דער אונטערגאנג פון מדינת ישראל

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
בר-כוכבא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

דער אונטערגאנג פון מדינת ישראל

שליחה דורך בר-כוכבא »

מען זאגט נאך פון סאטמארער רבי'ן זצ"ל אז מדינת ישראל וועט נישט אנציען צו לאנג און וועט לבסוף אונטערגיין. ענליכע ווערטער ווערן נאכגעזאגט אינעם נאמען פונעם חזון איש, וועלכער זאל האבן דערקלערט אז מדינת ישראל וועט נישט עקזיסטירן לענגער ווי זיבעציג יאר. ווי עס שיינט האבן די צוויי גרויסע אידן גוט פאראויסגעזען און זייערע ווערטער וועלן ווארשיינליך פארווירקליכט ווערן.

ווען מען רעדט וועגן דעם אונטערגאנג פון מדינת ישראל מיינט מען דאך זיכער נישט די ערד – דעם געאגראפישן שטח וואס די תורה באצייכנט ווי ארץ ישראל און אויף וועלכן די היינטיגע מאדערנע מדינת ישראל איז מיוסד געווארן אין תש"ח. די ערד באלאנגט נישט צו קיין רעגירונג, נאר צום כלל ישראל. זי באלאנגט צו אידן נישט פון היינט און אויך נישט פון זמן הבית, נאר אנגעהויבן פון דעמאלט ווען יהושע בן נון האט מיט א וואסערע 3400 יאר צוריק אריינגעפירט אונזערע אור-עלטערן קיין ארץ ישראל. דעמאלט, מיט יענעם דור, איז מקויים געווארן די געטליכע הבטחה וועלכן דער אויבערשטער האט געמאכט צום טאטן פון אידן, אברהם אבינו, מיט ארום 400 יאר פריער אז דאס לאנד כנען וועט אפגעגעבן ווערן צו זיינע אור-אייניקלעך.

דער אונטערגאנג פון מדינת ישראל מיינט אויך נישט די מענטשן וואס וואוינען דארט. אידן וואוינען אין דעם לאנד נאך פון די ימי האבות, און ארץ ישראל געהאט א אידישע אנוועזנהייט אנגעהויבן פון די צייטן פון יהושע ביז היינט אן איבעררייס. די אנטשטייאונג פון דער מאדערנער מדינת ישראל, דערצו נאך אינעם שאטן פון דעם שרעקליכן חורבן ביי דער צווייטער וועלט מלחמה, האט פארגרינגערט דאס לעבן און דערמעגליכט א מאסן אימיגראציע פון אידן איבער דער וועלט. אידן האבן אבער געוואוינט דארט פריער, און וואלטן דארט געוואוינט אפילו מדינת ישראל זאל נישט האבן אויפגעקומען.

אלא וואס יא? די איינציגע זאך וואס איז בעצם נתחדש געווארן מיט מדינת ישראל איבער סתם ארץ ישראל וואס קען בלייבן אדער בטל ווערן, איז די פירערשאפט – די סטרוקטור און יסוד אויף וועלכע דאס לאנד איז דעמאלט אוועקגעשטעלט געווארן. די גרינדערס פון דער מאדערנער מדינת ישראל האבן אוועקגעשטעלט א לאנד וואס זאל זיך פירן לויט די פרינציפן און ווערדן פון א מערב-וועלט דעמאקראטיע; זיי האבן אויך זייער נישט ליב געהאט דת און פרומע אידן.

דאס איז דער אמת'ער חידוש מיט מדינת ישראל און דאס וועט ווארשיינליך טאקע בטל ווערן ערגעץ ווען אין די קומענדיגע עטליכע יאר.

