שרגא האט געשריבן:
וועלכע ספעציפישע פראבלעם האסטו מורא קען זיך אנטוויקלען מיט דיין בחור'ל אויב האט ער פרייע צוטריט צום אינטערנעט?
פארשידנס. וואטס יור פויאנט?
שרגא האט געשריבן:
וועלכע ספעציפישע פראבלעם האסטו מורא קען זיך אנטוויקלען מיט דיין בחור'ל אויב האט ער פרייע צוטריט צום אינטערנעט?
רואיק האט געשריבן:שרגא האט געשריבן:
וועלכע ספעציפישע פראבלעם האסטו מורא קען זיך אנטוויקלען מיט דיין בחור'ל אויב האט ער פרייע צוטריט צום אינטערנעט?
פארשידנס. וואטס יור פויאנט?
שרגא האט געשריבן:רואיק האט געשריבן:שרגא האט געשריבן:
וועלכע ספעציפישע פראבלעם האסטו מורא קען זיך אנטוויקלען מיט דיין בחור'ל אויב האט ער פרייע צוטריט צום אינטערנעט?
פארשידנס. וואטס יור פויאנט?
כ'וועל דיר שוין זאגן. קודם ביטע געב מיר איין שורה צו מסביר זיין וועלכע חלק ספעציפיש האסטו מורא אז דיין בחור'ל איז נישט געראטן צו האבן אינטערנעט עקסעס?
רואיק האט געשריבן:שרגא האט געשריבן:רואיק האט געשריבן:שרגא האט געשריבן:
וועלכע ספעציפישע פראבלעם האסטו מורא קען זיך אנטוויקלען מיט דיין בחור'ל אויב האט ער פרייע צוטריט צום אינטערנעט?
פארשידנס. וואטס יור פויאנט?
כ'וועל דיר שוין זאגן. קודם ביטע געב מיר איין שורה צו מסביר זיין וועלכע חלק ספעציפיש האסטו מורא אז דיין בחור'ל איז נישט געראטן צו האבן אינטערנעט עקסעס?
די אינטערנעט איז פול מיט כל ערליי שטותים און מ׳דארף צוגיין דערצו מיט א מהלך פון תוכו אכל קליפתו זרק. א יונג בחור׳ל איז נאך נישט דעוועלאפט גענוג. לויט לעצטיגע ברעין סקענס ווערט די מוח ערשט אינגאנצן אנטוויקלט ביי די פיר און צוואנציג, ואם אין דעת הבדלה מנין...
קארל האט געשריבן:שרגא, יו לאסט מי. איך האלט קלאר אז ערוואקסענע מענטשן דארפן זיין בכח צו קענען האבן דעם אינטערנעט און זיך ספראווען מיט די פאטענציאלע פראבלעמען. איבער דער וועלט הערט מען בכלל נישט אז דער אינטערנעט זאל מאכן אזעלכע חורבנות, פארקערט עס ברענגט גאר גוטע זאכן פאר יעדן. יא, אמת, ביי חרדישע אידן האט עס געברענגט גרויסע פראבלעמען, אריינגערעכנט כפירה, זנות און גיטין, אבער דאס איז נישט א רעזולטאט פון דעם אינטערנעט פער סעי, נאר א קאנסעקווענץ פון אונזער פארמאכטן חינוך. פוק חזי די סטאטיסטיקס פון חרדישע גיטין אין די לעצטע פופצן יאר - בעת ביי חרדים האט זיך עס שטארק פארמערט, איז עס אין אלגעמיין געבליבן זייער סטאביל.
אויף דעם ארויף זאג איך אז חינוך איז די עצה, און איך מיין נישט אז מ׳זאל ״מחנך״ זיין ווי שעדליך דער אינטערנעט איז, נאר א שפאגל נייעם חינוך סיסטעם וואס רייסט ארויס דעם לעצטיגן סיסטעם פון פארמאכטקייט און מיסאינפארמאציע.
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:קארל, איך בין מיט דיר (מער-ווייניגער) מסכים.
