"שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
פארשפארט
[NAMELESS]

Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

שליחה דורך [NAMELESS] »

מיר שטערט אויך די אלע ליבע שפילן וואס שטימט בכלל נישט מיט א טיפישע חרדישע פאמיליע, אבער איך שטעל מיר פאר אז זיי מוזן עס אריינלייגן צו געבן טעם פאר די סעריע,

Sent from my SGH-T599N using Tapatalk
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דאס איז א דבר פשוט, אז די יסוד היסודות איז 'ליבע'. דאס שטופט א פילם אויף ווייטער, און א פילם אויף חרדים בפרט [פארגעס נישט אז רוב זעערס זענען פארט פרייע]. פארט אבער פון די אלע ליבע שפילערייען קומען ארויס גאר אינטרעסאנטע אפשאצונגען אויף חרדים וואס פרייע זעען נישט סתם אזוי. למשל, איסור נגיעה, איסור יחוד, שעמעוודיגע בעשאו'ס, די עלטערן אראנדזשירן אנשטאט די קינדער זעלבסט, די היינטיגע יוגנט קעגן זייערע עלטערן, אומגעצייטיגטע ליבע, וכו'.

קיווע איז אין דעם הינזיכט גאר גוט. וואס זיי האבן אבער געטון מיט רוחמה איז טעמ'לאז און ממש מופרך אין א חרדי'שע געזעלשאפט.
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

קיוווע שפילט אויסגעצייכנט זיין ראלע אלס א איידעלער- תמים, א נאר און א בטלן.

ער האט שוין געכאפט ציפקע צרות פון זיין משוגענעם און אומסטאבילן טאטן. זיין טאטע הרג׳ט אים אוועק יעדן שידוך, און ער גייט נאך נאך צוריק צו דעם סיריעל אביוזער, און פארציילט אים זיינע פלענער ווען ער כאפט צוריק אין קאפ פון זיין טאטע׳ס צעדרייטע קאפאריזן.

גיטי שפילט געוואלדיג אלס באבלאזענע נרדף, אייביג בלאזט זי, און אייביג האט זי א שווערן טשעלענדזש און קיינמאל איז זי נישט שולדיג.

90 פראצענט פון שטיסל סצענעס זענען פרעמדע געוויקסן און כמעט אומדערהערט אין חרדישע פאמיליעס בארץ ובגולה.

1) אומדערהערט אז אין א חסידישע תלמוד תורה קען דער מנהל עסן מיט א פרעמדע פרוי א סעקרעטארשע.
2) צוויי קוזינעס פון העכער 20 יאר א בחור און מיידל גייען קיינמאל-קיינמאל נישט ארויס צום ים. חוץ אויב זיי זענען אפגעפארן.
3) כמעט אומדערהערט צו פארקויפן א נאמען פון א בייסי.
4) אומדערהערט ביי ארטאדאקסן צו מאכן אן אבארטאציע. חוץ און א פאל פון א ממזר, אדער די מאמע איז אין א לעבנס געפאר.
5) באבע מלכה טעלעוויזיע איז כמעט אומדערהערט.

יא עכט-אויסזעענדיג אדער נישט - פיין איז עס.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 883
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 798 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

שליחה דורך גרויסע מענטשעלע »

קרעקער האט געשריבן:פרק 2 און פרק 3

פרק 2
קבוצת עולם המדיה
http://www.upf.co.il/file/91302494.html
קבוצת עולם המדיה
http://www.myfile.co.il/view/811c237c6b

פרק 3
קבוצת עולם המדיה
http://www.upf.co.il/file/518981448.html
קבוצת עולם המדיה
http://www.myfile.co.il/view/782cb994cf

וואלט געוועהן מעגליך אז איינער זאל ארויפלייגן די עפעזיטען אזוי ווי די ערשטע נישט קיין לינק.

שכח למפרע
דאס מענטשעלע שפילט........
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זוכער האט געשריבן:קיוווע שפילט אויסגעצייכנט זיין ראלע אלס א איידעלער- תמים, א נאר און א בטלן.

