צום בעפרשטייעדיגן פראטעסט קעגן לוי יצחק ריבא

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

איך וועל זאגן דעם אמת, איך בין עכט סורפרייזט צו זעהן אז רוב עולם אין ווילי זענען נאך גענוג נארמאל נישט צו גיין, איך בין בטוח אז ווען די קינדער וואלטן געקענט אליין רוקן זייערע וויגן וואלטן זיי געקומען אין די מאסן,

#מעשהשטןהצליח
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: צום בעפרשטייעדיגן פראטעסט קעגן לוי יצחק ריבא

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

וואס גייט מען זאגען? דרייסיג מענער, פיהר פרויען און צוויי וויגלעך? אה! מי כעמך ישראל וואס קומען אין די מאסען פראטעסטען אויף א מענטש וואס וויל פארקויפען זיין הויז צו אזא באשעפעניש וואס רופט זיך 'ארטיסטען' וואס איז שלשה כבני אדם ושלשה כמלאכים. היל''ת
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: צום בעפרשטייעדיגן פראטעסט קעגן לוי יצחק ריבא

שליחה דורך פליקער »

נאכן גרויסארטיגן פראטעסט זעיט מען דאך קלאר אז וויליאמסבורג איז פיניש, עס איז קליפ אין קלאר אז מען איז מחיוב צי פארקויפן די דירות פאר גויים, די אלע טויזענטער אידו און הינדערטע רבנים וואס זענען נישט געוועין ביים פראטעסט, טראץ די קאלירטע פלאקאטן, איז שוין קלאר וואס דער אמת איז, עטליכע פלאכע היטן מיט גאלי, איין אלטע קראכער וואס זעיט מיר אויס ווי מר. וויזנער וואס קלייבט זיך צי פארקויפן די קארנער פאר א גוי, טו גוד טו בי טרו.

וואט עי שעים וויליאמסבורג, דער רויטער בערגער נאך קיין מאל פאר קיין טולער נישט ג'ארבייט, ער זיצט אויבן אן.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

אפשר בין אין א מצומצם, אדער ווערען דא רוב שרייבער מיטגעשלעפט מיט א ווינט פון אפאהר זעלבסט געקרוינטע ליצים, ווי א גאסט פון א מייל קוק איך צו די בילד פון א ווייטערען און ברייטערען פערספעקטעוו, און איך וויל עפעס פארשטיין, ,

אינמיטען א יודישע גאס, גייט איינער פארקויפען פאר גויים, לייג יודישקייט אין א זייט, קיין איין יוד איז נישט באטעמ'ט אז ס'קומט אריין א גרויסע בנין מיט אויסגעלאסענע גויים הארט נעהבען זיי, האבען די נעיבערס און תושבי העיר נישט קיין רעכט צו זאגען זיין דעה?? ער טאהר נישט שרייען ידידי! פאר אפאהר טאלער פארקויפסטו אונז אינגאנצען??, שרייען טאהר ער שוין אויך נישט?

מיין פעטער נ"י האט א הויז דא אין בארא פארק ביי די גאהר נידריקע עוועניאס, ווע ס'שוין דא ארום און אסאך נישט יודען, ער האט געהאלטען ביי אונטערשרייבען א קאנטראקט מיט א כינעזער, זיין שכן האט אויסגעפינען, ער האט זיך געבעהטען צו טרעפען מיט איהם, ער האט ממש געוויינט צו איהם, שוין יארען וואס אונז מאכען די גאס יודיש, וויאזוי קענסטו עס טוהן? מיין פעטער האט זיך אפגעלאזט און נישט פארקויפט! ער'ט געקענט מאכען א שיינע אפותיקי