שרגא האט א פאינט (הגם ער האט עס נישט דערזאגט) אז "למעשה" איז דער חרדי'שער סאסייעטי אויסגעשטעלט אז דער יחיד זאל פארן אויף א טרעק, אנשטאט אליין שפאנען אויפ'ן דרך החיים. דער אינטערנעט איז א פראבלעם, ווייל דארט איז נישטא קיין קאנטראל, במילא איז דער יחיד סך מער אויסגעשטעלט אראפצוקריכן פון דער באשטימטער ליניע. (איך בין נישט זיכער אז דאס האסטו, שרגא, געהאט אין זינען, והוא רחום יכפר וכו'.)
איך בין אבער פארט גענויגט צו טראכטן ווי קארל, ווייל "למעשה" איז דער אינטערנעט א פאקט; ס'איז א מציאות וואס איז דא און איז טייל פונעם לעבן. דערפאר קענען די אלטע מיטלען דא פשוט נישט קיין סך אויפטאן. איך קוק עס אן ווי מיר, די חרדי'שע געזעלשאפט, האלט אינמיטן טראנספארמירט ווערן. דער מהלך פון בויען מויערן און טאן אלעס וואס מעגליך צו פארשטאפן לעכער -- זיכער מאכן אז אלע בלייבן אינעווייניג און אז אינעווייניג זאל אלעס פארן ווי ס'דארף צו זיין, וועט נישט ארבעטן פאר צו לאנג נאך. דערפאר דארף דער פאקוס זיך פארקירעווען פון אנהאלטן דעם עולם צו אויפבויען יחידים בתורת יחידים. דער געוואונטשענער וועג וואלט געווען עפעס א מין מיזוג פון ביידן. וואס און וויאזוי, ווייס איך נישט. וואלט איך יא געוואוסט, וואלט איך דאך געזעצן ביים מייק אנשטאט שרייבן אין "קאווע שטיבל".
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:שרגא,
דערלויב מיך צו שפילן "טייוול'ס אדוואקאט". קארל און אנדערע זענען סקעפטיש צו דער אסיפה ווייל זיי האלטן אז דער פועל יוצא וועט זיין 1. א ריי גזירות, וואס 2. וועלן במילא נישט ברענגען קיין רעזולטאטן.
איך (דהיינו, נישט-טייוול, נישט-אדוואקאט) זאג עס נישט; איך האף אז די וואס שטייען אונטער דער אסיפה זענען מענטשן וואס צילן צו תכלית. איך טראכט נאר אז דאס איז די סיבה צו דער צינישער רעאקציע ביי א סך מענטשן - אריינגערעכנט ערנסטע יונגעלייט, וואס וואלטן זייער שטארק יא געוואלט זען עפעס א תיקון.
שרגא האט געשריבן:זייער שיין סאמערייזט.
יעצט איך האלט אז מען דארף זיי געבן א שאנס. לאמיר זיי נישט גלייך אויסלעשן דעם מייק נאך איידער די דרשה, נאר לאמיר זיי לאזן קומען צום ווארטן און זען וואס זיי גייען פרובירן טאן.
אויך, וויבאלד עס רעדט זיך פון אזא ערנסטע זאך וואס קען ממש אפעקטירן דעם גאנצן צוקונפטיגן דור, ווייל רעאליסטיש גערעדט וועלן אין עטליכע יאר רוב בחורימלעך קענען האבן אומזיסט א סמארט-פאון אין טאש, סאו אויב איינער האט אביסל ערנסטקייט און וויל אז די צוקונפטיגע דורות זאלן זיך האלטן, נישט דוקא צום ויואל משה נאר צום שו"ע, וואלט נישט געדארפט אוועקמאכן אזא מערכה מיט א ביטול, אפגעזען אלע שיינע תירוצים פארוואס מען האט נישט ליב "וויאזוי" מען מאכט די מערכה. איך פריי מיך אז עס איז דא איינער וואס פרובירט כאטש עפעס טאן.
amechiya האט געשריבן:האסט דאך געענטפערט ממש צום זאך.
