עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב שליט"א

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
פארשפארט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ריכטיג האט געשריבן:ייש''כ שש. ווי ווייט זעמיר נאך פונעם מיליאן דאלארדיגן פראגע: עמוד האש האחרון??
מ'קען שוין זאגן, גאר גאר נאנט. נאך געציילטע קאפיטלען [לכאורה מאקסימום נאך פינף קאפיטלען], גלייב איך אז מ'קומט שוין אן צום נקודה אליינס: דער הייליגער רבי פון אמשינוב בית וגן שליט"א.


קאצקע ציקער האט געשריבן:שש ישר כוח הערליך!! זייער אינטערסאנט וועגן ר' חיים מיליקאווסקי אפשר קען מען הערן עפעס נאך איבער עים איבערן ענין פון שלא פחד משום איש

גלייבטס מיר, כ'האב מעשיות איבער רבי חיים מיליקאווסקי ביז איבערן קאפ, אז ביים עולם זאל זיך דרייען די קישקעס פאר געלעכטער, אבער כבר מילתי אמורה לעיל אז בכה"ג אמרינן 'כבוד אלקים הסתר דבר'.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]אכט און דרייסיגסטע קאפיטל:
תולדות חיי הרה"ק רבי ירמי' מ'אפאלע זצוק"ל,
בנו השלישי של רבי יעקב דוד'ל אמשינאווער.[/center]



[center]אלה תולדות צדיק.[/center]
הרה"ק רבי ירמי', שפעטערדיגע רב און רבי פון שטאט 'אפאלע', איז געבוירן געווארן אין יאר תרל"ג אלס יונגסטער קינד פון רבי יעקב דוד'ל אמשינאווער. קנאפע פינף יאר אלט איז ער געווען, ווען זיין טאטע איז נסתלק געווארן בשנת תרל"ח. זיין עלטערער ברודער, רבי מנחם'ל אמשינאווער, האט אים אויפגעצויגן ווי א טאטע, און ער איז וואונדערליך אויסגעשטיגן א צדיק נשגב, זייענדיג בארימט אין פוילישן חדר מיט זיין תמימות און ישרות. ער האט געהאט א גרויסע עבודה מיט נטילת ידים, און האט זיך געקענט גיסן די הענט צוואנציג מאל [ענליך צו דעם, זעט מען ביים היינטיגן רבי'ן שליט"א אין ארץ ישראל], און בכלל האט ער געהאט זייער א פייערדיגע קו אין עבודת ה', אזש ביים דאווענען האבן די ווענט געציטערט פון זיין פלאם פייער, און פארשטייט זיך אז דאס איז געקומען נאר נאך א הכנה דרבה ביז פארנאכטס - נוסח אמשינאוו, ווען ער האט זיך ענדליך גענומען דאווענען שחרית במתינות ובדביקות נפלאה.

ער האט זיך נישט באגענוגנד מיט עבודה תמימה און טיפישער אמשינאווער אהבת ישראל, וואס האט געפלאקערט אין זיין הארץ, זייענדיג באוואוסט מיט זיין איבערגעגעבנקייט צו יעדן איד באשר הוא שם, נאר ער איז אויך געווען א מתמיד עצום הארעווענדיג על התורה יומם ולילה, און פון זיין פריעסטן יוגנט האט ער נישט גערעדט קיין דברים בטלים נאר ער האט זיך ממש אריינגעווארפן אין ים התלמוד, אזש ער האט באקומען סמיכה פון נישט מער און נישט ווייניגער ווי דער ליטווישער גאון הגאונים - רבי חיים בריסקער. [פון זיינע חידושי תורה איז פארבליבן א בריוו וואס ער האט געשיקט צום באקאנטן גאון רבי משה נחום ירושלימסקי, קיעלצער רב, בענין דבר שיש לו מתירין (עס געפונט זיך אין מכון שוקן, אוסף הרב ירושלימסקי מס' 4219)].

זייענדיג א כלי מחזיק ברכה, האט ער חתונה געהאט מיטן בת יחידה פון הרבני הנגיד ר' מענדל שאטין פון ווישעגראד, א גאסטינינער חסיד, אום חודש אב תרמ"ו. זיין שווער האט אים געגעבן א גרויס הויז וואס איז געווארן א מקום תורה, וואו אמשינאווע חסידים האבן זיך גרופירט ארום אים, און אזוי אויך האט ער געהאט בחורים לומדים וואס פלעגן הערן שיעורים פון אים, זייענדיג א גדול בתורה.

ער איז געווען א חסיד פון זיין עלטערער ברודער רבי מנחם'ל אמשינאווער, און פלעגט כסדר אריינפארן קיין אמשינאוו זיך מסתופף צו זיין ביים ברודער. אויפן וועג פלעגט ער זיך אפשטעלן אין סאכאטשאוו, וואו דער אבני נזר האט געפירט זיין רבנות זייענדיג מזקני ומחשובי האדמורי"ם וגדולי הדור. און עס פלעגט זיין אן אינטרעסאנטער מחזה צו זען ווי דער אלטער גדול הדור, וואס האט געשאקלט א וועלט מיט זיין גאונות וחריפות, פלעגט מקרב זיין דעם יונגערמאנטשיק, און פלעגט אים אפילו ארויסבאגלייטן פון הויז. לאחר פטירת אחיו הגדול מאמשינאוו ביום ט"ז כסליו תרע"ח, האבן א חלק חסידים זיך מקשר געווען אין אים, ווי שפעטער דערמאנט.

בשנת תר"ע האט רבי ירמי' חתונה געהאט בזיוו"ש מיט הרבנית קיילא נחמה בת הרה"ק רבי אברהמ'עלע איגר זצוק"ל מלובלין, בן רבי לייב'עלע איגר מלובלין [א זון פון הגאון רבי שלמה איגר, בן הגאון הנורא רבי עקיבא איגר]. און ער האט זיך אריבערגעצויגן קיין לובלין, וואו ער איז ווייטער געשטיגן והוסיף קדושה על קדושתו ופרישות נפלאה. חסידים פלעגן דערציילן, אז צומאל פלעגט רבי ירמי' זיצן ביים טיש פון זיין גרויסן שווער, און ביידע פלעגן זיין פארקאכט אחוז שרעפים נישט ארויסרעדנדיג קיין ווארט, ווען דער שווער פלעגט זיך ארומדרייען צום איידעם און זאגן: 'יא יא, דאס האבן מיר געמיינט', ויהי לפלא.


[center]איש צדיק תמים.[/center]
שפעטער איז ער געווארן רב אין שטאט אפאלע, לעבן לובלין [רוב ליינער האט ניטאמאל געהערט פון אזא שטעטל, און ס'קען זיך דאכטן אז ער איז געווען רב אין א שטעטל פון צוויי מנינים אידן. פאקטיש האבן געוואוינט אין שטעטל ערב דעם צווייטן וועלטס קריג, ארום 4,300 אידן - וואס זענען געווען צוויי דריטל איינוואוינער פונעם שטעטל. ליידער זענען רוב פון זיי אומגעקומען דורך די נאציס ימ"ש], וואו ער האט געזאגט שיעורים פאר די בחורים אין ביהמ"ד, און מיט די צייט האט ער אנגעהויבן פירן רבי'סטעווע, און אסאך זענען געקומען צו אים קיין אפאלע וויבאלד ער איז נתפרסם געווארן אלס פועל ישועות. אפילו צווישן די גוים האט מען געוואוסט צו זאגן פון דעם וואונדערליכן ראבינער, און זיי פלעגן קומען צו פארן צו אים וועלנדיג זוכה זיין צו זיין ברכה.

רבי איציק'ל אמשינאווער פון אמעריקע זצ"ל האט דערציילט, אז רבי ירמי'ס מאמע, דער ערשטער אמשינאווער רעביצין הרבנית חי', האט סוף ימיה געוואוינט ביים צווייטן זון רבי ישעי'לע פרשיסכער [שוין דערציילט אין פריערדיגן קאפיטל], וואו זי איז אויך נפטר געווארן. מ'האט מחליט געווען צו מאכן די לוי' נאך בעפאר דער דריטער זון - רבי ירמי' - וועט אנקומען, אבער ווען מ'איז געגאנגען אנגרייטן א מקום קבורה, האט מען זיך אנגעשטויסן אין א שטיין וואס האט נישט געלאזט גראבן ווייטער אויף דעם ארט. ווען מ'האט פרובירט צו גראבן א נייע מקום קבורה, איז א שטיין געפאלן אויפן קאפ פון דער וואס האט אנגעפירט מיטן חופר זיין א מקום קבורה, האט מען פארשטאנען אז מן השמים וויל מען אז מ'זאל ווארטן אויף רבי ירמי'. און טאקע ווען ער איז אנגעקומען איז אלעס אדורך כשורה אן קיין פראבלעמען. אבער ווען מ'האט אים איבערדערציילט וואס האט פאסירט, האט ער גארנישט רעאגירט דערצו...