אין מיינע אויגען איז דער מוכר א סעלפיש מענטש, וואס פייפט אריין אין זיינע שכנים און האט אלע יודען טיף טייער, ער וויל מאכען זיינע פאר מיליאן און זאלען אלע זשידאוס גיין קיין קאנארסי אדער צו די לבנה, און די פארווייטיקטע בעוולה'טע יודען שרייען, ווייל ווען ס'טוט וויי שרייט מען! דער מוכר קוקט מיר מער אויס ווי א וויליאמסבורגע אוממענטש



וואס דארפען זיי טוהן זיך איינבייגען די רוקען און לאזען שמייסען? לאזען פיהרען ווי פערד צו די שחיטה? מ'שטעכט זיי אין די רוקען, און נישטאמאהל מעהגען זיי שרייען אוטש!?
[NAMELESS]

Re: צום בעפרשטייעדיגן פראטעסט קעגן לוי יצחק ריבא

שליחה דורך [NAMELESS] »

ליין אביסל וואס דא גייט פאר פאר די קומסט מיט דיין ווייטזעהנדע פקחות,

Sent from my SGH-T599N using Tapatalk
שצם_חנכל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 159
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

שליחה דורך שצם_חנכל »

Milk shake האט געשריבן:שצם-קצם אנטשולדיגט איך קען נישט נאכזאגן דיין נאמען געהעריג..

דו שרייבסט אז "בני בלי שם" לייגן צעטלעך פאררופן א פראטעסט, דערנאך רייסטו יא אריין צוויי נעמען פון רבנים, דעריבער מאך עס קלאר,
א. איז דאס בני בלי שם, אדער רבנים? אדער
ב. איז דאס גאר רבנים, נאר א בעל הבית מיט זיינע געלט נגיעות (1.5 מיליאן פראפיט!) שטייט העכער פון רבנים? אדער
ג. אפילו לאמיר זאגן אז ס'איז בני בלי שם, ווען מ'זאל אין דיין נאז אריין אויפבויען א בנין מיט נאקעטע ארטיסטן, - קענען מאכן א מיליאן וחצי - וואלסטו געשוויגן, אדער געמאכט א ויצעקו?
ד. אויב וואלסטו געשירגן פאר ווייטאג, וואלסטו ארויסגעלייגט צעטלעך מיט דיין נאמען? אדער וואלסט אויך געווען דעמאלט א "בן בלי שם"?

נ.ב. איך נעם נישט קיין שטעלונג ווייל איך נעם נאר מיין אינפארמעישאן פון קאווע שטיבל, און כפי הדברים האלה פרעג איך מיינע פראגן,.....

איך שרייב בני בלי שם רודפ'ן מענטשען, און מיין פראגע איז צו די רבנים, פארוואס טעראר ווערט צוגעלאזט במחנינו אן קיין קול מחאה?
א. וואס פרעגסטו? ליין איבער מיינע תגובות
ב. קיינער איז נישט העכער פון די תורה, הלבנת פנים איז אסור! איך זוך די הלכה'דיגע בירור אז בויען פאר גוים וואס צאלן פי כמה, איז אסור
ג. קיין שום פראבלעם, מען לערענט אויס די קינדער צו טאלערירן מענטשהייט און פאררעכטען נאר זיך! "נאקעטע ארטיסטן"? דאס איז איינע פון די טיטלען וואס איך וואלט נישט געוואלט הערן פון מיינע קינדער.
ד. העטעך פעטעך, לאמיר דן זיין צו די יעצטיגע טעראר איז אויסגעהאלטען אדער נישט,

נ.ב. איך נעם נישט קיין שטעלונג, איך וויל נאר פארשטיין פארוואס אנאנימע און באזיסלאזע טעראר ווערט צוגעלאזט במחנינו.
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: צום בעפרשטייעדיגן פראטעסט קעגן לוי יצחק ריבא

שליחה דורך פליקער »

