צניעות ביי חסידים, א שטער פארן גוי

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
קאנצעפט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 7:20 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

שליחה דורך קאנצעפט »

שמעקעדיג האט געשריבן:
קאנצעפט האט געשריבן:ס'האט אפשר אן השפעה אויף די שוואכע קאראקטערן וואס ווערן דערשראקן פון זען איינער לאכט אפ פון אים/איר. אבער כ'גלייב נישט אז ס'גייט שלאגן ווארצלען און טוישן עפעס.


קוקנדיג אויף דיין אוועטאר, האב איך מורא אז עפעס א השפעה האט עס געלאזט אויף דיר :געוואלד:


נע, איך בין געווארן אזוי אויפגעצויגן... (:
קלוג און יונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 11:08 am
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

שליחה דורך קלוג און יונג »

די ערשטע ליין אינעם פאסט ארטיקעל ממחרת הכינוס אין סיטי פיעלד איז געווען
Even the hot-sauce ads were too hot for the Hasids.
מיין ערשטע ריעקשאן, אזוי ווי ענקער. זיי קענען נישט דערליידן אונזער באשיידנקייט.
אבער נאך א מינוט טראכטען האב איך זיך געכאפט און געשעמט. אפשר זענען זיי גערעכט.
אפשר איז א בושה אז אונז האב מיר א פראבלעם מיט א קערעקטאר פון א נקבה אויף א קעטשאפ באטל!
נישט אפשר, נאר זיכער. איז נישט א בושה אז אונז זעמיר אזוי פארקראכען פון א יסודות'דיגע, פונדאמענטאלע, פארשטענדליכע, שיינע רעליגיע, וואס אין אירע פונדאמענטאלע פסוקים איז אינקלאדעד אזעלכע ווי "ויאהב יעקב את רחל" און "ורחל היתה יפת תואר ויפת מראה" צו א ביגאטיד קולטור וואס פילט פאר וויכטיג צו צודעקן א פיגור אויף א באטעל האט סאס?! און צוויי און פערציג טויזענט עדאלטס זיצען דארט און ס'באדערט קיינעם נישט?
איז נישט א בושה אז מיר האבען זיך אזוי פארקירעוועט פון פונדאמענטל אידישקייט אז 75 פערצענט וואס ליינען יעצט דעס קרינגען ווען איך האב געברענגט אויבענדערמאנטע פסוקים פון חומש בראשית און פילען אז ס'איז עפעס א ערנידערונג צו ברענגען סתם אזוי דע פסוק בשייכות צו יעקב אבינו אהן טייטשען אז "ורחל היתה יפת תואר" מיינט סאם האו תואר ב....מדות אדער מצוות?

אונז האלט מיר אז אונז זענען באשיידען און די גוי פארגינט אונד נישט.
בעיסד אויף וועלכע נאלעדזש האלט מיר אזוי? בעיסד אויף אונזער לימיטעד קוק פון מכם ובכם און אלע אנדערע שיינע תורות. אפשר האט דע געלערנטע ריפארטער א בעסערע קוק פונדרויסען פונעם קולטור? אפשר איז ער גערעכט אז סיינס אויף א סטאר וואס פארבאטען קונדען מיט נישט צניעות'דיגע מלבושים א ווייטער מהלך פון סתם גיין און זיך אויפפירען צניעותדיג.
אפשר מיינט נישט יעדער וואס קריטיק, אז ער איז מקנא און האט אונז פיינט. אפשר האלטן זיי אז די אינדיווידועל וויל נישט דעס, און די סיסטעם האט א ליעש וואס שלעפט יעדן ביים האלדז.
אפשר איז א צוגעדעקטע באטעל קעטשאפ א פארשעמענדע מעסטער ווי אונז האלט מיר...
באניצער אוואטאר
קאנצעפט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 7:20 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

שליחה דורך קאנצעפט »