ווי אויבנדערמאנט איז זיין עבודה געווען בשלהבת אש קודש. ער פלעגט פירן טיש אין די שפעטע נאכט שעה'ן מיט א מורא'דיגער דביקות. מאכנדיג 'קידוש' האט ער אויסגעזען ממש שלא מעלמא הדין, און ווען ער פלעגט זינגען זמירות האט געהערשט א פחד אלקים וחרדת קודש. אבער נישט נאר זיין עבודה איז געווען מיט אזא קאך, נאר אויך זיין התמדה בתורה פלעגט צוגיין מיטן גאנצן פייער. ער פלעגט לערנען האלטנדיג א לעכט אין זיין האנט, אז די חלב זאל אראפטראפן אויף זיין האנט כדאי ער זאל נישט קענען איינדרימלען! אזוי אויך פלעגט ער שטיין און לערנען שעות ארוכות ברצופות עד כדי אפיסת הכוחות ממש, און ער פלעגט צומאל פשוט אראפפאלן אויפן ערד פון גרויס שוואכקייט און אפגעמוטשעטקייט.

איין אנקעדאט וועט אנווייזן אויף זיין לעבנסשטייגער. די מעשה האט פאסירט ביים אויסברוך פון ערשטן וועלטס קריג, ווען די רוסן האבן אים איינגעזעצט אין תפיסה אין לובלין, וואו מ'האט אים באשולדיגט אין שפיאנאזש. פארשטייט זיך אז דאס האט געשמעקט מיט טויט שטראף, און ער איז געזעצן אין תפיסה קרוב צו א האלבע יאר, וואו מ'האט אים געפייניגט און ער איז שטארק אפגעשוואכט געווארן. זיין ברודער - רבי מנחם'ל אמשינאווער, האט אנגעארבעט פארשידענע עסקנות ופעולות הצלה, ביז ער איז ענדליך באפרייט געווארן נאך חדשים לאנג. ווען רבי מנחם'ל האט זיך נאכגעפרעגט וואס איז די ערשטע זאך וואס זיין ברודער - רבי ישעי'לע - האט געטון ביים באפרייט ווערן פון תפיסה, האט מען אים געזאגט אז די ערשטע זאך האט רבי ישעי'לע געפרעגט וויפיל אזייגער ס'איז, און גלייך האט ער זיך אנגעהויבן גרייטן צום דאווענען, כאילו ס'האט גארנישט פאסירט מיט אים, נאר פונקט ווי איינער וואס גייט ארויס פון איין הויז צו אן אנדערן הויז...

רבי מנחם'ל איז קענטיג שטארק נתפעל געווארן דערפון, און האט זיך אויסגעדריקט, אז אויף דעם זאגט דער מדרש אין פרשת מקץ, אז דער פסוק 'מבית האסורים יצא למלוך' גייט ארויף אויף יוסף. וויבאלד אזא זאך, ארויסצוגיין פון תפיסה גלייך צום מלוכה טראן, כאילו גארנישט האט פאסירט, דאס קען נאר פאסירן צו א 'יוסף הצדיק'. מיינענדיג מרמז צו זיין אויף זיין ברודער'ס כח אנצוגיין גלייך ווייטער מיט זיין אלטן סדר היום, כאילו ער איז נישט נארוואס באפרייט געווארן פון ביטערן תפיסה חדשים לאנג...


אין נעקסטן קאפיטל: רבי ירמי'ס רבי'סטעווע אין ווארשע, אחרית ימיו.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]עטליכע בילדער פון אדמור"י אמשינאוו לדורותיהם.[/center]

[center]הרה"ק רבי מאיר'ל מ'אמשינוב-בית וגן זצוק"ל, אלס יונגערמאן אין ארץ ישראל [רעכטס].
images.jpg
images.jpg (6.1 KiB) געזען געווארן 7520 מאל


א מכתב בכת"י של הרה"ק רבי מאיר'ל מ'אמשינוב-בית וגן זצוק"ל.
405.jpg


הרה"ק רבי איציק'ל אמשינאווער פון אמעריקע זצוק"ל.
52.JPG


הרב מנחם קאליש שליט"א, צוקונפטיגער אמשינאווער רבי [מערקט זיין הערליכע צורה].
orig_80A87D0D5DD449B6B49C79E9E66231B5.JPG


א טבלא פון אלע אדמור"י אמשינאוו לדורותיהם [נאר חצר 'אמשינאוו'].
AMSHINOV_TAVLA.jpg
AMSHINOV_TAVLA.jpg (39.32 KiB) געזען געווארן 7520 מאל
[/center]
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]ניין און דרייסיגסטע קאפיטל:
המשך תולדות חיי הרה"ק רבי ירמי' מ'אפאלע זצוק"ל.[/center]



[center]רבים הלכו לאורו.[/center]
לאחר פטירת אחיו רבי מנחם'ל אמשינאווער, האבן זיך אסאך אמשינאוווע חסידים מדבק געווען אין אים, און ער האט זיך עווענטועל אוועקגעצויגן קיין ווארשע, וואו ער האט זיך אריבערגעצויגן צום הויז פון זיין ברודער רבי מנחם'ל, און אסאך אידן האבן אנגעהויבן זיך מסתופף זיין בצלו. ער איז ברייט באקאנט געווארן מיט זיין עבודה נלהבה, אזויווי מיט זיין כח צו פראווען ישועות. ער איז געווען פון די זקני האדמורי"ם בעפארן קריג, ונערץ ונקדש בפי כל. זיין דאווענען איז צוגעגאנגען נוסח אמשינאוו: א גאנצן טאג האט ער זיך געגרייט, סוף טאג האט ער געדאוונט שחרית און גלייך דערנאך מנחה ווען ס'שוין געווארן טונקל. נאר איינמאל אין טאג האט ער געגעסן, און אפילו דאס איז געווען א פשוט'ע ארימע מאלצייט.

ער איז געווען אזוי ארויסגעטון פון די וועלט, אז ממש לא הכיר בצורתא דזוזא, ווי די פאלגענדע מעשה איז מעיד. איינמאל איז א איד אריין צו אים מיט א קוויטל, און די פדיון איז באשטאנען פון הונדערט אמעריקאנע דאלארן, וואס דאס איז געווען א הון תועפות יענע צייטן. רבי ירמי' האט נישט געוואוסט וואספארא סארט געלט דאס איז, האט ער געפרעגט פון וועלכע מדינה דאס איז. ווען מ'האט אים מודיע געווען אז די געלט איז אמעריקאנע געלט, האט ער עס נישט געוואלט אננעמען זאגנדיג אז ער וויל נישט נעמען געלט פון א פלאץ וואו אזויפיל אידן האבן ליידער פורק עול געווען... דאס איז געווען כאטש ס'האט דאן געהערשט א מורא'דיגע דחקות ביים רבי'ן אין שטוב.

גלייכצייטיג איז ער געווען א ריכטיגער אמשינאווער מיט זיין עמוד החסד. ביתו היתה פתוחה לרווחה פאר יעדן מר נפש און פאר'צרה'טער איד, און ער האט אויך געארבעט מיט שתדלנות פאר די אידישע סאלדאטן. ער פלעגט אוועקגעבן די לעצטע פרוטה פאר א צווייטן איד, און געלט איז בכלל נישט געווען א ווערטפולע חפץ ווען ס'האט זיך געהאנדלט מיט ארויסהעלפן א צווייטן. איינמאל האט ער אפילו אויסגעטון זיינע קליידער און עס אוועקגעגעבן פאר א נצרך...


[center]בשנות הזעם.[/center]
ביים אויסברוך פון צווייטן וועלטס קריג האבן זיינע מקורבים אים געוואלט ארויסשווערצן פון פוילן, אבער רבי ירמי' האט זיי קלאר געזאגט אז ער גייט נישט אוועקגיין פון דא און לאזן זיינע חסידים אן אים. און ווארשעווער געטא האט ער מוסיף געווען פרישות על פרישותו, און ער האט געדאוונט טאג און נאכט פאר כלל ישראל, און ער האט נאכמער ממעט געווען קוים צו עסן כדי מחייתו, נאכן פאסטן א גאנצן טאג. בכלל איז ער געווען מורא'דיג צוקאכט יענע שרעקליכע טעג, און ער האט געקענט זיין פאר'מח'ט נישט הערנדיג וואס גייט פאר ארום אים. איינער פון זיינע חסידים איז אמאל אריין צו אים אנהייב קריג ווען די נאציס האבן באמבארדירט ווארשע, און באמבעס זענען געפלויגן נעבן דעם רבי'נס הויז, אבער דער רבי איז געזעצן צוקאכט נישט שפירנדיג וואס ס'קומט פאר.