לכבוד הרב kool man איך וועל דיר אביסל אויסשמיסן דאס ענין, אוודאי ביזטו גערעכט אז עס זעיט אויבן אויף ווי א הימל שרייענדיגע עוולה, אבער היות דו האסט נישט די דיטאלן וואס דא גייט פאר לקיים מה שנאמר שמוע בין אחיכם ושפטתם צדק בין איש ובין אחיו, דו און די אלע וואס האבן דארטן פראטעסטירט, זענען די אלע מקבלי לשון הרע בפרהסיה, זיי ווערן אויפגערייצט פון עטליכע רשעים וואס שטעלן זיך אהער ווי די רעטער'ס פון וויליאמסבורג, זיי האבן די נויטיגע געלטער צי פרינטן און אינוועסטירן און א פראטעסט, אבער זענען עובר אויף אלע הלכות לשון הרע ווי עס ווערט שוין געברעינגט אין חפץ חיים אז עס איז ערגער ווי אלע שלוש עבירות, און זענען מכשיל די איגענט.

קיין איין מאסגעבעינדע רב איז נישט געוועין צים האבן, נאר עטליכע ווילדע אינגען אונעם פורם פון ביבער היטן מיט ברייטע נוז לעכער און לאנגע שנויצען, די ליידיגייער וואס פארפירן יעדע עוולה וואס זיי טראכטן אויס, איך שמעק אז מען האט אינטערגעקויפט צימערמאן אז ער זאל נישט זיין דארט למען הערנסטקייט.

ווען זיי וואלטן וועין געמיינט די זאך ערענסט, וואלט מען שוין לאנג געפינען א וועיג ווי אזוי מבטל צי זיין די שווערע גזירה, ווי מיר האבן שוין געשריבן אזויפיל מאל דא אין שטיבל דורך פילע חשובה חברים דא, נאר איין זאך קענען זיי, שרייען די וויי געשריי, ווייסטו פארוואס דאס קענען זיי, ווייל נאר דאס ווילן זיי קענען, עס איז די גרינגסטע וועיג ארויס, מען שרייט וויי געשריי'ס ובזה יצאני ידי חובתנו.

בשעת די זעלבע צייט ווערן באגאנגען הימל שרייענדיגע עוולות קעיגן יעדע יחיד, הימל שרייענדיגע רענט'ס קעיגן אינזערע אינגעלייט, טראץ די פאקט אז מען האט נאך געקויפט די הויז מיט פיפציג יאר ציריק, און אין פוצה פה, כלל ישראל קען זיך ציזאם נעמען אויף אלע אינטערנעט עוולות, און קויפן בילדינגס פאר מוסדות פאר הינדערטער מילאנען, קענען אויסהאלטן גאנץ בית שמש, קען בויען מקוות און גאנצען כדיר העולם, אבער ווען עס קומט צים ציקניפטיגן דור ווי זיי זאלן זיך פלאצירן, אויף דעם הערשט א טויבליכע שטיל שווייגעניש, אבער חלילה אויב איינער איז פורץ גדר צי פארקויפן א לאט וואס שטייט חרוב שוין דרייסיג יאר דאן איז דא א וויי געשריי, לאמיר זעין אז איינער זאל עפעס טיען צי די זאך מיט די תיפלה אינעם בויך פון וויליאמסבורג אויף לי ביי די הייוועי, וואס פיסטעוועט שוין יארן.

לאמיר א טראכט געיבן די לעצטע צוואנציג יאר וואס האבן די קהלות הקודש געטיען למען דירת ישראל חוץ פראטעסטירן, יא דער רבי שליט"א האט געמאכט פורים פון זיך כ"א כסליו, חוץ מזה האבן זיי אינוועסטירט איין דולר למען הדור האחרון, האבן זיי אינוועסטירט אויף איין פראיעקט אז עס זאל זיין דירות פאר מעיסיגע פרייזן דא אין שטאט, האבן זיי געבויט מוסדות סיי ווי און געריפן דעם ציבור אהין צי גיין כדרך גור, אוודאי נישט, זיי האלטן נישט דערביי, ווען זיי בויען דא אויף פרעכטיגע בנינים איינס נאכן צווייטען אן קיין שום פאראיבל ווי אזוי די קינדער קענען דא עפארדן צי וואוינען.