ער האט שוין געכאפט ציפקע צרות פון זיין משוגענעם און אומסטאבילן טאטן. זיין טאטע הרג׳ט אים אוועק יעדן שידוך, און ער גייט נאך נאך צוריק צו דעם סיריעל אביוזער, און פארציילט אים זיינע פלענער ווען ער כאפט צוריק אין קאפ פון זיין טאטע׳ס צעדרייטע קאפאריזן.

גיטי שפילט געוואלדיג אלס באבלאזענע נרדף, אייביג בלאזט זי, און אייביג האט זי א שווערן טשעלענדזש און קיינמאל איז זי נישט שולדיג.

90 פראצענט פון שטיסל סצענעס זענען פרעמדע געוויקסן און כמעט אומדערהערט אין חרדישע פאמיליעס בארץ ובגולה.

1) אומדערהערט אז אין א חסידישע תלמוד תורה קען דער מנהל עסן מיט א פרעמדע פרוי א סעקרעטארשע.
2) צוויי קוזינעס פון העכער 20 יאר א בחור און מיידל גייען קיינמאל-קיינמאל נישט ארויס צום ים. חוץ אויב זיי זענען אפגעפארן.
3) כמעט אומדערהערט צו פארקויפן א נאמען פון א בייסי.
4) אומדערהערט ביי ארטאדאקסן צו מאכן אן אבארטאציע. חוץ און א פאל פון א ממזר, אדער די מאמע איז אין א לעבנס געפאר.
5) באבע מלכה טעלעוויזיע איז כמעט אומדערהערט.

יא עכט-אויסזעענדיג אדער נישט - פיין איז עס.

מיינע הערות.

לדעתי איז קיווע נישט קיין תמים און נאר.
לדעתי איז זיין טאטע נישט משוגע און אומסטאביל.
גיטי איז טאקע נישט שולדיג, זי איז באבלאזן פאר ריכטיגע סיבות.
די ערשטע צוויי פונקטן זענען טאקע ריכטיג.
די דריטע איז טאקע כמעט אומדערהערט, אבער אמאל אמאל מאכט זיך עס, און טאקע פון אזא יוצא דופן'דיגע מעשה רעדט מען דא.
די אבארשען איז דא געווען אויסגעהאלטן צוליב א שטיקל לעבנס געפאר, נאך די טראומא וואס גיטי האט מיטגעלעבט זייענדיג אן עגונה.
באבע מלכה טעלעוויזיע איז אביסל צו ווייט געגאנגען, כאטש די עצם געדאנק איז נישט אזוי ווייט.

די יסוד וואס איך זע דורכאויס דעם סעריע איז, אז זיי באזירן די לענגערע אנטוויקלונגען אויף זאכן וואס מאכן סענס אין א חרד'ישן קולטור, אבער זיי לאזן עס פארן צו ווייט, און דאס איז כדי צו מאכן די סעריע גענוג אינטרעסאנט פאר פרייע.

אפאר אויסנאמען זענען דא, א שטייגער ווי שלום'ס מאדנע קשר מיט זיין סעקרעטארין, און רוחמה'ס נייע קשר מיט א בחור וואס מוטשעט זיך על התורה ועל יראת שמים...
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

[justify]די שטיסל סעריעס זענען אזוי מין גוט, און שפילן אויף מיט אויסטערלישע באגאבטקייט די האקלסטע שטריכן פון די חרידישע געמיינדע, אז מען קען משוגע ווערן. איין סעריע בעסער פונעם צווייטן. די אלע ליבע סצענעס זענען ווייט פון נישט אמת. און זיי טוען דאס בכוונה. יעדער ווייסט אז ביי אונז זענען פארהאנען ליבע סצענעס בכל יום ויום, נאר מיר פראבירן דאס צו דערשטיקן, און דאס איז וואס זיי שפילן אויף. אגב טוט דאס אויך ווארפן א פאזיטיווער ליכט אויף חרידים, אז זיי זענען נישט אזאנא הארטע קאלטע מענטשן. אלע עקטערס דארפן קריגן א פייוו סטאר אויסצייכנונג פארן מייסטארהאפטיג אראפשפילן די טיפסטע נקידות פון א צווייטער שבט.[/justify]
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 391
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1302 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