רבי ירמי' האט אסאך געבעטן און געזאגט אז די דייטשן זאלן ח"ו נישט האבן א שליטה אויף אים. בשעת'ן באקאנטן 'אקציע' אין געטא, האבן די נאציס באפוילן יעדער זאל אראפגיין צום חצר פון זייער הויז אין יענעם גאס ['פאווא'], אבער רבי ירמי' האט נישט געוואלט אראפגיין - טראץ די הפצרות פון זיין הויזגעזונד - און פאלגן זייער באפעל און איז געבליבן אינדערהיים, כולו אחוז שרעפים. אין די רגע וואס די דייטשן ימ"ש האבן זיך איינגעבראכן אין זיין דירה, איז ער נסתלק געווארן לחיי עד אנדעם וואס די רשעים זאלן אים אנרירן, ובבחינת ניבא וידע מה ניבא. ווען די דייטשן זענען אוועקגעגאנגען פון יענע גאס, זענען זיינע מקורבים אריין צו אים אין שטוב און גענומען זיין הייליג גוף און אים קובר געווען אין זיין חצר. דער פונקטליכער מועד פטירתו איז געבליבן אומבאוואוסט, און דער באקאנטער גאון רבי שמשון אהרן פאלאנסקי זצ"ל, דער טעפליקער רב, האט קובע געווען זיין יארצייט אויף א' באלול.

רוב פון זיינע קינדער זענען ליידער דער'הרג'עט געווארן ביים קריג דורך די דייטשן ימ"ש. הי"ד. געבליבן זענען צוויי זון, רבי ישראל יצחק, און רבי לייבל, קאליש.

היינט צוטאגס האט זיין אייניקל, רבי שרגא זלמן זלמנאוו שליט"א צוריק אויפגעשטעלט חצר 'אפאלע', וואו ער איז משמש באדמורו"ת. ער איז דער עלסטער איידעם פונעם היינטיגן מאדזשיצן רבי'ן שליט"א, און ער איז באקאנט אלס קלוגער און געלונגענער מענטש. ער האט אויך א מכון 'לב אריה', דורך וואס ער האט ארויסגעגעבן פילצאליגע ספרים פון אמשינאוו, ד"ת וענינים מלוקטים.

כ'וועל אראפברענגען בילדער וואס צייכענען אפ די שייכות פון אפאלע מיטן פוילישן חצר:

[center]דער היינטיגער אפאלע רבי שליט"א.
אפאלע.JPG


אפאלע רבי מיט זיין שווער דער מאדזשיצער רבי שליט"א.
אפאלע ומאדזשיץ.JPG


אפאלע רבי מיט אמשינאווע רבי שליט"א.
אמשינוב ואפאלע.JPG


אפאלע רבי מיט אלכסדר'ער רבי שליט"א.
אפאלע ואלכסנדר.jpg


אפאלע רבי מיט לעלוב'ע רבי פון בני ברק שליט"א.
אפאלע ולעלוב.JPG
[/center]

אין נעקסטן קאפיטל: הרה"ק רבי אברהמ'עלע מראדאמסק זצוק"ל, בנו השלישי של רבי מנחם'ל אמשינאווער [א ברודער פון רבי יוסף'ל אמשינאווער, און רבי שמעון שלום מ'אמשינאוו-אטוואצק].
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]פערציגסטע קאפיטל:
תולדות חיי הרה"ק רבי אברהמ'עלע מ'אמשינאוו-ראדאמסק זצוק"ל,
בנו השלישי של רבי מנחם'ל אמשינאווער.[/center]



[center]אלה תולדות צדיק.[/center]
רבי אברהמ'עלע איז געווען דער יונגסטער זון פונעם צווייטן אמשינאוון רבי'ן - רבי מנחם'ל. אנדערש ווי זיינע עלטערע ברידער, רבי יוסף'ל אמשינאווער און רבי שמעון שלום מ'אמשינאוו-אטוואצק, איז ער געווען באוואוסט מיט זיין זעלטענע תמימות און צוריקגעצויגנקייט. זיין פנים האט מעיד געווען אויף זין פנימיות, זייענדיג אן אויסגעדארטער מענטש מיט א לויטערע ליכטיגע צורה, און זיין גאנצע מהות האט מעיד געווען אויף זיין 'סגפנות'. זיין הייליג צורה האט דערמאנט פון געשטאלטן פון פריערדיגע דורות.

ער איז געווען אן איש קדוש וואס מ'האט געשפירט אין זיין געגנווארט זיין יראה עילאה, אזש זיין טאטע האט זיך אויסגעדריקט אויף אים אז ער איז אן 'עולה תמימה'. דער אלכסנדר'ער רבי הרה"ק רבי יצחק מנחם זצוק"ל הי"ד, דער בעל 'עקידת יצחק', האט זיך אויסגעדריקט אויף אים 'דער הייליגער איד', און אלכסנדר'ע חסידים פלעגן טאקע פארן צו אים צוליב דעם רבי'נס אויסדריק אויף אים. אזוי אויך האט זיין פלומעניק, הרה"ק רבי איציק'ל אמשינאווער פון אמעריקע, געזאגט אז 'ער איז געווען א גרויסע איש אמת'.

כשהגיע לפרקו איז ער געווארן אן איידעם ביי הרה"ק רבי אברהם ישכר הכהן - בעל 'חסד לאברהם' מראדאמסק, א זון פונעם 'תפארת שלמה' פון ראדאמסק. און ער איז פארבליבן וואוינען אין ראדאמסק תחת צילו של חותנו הגדול, וואו ער האט מוסיף געווען קדושה על קדושתו און איז געווען ממש פרוש מחיי העולם הזה, אזש ער האט זיך כמעט נישט ארויסגערירט פון זיין ד' אמות. שוין אפגערעדט פון דעם, אז ער איז געווען אריינגעטון אין זיין עבודה ומימיו לא שח שיחה בטילה.


[center]צדיק נפלא.[/center]
ווען זיין טאטע איז נסתלק געווארן אין יאר תרע"ח, איז ער געווארן רבי דארט אין ראדאמסק, און ער האט גענאסן גרויס הערצה און דרך ארץ ביי אלע ראדאמסק'ע איינוואוינער, וואו ער איז געווען באוואוסט סיי מיט זיין גרויס קדושה, און סיי מיט זיינע געוואלדיגע מידות. כמנהג אמשינאוו האבן זיינע הכנות לתפילה געדויערט שעות ע"ג שעות, און דערפאר האט ער געענדיגט דאווענען שפעט ביינאכט. בכלל האט ער גע'ירש'נט די אמשינאווע פארשלעפטקייט. איינמאל האט ער געפרעגט וויפיל אזייגער ס'איז, האט מען אים געענטפערט 'דריי אזייגער', האט ער געענטפערט בדרך צחות: 'דאס קען דאך נישט זיין, ווייל דריי אזייגער האב איך געדארפט צו זיין ביים דאקטאר לצרכי רפואה'...

זייענדיג אן איש מופת, זענען אידן אריין צו אים בעטן א ברכה. רבי איציק'ל אמשינאווער פון אמעריקע האט דערציילט, אז איינמאל איז א יונגערמאן אריינגעקומען צו אים בעטן א ברכה אז ער זאל נישט דארפן דינען אין מיליטער, ווי די פוילישע געזעץ האט געלויטעט. דער יונגערמאן איז אבער געווען א פעסט-געבויעטער יונג, און ס'וואלט געווען א שווערע 'קעיס'... האט אים רבי אברהמ'עלע געענטפערט: 'קריכן אויף גלאטע ווענט, קען מען נישט. מען וועט דיר נעמען, אבער דו וועסט נישט דינען'. און צו אלעמענס וואונדער האט זיך טאקע אזוי אויסגעשטעלט, אז כאטש מ'האט אים גענומען אין מיליטער, אבער יעדעס מאל מ'האט אויסגערופן אויף געוויסע מיליטערלייט אז זיי דארפן זיך קומען שטעלן, איז זיין נאמען שטענדיג ערשינען נאכן לעצטן נאמען וואס מ'האט אויסגערופן, אזוי אז ס'איז קיינמאל נישט אנגעקומען זיין רייע... [אזוי איז דאס געווען בדרכי הטבע, און נישט 'קריכן אויף גלאטע ווענט'].


[center]בשנות הזעם.[/center]
אין די מלחמה יארן, האט ער ארויסגעשיינט מיט זיין טיפישער אמשינאווער התנהגות, פון מסי"נ און עסקנות פאר אנדערע אידנס וועגן. ער האט זיך געזארגט פאר פליטים וואס זענען געקומען קיין ראדאמסק פון אנדערע שטעט אין פוילן, און ווען מ'האט אריבערגעזידלט פארטריבענע אידן פון לאדזש צום ראדאמסק'ן געטא, האט ער זיך פערזענליך געזארגט פאר אלע זייערע באדערפענישן און זיך אפגעגעבן מיט זיי.