מהרז"ל מיט מהר"א וכן פאפא האבן ב"ה שטיבר מיט קינדער, פארוואס פירן זיי זיך נישט כאטש ווי אדמו"ר מוויזניץ בגיבערס, שיק זיי און יעדן רוח פונעם כדיר זיי זאלן בויען נייע קהלת קודש, אנשטאט זיצן זיי אלע על סור הבשר, געניסן פונעם רבין'ס שטוב, דאס צייגט מיר אז זיי האלטן נישט ביים גיבן אפילו די מינימאלע אימבאקוועימליכקייט פארן ציבור וואס פלאגט זיך אזוי.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 883
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 798 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

Re: צום בעפרשטייעדיגן פראטעסט קעגן לוי יצחק ריבא

שליחה דורך גרויסע מענטשעלע »

https://vimeo.com/144309845
געפערליכע לצים [emoji13] [emoji13] [emoji13] [emoji13]

ווער איז די נער מיטן טלית ?
דאס מענטשעלע שפילט........
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: צום בעפרשטייעדיגן פראטעסט קעגן לוי יצחק ריבא

שליחה דורך פליקער »

וואס פאלט דיר איין ער איז א נער, איך קלער ער איז א רשע, ער וויל מאכן לצנות פון כלל ישראל, ער פארשטייט גאנץ גיט אז דאס ווערט אפגעכאפט און גייט פארשפרייט ווערן פאר די אלגעמיינע גאס, און מיר אלע נארמאלע מענטשן גייען ווערן אראפגעמאלן ווי דיסקרימענירער, אלט מאדישע, טאליבאנע ועוד לשנות, און אלע לשנות וועלן געזאגט ווערן בשעת אין די בעגראנד גייט מען הערן די שופר געבלוזעכץ, ווייל דאס ברעינגט אינז ארויס אימגינסטיג.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: צום בעפרשטייעדיגן פראטעסט קעגן לוי יצחק ריבא

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

האבען זיי יא געהאט אן עולם!
לעיקוואוד מאכט היינט נאכט א טאראראם פאר הערשעלע און מ'זוכט פלייש אנצופילען די זאל. מ'קען אפשר אריבער שיקען א פאר טויזענט פונט ביטע?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
רושם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 43
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 2:09 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

שליחה דורך רושם »

איך האב נישט קיין טענות אויף קיין רבנים,אפשר ווייל איך בין יונג.
איך בין בכלל נישט אויפגעוואקסען מיט אזא מציאות אז א געווענטליכע רב איז דא אונז צו סערווירען,בא מיר האט רב געמיינט איינער וואס איז דא אויפצובויען זיין אימפעריע,זיין בימד״ר,זיין מקווה מיט די האנטוכער,זיין נעטווארק פון followers.
ווער רעדט נאך פון א רבי איז אפגערעדט אז זיין גאנצע מהות איז נאר אויפצובויען זיין ברענד,בויען בנינים פאר די אימפעריע,קויפען הייזער פאר די קינדער און איינקלעך,דיקטעטין די מענטשען וואס לייגען זיך אונטער זייער לאפעס.
פארשטייט זיך סאיז דא יוצאי מן הכלל,סאיז דא אזאנע וואס נוצען יא זייער power צו העלפען אנדערע למחצה שליש ורביע,אבער בכלליות איז דאס די מציאות,ממילא כמעט ווי איך רעג מיך נישט אויף אויף זיי.