קלוג און יונג האט געשריבן:די ערשטע ליין אינעם פאסט ארטיקעל ממחרת הכינוס אין סיטי פיעלד איז געווען
Even the hot-sauce ads were too hot for the Hasids.
מיין ערשטע ריעקשאן, אזוי ווי ענקער. זיי קענען נישט דערליידן אונזער באשיידנקייט.
אבער נאך א מינוט טראכטען האב איך זיך געכאפט און געשעמט. אפשר זענען זיי גערעכט.
אפשר איז א בושה אז אונז האב מיר א פראבלעם מיט א קערעקטאר פון א נקבה אויף א קעטשאפ באטל!
נישט אפשר, נאר זיכער. איז נישט א בושה אז אונז זעמיר אזוי פארקראכען פון א יסודות'דיגע, פונדאמענטאלע, פארשטענדליכע, שיינע רעליגיע, וואס אין אירע פונדאמענטאלע פסוקים איז אינקלאדעד אזעלכע ווי "ויאהב יעקב את רחל" און "ורחל היתה יפת תואר ויפת מראה" צו א ביגאטיד קולטור וואס פילט פאר וויכטיג צו צודעקן א פיגור אויף א באטעל האט סאס?! און צוויי און פערציג טויזענט עדאלטס זיצען דארט און ס'באדערט קיינעם נישט?


זאגסט מורא'דיג גוט, און כ'קען טאקע פארשטיין דעם פאוסט שרייבער, אבער וועסט אויך פארשטיין אז די עסקנים האבן נישט געקענט לאזן אפן א בילד פון די נקבה, און נאכער זאל אויף אלע כל העולם כולו בילדער זאל מען זען די סקולענע רבי אויפ'ן סקרין און דערנעבן די לעידי קאראקטער... ס'מאכט פשוט נישט קיין סענס, ס'איז געווען גענוג פאני צו זען אויף אלע בילדער די ריזיגע ווערטער "לעט'ס גאו מעט'ס" העכער די קעפ פון די חשוב'ע רבנים...

ס'איז פשוט, דער גוי הייבט נישט אן צו פארשטיין צו אונזער אידישער קולטור, און פון זיין קוק-ווינקל קען זיין אז ער איז זייער גערעכט. אגעין, אונזערע קינדער ווערן אויפגעצויגן מיט א געוואלדיגע תמימות (רייט, שוין צו שטארקע פארמאכטקייט) און די חסידים וואלטן זיך נישט געפינען באקוועם זיך צוזאמענצוקומען דארט.

(אז דו טראכסט אריין די גוים לעבן פונקט אזוי אין א באקס אין א געוויסן זין, דער גוי קען זיך רייסן פאר געלעכטער פון א נארישע קאראקטער פון "דיזני", און איך וועל קוקן און נישט פארשטיין וואס איז דא בכלל פאני... דער פראסטער פויער אין אלאבאמא וואקסט אויף א פארמאכטער קריסט ער ווייסט בכלל נישט פון עפעס אנדערש וכו' כאנישט קיין נערוון צו ברענגען נאך ראיות... ואכמ"ל בקיצור, דער גוי'איש אינגל וואקסט אויף אין זיין באקס און מיר אין אונזער באקס, פאר זיי איז פאני מיין באקס, און פאר מיר איז פאני זיין באקס...)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

קלוג און יונג, איך האב נישט יעצט קיין צייט מאריך צו זיין,
אבער בקיצור ממש: ביטע!! ברענג נישט קיין ראי' פון די תורה, א מעשה לסתור. ס'איז ממש מגלה פנים בתורה שלא כהלכה.
וואס איז דען מיט דעם פסוק פון ורחל היתה יפת תואר? וואס איז געשען? די תורה פארציילט א פאקט, דאס מיינט נישט אז דו האסט יעצט א היתר צו גיין קוקן אויף פרויען!
ויאהב יעקב את רחל? וואס איז שוין ווייטער? איינער לאזט דיר נישט ליב האבן דיין ווייב?
אפשר ברענגסטו דעם פסוק פון אבהם אבינו, עתה ידעתי כי אשה יפת מראה את? זיין אייגענע ווייב האט ער נישט געקענט!!
און וואס איז פשוט מיט די אלע איסורי דאורייתא און דרבנן, פון ולא תתורו, ביז המסתכל אפילו באצבע קטנה?

איך גיי דיר נישט הייסן לעבן א פארפרומטע לעבן, אבער נעם נישט איין פסוק וואס דאכט זיך דיר אז די תורה איז מ'כלומר'שט מקיל אין געוויסע ענינים, וואס ווערט קלאר ארויסגעברענגט לאיסור ערגעץ אנדערש.