אין יענע תקופה איז ער נאכמער פארמאכט געווארן מיט זיין הייליגע עבודה, און די ראדאמסק'ע איינוואוינער האבן זיך געדרייט ביי אים בעטנדיג אז ער זאל מתפלל זיין פאר זיי. אינמיטן קריג איז אנגעקומען צו אים די בשורה, אז זיין איידעם הרה"ק רבי יצחק'ל אטוואצקער זצוק"ל איז גע'הרג'עט געווארן דורך די נאציס ימ"ש, און מיט איבערמענטשליכע כוחות האט ער זיך מתגבר געווען אויף זיין צער, און האט מחזק געווען די משפחה און זיין ארומיגע סביבה אין די שווערע תקופה.

די דייטשן וואס האבן געוואוינט אין ראדאמסק האבן געוואוסט אז ער איז א 'אידישע ראבינער', און זיי האבן געזוכט זיך צו רייצן מיט אים. איינמאל האט א געוויסער דייטשער רוצח מיטן נאמען 'פיכנער' ימ"ש, זיך איינגעבראכן ביי אים אינדערהיים. אבער ווי נאר ער האט דערזען דעם הייליג צורה פון רבי אברהמ'עלע - עטוף בבגדי לבנים מיטן לאנגן ציצית וואס איז אנגעקומען ביז די פיס - האט אים אנגעכאפט א פחד און ער איז ארויסגעגאנגען בבושת פנים פון רבי'נס שטוב.

אזוי אויך האט געוואוינט אין ראדאמסק א דייטשער איינוואוינער, וואס אונטער די דייטשע אקופאציע האט ער געוואוסט אז 'הותרה הרצועה' און זייענדיג א וויסטער אנטיסעמיט איז ער איינמאל אריין צו רבי אברהמ'עלע אין שטוב, און אונטערגעצינדן זיין בארד ה"י. רבי אברהמ'עלע איז געווארן צושוידערט פון דעם און האט אים געשאלטן אויפן קול, אז דער האנט וואס האט צוגערירט מיין בארד, זאל אפגעהאקט ווערן! אפאר טעג זענען אדורך, און דער באנדיט איז אדורגעגאנגען לעבן א מאשין מיט אזעלכע רעדלעך, און זיין האנט איז פארכאפט געווארן אין די שארפע רעדלעך און איז גענצליך צוריבן געווארן, ותהום העיר ויהי למופת. חדשים לאנג איז דער רוצח אפגעלעגן אין שפיטאל במכאובים רבים.

ווען זיינע מקורבים האבן אים געוואלט ראטעווען דורך אריבערפירן קיין פילץ וואו די מצב איז געווען רואיגער, האט ער בשום אופן נישט מסכים געווען, נאר געזאגט אז 'אלע אידן געפונען זיך אין א סכנה, און פארוואס זאל איך זיי איבערלאזן?!'. און ער מיט זיין גאנצע משפחה, זענען טאקע געפירט געווארן צוזאמען מיט די אידן פון ראדאמסק, קיין 'טרעבלינקע', וואו ער איז אומגעקומען עקד"ה, הי"ד. ליידער איז פון אים גארנישט פארבליבן און אלע זענען גע'הרג'עט געווארן דורך די נאציס ימ"ש.

ער האט געהאט א זון מיט א טאכטער:

זיין זון איז געווען רבי יעקב ישכר, און איז א חתן געווארן צו זיין פעטער רבי יוסף'ל אמשינאווער [רבי אברהמ'עלעס עלטסטע ברודער], אבער ער איז אוועק נאך אלס חתן בחיי אביו, און מ'האט אים קובר געווען אין אוהל פונעם זיידן רבי מנחם'ל אמשינאווער.

זיין טאכטער האט חתונה געהאט מיט זייער קרוב, הרה"ק רבי יצחק'ל קאליש מ'אטוואצק, און זיי זענען אומגעקומען עקד"ה עם יו"ח. הי"ד.


אין נעקסטן קאפיטל: הרה"ק רבי יעקב דוד'ל אמשינאווער [השני] זצוק"ל, בנו בכורו של רבי יוסף'ל אמשינאווער [עלטערער ברודער פון רבי איציק'ל אמשינאווער פון אמעריקע].
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]איין און פערציגסטע קאפיטל:
תולדות חיי הרה"ק רבי יעקב דוד'ל [השני] מ'אמשינאוו זצוק"ל,
עלסטער זון פון רבי יוסף'ל אמשינאווער.[/center]



[center]אלה תולדות צדיק.[/center]
דער פערטער אמשינאווער רבי [אוועק בשנות הזעם הי"ד], איז געווען רבי יעקב דוד השני מאמשינאוו. ער געבוירן ביי זיין טאטן רבי יוסף'ל בשנת תרס"ח, ווען זיין טאטע איז נאך געווען רב אין אסטראווע [מער איבער דעם, אין פריערדיגע קאפיטלען], וואס האט אים א נאמען געגעבן נאכן ערשטער אמשינאווער רבי - רבי יעקב דוד'ל. די זקני חסידים וואס האבן נאך געדענקט דעם ערשטן רבי'ן רבי יעקב דוד'ל, האבן מעיד געווען אז דער צווייטער רבי יעקב דוד'ל האט געענדלט אין אויסזען אינעם ערשטן אמשינאווער רבי - רבי יעקב דוד'ל.

נאך אלס קינד איז ער געווען א מורא'דיגער מתמיד, און איז געזעצן אין געלערנט ביים טאטן און ביי די אנדערע לומדים פון שטאט אסטראווע, און נאך אלס יונג בחור'ל איז ער שוין געווען בקי אין שו"ע או"ח בעל פה. שפעטער האט זיך משלים געווען אין הלכה, ביז ער האט געקענט ד' חלקי שו"ע כזקן ורגיל, און זיין נאמען איז געגאנגען ווייט אלס אויפגייענדער שטערן ות"ח מופלג. אזויווי זיין טאטע, האט ער משלב געווען זיין גאונות מיט די טיפישע אמשינאווע ענוה און פשטות, מיט אן אצילות און איידלקייט, און שטענדיגע שמייכל אויף זיין ליכטיגע געזיכט.

וירא כי טו"ב, ווען ער איז געווען א יונג בחור פון זיבעצן יאר אלט, האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית יוכבד בת הרבני הנגיד רבי שלמה יאסקאוויץ פון ווארשע וואס איז געווען אן איידעם ביים אמרי אמת פון גור זצוק"ל, און די חתונה איז אפגעראכטן געווארן אין גור מיטן השתתפות פון אסאך אדמורי"ם ורבנים און צענדליגע טויזענטע חסידים פון ביידע צדדים. צוויי מאל יעדן טאג איז אפגעראכטן געווארן א שבע ברכות, פאר די ספעציעלע רבי'ס וואס זענען געקומען צו פארן לכבודם פון די צוויי רבי'ס וואס האבן געהאט א געוואלדיגע קשר אהבה וידידות צווישן זיי, יארן לאנג. און די חתונה האט גע'שמ'ט יענע יארן אלס מעין קליינע 'אוסטילא חתונה'. אינטרעסאנט אנצומערקן, אז לכבודו פונעם מחותן דער אמרי אמת - וואס האט באוויזן צו פארוואנדלן גור אין א מקום וואו מ'איז שטארק מקפיד אויפן זייגער - האט רבי יאסעלע אמשינאווער זיך צוגעשטעלט צו אים, שבת שבע ברכות, און 7:30 אינדערפרי פונקטליך איז שוין דער אמשינאווער רבי געשטאנען ביי זיין פלאץ ווארטנדיג פארן בעל תפילה...

רבי יעקב דוד'ל איז פארבליבן וואוינען אין גור אויף 'קעסט' פאר אפאר יאר, און מיט זיין התנהגות דקדושה, מיטן טיפישער אמשינאווער הצנעות און ענווה, האט ער באוויזן צו ווערן באליבט ביי די 'שארפע' גערע חסידים... זיין איידעלע צורה און ב'חנ'טער מהות האבן משפיע געווען אויף אלע וואס האבן אים געזען, און דער אמרי אמת האט טאקע אפאר מאל זיך אויסגעדריקט בשבחו פון דעם יונגערמאן, פאר זיינע מקורבים און שטוב מענטשן. ער האט אפילו געלערנט יעדן טאג פארטאגס א שיעור בעיון ביי זיין זיידן דעם אמרי אמת. שפעטער האט ער געוואוינט א תקופה אין ווארשע, לערנענדיג אין איינע פון די אמשינאווע שטיבלעך אין שטאט, און זיין נאמען איז מפורסם געווארן אלס גאון ומתמיד בתורה ועבודה.


