גר ותושב האט געשריבן:ב"ה עס האלט ביז דערווייל נאר בי פיר מעסעדזעס דריי פון דעים שטרעינגע און נאר איינס וואס איז מבטיח צו קער נעמען פון טרעפיק אבער וואס טוט זיך מיט הויעכע רענט און בויען דירות ווי מענטשען און צו שטעלן געהעריג פארקינג???
אנטשולדיגט אהובי וידידי, אבער דו האקסט סתם אין טשייניק מיט הויכע רענט, ווייל דו ווייסט גאנץ גוט אז רענט איז נישט א זאך וואס די רעגירונג ערוויילטע קענען רעגולירן, און נישט די געטרייע עסקני ואישי הציבור קענען אראפברענגען, איין עצה איז דא, אזוי ווי די סופליי און דימענד איז דאס וואס מאכט רענט און דירה פרייזן טייערער אדער ביליגער, ווען מ'קען נישט בויען און ס'מעג נאר זיין איין פאמיליע אויף א האלבן עיקער, דאן ווערן פרייזן הויך, ווייל די סופליי ווערט ענג, אויב מעג מען בויען מער הייזער ווערט די פרייזן ביליגער, והוא פשוט, און גענוי דאס איז וואס דער חסיד אוה"ע סט. לאורענס האט אונז דא געטון, אויב וואלט ער נישט געהאלפן מיט די זאונינג געזעצן און די אנדערע פארלייכטערונגען, וואלט היינט געקאסט א הויז אין מאנסי מער ווי ווילי און ב"פ.
עכ"פ לויט דיין קאמפיין פאר ביליגערע רענט און דירה פרייזן האט מען נאר געקעקנט ווידערוויילן דעם חסיד סט. לאורענס, און ווייזט אויס אז מאנסי אידן קוקן טאקע אויף דעם ארויס, און זיי האבן געהאט די שכל נישט נשפע ווערן פון די "בנין נערים סתירה", מיט די ספין און לעכערליכע קאמפיין, און מעכטיגערהייט צוריק אריינגעוואוט סט. לאורענץ, לטובת כל תושבי ראמאפא.
און יעצט מזל טוב מאנסי צו די מעכטיגע געווינס! אשריכם ואשרינו, הודו לה' כי טוב!