איך וויל נאך מאריך זיין בענין אז אויב מען וואקסט אויס נישט צוגעוואוינט צו די בילדער, דאן קען אפילו א פשוט'ע בילד שאדן ברענגען, און די גויים פארשטייען דאס נישט. אבער בל"נ בקרוב.
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אוי האבען זיי אונז גיט ארויס.....
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=rhQjHJJI6U0[/youtube]
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

שליחה דורך קרעקער »

ווי אזוי זאגט נחום??
מוועט אינדז נאך ארויסווארפען פין אמעריקע
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
קלוג און יונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 11:08 am
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

שליחה דורך קלוג און יונג »

קאנצעפט האט געשריבן:
זאגסט מורא'דיג גוט, און כ'קען טאקע פארשטיין דעם פאוסט שרייבער, אבער וועסט אויך פארשטיין אז די עסקנים האבן נישט געקענט לאזן אפן א בילד פון די נקבה, און נאכער זאל אויף אלע כל העולם כולו בילדער זאל מען זען די סקולענע רבי אויפ'ן סקרין און דערנעבן די לעידי קאראקטער... ס'מאכט פשוט נישט קיין סענס, ס'איז געווען גענוג פאני צו זען אויף אלע בילדער די ריזיגע ווערטער "לעט'ס גאו מעט'ס" העכער די קעפ פון די חשוב'ע רבנים...

ס'איז פשוט, דער גוי הייבט נישט אן צו פארשטיין צו אונזער אידישער קולטור, און פון זיין קוק-ווינקל קען זיין אז ער איז זייער גערעכט. אגעין, אונזערע קינדער ווערן אויפגעצויגן מיט א געוואלדיגע תמימות (רייט, שוין צו שטארקע פארמאכטקייט) און די חסידים וואלטן זיך נישט געפינען באקוועם זיך צוזאמענצוקומען דארט.

יא יא, האסט עס זייער גיט ארויסגעברענגט, און דאס איז וואס ווייטאגט אזוי.
די עסקנים האבען עס נישט געקענט לאזען אויפגעדעקט ווייל "זאל מען זען די סקולענע רבי אויפ'ן סקרין און דערנעבן די לעידי קאראקטער... ס'מאכט פשוט נישט קיין סענס" 
פארוואס נישט?
מיר מאכט עס פערפעקט סענס. איך זעה א איינגעסענע קורופטירטע קאנסעפט און פילינג וואס מאכט אונז אנקאמפטערבאל מיט אזא סצענע.
וואס ברענגט צו דיין צווייטע פוינט פון 
"די חסידים וואלטן זיך נישט געפינען באקוועם זיך צוזאמענצוקומען דארט" 
און אונז פילען אויך נישט באקוועם צו זעהן א שטיקל אויפגעדעקטע פוס, פונעם קני צום קנעכל פון א זעקס יעריג מיידל (אדער דריי יאר ביי בעסערע) וואס פארט אויף א בייק און קאנטרי!
אויב איינער האט א אישוי ווען ער זעהט א נקבה קערעקטאר [און איך דרוק 'קערעקטאר'! עס אז נישט א בילד פון א נקבה, נאר -א גאנץ צניעות'דגע- קערעקטאר]  אדער מיין פינעף יערג מיידל'ס פיס, איז ער אין מיין עפיניען פונדעמענטאלי מעסד אפ.
און די זאגסט, און מענטשן ניצען דעס אייביג "אונזערע קינדער ווערן אויפגעצויגן מיט א געוואלדיגע תמימות" 
סא ווען גייט מען דעס אפשטעלן?
מ'טוט קרומע זאכען ווייל אונז זעמער אזוי נתחנך און אונז קענען נשט פארנעמען נארמאלע מענטשליכע זאכען, אבער משטעלט עס נישט אפ. מ'טוישט נישט גארנישט און אונזער קינדער'ס חינוך! 
און סעדלי אויך פארוואס, ווייל אונז זענען נתחנך געווארען נישט צו קענען פארנעמען נאך א העכסט נארמאלע קאנסעפט. CHANGE! אז אויב וואס 'מע' טוט איז ראנג און פאדרייט, טוישט מען! נישט מ'טוט עס ווייטער ווייל 'מ'טוט עס'
קלוג און יונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 11:08 am
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

שליחה דורך קלוג און יונג »