[center]רועה נאמן לעדתו.[/center]
אין יאר תרצ"ד - אין יונגן עלטער פון זעקס און צוואנציג יאר [!] - איז רבי יעקב דוד'ל אויפגענומען געווארן אלס רב אין שטאט זשירדאוו, לעבן ווארשע. אנדערש ווי עס קען זיך דאכטן, איז זשירדאוו געווען א שטאט וואו עס האבן געוואוינט בעפארן צווייטן וועלטס קריג ארום 2,700 אידן [א צענטל פון די שטאטס איינוואוינער]. טראץ זיין יונגן עלטער, האט ער געפירט זיין רבנות ביד רמה, און אפילו די מנגדים אין שטעטל האבן שנעל איינגעזען אז ער איז א בקי בהוראה כזקן ורגיל, און האבן זיך מתכופף געווען צום יונגערמאנטשיק.

אין יאר תרצ"ו איז זיין טאטע רבי יוסף'ל נסתלק געווארן, און אלע אמשינאווע חסידים האבן אים מכתיר געווען אלס רבי - כאטש ער איז נאך געווען אין יונגן עלטער פון 28 יאר. ער איז שנעל באליבט געווארן איבעראל, אנגייענדיג מיטן אלטן מסורה פון מקרב זיין יעדן איד און זיך נאכפרעגן אויף יעדן מיט א געוואלדיגער איבערגעגעבנקייט. אלס אמשינאווער רבי, האט אמשינאוו - אליינס א קהילה פון 2,200 אידישע איינוואוינער - געפאדערט אז די רבי זאל אריבערקומען וואוינען ביי זיי. אבער די זשירדאווע איינוואוינער האבן נישט מסכים געווען אויפצוגעבן אויף זייער באליבטער רב בשום אופן. נאך א לענגערע משא ומתן איז געבליבן אז ער גייט זיין רב אין ביידע קהילות, וואוינענדיג א שטיק צייט דא און א שטיק צייט דארט...


[center]דער יונגער רב און רבי, רבי יעקב דוד'ל השני מ'אמשינאוו זצוק"ל:
imagegs.jpg
[/center]
אין שיקאגו האט געוואוינט א חשובער רב הגאון רבי בן ציון ראזנטאל, מח"ס תנובת ציון ובינת ציון עהש"ס והלכה. ביי א געלעגנהייט האט ער דערציילט, אז ער איז אמאל געווען שבועות ביי רבי יעקב דוד'ל השני, און ער האט מזכיר געווען זיין טאכטער וואס האט געהאט א געוואוקס ביי איר אויג, און ס'איז געווארן מסוכן. דער רבי האט אנגעוואונטשן, און קורץ דערנאך איז זי גענצליך אויסגעהיילט געווארן.

ענליך צו דעם האט ער אמאל מבטיח געווען פאר א פרוי וואס איז אריין צום רבי'ן מיט בכיות אז איר עלטסטער זון איז אוועק פון טובערקולאסיס רח"ל, און יעצט איז איר צווייטער זון אנגעשטעקט געווארן מיט די זעלבע קרענק, און ער האלט ליידער אין א מצב פון סכנת נפשות. קודם האט דער רבי געזאגט 'וואס וויל זי? ווער בין איך איר צו קענען העלפן?', אבער די פרוי האט ווייטער געוויינט בתחנונים ביז דער רבי האט צוגעזאגט אז דאס קינד וועט ווערן געזונט. ווען זי איז אוועקגעגאנגען, האט דער רבי 'זיך פארענטפערט' פאר זיינע שטוב מענטשן: וואס האב איך געקענט טון? ווען איך וואלט איר נישט צוגעזאגט וואלט זי דאך געבליבן שטיין א גאנצן טאג און וויינען'... למעשה איז דאס קינד גענצליך אויסגעהיילט געווארן, והיה הדבר לאות ולפלא.


[center]פטירת צדיק.[/center]
ביים אויסברוך פון צווייטן וועלט מלחמה, איז ער געגאנגען וואוינען אין ווארשע - וואו אהין די זשירדאווע אידן זענען פארטריבן געווארן. קרוב צו צוויי יאר האט ער זיך אויסבאהאלטן אין אנדערע פלעצער אין ווארשע. זיין לעצטע באהעלטעניש איז געווען ביי איינעם אין בוידעם, וואו ער איז געווארן אנגעשטעקט מיט מחלת הטיפוס, און די דאקטוירים האבן גארנישט געקענט ארויסהעלפן וויבאלד קיין מעדיצין איז נישט געווען צו באקומען אין ווארשעווע געטא. אום חודש ניסן תש"ב איז ער נתסלק געווארן אין ווארשע, אין יונגן עלטער פון ד"ל שנים, און האט נאך זוכה געווען צו קומען לקבורה אין אוהל פון זיין זיידן רבי מנחם'ל אמשינאווער, לעבן דעם קבר פון זיין טאטן רבי יאסעלע, וואס געפונט זיך אין ווארשע.

זיין ווייב, און זיינע פיר קינדערלעך, זענען גע'הרג'עט געווארן דורך די נאציס ימ"ש, הי"ד. ליידער איז נישט געבליבן קיין זכר פון זיין משפחה.


[center]א מכתב בכתי"ק פון רבי יעקב דוד'ל השני מ'אמשינאוו זצוק"ל:
imagdesc.jpg
[/center]
נאכן קריג, האט זיין יונגערער ברודער, רבי איציק'ל, אנגעהויבן פירן רבי'סטעווע אין אמעריקע, ווי שוין דערמאנט אין פריערדיגע קאפיטלען.


אין נעקסטן קאפיטל: אן [אומאפיציעלער] אינטערוויו-שמועס מיט א גרויסע ת"ח וואס געדענקט נאך רבי שימעלע אמשינאווער, הוספות ונספחים.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]עטליכע בילדער פון אדמור"י אמשינאוו לדורותיהם.[/center]


[center]א געמאלן בילד פון הרה"ק רבי מנחם'ל [רעכטס] ובנו הרה"ק רבי יוסף'ל [לינקס] מ'אמשינאוו:
ציור הרהק רבי מנחם עם  בנו הרהק רבי יוסף מאמשינאוו.jpg


א באשרייבונג איבער'ן פטירה פון הרה"ק רבי מאיר'ל פרשיסכער, חתן הרה"ק רבי יעקב דוד'ל מ'אמשינאוו:
פשיסחא רבי מאירל.pdf
(294.28 KiB) אראפגעלאדנט 157 מאל


אפאלע רבי שליט"א טאנצט מיט א ס"ת:
אפאלע רוקד עם התורה.JPG


אמשינאווע רבי מיט אפאלע רבי שליט"א, ביי א חתונה בחצר אמשינוב:
אפאלע ואמשינוב חתונה.jpg


אמשינאווע רבי שליט"א ביראת ה' החופפת עליו כל היום:
images.jpg
[/center]
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]צוויי און פערציגסטע קאפיטל:
הוספות ונספחים על הרה"ק רבי שמעון שלום מ'אמשינאוו זצוק"ל.[/center]



[center]א שמועס מיט הגה"ח רבי עזרי' זושא פאללמאן שליט"א, ר"ם ישיבת באבוב.[/center]
איך וויל דא מקדים זיין א ווארט איבער רבי זושא פאללמאן זעלבסט. אלס א איד וואס איז מלא בגדוש בש"ס, חסידות, סיפורי צדיקים, און בעצם - א כרכא דכולא ביה, איז פשוט א געשמאק צו כאפן א שמועס מיט אים איבער היסטאריע בכלל, און חסיד'ישע היסטאריע בפרט. א באזונדער חשיבות האט זיין ידיעה אין היסטאריע אין די יארן בעפאר'ן קריג און גלייך נאכן קריג אין אמעריקע, זייענדיג אין אמעריקע פון אלס קליין קינד [ער איז שוין א בן שמונים בליעה"ר]. שוין א שטיק צייט צוריק האב איך אנגעהויבן שמועסן מיט אים, זייענדיג א פריינטליכער און געשמאקער ת"ח מלא וגדוש [אגב, כ'רעקאמענדיר שטארק פאר ווער ס'וויל הערן אינטרעסאנטע ידיעות פון אמאל, אז מ'זאל זיך טרעפן מיט אים. ער נעמט גערן אויף מענטשן], און ער האט פארשידענע אוצרות וואס מ'דערוואגט זיך שוין נישט צו דערציילן בזמנינו. כמובן אז די מעשיות זענען א באזונדערע פעלד פאר זיך. וויבאלד כ'האב געשריבן אזויפיל איבער אמשינאוו, האב איך איינמאל בתוך הדברים געפרעגט וואס ער האט מוסיף צו זיין, ואלו דבריו:

רבי זושא פאללמאן דערציילט מיר, אז נאכדעם וואס רבי שימעלע אמשינאווער איז געראטעוועט געווארן ביים צווייטן וועלטס קריג דורך יאפאן [ליינט אויבן מער דערוועגן], איז יצא שמו בקרב כל ישראל. אויב ביז דאן איז ער געווען 'נאך א פוילישע רבי', איז ער דאן עמטליך אריין אין די אידישע וועלטליכע היסטאריע אלס איש פיקח ושנון, איש קדוש, און גאון עצום. אפילו די ליטווישע וואס האבן קודם געמיינט אז ער איז סך הכל נאך א חסיד'ישע רבי, האבן אבער במשך הזמן אין יאפאן איינגעזען אז ער איז אחד מיוחד במינו, און אנקומענדיג קיין אמעריקע האט ער שוין געהאט א ברייט בארימטע נאמען בקרב הארץ.

