.
הער זיך איין, איז איהם ר"א מסביר, איך האב זיך נאך מתווכח געווען מיט ר' מאיר שמחה און מיט ר' חיים עוזר, און איך האב זיי אלע מנצח געווען... און זיי זענען דאך געווען אסאך גרעסער פון ר"ע איגר... קומסטו מיר פרעגן פשט אין א ר"ע איגר?...

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 391
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
- האט שוין געלייקט: 1303 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל
Re: ערשט-האנטיגע אנעקדאטן אויף גדולי ישראל זצ"ל ושליט"א
איך האב געהערט פון מיין טאטן אז לערנענדיג אין נייטרא פלעגט החסיד ר' יעקב יוסף יעדן שבת אינדערפרי גיין צופיסנס א ווייטן מהלך ביז צום נענטסטן קעסטל פון דער ניו יארק טיימס, צו קריגן די לעצטע אפדעיטס איבער די ספארטס, אבער א גאנצע וואך האט מען נישט געדארפט גיין, ווייל די טיימס איז געווען צו קריגן בהישג יד.
אויך האב איך געהערט פון מיין טאטן אז ער איז געווען א חשוב'ער בחור, און פלעגט פירן מיט זיין אויטא די סאטמארער בחורים נאכ'ן זמן, אנצוקומען צום רבינס שלש סעודות תורה.
Sent from my SAMSUNG-SM-G530AZ using Tapatalk
אויך האב איך געהערט פון מיין טאטן אז ער איז געווען א חשוב'ער בחור, און פלעגט פירן מיט זיין אויטא די סאטמארער בחורים נאכ'ן זמן, אנצוקומען צום רבינס שלש סעודות תורה.
Sent from my SAMSUNG-SM-G530AZ using Tapatalk
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
רימון האט געשריבן:איך האב געהערט פון מיין טאטן אז לערנענדיג אין נייטרא פלעגט החסיד ר' יעקב יוסף יעדן שבת אינדערפרי גיין צופיסנס א ווייטן מהלך ביז צום נענטסטן קעסטל פון דער ניו יארק טיימס, צו קריגן די לעצטע אפדעיטס איבער די ספארטס, אבער א גאנצע וואך האט מען נישט געדארפט גיין, ווייל די טיימס איז געווען צו קריגן בהישג יד.
אויך האב איך געהערט פון מיין טאטן אז ער איז געווען א חשוב'ער בחור, און פלעגט פירן מיט זיין אויטא די סאטמארער בחורים נאכ'ן זמן, אנצוקומען צום רבינס שלש סעודות תורה.
Sent from my SAMSUNG-SM-G530AZ using Tapatalk
רימון: א שאד ער האט מיך נישט געפרעגט. איך וואלט איהם למשל געקענט זאגן א גאנצן פשט'ל איבער די סוגיא פארוואס די מעטס האבן פארלוירן די וואוירלד סיעריעס...און משלב זיין מיט א צפנת פענח אדער א קצות ...
ונבנתה העיר האט געשריבן:החסיד ר' יעקב יוסף מבית חיים יהושע האט אמאל געפרעגט הגאון ר' אליעזר סילווער מסינסינעטי והמדינה איבער א הארבע ר"ע איגר, האט ר"א זיך גענומען לאכן...
וואס איז דאס? פרעגט רי"י.
הער זיך איין, איז איהם ר"א מסביר, איך האב זיך נאך מתווכח געווען מיט ר' מאיר שמחה און מיט ר' חיים עוזר, און איך האב זיי אלע מנצח געווען... און זיי זענען דאך געווען אסאך גרעסער פון ר"ע איגר... קומסטו מיר פרעגן פשט אין א ר"ע איגר?...
דאס האב איך שוין געליינט אויף ר"א סילווער, אז ער האט געהאלטן דעם אור שמח מיט רבי חיים עוזר פאר ת"ח [אפשר דארף מען ארויסנעמען רבי חיים עוזר און אריינלייגן דעם ראגאטשאווער], און דעם חפץ חיים פאר א פשוט'ער ע"ה. אבער דאס אז ער האט אזוי ווייניג געהאלטן פון רעק"א איז מיר אויך א חידוש...
אלענפאלס, היות דער אשכול איז פאר 'ערשט האנטיגע אנעקדאטן', אפשר געבסטו די מקור פון וואו דו האסט געהערט די טשיקאווע מעשה? פון רבי יעקב יאסעלע אליין?
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
פון החסיד ר' בנציון ליפשיץ מפי רי"י.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
רימון האט געשריבן:איך האב געהערט פון מיין טאטן, אז אין צעהלים איז געווען א בעל קורא וואס פלעגט פארטוישן א פּ מיט א פ, דער איד פלעגט אלעמאל טענהן וואס א חילוק פ אדער פּ, האט אים דער צעהלימער רב זצ''ל געזאגט, ביי אונז אין ביהמ''ד דאוונט א אידן מיט'ן נאמען פּנחס פישער, שטעלט אייך פאר איר רופט אים פנחס פּישער.