שמעקעדיג האט געשריבן:קלוג און יונג, איך האב נישט יעצט קיין צייט מאריך צו זיין,
אבער בקיצור ממש: ביטע!! ברענג נישט קיין ראי' פון די תורה, א מעשה לסתור. ס'איז ממש מגלה פנים בתורה שלא כהלכה.
וואס איז דען מיט דעם פסוק פון ורחל היתה יפת תואר? וואס איז געשען? די תורה פארציילט א פאקט, דאס מיינט נישט אז דו האסט יעצט א היתר צו גיין קוקן אויף פרויען!
ויאהב יעקב את רחל? וואס איז שוין ווייטער? איינער לאזט דיר נישט ליב האבן דיין ווייב?
אפשר ברענגסטו דעם פסוק פון אבהם אבינו, עתה ידעתי כי אשה יפת מראה את? זיין אייגענע ווייב האט ער נישט געקענט!!
און וואס איז פשוט מיט די אלע איסורי דאורייתא און דרבנן, פון ולא תתורו, ביז המסתכל אפילו באצבע קטנה?

איך גיי דיר נישט הייסן לעבן א פארפרומטע לעבן, אבער נעם נישט איין פסוק וואס דאכט זיך דיר אז די תורה איז מ'כלומר'שט מקיל אין געוויסע ענינים, וואס ווערט קלאר ארויסגעברענגט לאיסור ערגעץ אנדערש.

איך וויל נאך מאריך זיין בענין אז אויב מען וואקסט אויס נישט צוגעוואוינט צו די בילדער, דאן קען אפילו א פשוט'ע בילד שאדן ברענגען, און די גויים פארשטייען דאס נישט. אבער בל"נ בקרוב.

אוי באשעפער
איך רעד נישט פון הלכות, און אויך נישט פון קוקען אויף פרויען אדער בילדער פון פרויען.
נאכאמאל, דעס איז א 'קערעקטאר' פון א פרוי. נישט קיין עכטע בילד. דעס איז נישט קיין איסור דאורייתא און נישט דרבנן. און איינער וואס דעס ברענגט איהם צו "ולא תתורו" דארף אין מיין אפיניען באזוכען א דאקטער!
וואס איז דען מיט דעם פסוק פון ורחל היתה יפת תואר? וואס איז געשען? די תורה פארציילט א פאקט

וואס איז געשען איז עקזעקטלי וואס די זאגסט "די תורה פארציילט א פאקט"
א פאקט וואס מען טאר ח"ו נישט זאגען אויף סקולענע רבי! 
יא יא, זאגסט גוט, "איינער לאזט דיר נישט ליב האבן דיין ווייב?" אוודאי יא.
אבער ווי אזוי סאונד דיך דאס; סקולענע רביצין איז זייער שיין, און סקולענער רבי האט איר זייער ליב!?
town1
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 249
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 23, 2012 7:04 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

שליחה דורך town1 »

געדענקט עשיו שונא ליעקב
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

town1 האט געשריבן:געדענקט עשיו שונא ליעקב

מיר קענען אלע די הלכה בידוע, אבער זאגען זיי דען שקר? אלעס וואס זיי זאגן איז פולקאם אמת, און האט גארנישט מיט יעקב צו טוהן, יעקב איז אויך געגאנגען אין מלחמה, לדורן, תפילה, ומלחמה, ער האט נישט געשפיגן אויף קליינע מיידליך, ער'ט זיי געקושט, ער'ט נישט געלעבט אויף וועלפעיר, ער'ט שווער געארבעט און נאך געצאלט גרויסע טעקסעס פאר'ן פעטער לבן.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

גיי אין קאנארסי אדער אין איסט ניו יארק און זאג מיר ווער ס'לעבט אויף וועלפעיר!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גאסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: אומאיידל.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

מיש נישט צאם, די זאכן וואס זיי האבן געזאגט אין די ווידאו איז אמת, פארפאלן. טאקע נישט אלע אידען זענען אזוי ב"ה, אבער די מעשיות וואס זיי דערציילען זענען פאקטען, זיי לייגען דאס נאר אראפ פון א דרויסענדע פערספעקטיוו, וועגן דעם סאונד עס אזוי בייסיג.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שאלה פון בערל באלעגאלע

שליחה דורך שמעקעדיג »

berlbalaguleh האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:דעי קאמפיין האט א איד אנגעהויבן. נישט אלעס קען מען בלעימען דעם גוי