לויט'ן יעצטיגן סיסטעם, שטייט די אידישע אידענטיטעט אינאיינעם מיטן אידישן בעלות אויפן לאנד אויף הינערנע פיס. אויב איז מדינת ישראל א דעמאקראטיע אין וועלכער אלעס ווערט באשטימט לויט דער מיינונג פונעם רוב, איז פשט אז אויב רוב לאנד זאל באשטיין פון אראבער און לינקע, וואס בעפארצוגן (כאטש אין פראקטיק למעשה, הגם זיי זינגען אן אנדערן ניגון) דעם אראבער צום אידישן ברודער, קענען זייער געמאלט זיין אן אראבישער פרעמיער, צי אן אראבישער רוב בכלל, אין מדינת ישראל. מיט וואס איז אזא לאנד "ישראל"? אזא היכי תמצא איז טאקע זייער א ווייטער מעגליכקייט און וואלט לכאורה קיינמאל נישט געשען; אבער פארט, אזא לאנד לאזט זיך באצייכענען ווי די "אידישע מדינה".

אבער שוין אפילו אן דעם האבן מיר דעם מצב וואס הערשט יעצט אין ארץ ישראל. דער פארעם וואס די יעצטיגע טעראר כוואליע דערציילט אונז וועגן זייער א טרויעריגן פאקט וואס יעדער ווייסט שוין לאנג אבער וועלכן מ'האט נישט געוואלט קוקן אין פנים: א פינפטל באפעלקערונג פון מדינת ישראל זעט זיך ווי פרעמדע אינעם אידישן לאנד און באטראכט די אידישע באלעבאטים ווי שונאים וועמען מ'דארף טאלערירן אין בעסטן פאל און אפרוימען פון וועג אין ערגסטן.

דאס, אז די ארץ ישראל'דיגע אראבער, שוין די פרידליכע און נארמאלע, זעען זיך נישט ווי געווענליכע בירגער גלייך מיט די אידן וואס וואוינען דארט איז א דבר פשוט. זיי ציילן נישט לויטן אידישן לוח און פייערן נישט די אידישע ימים טובים. זיי האבן זיך נישט אומגעקערט צום לאנד פון וועלכן זיי זענען מיט צוויי טויזנט יאר פריער פארטריבן געווארן, און זיי האבן קיינמאל נישט געהאט קיין "תקוה" אויף וועלכער מען זאל קענען זאגן "עוד לא אבדה". דוד המלך איז נישט געווען זייערס א מענטש און שילה, צפת, קרית ארבע, עיר דוד, הר הזיתים זאגט זיי גארנישט. אפילו דאס נאמען פונעם לאנד, "ישראל", מיינט דאך נישט זיי. אלא מאי? ס'איז זיי גוט דארט, בעסער ווי אין סיי וועלכן אראבישן לאנד; בלייבט מען שטיל און מ'לעבט צופרידן. אויב איז פארבליבן א שמעק הכרת הטוב פונעם זיידן "איבראהים", פארשטייען זיי אויך אפצושאצן די טובה פון זייערע באלעבאטים-קוזינען און שטעלן זיך צו.

מער ווי דעם, דאנקבארקייט און זיך צושטעלן, קען מען נישט דערווארטן פונעם בעסטן אראבער. ס'איז נישט שייך. און דאס איז שוין מיט'ן מענטשליכן, ציוויליזירטן אראבער. למעשה איז ארץ ישראל, אריינגערעכנט די נאכנישט אנעקסירטע שטחים פון יהודה און שומרון, פול מיט אזעלכע אראבער וואס ווילן זען יעדן איד טויט און די מדינה אפגעווישט. זיי וואוינען אין שכינות, שיקן די קינדער אין אונזערע שולעס, רעדן אונזער שפראך, דרייען זיך אויף אונזערע גאסן, ארבעטן אין אונזערע געשעפטן – און אלעס, מיט מעסערס אין די הענט פארשטעלט אונטערן העמד, גרייט צו שטעכן דעם ערשטן איד ביי דער ערשטער געלעגנהייט.