Sent from my SAMSUNG-SM-G530AZ using Tapatalk
רימון: דער לייק איז פאר'ן פיקחות פון צעהלימער רב, זצ"ל...!
[center]ח.[/center]
א טשיקאווע עפיזאד האט זיך איינמאל אפגעשפילט ביים סטייפלער. מיין טאטע איז ארויף צו אים אין שטוב קויפן איינע פון די ספרי 'קהלת יעקב' פונעם סטייפלער, און דער שקל איז דעמאלס געווען אין דער ערד [דאכט זיך מיר, אז יענע תקופה האט מען טאקע צוליב דעם געטוישט פונעם שקל צום שקל חדש/ש"ח]. ווען ס'איז געקומען צום באצאלן, האט מיין טאטע ארויסגענומען די סכום שקלים וואס דאס האט געקאסט, און דער סטייפלער האט זיך אנגערופן בדרך הלצה, אז ער ווייסט נישט צו מ'מעג צאלן מיט שקלים, ווייל אפשר האט עס נישט קיין דין שוה פרוטה...
[center]***[/center]
צוריקגייענדיג צום משגיח אין ישיבה, הרב שניידער [וואס ווי אויבנדערמאנט האט ער נישט געקענט אראפשלינגען די פאקט אז געוויסע בחורים האבן געשפילט שאך אין די דירה וואו דער סטייפלער האט אמאל געוואוינט...]. זאגט מיר מיין טאטע, אז עס ליגט אים אין די ביינער די שאגת ארי פונעם משגיח: 'אלול איז יע א בער'...! ומעשה שהי' כך הי': געווען אמאל א משגיח אין עפעס א ישיבה, וואס האט געזאגט אז 'אלול איז א בער'! וועלנדיג מגדיר זיין אימת הדין. האט א בחור זיך אנגערופן אז ס'איז נישט ממש א בער, ס'איז א גוזמא. האט יענע משגיח אים געענטפערט, אז ער האט א ראי' אז ס'איז יא א בער, ווייל דוד המלך איז מעיד אויף זיך 'גם את הארי גם הדוב הכה עבדיך', און אעפ"כ האט ער זיך געבעטן ביים באשעפער 'אל תבוא במשפט את עבדיך'... זעט מען פון דעם אז דער משפט איז מער שרעקעדיג פון א בער, נו איז א ראי' אז 'אלול איז יע א בער'...!
ומעשה גוררת מעשה. ווי אויבנדערמאנט, איז דער משגיח געווען זייער א פרומער וואס א שמייכל ביי אים איז געווען בבל יראה ובל ימצא. איז דארטן אין ישיבה געווען א בחור, א לץ עצום, וואס האט געמאכט ליצנות אזש די קישקעס האבן זיך געקענט פארדרייען פון זיינע ווערטלעך [כ'ווייס ווער דער מדובר איז]. אבער ווען ער האט געוואלט, האט ער געקענט אנשטעלן א תמ'עוואטישע פנים, אז נאר! הקיצור, איינמאל האט זיך עפעס פארזינדיגט און ווען דער משגיח האט אים פארגעהאלטן האט ער אים געענטפערט עפעס א ווערטל. דאס איז געווען די סאמע שפיץ עבירה וואס א בחור האט נאר געקענט טון: 'ליצנות'?! דער משגיח האט אים געוואלט שארף אפענטפערן, און ער האט אים געזאגט 'איר זענט א לץ'! דאס האט געמיינט ביי אים דאס ארגסטע, ווי מ'זאל היינט זאגן פאר א בחור דו ביזט אן אפיקורס... יענער בחור, א לץ מיט א תמ'ישע מאסקע, האט אויפן פלאץ צוריקגעענטפערט דעם משגיח: 'דער משגיח מיינט צו זאגן, אז ווען איך וואלט געלעבט אין די צייטן וואס אברהם האט געבוירן יצחק, וואלט איך געווען פון די וואס האבן געזאגט "מאבימלך נתעברה שרה"?!'... [מיינענדיג מרמז צו זיין אויפן רש"י ריש פרשת תולדות, אז די ליצים אין יענע דור האבן אזוי געזאגט].

אדנירם: איין קליינע, פאקטועלע תיקון טעות: פאר מ'האט געטוישט צו שקל חדש, איז די גאנגבארע מטבע אין ארץ ישראל געווען..."לירה" ישראלית. אדער ל"י. ס'איז טאקע געווען שטארק אין די אדמה, האט די רעגירונג דאמאלס ארויסגעגעבן דעם ..."שקל חדש", אדער "ש"ח". דאס איז ווערט געווען בערך צען מאל אזויפיל ווי די ל"י...!