שליחה דורך רימון »

גיטי איז נישט קיין נרדף נאר אן אומסימפאטישע פרוי וואס פארשטייט נישט דעם מאנס שוועריגקייטן און מצרים און לעבט זיך אין איר וועלט, וואס ליפא זאגט איר איז גערעדט ווי א פרעמדע שפראך זיין תוכי אינטערעסירט איר א בוידעם ווייל ס'איז ארויס פון אירע גבולים און זיין גוטווילן רעדט נישט צו איר. דוקא איר טאטנס מאדנע פאקסן בארואיגט איר געוויסן כאטש זיינע פאראליזירטע סאציאלע סקילס זייענדיג א זעלבסט צענטערט מענטש אין אלע הינזיכטן פון לעבן.
כאטש איז זעלבסטשטענדיגקייט האט זי אבער די נאטירליכע שוואכקייט פון יעדע פרוי און אין צייט פון נויט איז זי אנגעוויזן אין דער הילף פון איר מאן אבער דוקא פון א זייט וואס עקזיסטירט נישט ביי ליפא, ער קען נישט זאגן תהלים בכוונה ביים טיר אפילו ער וויל, און זי איז אים נעבעך מכבד צו זינגען מנוחה ושמחה ווי א דפוק, כאילו ער איז א מנוחה ושמחה טיפ יונגערמאן.
איר נישט נעמען אפידורל שטימט געוואלדיג מיט איר כאראקטער ווי א פרומע פרוי וואס איז אין קאנטראל פון אלעם און גארנישט קען נישט געוועלטיגן אין אירע גרעניצן, אז איינער זאל באטיטלען אירס א קינד (וואס זי האט גראדע געוואלט אויפגעבן) גייט קעגן איר גאנצער נאטור און פונקט האט נאך דער דאקטאר די חוצפא צו באקרוינען די פרוי אלס איר מאמע וואס איז א מכה בפטיש אויפ'ן גאנצן דיעל.
די באציאונגען פון נחום מיט זיין ברודער שטיסל זענען א טיפישע חרדישע באציאונג צווישן ברידער פון איין זייט לאזט מען נישט די עמאציעס אריינקומען אין בילד ביים זיך טרעפן נאך פופצן יאר, אבער פונקט אזוי קען נחום אריינשפאצירן ביים ברודער אינדערהיים און זיך מאכן היימיש, זיי זענען שוין יא און נישט צוקריגט דריי מאל, אבער א ברודער בלייבט א ברודער און נחום האט נישט די דיססענסי נישט צו טרעטן אין די הינער אויג נאר מאכט א בעשוי מיט'ן שפיץ פון בריסק ביי זיין ברודער אינדערהיים אין דער צייט וואס ער שיקט זיין ברודערס "דפוק" קויפן קאלע אין גוטע קוכן צו שפייזן דעם שפיץ פון בריסק.
שלום וועלכער שטעלט זיך אהער ווי א וועלטס פארזארגער איז סך הכל א מאניפולירער און קאנטראלירט די מאמען אויך נאר צו שפייזן זיין עגא, אז די מאמע דערקענט אים נישט וועט ער שינדן איר זיבעטע ריפ און טראגן אין בית החיים די מאמע זאל זיך באגעגענען מיט'ן טויט, אין דער צייט וואס נחום פרייעט זיך די מאמע איז צופרידן אין זאל זי שלאפן מיט א פרענק.
כאטש וואס נחום איז נישט אזא דיפלאמאט, איז ער אבער גראד, ער וויל נישט אוועקטראגן די הויז ווי דער מנהג ביי אחינו בני ישראל, סך הכל בעט ער זיין חלק און וואס זאל ער טון אז די מאמע קאלעכט נאך אין א בית החולים, ער דארף דאס געלט און קיינער איינקאסירט נישט פון צבי ארי' קיין רענט און ער זעט עס ווי אן אומיושר, דער שלום ווערט ווילד ווי א צאף און באשולדיגט אים און ווילן ירשען די מאמע.
זיין אבסעסיע מיט די מדינה צייגט אויף די מסובכ'דיגע נערוון פון א קנאי וואס אלעס טראגט דעם זעלבן מאנטל און די נוירסעס אין שפיטאל זענען אלע אנטייל פון די רשעים ארורים אן קיין צום צווישנשייד.
נחום איז נאטירליך ער רוקט זיך אן צו די מאמע מיט א קולע אין דער האנט און ווען די מאמע פרעגט אים וואו ער איז געווען האט ער נישט קיין שום געוויסנביסן, איך בין געווען אין בעלגיע מאמע זאגט ער אן זיך פארלירן קיין כי הוא זה, דארט וואוינט ער און ער קען די מאמע ממילא נישט העלפן מיט גארנישט.