אבער דער גוי איז אן אקטיווער מיטהעלפער און באלעקט זיך די פינגערס כאטש ער ווייסט אז 99% פון די מעשה איז שקר. למשל, די פרשה מיט "דעברא פעלדמאן" זי האט געבראקט אפענע שקרים און בלבולים אויף אידן און די גויאישע מידיא האט עס אויפגעכאפט. די משומדת באבא וואווא (בארבארא וואלטערס און די שחור'טע וואס ארבייט מיט האבן זיך פאסמאקעוועט. המשך יבוא אי"ה. I have to get back to work. Otherwise, my boss will fire me. Then, I'll have enough time to post long articles. :lol:


וואס איז געווארן, מען האט דיר צום סוף געפייערט? :lol: :lol:
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

זר זהב האט געשריבן:גיי אין קאנארסי אדער אין איסט ניו יארק און זאג מיר ווער ס'לעבט אויף וועלפעיר!

דער חילוק איז אז די איינוואוינערס פון יענע געגנטן זענען מסוגל אויף א סאך הארבערע זאכן ווי למשל האלד אפס און ראיאטן. צאלט מען זיי שכר בטלה אז זיי זאללן נישט טון. אבער וואס קענען שוין א פאר אידעלעך אויף בעדפארד אדער אויף די דרייצנטע עוועניו טון? :roll:
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קלוג און יונג האט געשריבן:די ערשטע ליין אינעם פאסט ארטיקעל ממחרת הכינוס אין סיטי פיעלד איז געווען
Even the hot-sauce ads were too hot for the Hasids.
מיין ערשטע ריעקשאן, אזוי ווי ענקער. זיי קענען נישט דערליידן אונזער באשיידנקייט.
אבער נאך א מינוט טראכטען האב איך זיך געכאפט און געשעמט. אפשר זענען זיי גערעכט.
אפשר איז א בושה אז אונז האב מיר א פראבלעם מיט א קערעקטאר פון א נקבה אויף א קעטשאפ באטל!
נישט אפשר, נאר זיכער. איז נישט א בושה אז אונז זעמיר אזוי פארקראכען פון א יסודות'דיגע, פונדאמענטאלע, פארשטענדליכע, שיינע רעליגיע, וואס אין אירע פונדאמענטאלע פסוקים איז אינקלאדעד אזעלכע ווי "ויאהב יעקב את רחל" און "ורחל היתה יפת תואר ויפת מראה" צו א ביגאטיד קולטור וואס פילט פאר וויכטיג צו צודעקן א פיגור אויף א באטעל האט סאס?! און צוויי און פערציג טויזענט עדאלטס זיצען דארט און ס'באדערט קיינעם נישט?
איז נישט א בושה אז מיר האבען זיך אזוי פארקירעוועט פון פונדאמענטל אידישקייט אז 75 פערצענט וואס ליינען יעצט דעס קרינגען ווען איך האב געברענגט אויבענדערמאנטע פסוקים פון חומש בראשית און פילען אז ס'איז עפעס א ערנידערונג צו ברענגען סתם אזוי דע פסוק בשייכות צו יעקב אבינו אהן טייטשען אז "ורחל היתה יפת תואר" מיינט סאם האו תואר ב....מדות אדער מצוות?

אונז האלט מיר אז אונז זענען באשיידען און די גוי פארגינט אונד נישט.
בעיסד אויף וועלכע נאלעדזש האלט מיר אזוי? בעיסד אויף אונזער לימיטעד קוק פון מכם ובכם און אלע אנדערע שיינע תורות. אפשר האט דע געלערנטע ריפארטער א בעסערע קוק פונדרויסען פונעם קולטור? אפשר איז ער גערעכט אז סיינס אויף א סטאר וואס פארבאטען קונדען מיט נישט צניעות'דיגע מלבושים א ווייטער מהלך פון סתם גיין און זיך אויפפירען צניעותדיג.
אפשר מיינט נישט יעדער וואס קריטיק, אז ער איז מקנא און האט אונז פיינט. אפשר האלטן זיי אז די אינדיווידועל וויל נישט דעס, און די סיסטעם האט א ליעש וואס שלעפט יעדן ביים האלדז.
אפשר איז א צוגעדעקטע באטעל קעטשאפ א פארשעמענדע מעסטער ווי אונז האלט מיר...

כ'האב נישט קיין אנדערע ווארט ווי 'חוצפה יסגי'!

אויף ענגליש איז דא אן אויסדריק: Young and stupid. כ'מיין אז 'קלוג און יונג' איז טאקע יונג - אבער גארנישט אזוי קלוג. נאר Young and stupid.