למעשה, איז ער געווען דער איינציגסטער פוילישע רבי אין אמעריקע [למעט דער מאדזיצער, וואס איז אבער נישט געווען פון 'פרשיסכער חדר'], און אנקומענדיג קיין אמעריקע האבן אלע פוילישע אודים מוצלים - בנוסף צו סתם חסיד'ישע אידן - געזען אין אים א נאטורליכע מנהיג און געוואלט גיין לאורו. דעם ערשטן ראש השנה האט מען אויסגעדינגען א גרויסע זאל, און א ריזן ציבור האט זיך משתתף געווען. וויבאלד די אמעריקאנע [און די פוילישע גערע] זענען נישט געווען געוואוינט צו קיין שלעפעראציע, האט רבי שימעלע זיך צוגעשטעלט און מ'האט אנגעהויבן דאווענען היבש פרי, און דאס איז אנגעגאנגען ביז די 'הפסקה' בעפאר די תקיעות. מ'האט געמאכט א קורצע הפסקה, אבער רבי שימעלע האט זיך נישט באוויזן... ס'דורך נאך אסאך צייט, און די עולם האט זיך אנגעהויבן ארויסשארן פון ביהמ"ד. שפעט נאכמיטאג איז רבי שמעון שלום אריין צו די תקיעות, אבער ס'קוים פארבליבן מנין. 'אמשינאוו' האט גובר געווען... פון דעמאלס און ווייטער, האט ער געהאט א קליין עולם אין ביהמ"ד כאטש ער איז געווען אהוד ונערץ בפי כל.

רבי זושא זעלבסט, האט זיך אסאך מסתופף געווען בצלו. ער דערציילט מיר, אז זייענדיג א חסיד'ישער בחור פון 'ישיבת תורה ודעת', האט זיך געשאפן א קליין חבורה'לע פון חסיד'ישע 'מבקשים'. צווישן זיי זענען באקאנט: הגה"צ רבי אליהו יהושע געלדצעהלער זצ"ל [לעצטנס אוועק, ער האט זיך געהאלטן עמטליך פאר אן אמשינאוון חסיד], הגה"צ רבי משה וואלפסאן שליט"א, און הגה"ח החכם המהולל רבי אברהם יהושע טווערסקי שליט"א. עכ"פ זיי פלעגן ארומגיין צו אלטע חסיד'ישע רבי'ס, מאכן היימישע מלוה מלכה'ס, וכו'. נאכן פארענדיגן אלע אנדערע רבי'ס אין וומסב"ג, האט מען געקענט אריינקומען צום טיש פון רבי שמעון שלום, וואס האט אנגעהויבן פראווען קרוב לחצות הלילה, נוסח אמשינאוו... ער געדענקט נאך דעם כמעט וועכנטליכן בילד, וויאזוי רבי שימעלע פלעגט זינגען 'אזמר בשבחין' ביי די פיש, זיין זון רבי מאיר'ל האט נאך געהאלטן ביים דאווענען מעריב, און רבי מאיר'לס איידעם - הגאון רבי חיים מיליקאווסקי - פלעגט מאכן קידוש... אזוי האט אויסגעזען די 'טיש'.

[center]***[/center]
איבער רבי שימעלע'ס פלומעניק, רבי איציק'ל אמשינאווער, האט ער נישט געהאט קיין סאך מוסיף צו זיין. אבער אן אינטרעסאנטער הגדרה האט ער נאכגעזאגט פון זיין קוזין, הגה"ח רבי אליעזר דוד פאללמאן ז"ל, וואס איז געווען א הייסע חסיד פון רבי איציק'ל אמשינאווער [דערמאנט אויבן צווישן די חסידים מפורסמים], אז איינמאל האט רבי זושא געפרעגט זיין קרוב פארוואס ער איז געווארן א חסיד פון רבי איציק'ל, וואס האט ער געזען ביי אים. האט אים רבי אליעזר דוד געענטפערט, אז ביי רבי איציק'ל זעט זיין 'מנחה' אום יום כיפור אויס ווי א מנחה אין א פשוט'ע וואכנטאג, איז דא צוויי צדדים: אדער איז יו"כ גארנישט מער ווי א וואכנטאג, אדער איז די מנחה יעדן טאג אזויווי א יום כיפור'דיגע מנחה, און ער פארשטייט אז די צווייטע צד איז ריכטיג... [ווער עס האט געליינט אביסל איבער רבי איציק'ל פארשטייט די טיפקייט דערפון, אז ביי רבי איציק'ל איז דער יסוד היסודות געווען 'השתוות', אז זיין קאך איז געווען אויף גאר א צארטן אופן].


אין קומענדיגן קאפיטל: נאך הוספות ומילואים איבער רבי שימעלע אמשינאווער.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]דריי און פערציגסטע קאפיטל:
הוספות ונספחים על אדמור"י אמשינאוו.[/center]



[center]אויף הרה"ק רבי שמעון שלום מ'אמשינאוו זצוק"ל.[/center]
הרה"ח ר' מאיר יהודה וואזנער שליט"א [פאטער פון הגאון רבי יוחנן וואזנער, דומ"ץ סקווירא במאנטריאל] דערציילט, אז נאכן קריג איז ער געווען א הייסע חסיד פון רבי שימעלע אמשינאווער, וועם ער האט מגדיר געווען אלס א שטיק פייער מיט זיין הייליגע עבודה. לאחר פטירת רבי שימעלע איז ער געווארן א חסיד פון אלטן סקווערן רבי'ן, און ער איז געווען פון די נחשונים ביים אויפשטעלן דעם סקווערן שטעטל. עכ"פ ער האט דערציילט וואס ער האט זעלבסט מיטגעהאלטן, אז כידוע איז מען מחמיר אין אמשינאוו מיטן זמן ביינאכט, און אין ארץ ישראל איז נאך ביז היינט דא דער זמן פון 'צוויי שעה' נאכן זמן. רבי שימעלע האט שוין געווארט אויפן שפעטערן זמן, און ער האט קיינמאל נישט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת, אבער היות יענע צייטן איז נאכנישט געווען קיין מנינים מעריב האט ער געווענליך געדאוונט ביחידות.

איינמאל איז א ליטווישע גדול אריינגעקומען צו רבי שמעון שלום, און האט אים געפרעגט פארוואס ער דאוונט נישט בציבור ביים זמן ר"ת, זאגנדיג אז קודם זאל ער דאווענען מעריב מיט מנין, און העכסטנס זאל ער איבערליינען ק"ש של ערבית ווען עס קומט אן דער שפעטערער זמן. רבי שימעלע האט אים געענטפערט צוקאכטערהייט: איר מיינט אז ס'איז אזוי גרינג 'איבערצוליינען' קריאת שמע? דאס איז א פרישע הכנה ועבודה פון מקבל זיין פון פריש עול מלכות שמים באהבה, קען מען דען עפעס אזוי גרינג 'איבערליינען נאכאמאל' ק"ש?!

אן אינטרעסאנטער אנעקדאט האב איך געהערט בשם הרה"ח ר' משה יונה זיסהאלץ ז"ל, וואס האט געהאט די זכי' צו וואוינען אין זעלבן בנין ווי רבי שימעלע. האט ער דערציילט א הפלא'דיגע מעשה, אז איינמאל הושענא רבה נאכמיטאג איז ער אריינגעקומען אין רבי'נס ביהמ"ד, און צו זיין גרויס וואונדער האט ער געזען ווי דער רבי ר' שמעון שלום, מיט זיין זון רבי מאיר'ל, זיצן אויפן ערד פון ביהמ"ד און קלויבן צוזאמען די הושענות בלעטער וואס איז געלעגן אויפן ערד נאכן קלאפן הושענות. רבי מאיר'ל האט געוואלט ברענגען א בעזים און אויפקערן די ביהמ"ד, אבער רבי שמעון שלום האט אים געזאגט אז ס'איז שיורי מצוה און ער וויל נישט מ'זאל עס מבזה זיין דורכ'ן אויפקערן מיט א בעזים, און דערפאר האבן זיי מלקט געווען בידים די הושענות בלעטלעך... ר' משה יונה זיסהאלץ האט שנעל אריינגערופן צוויי חברה זאלן ארויסהעלפן, אבער ס'איז געבליבן אין די ביינער צו זען דעם צדיק נפלא וזקן האדמורי"ם, ווי ער זיצט און נעמט צאם בלעטלעך פון ערד!