שלום כאפט זיין פליק אין לעבן אז ער איז מעשן ואוכל וואס טוט שטארק כאראקטיריזירן א געוויסער סארט חרדי טיפ וואס זיין איינציגע אוטלעט איז עסן, אז מ'האט נישט עפעס אנדערש דרייעט זיך אלעס ארום דעם טעלער, ער באקרוינט זיך אלס אב ומחנך ווען ער איז ביידע נישט, צו קיווע איז ער א קאפוי און האלט אים פארמשכונט און אונטערדרוקט און קיין גרויסער מחנך איז ער אויך נישט. פלוצלונג הייבט ער אן קלאפן פלייצעס און שוין מוז קיווע האבן מיט אים א שיעור היינט נאכט און נישט נאר דאס יעצט דיקטירט ער אלס טאטע און קיווע מוז זיך עס פארצייכענען אין זיין יומן. ער טיילט פיצא ווייל ער איז די גוטע זיידע אבער קיינער זאל נישט עסן פון די קיפעלעך ווייל ער איז יעצט די גוטע זיידע די פיצא טיילער.
ביי שלום איז אלעס פראגראמאטיש און מיי וועי אר דע היי וועי, אפילו צוריקמישן דעם שיעור איז שוין צו סאך פארלאנגט ווייל ער האלט שוין ווייטער, און אז איך קען דיר נישט אנטראגן מיין זון גיי שלאף אין זכרון משה. קיווע איז א חמור אייזל אבער ער לעקט עס אויס און לויפט אנטראגן דעם שידוך און ער הענגט ארום מיט די גברת פון חדר. ליפא וואוינט מיט א שיקסע אבער זיין זון טאר נישט זאגן א מיאוסע ווארט קטנים וואס צייגט ווי ביי חרדים איז די חינוך גענצליך אפגעטיילט פון עצם מהות פון מחנך.
רוחמי טרעפט אין איר צדיקל אלעס וואס איר טאטע איז נישט, ער לערנט תורה יומם ולילה און אין אים באהאלט זי איר פיין אויף איר טאטן ליפא קליפה. זי וועט נישט זיין אזא דורכפאל ווידי מאמע און וועט יא שטיין צו דער האנט פון אן אמתער צדיק.
צי די מעשה איז רעאליסטיש, אין מיינע אויגן הונדערט פראצענט נאר שטייצעך דראמאטיזירט, מיין באבע למשל האט ערצויגן צען זון כאניאקעס און איז איין שטיק טעלעוויזיע און אינטערנעט, די אלטע רביצין ערבליך וואס טראגט דעם רביצין טיטל מיט שטאלץ און איז איין שטיק מנובל, קייווע וואס האט אזא אומאפיציעלע באציאונג מיט א קוזינע וואס איז אויך נאטירליך און יעדע אלמן טרעפט זיך שוין עפעס א פרוי מיט וועמען ער פארקערט, צי מ'עסט יא אדער נישט איז נישט משנה, ס'איז הונדערט פראצענט נאטירליך אז היימישע פרויען זאלן פארקערן מיט פרעמדע מענער, מיין מאמע שמועסט מיט אלע שכנים פון דער גאס, מיט איינעם צוליב די גארבעזש און א צווייטער וואס האט א געשעפט קאוואקעט מען איבער די נייע אייטעמס און די בעסטע פרייזן.
אז קיווע איז א מלמד איז נישט אזוי מדויק אבער גענוג דפוקים ביי אונז ווערן אריינגערוקט אלס מלמדים ווייל דער טאטע איז מנהל ראש ישיבה, וכו'.
אלנפאלס, די סעריע ווערט בעסער מיט יעדן עפיזאד און איז עפעס נישט נארמאל צו דער זאך, צום לאכן און צום וויינען און דאס איז גענוי וואס מיר טון, איך רייס מיך און מיין פרוי גיסט זוידיגע טרערען פון די געבורט און ווי גיטי באגעגנט אירע קינדער אין קימפעטארין היים. איי טרערן פון א אידישער מאמע...
בנוגע אבארשן, אין דיין וועלט פון א באקוועמע שלום בית איז עס אומדערהערט, אבער אין די וועלט פון גיטין און קאפעלס וואס האבן געטשיט, עגונות און אנטלאפענע, נערוון קראנקע וכו' איז עס א לעגיטימע פראגע יעדן איינציגן טאג.
שצם_חנכל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 159
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