לאמיר עס מאכן קליפ און קלאר: אויב קומט דיין געדעכעניש פון פייפן אויף חז"ל, זאל דיר וואויל באקומען. אבער זאג עס קלאר ארויס! ווארף נישט דיינע שמוציגע וועש אינעם ריכטונג פון 'היינטיגן' כלל ישראל. אז אונז האבן חומרות משונות אשר לא שערום אבותינו [א זאך וואס כ'בין פולשטענדיג איינשטימיג דערמיט, אבער דא קומט עס נישט אריין].
אלזא, לאמיר ארויסברענגען אפאר נקודות, ולכו נא וניווכחה יאמר אדנירם:

א' - פרוביר זיך צו פאר'חלומ'ען א רגע, שטעל דיך פאר דו זעסט אביי ורבא צו זאגאר ר' שמעון בר יוחאי מאכן א גענעראל פארזאמלונג. האסטו א הוה אמינא שבהוה אמינא'ס אז זיי וואלטן געזעסן מיט א בעקראונד פיקטשער פון א נקבה [אפילו א צנועה/כשירה/קערעקטער/אידיש'קע]?! אם כן, לא עלינו תלונותיך כי על חכמינו שבכל דור ודור!

ב' - האק א טשייניק א צווייטן מיט דיין ראי' פון 'ויאהב יעקב את רחל' וכדו'. ליבע איז אפשר א שיינע זאך אין אידישקייט, אבער צניעות איז א הלכה אין אידישן לעבן! וויאזוי שעמט זיך נישט א מענטש אזוי ביליג צו מאכן חכמי אתרא הדין, מיטן פארקויפן קאשע אלס געשמאקע טשולענט?! וואס האט יעקב אבינו'ס אהבה מיט אי-צניעות? האבן מיר דען ערגעץ געזען אז מ'ברויך נישט נזהר זיין אפילו א כלשהי בעניני צניעות?! אתמהה.

ג' - און ווער רעדט נאך פון פרעמדע פרויען/מיידלעך?! צו איז דאס אויך א ראי' פון יעקב'ס ליב האבן זיין ווייב אז מ'מעג קוקן און ליבן פרעמדע פרויען?! דיין אפטייטש איז אזוי אבסורד, אז ס'איז האר אויפשטעלנד!

ד' - וכבר העיר החכם השלם מרן 'שמעקעדיג' viewtopic.php?p=30622#p30622, אז אויב שוין - ברענג זשע דעם פסוק פון אברהם אבינו וואס איז מעיד 'הנה נא ידעתי כי אשה יפת מראה את'. אן אלטע באבושקע געווען, וואס חז"ל זענען מעיד אז די גאנצע וועלט האט גערודערט מיט איר שיינקייט - זייענדיג איינע פון די שענסטע פרויען אין די היסטאריע, און אברהם אבינו האט ניטאמאל געוואוסט וויאזוי זי זעט אויס. אלענפאלס, צוריק צום נקודה דידן: פרעמדע פרויען לא כ"ש???

ה' - לאמיר גיין צום נעקסטן נקודה: דיר שטערט אזוי שטארק אז א איד בעט [נישט פאדערט, נאר בעט. ער טאר שוין אפילו נישט 'וועלן' - דעמאקראטיע נוסח יונג און סטופיד] פון די וואס באנוצן זיך מיט זיין סערוויס, אז זיי זאלן 'ביטע' אריינקומען אנגעטון צניעות'דיג. קענסט מיר מסביר זיין פארוואס? דו האסט א ספק אז ער גייט נישט באקומען קיין שכר פאר דעם? דו האלסט נישט אז מען זאל רעספעקטירן א מענטש'נס רצון אין זיין אייגן געשעפט? און נאכמער, אפילו אויב דו ווילסט זיך אריינפייפן אין אים, האלסטו נישט אז מען מעג לפחות רעספעקטירן זיין רצון 'אויסצודריקן' וואס זיין ווילן איז?!