[center]אויף הרה"ק רבי איציק'ל אמשינאווער זצוק"ל.[/center]
איבער רבי איציק'לס תורה לערנען, האב איך אויך געהערט נאך הפלא'דיגע מעשיות. ווי אויבנדערמאנט איז הגאון ועילוי הנפלא רבי שמעי' מעריל שליט"א, געווארן א חסיד פון רבי איציק'ל. ער איז געווען א טיפישער 'ישיבת בית התלמוד' תלמיד, געקאכט אין הרב חזן וכו' [ראשי ישיבת בית התלמוד], און ער האט זיך מדבק געווען פונקט אין דעם פוילישן רבי. ווען זיין זון האט אים געפרעגט דערוועגן, האט ער געזאגט: דו מיינסט אז כ'בין סתם אזוי געווארן א חסיד פון אמשינאווער רבי? כ'בין אריין צו אים, גערעדט מיט אים אין לערנען, און כ'האב געזען אז ער איז א בקי בכל התורה כולה. נישט סתם אויבערפלעכליך, נאר בעיון גדול. ער פלעגט טאקע אסאך זיך מפלפל זיין מיט רבי איציק'ל אין לערנען, כאטש ווען ס'איז געקומען ברבים פלעגט רבי איציק'ל קיינמאל נישט ארויסווייזן זיין גדלות בתורה, פונקט ווי ער פלעגט נישט ארויסווייזן קיין שום גדלות. ער פלעגט באהאלטן זיין פייער ביי זיך אינדערהיים.

מצד שני, איז געווען אמאל א מעשה, אז רבי איציק'ל האט פארגעלערנט אוה"ח הק' ברבים, און עפעס א רב איז דארט געזעצן ביים שיעור, און אינמיטן איז אים עפעס שווער געווארן און ער האט געפרעגט רבי איציק'ל דערוועגן. רבי איציק'ל האט אים גארנישט געענטפערט. שפעטער האט רבי שמעי' מעריל עפעס געפרעגט ביים שיעור, און רבי איציק'ל האט אים יא געענטפערט. ווען דער רב האט אויסגעדריקט זיין וואונדער אז רבי שמעי'ן האט ער יא געענטפערט, האט רבי איציק'ל איינפאך ערקלערט: רבי שמעי'?! דאס איז גאר עפעס אנדערש! כלומר, ער איז גענוג גאון אז זיינע קשיות זאל איך מוזן פארענטפערן.

בכלל האט רבי איציק'ל זייער שטארק מעודד געווען צו לערנען גמרא און נישט זיין פארנומען מיט חסידות א גאנצן טאג, זאגנדיג אז 'אין אמשינאוו איז געווען איין חסיד'יש ספר, און דאס האט מען געלערנט פון דעקל צו דעקל, די נאמען פונעם ספר איז תלמוד בבלי'... און ער פלעגט כסדר ארויסברענגען רבי איציק'ל וואורקער'ס ווארט, אז דער בעסטער חסיד'ישע ספר איז די גמרא.

מצד שני, ווען ס'איז אמאל אריינגעקומען צו אים איינער בעטן חיזוק אז ער קען נישט לערנען ביינאכט פון גרויס מידעקייט, האט אים רבי איציק'ל געענטפערט: זאלסט שוין גיין שלאפן! מ'טאר זיך נישט איבערשטרענגען... ענליך איז געווען אמאל ווען איינער פון זיינע אייניקלעך איז געגאנגען שלאפן שפעט, האט ער אים אנגעווארנט: זאלסט נישט אויפשטיין פרי. מיינענדיג צו זאגן, אז מ'דארף יעדע זאך נעמען במידה ובמשקל, און נישט ארויסגיין פון נארמאלע גדר, ווייל דעמאלס קען זיך עס נישט האלטן פאר לאנג. און אזויווי ער האט זיך אמאל אויסגעדריקט ארויפגייענדיג געלאסן די טרעפ פון ביהמ"ד צו זיין שטוב: 'מדריגות' [-לשון נופל על לשון, 'טרעפ'], דארף מען גיין געלאסן... אן אנדערס מאל האט ער זיך אויסגעדריקט: אז מ'גייט געלאסן קומט מען אן.

[center]בעצם קען איך דערציילן אן א שיעור מעשיות פון רבי איציק'ל, אבער א"כ אין לדבר סוף.
דערפאר לעת עתה וועלן מיר מיט דעם פארענדיגן די סעריע פון תולדות צדיקי בית אמשינאוו לדורותיהם, זכותם תגן עלינו אמן.
[/center]


אין קומענדיגן קאפיטל: ביבליאגראפיע [עד כמה שאני זוכר].
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 391
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1303 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

שליחה דורך רימון »

שרייב יא נאך מעשיות איבער ר' איציקל, און בכלל, קארג נישט קיין אנעקדאטן און עפיזאדן, ווי איידער בלויז ביאגראפישע און פערזענליכע שטריכן. א דאנק.

Sent from my SAMSUNG-SM-G530AZ using Tapatalk
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אויב כ'וועל הערן נאך אפאר ניקס בעטן די זעלביגע, וועל איך אי"ה שרייבן מער אויף רבי איציק'לען. פאר א רבים גיי איך מיך מטריח זיין.
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 391
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1303 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

שליחה דורך רימון »

חברה, א פעטיציע איז אין אפעקט, ווער שרייבט אונטער?

Sent from my SAMSUNG-SM-G530AZ using Tapatalk
[NAMELESS]

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

שליחה דורך [NAMELESS] »

אינטערגעשריבען
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

איך וואלט בעסער געוואלט אז קודם זאל מען אנקומען צום קעפל פון די אשכול דער היינטיגער רבי, און נאכדעם מרחיב זיין מיט מעשיות און אנעקדאטן פון די פריעריגע.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

אונטערגעשריבן אויף [tag]געוואלדיג[/tag]'ס פעטיציע מען זאל שוין אנקומען צום היינטיגן רבין און נאכדעם ממשיך זיין מיט סיפורי מעשיות, מזה ומזה אל תנח ידך!
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
שטיינער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 6:24 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

שליחה דורך שטיינער »

איך האב געליינט כמעט אלע פרקים, עס איז מורא'דיג אינטערעסאנט אין באלערנד, א גרויסען יישר כוח פאר ביז אהער.

ועתה על של עתה באתי, ברענג נאך, סיי נאך אנעקדאטן אין סיי איבערן היינטיגן רבי'ן שליט"א.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך שרייב אונטער רימון'ס פעטיציע.
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

שליחה דורך petergrifin »

איך שרייב אונטער ביידע פעטיציעס.
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איידער איך הייב אן רעדן פון היינטיגן רבי'ן, גיי איך אי"ה קלאר נעמען א היבשער 'ברעיק'. כ'וועל דורכגיין מקורות נאכאנאנד צו האבן א קלארן בילד, און אזוי אויך דארף איך התחדשות. ס'איז א ברי' בפני עצמה.

די שאלה איז אויב כ'זאל דערווייל ממשיך זיין מיט נאך סיפורים ודרכו ומהלכו של הרה"ק רבי איציק'ל אמשינאווער מאמעריקע.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

אז עס וועט סיי ווי זיין א ברעיק, אוודאי זאלסטו ממשיך זיין אויב אזוי מיט סיפורי צדיקים
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

נו ודאי זיי ממשיך
אבער רעכן דאס אריין אין דיין ברעיק!
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
יעלה ויבא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 296
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 19, 2014 8:51 pm
האט שוין געלייקט: 1997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 300 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

שליחה דורך יעלה ויבא »

Rabbi Sheish keep them coming
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]פיר און פערציגסטע קאפיטל:
הוספות על היסודות במשנת הרה"ק רבי איציק'ל אמשינאווער זצוק"ל.[/center]



[center]עבדו את ה' - בשמחה.[/center]
אנדערש ווי ביי רוב 'עובד'ישע מקומות, ווי 'שמחה' איז נישט קיין גאנגבארע ארטיקל, און אפילו אויב יא - איז דער טייטש פון 'עבדו את ה' בשמחה' אז מען דארף דינען דעם באשעפער מיט שמחה, איז אין אמשינאוו געווען דער טייטש - און בעצם דער מהות החיים - אז די דרך וויאזוי צו דינען דעם אייבערשטן, איז דורך שמחה. נאר מיט שמחה קען מען אנקומען צו הויכע דרגות, און אנדעם קען מען גאר פאלן. און אזויווי רבי איציק'ל האט זעלבסט דערציילט, אז אין א געוויסע שטאט איז געווען א ירא שמים מרבים וואס איז נישט געגאנגען בדרך החסידות, און אין יענעם שטאט זענען געווען אסאך פורקי עול ל"ע. האט אים א חסיד געזאגט, אז צוליב אים פאלן אזויפיל אוועק פון אידישן וועג, ווייל ווען זיי זעען וויאזוי עס זעט אויס א איד א יר"ש - איינער וואס איז 'אנגעשטרענגט' און בעצבות - פארגייט זיי די אפעטיט פון גיין בדרך התורה. אבער ווען מ'זעט א חסיד, איז דאך דא וואס צו גלוסטן אין זיין התנהגות זעענדיג א מענטש וואס איז בשמחה א גאנצן טאג און איז נישט פארקוועטשט... רבי איציק'ל האט דאס אנגעקוקט פאר איינע פון די יסודות פונעם בעש"ט.