בנוגע די ריבא סוטמאכע.
איך האף אז נאך יונגעלייט וועלען האבען די קוראזש צו פארקויפען פאר גוים.
יעצט איז די peak,די ווילי ריעל עסטעטיט איז מן הסתם די הייסטע און די וועלט,יודען קענען זיך פארקויפען די הייזער און ווילי און מיט די געלט קויפען 5 הייזער און א סובארב שטעטעל.
מדארף וועין האבען שכל און אפציען,סאיז סיי ווי נישט דא קיין מקום מער פאר growth די ארומיגע געגנטער וועלען שוין נישט ווערען יודיש אזוי שנעל,סאיז צייט אפצוציען,די ניצוצות איז שוין גענוג נברר געווארען און ווילי,מדארף שוין גיין מלקט זיין ניצוצות ערגעץ אנדערש.
יודען האבען אלע יארען געוואנדערט,יעצט קען מען וואנדערען מיט רייכטום,מקען פארקויפען דעם נערישען ווילי הויז,און קויפען א ברחבות׳דיגע הויז און אויסלעבן די יארען מיט א רואיגקייט.
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

וואו איז די טוץ פרוכט-ביימער??
אין די אלע בילדער און ווידעאוס זע איך נישט קיין איין בוים, אילני סרק אויך נישט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פליקער האט געשריבן:וואס פאלט דיר איין ער איז א נער, איך קלער ער איז א רשע, ער וויל מאכן לצנות פון כלל ישראל, ער פארשטייט גאנץ גיט אז דאס ווערט אפגעכאפט און גייט פארשפרייט ווערן פאר די אלגעמיינע גאס, און מיר אלע נארמאלע מענטשן גייען ווערן אראפגעמאלן ווי דיסקרימענירער, אלט מאדישע, טאליבאנע ועוד לשנות, און אלע לשנות וועלן געזאגט ווערן בשעת אין די בעגראנד גייט מען הערן די שופר געבלוזעכץ, ווייל דאס ברעינגט אינז ארויס אימגינסטיג.

ניין: ער איז א לץ און א רשע. ס'נישט קיין תרתי דסתרי. נאר ער קען זיין א גרויסער טיפש אויכעט. ווייל ער רעדט זיך איין אז ס'דא נאך איין מענטש וועלכער גלייבט, אדער ווערט נתפעל פאר אט די נארישע שמד שטיק...!
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: צום בעפרשטייעדיגן פראטעסט קעגן לוי יצחק ריבא

שליחה דורך טמיר »

Kool man האט געשריבן:אפשר בין אין א מצומצם, אדער ווערען דא רוב שרייבער מיטגעשלעפט מיט א ווינט פון אפאהר זעלבסט געקרוינטע ליצים, ווי א גאסט פון א מייל קוק איך צו די בילד פון א ווייטערען און ברייטערען פערספעקטעוו, און איך וויל עפעס פארשטיין, ,

אינמיטען א יודישע גאס, גייט איינער פארקויפען פאר גויים, לייג יודישקייט אין א זייט, קיין איין יוד איז נישט באטעמ'ט אז ס'קומט אריין א גרויסע בנין מיט אויסגעלאסענע גויים הארט נעהבען זיי, האבען די נעיבערס און תושבי העיר נישט קיין רעכט צו זאגען זיין דעה?? ער טאהר נישט שרייען ידידי! פאר אפאהר טאלער פארקויפסטו אונז אינגאנצען??, שרייען טאהר ער שוין אויך נישט?

מיין פעטער נ"י האט א הויז דא אין בארא פארק ביי די גאהר נידריקע עוועניאס, ווע ס'שוין דא ארום און אסאך נישט יודען, ער האט געהאלטען ביי אונטערשרייבען א קאנטראקט מיט א כינעזער, זיין שכן האט אויסגעפינען, ער האט זיך געבעהטען צו טרעפען מיט איהם, ער האט ממש געוויינט צו איהם, שוין יארען וואס אונז מאכען די גאס יודיש, וויאזוי קענסטו עס טוהן? מיין פעטער האט זיך אפגעלאזט און נישט פארקויפט! ער'ט געקענט מאכען א שיינע אפותיקי