ו' - א רעפארטער, וואס נישט ער איז א צדיק, נישט זיין ווייב [האט ער?] איז א צנועה, קיינמאל חרטה געהאט אויף א ראייה אסורה... האקט און בראקט מכל הבא בידו. 'ער' איז גאר דער וואס קען 'דיסיידן' און האבן דעם 'דרויסנדיגן בילד' אויב אונז זענען צו עקסטרעם צו נישט?! למען ה', פונקט ער?! א שטיק חזיר וואס דמיונ'ט און טוט מיט פרעמדע פרויען כאות נפשו המשוקצה, גייט זיין דער 'מחליט' אויב מיר זענען צו עקסטרעם מיט אונזער צניעות צו נישט?! שעם דיך! אזא וואולגארישע טענה האב איך שוין לאנג נישט באגעגנט.

ז' - כ'ווייס נישט צו דער רעפארטער וואס באריכטעט שלעכטס אויף פרומע אידן טוט דאס אלס שלעכטס אדער נישט. אבער 'משום מה' איז אונזער הארץ נוטה אז זיי זענען פוסטע שלעכטע באשמוצערס ותו לא. אפאר סיבות צו טראכטן אזוי: 1. צווישן די הונדערט און איין גוטע זאכן וואס מ'קען ווען ברענגען פון די פרומע, זעסטו כמעט גארנישט, אבער שלעכטס זעסטו כסדר. 2. ולא זו אף זו, האבן זיי עפעס א גאונ'ישקייט צו נעמען די נאבעלסטע ארגעניזאציעס, און דאס אויך באשמוצן. א שטייגער - הצלה. אויב דאס איז נישט שנאה, וואס איז יא? 3. די ארס וואס ליגט צווישן די שורות ווען זיי דערמאנען א פרומע איד [תזכורת: פרשת מנחם שטארק]. 4. און צום לעצט, רוף מיך גלות איד. אבער די דייטשע 'אוסט-יודע' וואס איז געווען א דייטש מדת בני משה, איז געוואויר געווארן אז אונטער דעם העכסט אינטיליגענטע גוי ליגט צונויפגעוויקלט א 'הלכה היא בידוע שעשיו שונא ליעקב'. פארפאלן, דאס באגלייט אונז פון אנדריינוס קיסר ביז איזאבעלא מלכת שפאניע, פון די 'אויפגעקלערטע' גרינדער פונעם פראטעסטאנטישן אפטייטש צום קריסטנטום - מארטין לוטהער, ביז די אויפגעקלערטע דייטשן. דאס וועט אונז באגלייטן ביז משיח'ס טאג "If you like it or not"!!!

ח' - און צום לעצט: גערעכט ביזטו אז ס'איז דא א 'ליעש' וואס שלעפט אונז ווי געבינדענע קנעכט נאך די דיקטאטן פון... און טאקע צוליב דעם זענען מיר דא אינעם קאווע שטיבל. אבער מכאן ועד לומר אז צניעות האט מיט א ליעש, איז פאלג מיר א גאנג! דער וואס רעדט אזוי איז גארנישט אנדערש פון OTD און אודאי דארף אונזער פרומע קאמיונעטי נישט דולדן זייערע שטיק.

ולקינוח סעודה: כ'האב אין ערגעץ נישט געשריבן דא, אז מצד הדין איז אסור צו האבן דעם נארישן בילד פונעם יונגן נקבה. אבער דאס איז קלאר אז משום צניעות אמרו 'הרחק מן הכיעור', און טאקע וואס ווייטער אלס בעסער. און כ"ש איז ראוי וחשוב דעם בקשה פונעם געשעפט אייגנטומער אז מען זאל אריינקומען איידל אנגעטון. און ק"ו בן בנו של ק"ו אז מ'זאל נישט מסלף זיין און ברענגען ראיות מן המקרא אז די תורה האלט שטארק פון זען שיינע נקבות!
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

משזר ס'איז טאקע מוכח פון חז"ל אויף פארשידענע פלעצער א הרחק מין הכיעור סטייל פרויען אפשיי, דאס מיינט אבער נישט אז א נישט איד קוקט דאס אן מיט פארשטענדעניש. 2) עמפעסיס איז אויך א גרויס חלק פון די נושא, איך קען דיר טרעפן א טוץ חזל'ן וואס ווערן היינט נישט פראקטיצירט צוליב קולטור'ן טוישונגען, און אידישקייט שפירט זיך נישט אפגעפרעגט דערמיט (העכסטנס א אידישן קרעכטץ און שוין) מ'דארף האלטן קאפ וואס מ'טוט ווען מ'טוט און וועם מ'טוט. וליתר שאת עיין בפה-סחתי.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
פארשפארט