אינטרעסאנט אנצומערקן, אז כעין זה מתאמרו פון א גדול, אז דער קרעכץ אום שבת 'אוי וויי' האט אוועקגעלייגט אומצאליגע אידישע דורות אין אמאליגער אמעריקע. דהיינו, אז די אידן וואס האבן זיך מוסר נפש געווען נישט צו ארבעטן שבת, איז געווען געוויסע וואס האבן זיך מחזק געווען, און זייערע קינדער האבן געזען א 'שמחה' אין שטוב, אבער ס'געווען בעלי מסי"נ וואס וויסנדיג אז מארגן האבן זיי נישט קיין דזשאב - צוליב'ן נישט אריינקומען ארבעטן שבת - האבן זיי געקרעכצט שבת 'אוי', און די קינדער האבן געטראכט צו זיך אז זיי דארפן נישט קיין לעבן פון 'אוי'... און זיי זענען ליידער אוועקגעפאלן.

ואגב יאמר, אז כ'האב אמאל געזען אין מכתב מאליהו להרב דעסלער, ווי ער שרייבט אז היינט צוטאגס איז געבליבן זייער ווייניג פון די פנימיות'דיגע עבודה פון אמאליגע חסידים ומתנגדים בעלי מוסר, נישט זיין מוסר איז אמת'דיג און נישט זיין שמחה איז אמת'דיג. אבער צו וויסן ווער ס'שטייט שענער, דארף מען זען די היסטאריע: אין אמעריקע בעפאר'ן קריג האבן מענטשן געארבעט ביטער שווער א גאנצן טאג, און די רוחניות'דיגע מצב איז געווען כמין מדבר שממה. קיין צייט פאר ערנסטע חסיד'ישע צו ליטווישע עבודה, איז נישט געווען. אבער א חסיד'ישע איד האט געקענט אהיימברענגען שמחה, זינגען א פארצייטיש חסיד'ישע ניגון, כאפן א טענצל שבת, און דאס האט ער אריבערגעפירט צום קינד - א געשמאק אין אידישקייט. דער מתנגד ווידער, האט נישט געהאט וואס צו געבן פארן קינד, און פון זיי זענען טאקע פראצענטועל אוועקגעפאלן סאך מער. הוי אומר, אז דער חסיד'ישער דרך האט פארט בעסער משפיע געווען. דאס האט הרב דעסלער - דער ליטווישער גרעסטער משפיע נאכן קריג - זעלבסט געשריבן אין זיין ספר!

אזוי אויך האט ער דערציילט פונעם באקאנטן תלמיד פונעם מגיד פון מעזריטש, הרה"ק רבי חיים חייקל מ'אמדורא זצוק"ל, אז איינמאל איז ער אנגעקומען אין שטאט בארדיטשוב, און ער האט געבעטן פון איינעם אים צו פארבארגן א קלייד. זייענדיג א 'בטלן' האט ער נישט געוואוסט וויאזוי דאס אנצוטון, און ער האט דאס אנגעטון פארקערט אז די אויבערשטע חלק פונעם בגד איז געווען אונטן. ווען ער איז ארויס אין גאס און מענטשן האבן אים געזען אנגעטון אזוי מאדנע, האבן זיי געלאכט. זעענדיג ווי יעדער לאכט מיט אזא שמחה, האט ער זיך אנגערופן: יעצט פארשטיי איך שוין וויאזוי דער הייליגער בארדיטשוב'ער איז אנגעקומען צו זיין הויכן מדרגה, ווייל ער וואוינט אין א שטאט וואס אלע אירע איינוואוינער זענען בשמחה...

און טאקע צוליב די סיבה, האט ער אמאל געזאגט פאר איינעם אז ווען ער גייט שלאפן זאל ער נישט לערנען קיין ספרי מוסר, זאגנדיג אז דאס איז 'ווייל מ'דארף שלאפן ווי א מענטש, מ'דארף אויך עסן ווי א מענטש, און מ'דארף לאזן דעם קאפ זיך אויסלופטערן און נישט זיין פארקוועטשט'...! אסאך מאל איז פשוט צום שטוינען פון זיין 'פשטות' אין עבודת ה', און זיין פראקטישקייט. אזוי האט ער איינגעפלאנצט אן א שיעור תלמידי חכמים מופלגים, צדיקים, ועובדי ה'. טאקע צוליב דעם 'נישט כאפן הימלען' סארט עבודת ה'.


[center]וטוב לב משתה תמיד.[/center]
שמחה איז נישט נאר געווען א 'מיטל' קונה צו זיין עבודת ה', נאר ס'איז געווען חלק פונעם 'עצם' עבודת ה'. די גאנצע תורה ותפילה וכו' איז געווען דורכגעפלאכטן מיט א קו פון שמחה של מצוה, און סתם שמחה. און אז ס'פעלט זיך אויס, מאכט מען א ווערטל. און אז ס'פעלט זיך אויס, טרינקט מען משקה... פאר אסאך מענטשן האט ער מייעץ געווען, אז [כדי קונה צו זיין שמחה] זיי זאלן נעמען א 'טרונק בראנפן נאכן דאווענען'... ווען איינער האט געזאגט פארן רבי'ן אז אפילו דער טרינק בראנפן העלפט אים נישט, האט דער רבי אים געענטפערט: אויב ס'העלפט נישט, נעמט מען צוויי גלעזלעך...

ער האט אמאל מסביר געווען, אז דער שו"ע הייבט זיך אן מיט די ווערטער 'שויתי ה' לנגדי תמיד', און ענדיגט צו מיטן פסוק 'וטוב לב משתה תמיד'. ביי ביידע מאל זעט מען דעם לשון 'תמיד'. דאס קומט מרמז צו זיין, אז נאר דורכן 'טוב לב משתה תמיד' קומט מען אן צום 'שויתי ה' לנגדי תמיד'...! און ער פלעגט אויספירן אז דער עיקר איז, אז 'מען טאר נישט זיין פארקוועטשט', ווי עס שטייט אין גמרא פסחים קי"ז, 'כי הא דרבה מקמא דפתח להו לרבנן, אמר מילתא דבדיחותא ובדחי רבנן', כדי אויסצולופטערן דעם קאפ.

און ווי ער האט דערציילט, אז דער שטאט שעדליץ איז געווען א גרויסע מקום תורה, און ס'זענען דארט געווען א גרויסע צאל 'לומדים' פון קאצקן חדר. און זיי האבן געהאט א סדר וואס זיי האבן געלערנט יעדן טאג, און שפעטער האבן זיי געשפילט שאך א לענגערע וויילע, ווייל מ'דארף זיך אויסלופטערן דעם קאפ. רבי איציק'ל האט צוגעלייגט מיט א ווערטל, אז היינט צוטאגס קען מען דאס נישט איינפירן אין די ישיבות, 'ווייל אלע וועלן ווערן שאך שפילער'ס'... [כלומר, אז דער עולם וועט בלייבן נאר מיט דעם]. אבער די נקודה איז אז מ'זאל וויסן אז דער מהלך איז מיט א רואיגקייט און מתוך שמחה.

א גוט ווארט האט רבי איציק'ל געזאגט, פארוואס אין די ערשטע משנה אין ש"ס ווערט געברענגט די מעשה מיט די קינדער פון רבן גמליאל 'שבאו מבית המשתה', און לכאורה איז נישט נוגע פאר די מהות השאלה [צו מ'קען נאך ליינען ק"ש של ערבית] צו וויסן פון וואו זיי זענען געקומען?! נאר די טעם פארוואס דאס איז אראפגעברענגט געווארן אנהייב ש"ס איז כדי מ'זאל אנהייבן צו לערנען ש"ס מיט 'שמחה'...

און צום לעצט, האט ער נאכגעזאגט פון זיין חבר רבי יצחק קראקעווער [א צדיק מופלא פאר זיך, ואכמ"ל], וואס האט געלערנט אין די 'אומאנע ספרים' [ספרי ברסלב], אז ער האט געזען אז ס'שטייט דארטן, אז מ'זאל נישט זיין בעצבות פון דעם וואס מ'איז בעצבות... און כסדר האט ער געלעבט מיט דעם, אז שמחה זאל זיין א נאטורליכע זאך, נישט אן 'עבודה', ודו"ק.


אין נעקסטן קאפיטל: עבודת ה' - איזהו דרך שיבור לו האדם?!
פארשפארט