אין מיינע אויגען איז דער מוכר א סעלפיש מענטש, וואס פייפט אריין אין זיינע שכנים און האט אלע יודען טיף טייער, ער וויל מאכען זיינע פאר מיליאן און זאלען אלע זשידאוס גיין קיין קאנארסי אדער צו די לבנה, און די פארווייטיקטע בעוולה'טע יודען שרייען, ווייל ווען ס'טוט וויי שרייט מען! דער מוכר קוקט מיר מער אויס ווי א וויליאמסבורגע אוממענטש



וואס דארפען זיי טוהן זיך איינבייגען די רוקען און לאזען שמייסען? לאזען פיהרען ווי פערד צו די שחיטה? מ'שטעכט זיי אין די רוקען, און נישטאמאהל מעהגען זיי שרייען אוטש!?

איך פארשטיי נישט. אנטקעגן איבער איז דא א גרויסע בנין פיל מיט גוים. וואס וועט געשען אז וועט זיין דא נאך א פאר?
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
אהרן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 1:48 am
געפינט זיך: לבי במזרח ואנכי בסוף מערב
האט שוין געלייקט: 452 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 250 מאל

שליחה דורך אהרן »

זאגט מיר יעצט איינער אז די שופר געבלאזאכץ איז גאר געווען א כמו פולסא דנורא..אנבעליוועבעל ווי עקעלדיג מענטשען קענען זיין.
רוב האנשים לא באמת רוצים חופש , כי חופש כרוך באחריות ,ורוב האנשים פוחדים מאחריות .
זיגמונד פרויד
בעל הבית
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 680
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 2:26 pm
האט שוין געלייקט: 214 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 193 מאל

שליחה דורך בעל הבית »

די זיידע שלום בערגער אין די זיידע ר' געציל דרייען זיך איבער אין קבר, אל הפרה הזה התפללתי
דעת בעל הבית העפעח דעת תורה
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

טייערע פליקער, מיט זיין נארישע חוזק פון די סאמעטע הוטען און לאנגע שנאוצען מיט גרויסע נאז לעכער האסטו געהארגעט דיין גאנצע תגובה, ס'ווייזט אז ביסט דא נאהר צו פליקען ולא יותר, גראדע האב איך געקוקט די בילדער און די קליפס און איך זעה גאנץ נערמאלע מענטשען, פארקערט, איך זון די נטורי קרתא'ניקערס און איך געפין זיי נישט דארטען

צוויי, קיינער האט נישט געענפערט אויף וואס איך זאג, פארוואס האט נישט א מענטש רעכט צו שרייען ווען א מענטש גייט פאר אפאהר טאלער פארקויפען א לאט אינמיטען שטאט פאר ארטיסטען? ער שטעכט אריין א מעסער אין די שטאהט און אין יענע געגענט בפרט, זיי האבען אלע רעכטען צו שרייען, ווער ס'זעהט נישט איין די רעכט פון א מענטש צו ארויסגעבען זיין ווייטאג אויף א נערמאלען ליגאלען אופן לעהבט מיט קאמוניסטישע מהלך המחשבה, איינער באגייט א עוולה, דו האסט ניט די געפיהל צו מיט שרייען [ווייל דו וואוינסט גענוג ווייט פון דארט, און דו געסט נישט קיין דעמם פאר א צווייטען יוד'ס פראבלעהמען], אדער האסטו מעהר געפיהל מיט א אוממענטש וואס גייט פאר אפאהר דאלער פארקויפען זיין נשמה, זיין שטאט מיט זיינע ברידער

בנוגע די פרוכט ביימער האב איך געהערט פון איינעם וואס האט גערעדט צו נעיבערס, זיי זאגען לא אילן ולא יער, ס'ליגט דאך שוין דארטען א צעמענטענע פאנדאמענט, אביסעל ווילדע וויעדס איז דא אריינגעוואקסען אין די צעמענטענע פאונדעישען וואס שטייט שוין דארטען ברוב פאר והדר, ער האקט א טשייניק מיט פרוכט ביימער וואס זענען רואה ואינו נראה, פארוואס נישט, אז אין די גוישע מארקעט קען מען באקומען מיט א מיליאן אהאלב מעהר? זאהל שוין זיין פרוכט ביימער..