שליחה דורך שצם_חנכל »

ביי עונה 1 בין איך געווען זייער "מקושר" צו די קערעקטערס, ווען עס האט זיך פארענדיגט איז עס געווען ממש א בחינה פון לבי חלל בקרבי, איך האב זייער געבענקט נאך די העלדען פון די געשיכטע. אבער זינט דאן האב איך שוין געזען אנדערע סעריעס וואס פאלגען נאך משפחות אדער א גרופע אינגע פערזאנען אין זייער זוך פאר ליבע - א שטייגער ווי סרוגים וכדו', צוריקקומענדיג צו שטיסל עונה 2 שפיר איך אז די קערעקטערס זענען צו artificial און מען קען נישט עכט "קאנעקטען" מיט זיי. מיט איין זאך איז אבער שטיסל יא אויסערגעווענליך און דאס איז די טיפע געפילן אין פארשידענע מצבים צווישען טאטע זון, מאן ווייב, ברודער צו ברודער, משפחות, און ליבהאבער.

בד"וו איינער ווייסט וואואהין גיטי'ס בעיבי פון די פריערדיגע עונה איז מיסטעריעזיש פארשוואונדען געווארן?
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

רימון דו רעדסט נאר וועגן די חסרונות פון גיטי ווי זי געט נישט קיין דעקל פאר די רצונות פון איר מאן, אבער וואס איז מיט ליפא ער איז געגאנגען און זיך גענימען דאס געלט שלא ברצונה, און גערופן דאס קינד זעליגל שלא ברצונה, און ועל כולם האט ער גערופן דאס קינדערלאזע פרוי אין שפיטאל צושטערן גיטי'ס מנוחה
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאצקע ציקער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

"שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

שליחה דורך פרייוויליג »

עמיצער האט שוין געזען דאס? זעט אויס ווי א שטיסל שטייגער.

בילד
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פרייוויליג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

שליחה דורך פרייוויליג »

בילד


Sent from my iPhone using Tapatalk
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

הרב [tag]רימון[/tag], נישט אז כ'בין מסכים צו אלע דיינע הנחות [גיטי איז יא א רחמנות (נעמט נישט אוועק די פאקט אז ליפא איז אויך א רחמנות), שלום איז נישט אזא רשע (פארגעסט פון אלע זיינע גוטע תכונות, זיין געשמאקקייט אלס מלמד, געבן געלט פאר גיטי ווען די מאן איז נישטא, ועוד. ס'איז א קאמפליצירטע בילד), רוחמה יאגט אן א משוגע'נע קשר מיט א יונג בחור'ל - שוין נאכן וועלן ווארפן פאשקעווילן קעגן דעם טאטן, און א חלום פון איר אנגעטון אין הוט און רעקל שיסנדיג דעם טאטן (ממש נישט צום זאך אין אונזער קולטור), ועוד], אבער פארט האסטו גאנץ גוט מפענח געווען די בילד, און ווי דיר האלט איך אויך אז די מעשה האט אין זיך גאר אסאך פאקטארן וואס שפילן דווקא יא גוט אפ די חרד'ישע סיסטעם - כאטש זיי האבן עס דראמאטאזירט אין גענומען צו א קיצוניות.

