כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:אמת, אבער מענטשן גייען זיך נאך אלץ צוריקהאלטן פון קויפן צוליב די שמועות איבער משפחות וואס האבן געליטן פארשידענע צרות צרורות ווען זיי האבן געוואוינט אויף אזא שטח. נישט אז די שמועות מוז עפעס האבן אן אחיזה אין מציאות, אבער די 'מה לי לצרה הזאת' מענטאליטעט שפילט זייער שטארק פאר א מענטש פאר ער גייט אריין אין א מקח אויף א דירה.
מער פון דעם, להלכה ווערט גע'פסק'נט אין טו"ז אז אויב וויל מען בוין א הויז איז נישטא קיין שום איסור אויסצורייסן א פירות בוים. עם כל זה זענען זיך מענטשן מונע און גלויבן אז כביכול וועט פייניגן און רצח'נען אים מיט די קינדער וכל הנלווים צוליב טוהן עפעס וואס דער נותן התורה האט קלאר מתיר געווען. ווען ס'קומט צו אויבער-גלויביגקייט איז ראציונאליטעט בכלל נישט קיין מאן דאמר.
כעלעמ'ער מגיד: טראץ די אלע פסקים פון ט"ז און אנדערע, שפעטער'דיגע פוסקים ווי דער חכם צבי און דער יעב"ץ, איז דאך א פאקט אז מענטשן האבן מורא זיך אריינצולאזן אין אזעלכע געשעפטן. (ממילא האט לוי יצחק ריבא א שטארקן פוינט.( ביי אונז אין די משפחה איז דא אזא סיפור אז מיין זיידע, מיין טאטע'ס טאטע איז געווען איינער פון די עסקנים אין זיין שטאט אלס יונגערמאן. אוןן מ'האט אפגעקויפט א שטח צו בויען א תלמוד תורה וואס דארט איז געווען א בוים פון פירות. און לפי הוראת הרבנים פון יענע שטאט האט מען אויסגעריסן דעם בוים. און מיין זיידע איז אוועק יונגערהייט, קורץ נאך די מעשה. ביי אונז אין די משפחה איז מען עס תולה אין דעם וואס ער איז געווען איינער פון די אנפיהרערס, און אחראי פאר אויסרייסן דעם בוים...!
איך האב גערעדט מיט א חבר מיינער וואס האט געקויפט א הויז מיט א פרוכט בוים דערויף, און ער האט אנגעהויבן צו מאכן ריסוירטש וואס און וויאזוי ער זאל בויען, דא האסטו די תמצית היוצא
1) כמעט קיין איין סאטמערע דיין האט נישט געוואלט ענפערן בכלל, (מיט א אויסנאם פון אפאר געציילטע), אלע האבן מסביר געווען אז די זאכן פסקנ'ן זיי נישט ווייל זיי האבן פשוט מורא, אפי' זאכן וואס ווערן מבורר אין שו"ת באר משה אלץ הונדערט פראצענט מותר (דארט איז דא אפאר לענגערע תשובות איבער די ענינים), בדרך כלל האבן די וויזניצע דיינים שטארק מקיל געווען מיטן פארקויפן עס פאר א גוי,
גאר וויכטיגע פרטים לאור די בעפארשטייענדע ברבבותנו פראטעסט.
1) די קינדער אין די וויגן זאלן אויסדרוקליך ווערן געפירט דורך פרויען דרייווערס, ע"פ הוראות ר' נתן יוסף זענען די מענער נישט ערלויבט צו שטופן די וויגן...
2) וויגן וואס געהערן צו די נוצרים אדער אנדערע פעלקער מיטן נאמען באגעבאו, זענען נישט ערלויבט צום פראטעסט, בבל יראה.
3) די וואס קומען מיט די וויגן פון בעדפארד עוו' זאלן אין אכט נעמען, נישט מיטלויפן אין די שטראם פונעם מאראטון געלויף. ווער עס קען זאל דרייוון די וויג אויף די פארקערטע ריכטונג.
4) מען בעט קיינער זאל נישט רעדן צו די פרעסע. מען האט באשטומט מומחים וואס זאלן זיך באפאסן וויאזוי איבער צו געבן די חומר העניין פון עסן פיעטשעס אן אפשיילן פון פארדעם.
5) צוליב די שווערע מאסן וואס איז ערווארטעט און וועט אנמאכן א שווערע געדרענג, בעט מען אז מען זאל זיך שוין אפשטעלן ביי די ארומיגע געגענטער, ווי ביי העיווארד און לי עוו', אדער קענט עוו' און קלעסן. די נענטערע אינסייד גאסן איז רעזערווירט פאר די עיני העדה.
[center]מיט פארשטענדעניש. וועד תושבי וויליאמסבורג וואס קרעכטצן.[/center]
א טשיקאווע געשיכטעלע: לוי יצחק ריבא האט טענות אויף די רבנים ׳היתכן מען האט אים נישט גערופען נאר געשיקט א מכתב אזהרה׳ (איינער פארשטייט די טענה?), אבער ער שפירט נישט פאר וויכטיג צו ענטפערן פאר די רבנים נאר ארויסליקען א בריוו אויף ק"ש, און דערנאך האט [tag]שצם_חנכל[/tag] טענות היתכן די רבנים ארבעטען נישט מבטל צו זיין א פראטעסט וואס א יחיד האט פאררופען.
רוב האנשים לא באמת רוצים חופש , כי חופש כרוך באחריות ,ורוב האנשים פוחדים מאחריות .
לאור די גרוסע בברבתנו וויגן פראטעסט, איז כדי ממשיך צו זיין נאכדעם גיין קיין ספענסער סט. ווי דער משפחת יאקאבוויטש האבן א ריזיגע בנין אנגעפאקט מיט ארטיסן אין די הארץ פין ווילאמסבורג ווי הונדרעטע בחורים ווערן נכשל , אלעס מיט א נערישע היתר פין ר' אברהם לייטנער, פאר 20 יאר צוריק ווען קיין יוד האט נישט געוויסט פין אזא גאס , אשע"כ זאל מען יעצט באזינגען די ראש הקהל פוי
אהרן האט געשריבן:א טשיקאווע געשיכטעלע: לוי יצחק ריבא האט טענות אויף די רבנים ׳היתכן מען האט אים נישט גערופען נאר געשיקט א מכתב אזהרה׳ (איינער פארשטייט די טענה?), אבער ער שפירט נישט פאר וויכטיג צו ענטפערן פאר די רבנים נאר ארויסליקען א בריוו אויף ק"ש, און דערנאך האט [tag]שצם_חנכל[/tag] טענות היתכן די רבנים ארבעטען נישט מבטל צו זיין א פראטעסט וואס א יחיד האט פאררופען.
איך בין נישט ריבא'ס טוען אבער אבוויעסלי זענען די רבנים פארנומען אויסצופראקען יחידים וואס ליסטען זייערע הייזער אויף trulia אנשטאט די דבר יום ביומו, זאלן זיי אזוי גוט זיין נישט צו קלויבען קיינע מערכות און קעיר נעמען פון "אלע" יחידישע פראבלעמען, אריינגערעכענט פון ליידיגגייער וואס שאנטאזשירן אנדערע.