בנוגע וואס פליקער האקט וועגען הויעכע רענט, ס'יז נישט שייך צו רעדען אקעיגען א עקזעסטירענדיגקע מארקעט, ס'יז געווארען מאנהעטען אין ברוקלין, והיינו טעמא דווילאמסבורג והיינו טעמא דבארא פארק און פלעטבוש, די גויים צאלען אסאך און להבדיל עמך ישראל אויך, [אוודאי נאהר די וואס ווילען בלייבען אין די טייערע ברוקלין] די רענט און די פרייז צו קויפען איז אין הימעל אריין, ווייל די דימענד מאכט די מארקעט, [און די זעלביקע גייט פאהר אין ירושלים און אין אלע פלעצער ווי די דימענד איז מעהרער וי די סופליי] נישט נאהר די רשעים וואס רייסען גרויסע רענט, מה שאין כן ווען א יונגערמאן פאקט אהן צו מאכען במפולת יד אנדערטהאלבען מיליאן טאלער אויפען חשבון פון זיינע ברידערס וועהמען ער האט פארפאקט פאר זיינע געלט נגיעות, און לאזט ארויס א קול פרוכט ביימער, האבען די יודען א רעכט סיי על פי תורה און סיי על פי חוקי המדינה צו שרייען דו טוסט אונז וויי

נ.ב. איך זעה פון די בילדער אז זיי האבען געהאט שכל און גענומען פאליציי שוץ, לויט די תגובות דא פון געוויסע פארביסענע מענטשען זעה איך אז ווען נישט די פאליציי, וואלט זיך געגאסען דארט בלוט דורעך די הענט פון די גוטהארציקע מענטשען וואס נעמען זיך דא אהן פאר דעהם בויער נעבעך, זיי וואלטען צעריסען יעדען וואס איז זיך דארטען משתתף, נאך א מזל ס'יז דא מוראה של מלכות, אזוי האבען די געזעץ היטער אכטונג געגעהבען אויף וואס האבען ליגאל דעמאנסטרירט און זיי אפגעהיטען פון א לינטש

לסיום הדבר, דארף איך געהבען א שבח והודאה אז איך בין נישט קיין וויליאמסבורגע, איך זעה די גרוליקע סעלפיש מענטעליטי דארטען, א גרויל, די תגובות דא מיט די גאנצע מעשה איז עקעלדיק
ברוך בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 118
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 10:00 am
האט שוין געלייקט: 91 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 191 מאל

שליחה דורך ברוך בער »

רב פליקער קענט אגרי מער מיט קאאלמען. פארקויפן דעם לאט אין א געדעכטן אידישן בלאק צו מאכן געלט איז א עוולה. דאס אז די רבנים זענען קארופטירט בארעכטיגט נישט דעם עוולה און ווי עס זאגט זיך צוויי ראנגס מאכן נישט איינס גערעכט.