אשוב ואומר, אויב מ'וויל הערן א לענגערע אפהאנדלונג אויף אלע דמויות, און די טיפע דקות וואס זיי ווילן ארויסברענגען אויף יעדן איינעם פון די שפילער [לדעתי, סאך טיפער און דקות'דיג ווי וואס רוב ניקס האבן ארויסגעברענגט], זאל מען מיר מודיע זיין, ואשתדל לכתוב מאמר מנומק.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

"שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

שליחה דורך ירא שמים »

די שרייבערס פונ׳ם שפיל געבן נישט ארויס די סודות וואס זיי האבן אין איר באהאלטן?
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

יא אונדז וויל מיר הערן ר' שש
באניצער אוואטאר
ישראלי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 21, 2015 2:34 am
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

שליחה דורך ישראלי »

מאמר מנומק בבקשה
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

דאס אז רביצין ערבליך איז א מנוולת און באבע מלכה וואטשט טעלעוויזיע און זאגט תהלים פאר די אקטיארן /פארליבט זיך אין א פרענק מיינענדיג אז ס׳איז איר מאן / איז נישט קיין פערצופאל.
אלעס איז אראפצושפילן חרדים אלס פעיקער/דו פרצופ׳ניקעס. שולם די מעין כאראקטער אלס אביוזער און קאפריזער מענטש,

אגב, די פראדוסער זענען גוט-אויסגעקאכט אינעם פרומען לעבנס שטייגער אבער מאכן אסאך קליינע מיסטעיקס.
1) ביים ברית פון ליפא ווייס, רופט מען אויס נחום, קיווע, ליפא. אבער ליפא וווייס האט עפעס נישט קיין טאטע-מאמע / מאמעס גייען קיינמאל נישט א ברית פון זייער קינד ספרדים ואשכנזים גלייך.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
על המחיה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 341
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:40 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל

שליחה דורך על המחיה »

זוכער האט געשריבן: מאמעס גייען קיינמאל נישט א ברית פון זייער קינד ספרדים ואשכנזים גלייך.


אין אר"י איז גראדע א נארמאלע זאך אפי' ביי חסידים אז די מאמע גייט צום ברית
שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו (רבי שלמה אבן גבירול)
על המחיה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 341
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:40 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל

שליחה דורך על המחיה »

שטיסל עונה 2 פרק 4
https://copy.com/hFQCQa3BBYMCbFCQ
שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו (רבי שלמה אבן גבירול)
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

פערטע עפיזאד אפדעיטס:
מזל טוב רוחמי האט חתונה געהאט, געמאכט א הרי את, מיט חנינה טוניק - ביי אנשין אין רעסטאראן מיט עטליכע ליצים.
גיטי דערווייל סעפעראטירט פון ליפא.
ליבי וויל נישט דעם בחור יעקב כהן. פארן צוריק קיין אנטווערפן. - זי וויל עפעס אנדערש אבער זאגט נישט פאר'ן נוחעמ'ען וועמען זי וויל.
קיווע צוריק אין שידוכים.
רביצין ערבליך אווער-דאזוט זיך מיט אספירין - זאגט פסוקי יחוד מיט באבע מלכה.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 391
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1302 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

שליחה דורך רימון »

העי דו ביסט א ספוילער.
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

שולדיגט. איך בין פשוט פרוסטרירט וואס זיי טוען דא.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
לבי במזרח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 18, 2013 10:36 pm
האט שוין געלייקט: 578 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 95 מאל

שליחה דורך לבי במזרח »

[פראסטרעטעד? פארוואס?
זאג, דו האלטסט אז ליבי וויל קיווע'נען?
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

מ'גיט אזוי א בוטשער אפ רוחמי מיט דעם בחור אזוי ווילד און קאלט. דאס דארף זיך ווען ציען 4 עפיזאדן און נישט אזא חופת זנות, וואס סאונד ממש סילי / ניטאמאל אין חלום.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
פארשפארט