ווען מ'רעדט פון די חרבנות וואס די איטערנעט מאכט אן, רעדט מען וואס איז נוגע פאר אונז און על בנינו ועל דורותינו, און נישט פון די גוישע וועלט. חז"ל האבן אונז געלערנט הרחק מן הכיעור ודומה לו, מיטן אינטערנעט ברענגט מען עס אריין אין שטוב, פארדעם פעלט זיך אויס א פילטער פאר זיך, און מאכן זיכער אז די קינדער האבן בכלל נישט קיין צוטריט דערצו.
קול גדול האט געשריבן:amechiya האט געשריבן:האסט דאך געענטפערט ממש צום זאך.

אונז האבן פונקט די זעלבע רעכטן ווי יעדער, למה נגרע? פארוואס זאלן אונז נישט קענען געניסן פון אזעלכע עלעמענטארע רעכטן ווי פרייהייט פון אינפארמאציע אן קיין צענזור, פרייהייט פון אויסדרוק, א.א.וו
אזויווי ס'שטייט אין די תורה וקראת דרור בארץ, ס'זאל זיין פרייהייט אינעם לאנד, נישט קיין דיקטאטורישע הערשאפט וואס האלט אונז פארשפארט ווי קנעכט.

chasid האט געשריבן:ARE YOU JEWISH??
שרגא האט געשריבן:אקעי, רואיק, דו ווילסט נישט ארויסזאגן קלאר וועלכע פראבלעם דער אינטערנעט קען פירן צו דיין קינד, וועל איך מוזן צוקומען צום פונקט.
איך האב געקלערט אז אויב איך זאל אנהייבן מיט לאנגע הסבירים איבער די רוחנית'דיגע געפארן פונעם אינטערנעט, וועסטו אלץ קענען מסביר זיין עפעס פארקערט און פארואוס עס איז נישט קיין פראבלעם. צו שפארן צייט און ווערטער, האב איך ענדערש געוואלט הערן איין נקודה וואס דאס ביסטו כאטש אויך מודה אז עס קען זיין א געפאר פאר דיין קליינעם בחור'ל, און דאן קען איך דיר גרינגער פארשטיין געבן אז גענוי די זעלבע פראבלעם איז אויך פאר "גרויסע מענטשן".
יעצט וואס איך האב געקענט ארויסקראצן פון דיר איז אז "די אינטערנעט איז פול מיט כל ערליי שטותים און מ׳דארף צוגיין דערצו מיט א מהלך פון תוכו אכל קליפתו זרק. א יונג בחור׳ל איז נאך נישט דעוועלאפט גענוג. לויט לעצטיגע ברעין סקענס ווערט די מוח ערשט אינגאנצן אנטוויקלט ביי די פיר און צוואנציג, ואם אין דעת הבדלה מנין...". יעצט וויל איך דיר פרעגן, דו האלטסט טאקע אז גרעסערע מוחות האבן יא דעם שכל צו קענען מבחין זיין צווישן די כל ערליי שטותים און קענען יא אויסזויגן דאס עסן און אוועקווארפן די שאלעכץ? אדער האבן דען די ערוואקסענע יא די גבורה צו קענען אויסמיידן די שקאצעריי, און טאקע טאג איין און טאג אויס? האלטסט טאקע אז דער אינטערנעט קען נישט אוועקפירן דעם עלטערן מענטש אין כאזעריי שטאל אדער כפירה קלויז?
דו קלערסט טאקע אז די סכנה שטעלט זיך אפ ווען מ'ווערט פיר און צוואנציג? כ'מיין אז כהיום דארף אונזער וויכוח מער נישט זיין קיין פילאזאפישער וויכוח נאר א טריקענע סייענס. ווילסט נעמען א סטאטיסטיק וואס דער אינטערנעט האט שוין "אויפגעטאן"? און איך רעד נישט פון בחורים, נאר טאקע פון ערוואקסענע. סאו פארוואס זאלסטו טענה'ן אז דו האלטסט נישט אז עס איז קיין שום רוחניותדיגע סכנה?
רואיק האט געשריבן:
3. אויף א שוואכע מינוט שטייט שוין ילבש שחורים וכו'. נאך שטערקער, די אינטערנעט איז פונקט גוט פאר די שוואכע מינוטן ווי ס'ווערט געברענגט אז ענדערש זאל מען טוהן וואס מ'דארף זיך צו בארוהיגן ווי איידער טוהן בעילות אסורות ח"ו.