אדרבה אז אינגעלייט האבן ווען אביסל קוראזש און שטעלן זיך מיט טאוולען פאר בית רבינו פאר ער פליט אפ קיין פלארידע און שרייען ילמדינו רבינו מיר האבן נישט קיין דירה טוט עפעס. גלייבט מיר אז אויב שרייען זיי איינמאל און נאכאמאל און ביי פאפא און דושינסקי וכו, יעדן צו זיין שפראך וואלט זיך געגאסן אפפארדעבל הייזער.
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: צום בעפרשטייעדיגן פראטעסט קעגן לוי יצחק ריבא

שליחה דורך פליקער »

דו ביזט בארעכטיגט צי דיסרגריען, און אויך צי גיין שרייען דיין וויי געשריי, און איך בין בארעכטיגט צי טרייבן לצנות פון די געמיינע וואס זענען עושה מעשה זמרי, און האבן שכל כפימפל
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

Re: צום בעפרשטייעדיגן פראטעסט קעגן לוי יצחק ריבא

שליחה דורך זוכער »

באקומען אין וואטסאפפ

דער לוי יצחק ריבא איז א צעהלימער פערד און א טיפוש מרחם, ער ווייסט נישט פון דעם סוד אז:

1) ער קען לייגן ביימעלעך נוסח עטרת בלעם און האבן אלע תועבות און אלע זענען שטיל.

2) ער קען מנדב זיין 2 שענק אין ראדני פאליש, און מ׳וועט אים לעקן דעם אחוריים פיליפ, וויינבערגער און זאלי וועלן טאנצן מיט אין און אים אויסקושן. (סענדער גאלדבערגער יוכיח)

3) ער קען מאכן א שול אונטער די תועבה הייזער ווי אברהם בער יאקאבאוועטש האט שוין 14 יאר אויף מוירטל - און ער איז כשר וישר.

גיי לערן מיט דעם צעהלימער ריבא, די יאקאבאוויטש/לעפקאוויטש/זאלי טריקס.

שמע ישראל זהב אלקינו - דאללער אחד!!!


Sent from my iPhone using Tapatalk
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
וויל קענען
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 151
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 27, 2015 7:18 am
האט שוין געלייקט: 113 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל

Re: צום בעפרשטייעדיגן פראטעסט קעגן לוי יצחק ריבא

שליחה דורך וויל קענען »

איך פארשטיי נישט איין זאך. די לאט שטייט שוין ליידיג יארן, און די וואס טוען אין די ליין ווייסן שוין לאנג אז ס׳איז דא דארט פירות ביימער, און ער שרייבט אליין אז ער האט מורא געהאט דערפון, נאר ער האט געטראסט די מוכר מיט פארמאכטע אויגן,
איז ער טאקע אזוי נאריש צו טראסטן איבער דריי מיליאן דאלער אויפן ווארט?
עס מאכט נישט קיין סענטס. סאם טינג פישי העער

Sent from my XT907 using Tapatalk
[NAMELESS]

Re: צום בעפרשטייעדיגן פראטעסט קעגן לוי יצחק ריבא

שליחה דורך [NAMELESS] »

זוכער האט געשריבן:באקומען אין וואטסאפפ

דער לוי יצחק ריבא איז א צעהלימער פערד און א טיפוש מרחם, ער ווייסט נישט פון דעם סוד אז:

1) ער קען לייגן ביימעלעך נוסח עטרת בלעם און האבן אלע תועבות און אלע זענען שטיל.

2) ער קען מנדב זיין 2 שענק אין ראדני פאליש, און מ׳וועט אים לעקן דעם אחוריים פיליפ, וויינבערגער און זאלי וועלן טאנצן מיט אין און אים אויסקושן. (סענדער גאלדבערגער יוכיח)

3) ער קען מאכן א שול אונטער די תועבה הייזער ווי אברהם בער יאקאבאוועטש האט שוין 14 יאר אויף מוירטל - און ער איז כשר וישר.

גיי לערן מיט דעם צעהלימער ריבא, די יאקאבאוויטש/לעפקאוויטש/זאלי טריקס.

שמע ישראל זהב אלקינו - דאללער אחד!!!


Sent from my iPhone using Tapatalk

ער קען אויך מנדב זיין טישא'ס אין היכל ראזענבערג און די אהרונים וועלן אויך לעקען זיין אחוריים צוזאמען מיט די זאליס
פארשפארט