נישטא קיין עצה קעגן אזא פלאג. אין אונזערע צייטן פון סאושעל מידיא און א פיינטליכער וועלט, איז די איינציגע עצה, פון אפטיילן די אראבער פון די אידן, נישט קיין מהלך. ארץ ישראל הייסט אן אפארטהייד מדינה שוין יעצט, ווען זי באהאנדלט די אראבער מיט זיידענע הענטשיך. שטעלט זיך שוין פאר ווען זי וועט טאקע אננעמען דעם איינציגן מיטל צו באזייטיגן די סכנה דורך טאקע אפטיילן די אראבער. הימל און ערד וועלן זיך איבערקערן.

ארץ ישראל ראנגלט זיך אויף איר עקזיסטענץ און קיין עצה איז נישטא. צום סוף וועלן די פירערס פונעם לאנד – אפגעזען וויאזוי זיי זעען זיך, פרום צי פריי – אויפהייבן די אויגן צום הימל און בעטן אויף א ישועה חוץ לדרך הטבע.

אין יענעם מאמענט וועט די מאדערנע, סעקולערע מדינת ישראל אונטערגיין...
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

לוסי אהריש שרה זועבי דרוזים, עלעווים אין ע'ג'אר יוכיח אז דו-קיום איז מעגליך אויב זיי ווילן באמת, למרות נאציאנאלע קעגנערשאפטן. די שאלה איז ווען/אויב די פאלעסטינער וועלן אנהייבן וועלן.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

ווער געדענקט ווי די מדינה פלעגט אונטערגיין יעדער דאנערשטיג ווען דער איד איז ארויסגעקומען
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מאטי האט געשריבן:לוסי אהריש שרה זועבי דרוזים, עלעווים אין ע'ג'אר יוכיח אז דו-קיום איז מעגליך אויב זיי ווילן באמת, למרות נאציאנאלע קעגנערשאפטן. די שאלה איז ווען/אויב די פאלעסטינער וועלן אנהייבן וועלן.

איך קען אויך סאטמארע וואס גייען צום כותל.
דאס מאכט מיר נישט טראכטן אז 'סאטמאר' אלס כלל, גייט איין טאג מחליט זיין אז 'מ'גיימער צום כותל'...

והנמשל מובן.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

סאטמר היינט ווס פערציג יאר צוריק איז א פאראגאן צו מיין ארגומענט.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מאטי האט געשריבן:סאטמר היינט ווס פערציג יאר צוריק איז א פאראגאן צו מיין ארגומענט.

כ'הער וואס דו זאגסט, און טאקע דערפאר זאג איך אז דאס איז די ראי' לדבריי. 'סאטמאר' גייט זיך נישט טוישן, אפשר מער 'יחידים' גייען זיך טוישן.

ווילסט וויסן וואס 'סאטמאר' האלט? ליין זייערע צייטונגען. ווילסט וויסן דער דעת הקהל פון די אראבישע גאס? פרעג נישט שרה זועבי, זי איז דער אויפגעקלערטער סאטמארער.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

און וואס טוט זיך מיט מדינת כל אזרחיה? קען דאס נישט זיין א שטיקל תחבושת פארן לאנד. ווער ווייסט, אזויפיל זאכן קענען פאסירן. די גאנצע עקזיסטענץ פון ארץ הקודש איז למעלה מן הדרך הטבע. כן יעזור ה׳ להלאה.
באניצער אוואטאר
ישראלי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 21, 2015 2:34 am
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

Re: דער אונטערגאנג פון מדינת ישראל

שליחה דורך ישראלי »

ריכטיג!!! די גאנצע הקמת המדינה איז דאך געווען חוץ לדרך הטבע
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 917
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל

שליחה דורך יהושע חיים »

בר-כוכבא האט געשריבן:ידן וואוינען אין דעם לאנד נאך פון די ימי האבות, און ארץ ישראל געהאט א אידישע אנוועזנהייט אנגעהויבן פון די צייטן פון יהושע ביז היינט אן איבעררייס..


