מיט א טיפערן בליק - פרשת חיי שרה - ביני ובינך מה הוא?!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

מיט א טיפערן בליק - פרשת חיי שרה - ביני ובינך מה הוא?!

שליחה דורך א שעפעלע »

מיט א טיפערן בליק
פרשת חיי שרה
ארבע מאת שקל כסף ביני ובינך מה הוא..!


בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

לאמיר כאפן א קורצע איבערבליק אין די ערשטע קאפיטל פון די וואכעדיג פרשה: וַיִּהְיוּ חַיֵּי שָׂרָה וגו' שרה אמנו פארלאזט די וועלט נאכן אפלעבן א לעבעדיגע לעבן כלן שוין לטובה אין טיפן עלטער פון 127 יאר, אברהם אבינו רעדט צו די קינדער פון חת בעטנדיג א פלאץ צו קענען באגראבן שרה אמנו, אבער נישט סתם א פלאץ ער בעט זיי דעם מערת המכפלה וואס געפינט זיך ביים עק פונעם פעלד וואס געהערט צו עפרון דער זוהן פון צחר, און אברהם זאגט: מיינט נישט אז איך וויל עס פאר ביליג אדער גאר אומזיסט בְּכֶסֶף מָלֵא יִתְּנֶנָּה לִּי דעם פוהלן פרייז וועל איך געבן דערפאר... און דא פאנגט זיך אָן א גאנצע שקלא וטריא אהין און צוריק צווישן עפרון מיט אברהם, עפרון שרייט ניין! איך וויל נישט נעמען קיין געלט - אין מיינע אויגן איז עס שוין דיין אזוי ווי ס'איז, אבער אברהם בעט זיך ביי עפרון אז ער זאל יא נעמען דאס געלט... עפרון זאגט פאר אברהם אֶרֶץ אַרְבַּע מֵאֹת שֶׁקֶל כֶּסֶף בֵּינִי וּבֵינְךָ מַה הִוא א שטיקל ערד וואס איז ווערד פיר הונדערט זילבערנע שקלים צווישן אזעלכע גוטע פריינד ווי מיר און דיר וואס איז עס - לאז אפ רעד נישט פון גיין געלט, וַיִּשְׁמַע אַבְרָהָם אֶל עֶפְרוֹן וַיִּשְׁקֹל אַבְרָהָם לְעֶפְרֹן אֶת הַכֶּסֶף אֲשֶׁר דִּבֶּר בְּאָזְנֵי בְנֵי חֵת אַרְבַּע מֵאוֹת שֶׁקֶל כֶּסֶף עֹבֵר לַסֹּחֵר אברהם האט צוגעהערט צו עפרון און פארשטאנען וואס ער האט צו טוען – ער האט אפגעוואויגן דאס געלט, פיר הונדערט זילבערנע שקלים וואס זענען פון די וואס אלע סוחרים האנדלען דערמיט און אזוי טוט ער אפקויפן דעם הייליגן מערת המכפלה...

ווי נאר מען לערנט די פסוקים פרעגט זיך, א) וואס איז פשט אז די תוה"ק איז אזוי מאריך און פארציילט אונז אלע דיטאלן וואס איז פארגעקומען צווישן אברהם און עפרון, פארוואס שטייט עס נישט בקיצור אז אברהם האט געקויפט דעם מערת המכפלה און באצאלט א גרויסע פרייז וזה הוא - וואס ליגט אין די גאנצע אריכות הדברים? ב) פארוואס טאקע וויל עס נישט אברהם נעמען אומזיסט? און אויב נישט אומזיסט כאטשיק אביסל ביליגער? ג) צום סוף געפינען מיר אז אברהם האט געגעבן מער ווי עפרון האט בכלל געבעטן - 'עבר לסוחר' האט עפרון נישט דערמאנט און דאך געבט אים אברהם? און אזוי פרעגט זיך פיל נאך, לאמיר זיך פארטיפן און בסייעתא דשמיא זוכה זיין אויף אונזער מדריגה צו פארשטיין עומק פרשתנו, און קענען ארויסנעמען דעם ריכטיגן חיזוק און הדרכה פאר אונזער טאג טעגליכן לעבן.