[center]ט.[/center]
צוריקגייענדיג צו הרב שטיינמאן, האט מיין טאטע מיר מעיד געווען, אז שוין דעמאלס - איבער דרייסיג יאר צוריק, אין א דור פון ענקי הרוח - האבן די בחורי הישיבה געהאט א געוואלדיגע יראת הכבוד פונעם ראש ישיבה הרב שטיינמאן, זעענדיג אין אים א ריכטיגער איש אלקים קדוש. ער האט קיינמאל, אבער קיינמאל, נישט געהויבן זיין שטימע, ער איז קיינמאל נישט געווען בכעס, און מ'האט קיינמאל נישט געזען אז ער זאל זיך פארלירן. אלע זיינע ווערטער, און אפילו זיינע באוועגונגען, זענען געווען געמאסטן. און די בחורים האבן באשיינפערליך געשפירט אז ער איז נישט סתם 'נאך א ראש ישיבה', נאר ער האט געהאט אן ערנסטן מינע אויסגעשפרייט אויפן געזיכט וואס האט געשריגן פון יראת שמים, און זיינע מורא'דיגע מידות און אצילות הנפש האט יעדער קלאר געזען און געשפירט אין דעם דור דעה פונעם סטייפלער.
[center]***[/center]
ווייטער איז געווען אין זעלבן בנין הגאון רבי גדלי' נדל זצ"ל. רבי גדלי' איז געווען מגדולי תלמידי החזו"א, און איז געווען א מורא'דיגער מח, און בעל השקפה מעמיק. אבער זיינע שיטות זענען אסאך מאל געווען ראדיקאל [מיינט נישט אז אומגערעכט], און האבן צוביסלעך אויפגערעגט דעם ליטווישן וועלט וואס האט אים אויסגעשפיגן מקרב המחנה. פארט אבער האט ער געהאט זיין מקום של כבוד בין תלמידי החזו"א, און ווי די אנדערע תלמידי החזו"א האט ער קובע משכנו געווען אינעם לעגענדארן שול 'לעדערמאן'.
מיין טאטע דערציילט מיט התפעלות, וואס ער פלעגט זען אלס קביעות'דיגער זאך מדי שבוע בשבוע ביי רבי גדלי' נדל, אז פרייטאג נאכמיטאג פלעגט ער אנשטעלן דעם שבת זייגער אין ביהמ"ד, ווען די לעקטער זאל זיך אנצינדן און אויסלעשן וכו'. דאס איז געווען כאטש ער איז געווען א בעל שיעור קומה, האט ער אבער געטון די ארבעט פון א שמש אין שול, מרוב חביבות המצוה! [דערמאנט אביסל פונעם לעגענדע וואס מ'דערציילט אויף רש"י'ס פאטער].
איינמאל האט זיך מיין טאטן פארגלוסט צו פרעגן רבי גדלי'ן א מאדנע פראגע, וויסנדיג אז רבי גדלי' האט זיך זיין אייגנארטיגע מקוריות'דיגע מהלך המחשבה, און ער איז ארויף מיט זיינע חברים צו אים אינדערהיים פרעגן אויב להלכה מעג מען גנב'ענען געלט פון די מדינה, אדער ס'הייסט גניבה... רבי גדלי' האט גלייך פארשטאנען מיט וועמען ער האנדלט דא, און ער האט זיי שנעל אפגע'פטר'ט זאגנדיג אז 'מ'טאר נישט גנב'ענען', און האט זיך גלייך אפגעזעגנט פון זיי...

- יב הלוי סאלאווייטשיק
- ידיד השטיבל
- הודעות: 194
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 04, 2015 6:10 pm
- האט שוין געלייקט: 362 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 191 מאל
ערשט-האנטיגע אנעקדאטן אויף גדולי ישראל זצ"ל ושליט"א
רבי גדלי' איז געווען מגדולי תלמידי החזו"א, און איז געווען א מורא'דיגער מח, און בעל השקפה מעמיק. אבער זיינע שיטות זענען אסאך מאל געווען ראדיקאל [מיינט נישט אז אומגערעכט], און האבן צוביסלעך אויפגערעגט דעם ליטווישן וועלט וואס האט אים אויסגעשפיגן מקרב המחנה.
ראדיקאל׳ע שיטות... דהיינו...?
פרוש דברך...
וויינוג באקאנט מיט דעם גדול...
ראדיקאל׳ע שיטות... דהיינו...?
פרוש דברך...
וויינוג באקאנט מיט דעם גדול...
!..A Lonely Man of Faith
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%92%D7 ... 7%93%D7%9C
גאר שארפע שיטות בנוגע עוואלוציע, די מבול, ועוד דברים רבים עד אין קץ. עי' בכתביו ותמצא נחת. אולי יום אחד אכתוב עליו ב'אנשי שם'.
גאר שארפע שיטות בנוגע עוואלוציע, די מבול, ועוד דברים רבים עד אין קץ. עי' בכתביו ותמצא נחת. אולי יום אחד אכתוב עליו ב'אנשי שם'.
- יב הלוי סאלאווייטשיק
- ידיד השטיבל
- הודעות: 194
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 04, 2015 6:10 pm
- האט שוין געלייקט: 362 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 191 מאל
Re: ערשט-האנטיגע אנעקדאטן אויף גדולי ישראל זצ"ל ושליט"א
אהא
די וויזניצע מורדים זענען זיינע תלמודים... הייב איך אן פארשטיין ווי אזא מודנע מציאות ווי
הרב אליעזר דוד פאל ממונסי, זצ״ל איז צישטאנד געקימען...