רואיק האט געשריבן:צו די אלע וואס האבן אלץ אין טראנק גרייט פעך און שוועבל, איך קען שוין פארזעהן די טויטע קללות וואס עטס גייט אנהייבן שיטן אויף מיר. אבער טראכט אריין וועט איר זעהן אז איך רעדט פראקטיש און צו דער זאך. איר זענט נאר נישט געוואוינט צו אזא מין וועג פון טראכטן.
קארל האט געשריבן:שרגא האט געשריבן:אגב, ביי די מאדערנע ארטאדאקסן איז מען נישט אזא פארמאכטע חינוך, און גיי געפין אויס צי זיי פלאגן זיך נישט מיט דעם אינטערנעט מגיפה.
און דזשאסט פאר די רעקארד, ווי ווייט איך געדענק איז די צאל גטין געשטיגן אויך אין דער אלגעמיינער וועלט, נאר עס איז דארט נישט קיין נייע ערשיינונג. ווי אויך פאלט אנשטאט דראסטיש די צאל וואס הייראטן בכלל, וואס איז ביי אונז נישט שייך, סאו עס פעלן שוין דארט נישט אזוי אויס קיין גטין.
פארנאגראפיע איז א פראבלעם פאר יעדן, און דערפאר דארף יעדער אנשטענדיגער מענטש האבן א פילטער, אבער פאר חרדים איז דער עצם אינטערנעט א פראבלעם אפילו מיט א פילטער, וויבאלד דער גאנצער חינוך איז געבויט אויף באהאלטן אינפארמאציע און מיסאינפארמירן.
פאלגנד זענען די גיטין ראטעס פאר אלגעמיינע מענטשן אין אוסטראליע פאר די לעצטע הונדערט יאר:
amechiya האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:amechiya האט געשריבן:האסט דאך געענטפערט ממש צום זאך.
ווען מ'רעדט פון די חרבנות וואס די איטערנעט מאכט אן, רעדט מען וואס איז נוגע פאר אונז און על בנינו ועל דורותינו, און נישט פון די גוישע וועלט. חז"ל האבן אונז געלערנט הרחק מן הכיעור ודומה לו, מיטן אינטערנעט ברענגט מען עס אריין אין שטוב, פארדעם פעלט זיך אויס א פילטער פאר זיך, און מאכן זיכער אז די קינדער האבן בכלל נישט קיין צוטריט דערצו.
טאקע אלס הרחק מן הכיעור האלט איך אז די זאלסט ארויסשליידען דיין טעלפאון פון דערהיים, די האסט נישט קיין אהנונג ווי מ'קען אלס אנקומען נאר מיטן דייעלען צען דידזיטס, תסמר שערות אנוש וויפיל אידישע נשמות זענען שוין פארוואלגערט געווארן ליידער צוליב דעם טריפה'נעם טעלעפאון.
טאמער מוזט עס האבן לצורך פרנסה זאלסטו אינסטולירן א פילטער וואס זאל אויס זיפן די קול אשה'ס און אנדערע כיעורים ל"ע און עס האלטן אין א פארשפארטע שאפע א די בני בית און די קינדער זאלן ח"ו צו דעם נישט קענען צוקומען.
איך האף אז דו פארשטייסט די חילוק, און טאמער נישט ביטע רייס איין ביי "חננו מאתך דעה בינה והשכל".
יידל האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:יידל האט געשריבן:טו איך אבער מוחה זיין אויף דיין ליצנות פון א גדול בישראל. מ'קען זאגן די זעלבע נקודה אבער מיט א רעספעקטרענדער טאן.
ליצנות? חס וחלילה! הרני מוסר מודעה מכאן ולהבא אז טאמער זעט עס אויס ווי איך מיין חוזק צו מאכן מיין איך נאר צו אילוסטרירן ווי רידיקעלעס ס'איז אז די עסקנים פירן די רבנים אריין אין באד און מאכן חוזק פון זיי בפני כל עם ועדה.
גוט, שכויח פארן ערקלערן.