זיצט זיך זינדל אין זיין פרישן אויפגעפיקסן אפיס, גרייט צו סערווירן דעם ציבור מיט אלע ערליי ריעל עסטיעט געברויכן – דער קאפ זיינע איז פארטראכט זיכנדיג געדאנקן אויפצוקומען מיט אזעלכע גוטע דיעלס, ווי מ'קען מאכן א פליפ אדער עפעס א פארקויף... דער טעלעפאון צוקלינגט זיך און ס'איז שמואל וואלף זיין אלטע חבר פון כולל און זאגט: זינדל כ'הער זאגן אז האסט הערליך שיין אויפגעפיקסט דיינע אפיסעס - אַה ב"ה אז די ביסט שיין מצליח, בקיצור לאמיר גיין צום פונקט די ווייסט דאך די מצב אין שטאט ס'איז פשוט נישט מער מעגליך צווישן די רענטס און די קליינע דירה'לעך, טו מיר א טובה טרעף מיר א גוטע דיעל אין די מאנסי געגנט כ'וויל דוקא עפעס א שיינע געלונגענע הערליכע זאך, כ'וויל אויך אז מען זאל דארט קענען בויען פארקויפן רענטן און וואס נישט, אבער נישט סתם איך דארף א גוטע דיעל...

..שמואל וואלף ס'איז א אויסטערלישע השגחה פרטית פונקט יעצט האב איך אריין באקומען א גוט געשעפטל פון מיינס א קאלעגע אין מאנסי, א גרויסע שיינע הערליכע הויז מיט א מעכטיגע לאַט מ'קען דארט בויען לרחצה - כ'זאג דיר ממש וואס די זיכסט פאָר ארויס און כאפ עס ווייל אזא דיעל וועט לאנג אויפן מארקעט נישט זיין, שמואל וואלף כאפט זיין היט און רעקל און לאזט זיך אין וועג אריין... אנקומענדיג צום הויז דערקענט ער גלייך אז ס'האנדעלט זיך פון א נישט אידיש הויז אבער דאס שטערט אים בכלל נישט סיי ווי גייט מען בעזר ה' איבערבויען אינגאנצן פריש.

העללא מר. עלבארדאו באגריסט ער זיך מיטן אייגענטומער, נאכן באטראכטן דעם גאנצן הויז גייען זיי באקוקן דעם גאראדזש און דערנאך דעם גרויסן לאט, פארפאלן ס'איז עפעס געוואלדיג... דערנאך קומט מען צום תכלית - וואס קאסט עס?! דא צושמייכעלט זיך מר. עלבארדאו און זאגט: פאר אזא פריינד ווי דיר געב איך עס אומזיסט! שמואל וואלף ווייסט נישט צו מען דארף לאכן אדער וויינען, ניין אמת'דיג וויפיל קאסט עס? אומזיסט! סטאפ מעיקינג דזאקס?! אבער דער ערל ווינקט מיט די אויגן כאילו זיי זענען עפעס גוטע פריינד און זאגט ניין פאר אזא פריינד ווי דיר געבט מען עס אומזיסט, בוי דא דיין הויז שפיר דיך באקוועם... דא ווערט שמואל וואלף שוין אביסל נערוועז און דערשראקן וואס הייסט פאר אומזיסט כ'דארף נישט קיין טובות כ'בין געקומען קויפן א הויז?!?! שמואל וואלף לויפט ארויס און פארבינדט זיך מיט זינדל ווי האסטו מיר אהערגעשיקט, ס'האט נישט קיין פרייז ער וויל עס מיר געבן אומזיסט, ער מאכט זיך פריינטליך, די פארשטייסט אליין וואס פאר א סארט אומזיסט דאס איז, פון א ערל דארף איך פאר אומזיסט גארנישט..?!?!

נאך א קורצע אנטשילדיגונג פון זינדל קומט ער גלייך אויף מיט עפעס א פרישן דיעל, שמואל וואלף ווער נישט פארלוירן כ'האב פאר דיר עפעס אַן אנדערע געשעפט אויך א גאלדענע זאך אין די הארץ פון מאנסי, נו נו מיינע אויערן זענען אפען כ'בין פולקאם גרייט צו הערן, ס'איז א גרעסערע זאך זיבן דירות זעקס שטאקן פינעף צומערן פיר פארקינג ספאטס... נו זאג שוין פון וויפיל געלט רעדט מען? אַה דא קומט די בעסטע חלק פונעם געשעפט מ'רעדט פון קליין געלט - בערך פינעף אין דרייסיג טויזענט דאללער, שמואל וואלף נעמט זיך שמייכלן זינדל וואס איז געשעהן מיט דיר, זאג נאר וויפיל דיעלס האסטו שוין אויסגעפירט – דיין טאטע האט דיר נישט אויסגעלערנט אז וואס קאסט ביליג איז ביליג, זיבן דירות פאר דעם פרייז זענען קיין דירות נישט, וואס יא ווייס איך נישט... א גוט געשעפט האט א גוטע פרייז?!?!