איך מיין אז פאר בערך טויזנט יאר צוריק האט זיך ערשט אנגעהויבן די אימערגראציע נאך די חורבן (חוץ פון יחידים וואס זענען שוין געווען פריער)
אפשר בין איך מיך טועה, אבער איך מיין אז עס איז נישט געווען אן קיין איבעררייס, עס איז געווען יארן וואס קיין איד האט נישט געוואוינט אין א"י
באניצער אוואטאר
בר-כוכבא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

Re: דער אונטערגאנג פון מדינת ישראל

שליחה דורך בר-כוכבא »

מאטי האט געשריבן:לוסי אהריש שרה זועבי דרוזים, עלעווים אין ע'ג'אר יוכיח אז דו-קיום איז מעגליך אויב זיי ווילן באמת, למרות נאציאנאלע קעגנערשאפטן. די שאלה איז ווען/אויב די פאלעסטינער וועלן אנהייבן וועלן.


דארפן זיי נאר וועלן. ״האסט ברוך השם א פיין קעפל״, פלעגט מיין רבי פלעגט זיך נוהג זיין צו זאגן. ״ס׳פעלט דיר נאר אביסל רצון״.
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יהושע חיים האט געשריבן:
בר-כוכבא האט געשריבן:ידן וואוינען אין דעם לאנד נאך פון די ימי האבות, און ארץ ישראל געהאט א אידישע אנוועזנהייט אנגעהויבן פון די צייטן פון יהושע ביז היינט אן איבעררייס..


איך מיין אז פאר בערך טויזנט יאר צוריק האט זיך ערשט אנגעהויבן די אימערגראציע נאך די חורבן (חוץ פון יחידים וואס זענען שוין געווען פריער)
אפשר בין איך מיך טועה, אבער איך מיין אז עס איז נישט געווען אן קיין איבעררייס, עס איז געווען יארן וואס קיין איד האט נישט געוואוינט אין א"י

פון 'תלמיד ירושלמי' האסטו אמאל געהערט?
אזוי אויך זענען געווען ארץ ישראל'דיגע 'גאונים'.

א פלא אז מענטשן מאכן הנחות אן טראכטן/נאכקוקן אפילו פאר א רגע.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ס'דא עפעס א חז"ל אז נאכ'ן חורבן איז געווען א תקופה פון נ"ב שנה וואס אפילו א בהמה איז נישט אריבער אין ארץ ישראל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 917
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל

Re: דער אונטערגאנג פון מדינת ישראל

שליחה דורך יהושע חיים »

ר' שש
איך האב נישט געמאכט קיין הנחות איך האב סך הכל געפרעגט אויף וואס עס ליגט מיר אין קאפ
איך האב מיך באצויגן צו א חלק פון תקופת הגאונים
אבער נאכאמאל קען זיין איך בין מיך טועה

Sent from my LG-P659 using Tapatalk
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווען אין ווי מיינסטו האט געלעבט דער שאילתות?
ווען אין ווי מיינסטו האט געלעבט ר' אהרן בן ר' מאיר גאון?
וכו וכו.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: דער אונטערגאנג פון מדינת ישראל

שליחה דורך ירא שמים »

בן אדם האט געשריבן:ס'דא עפעס א חז"ל אז נאכ'ן חורבן איז געווען א תקופה פון נ"ב שנה וואס אפילו א בהמה איז נישט אריבער אין ארץ ישראל.

לאחר חורבן בית ראשון.
אן אומוויסענדע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 77 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

Re: דער אונטערגאנג פון מדינת ישראל

שליחה דורך אן אומוויסענדע »

בן אדם האט געשריבן:ס'דא עפעס א חז"ל אז נאכ'ן חורבן איז געווען א תקופה פון נ"ב שנה וואס אפילו א בהמה איז נישט אריבער אין ארץ ישראל.

דאכט זוך מער אז דאס גייט ארויף אויף ירושלים נישט אויף גאנץ ארץ ישראל

Sent from my SM-G386W using Tapatalk
פארשפארט