ברידער טייערע דערמיט קומען מיר צוריק צו אונזער פרשה לאמיר זיך פארטיפן, אברהם אבינו גייט קויפן א מקום קבירה פאר שרה אמנו – דער מאמע פון כלל ישראל, ער וויל נישט סתם א פלאץ צו באגראבן שרה, ער וויל איר לייגן אויף די הייליגסטע פלאץ וואס נאר פארהאן ביים מערת המכפלה דארט ווי ס'איז דער פתח צו גן עדן ווי אלע נשמות ישראל גייען אריבער מען רעדט פון א געוואלדיגע מקום קדוש וואס מיר האבן נישט קיין שום השגה דערין אט דארט גייט מען באגראבן שרה אמנו, אבער אברהם באגעגנט זיך מיט א פראבלעם דער פלאץ ליגט אין די הענט פון עפרון וואס דאס מיינט נישט נאר איז עפרון דער גשמיות'דיגע בעל הבית אויפן פלאץ נאר אויך בפנימיות איז דער קליפה פון עפרון שולט אויף דעם פלאץ, דער צד הטומאה האט א שליטה אויף דעם מקום קדוש, פאר אברהם איז אבער קלאר אז אט דאס איז דער הייליג פלאץ ווי שרה דארף באגראבן ווערן און פאר איעדע פרייז מיז מען דאס האבן...

ווען מיר פארשטייען אז עפרון איז נישט סתם עפעס א גשמיות'דיגע שכן פון אקעגן איבער די גאס וואס האט א שטיקל ערד - נאר ס'האנדלט זיך פון עפעס א טיפערע בעלות איז שוין גאר פשוט צו פארשטיין פארוואס אברהם וויל נישט בשום אופן באקומען דעם פלאץ פאר ביליג אדער אומזיסט... ווייל ביליג און אומזיסט מיינט אז דער עפרון בלייבט א שטיקל שותף א שטיקל בעל הבית און פון דאס האט אברהם גאר א שטארקע פחד, ווייל כדי צו קענען באגראבן שרה דארף עס זיין ריין, דער פלאץ דארף זיין אין הענט פון אברהם אבינו, בפרט ווען אברהם הערט פון עפרון דעם "ביני ובינך שפראך - צווישן מיר און דיר" שפרינגט ער אויף און געבט פאר עפרון די גאנצע געלט באגלייט מיט נאך א שטיקל און דערמיט מאכט אברהם אבינו קלאר אז מיר האבן נישט קיין שום שייכות, דער פלאץ איז א ריינע מקום קדוש! מיר קענען לעבן האנט ביי האנט ווי גוטע פריינד אבער ווען ס'קומט צו א דבר שבקדושה האבן מיר נישט קיין שום שייכות און זיכער נישט קיין שותפים...

נאך א נקודה לערנט אונז אברהם און טאקע ווי פריער געשמועסט א גוט געשעפט האט א גוטע פרייז, ווי די וועלט זאגט א הויז וואס איז ביליג איז אזוי פיל ווערד, אט אזוי איז עס ווען ס'קומט צו עניני רוחניות ווען ס'קומט צו א מצוה אדער סיי וועלכע דבר שבקדושה, ווי די משנה אין אבות זאגט לפום צערא אגרא דער שכר פון א מצוה ווערט געמאסטן לפי דעם צער וואס דער איד האט אריין געלייגט, וואס דאס מיינט אז כדי מיר זאלן זוכה זיין צו האבן א אמתע ריכטיגע קנין אין א מצוה דארף מען אריבער גיין יסורים פארן מצוה, דאס מיינט נישט חלילה אז דער מצוה איז עפעס וואס ברענגט צער וכדומה פונקט פארקערט ס'מיינט אז עפעס טייער ליגט דארט, און פונקט ווי איעדע זאך אויף די וועלט האט א פרייז האבן די טייערסטע זאכן אויף די וועלט די לעכטיגע מצוות ומעשים טובים דעם טייערסטן פרייז אויף די וועלט... דעם זעלבן יסוד טרעפן מיר אין חז"ל (מסכת ברכות דף ה') תניא רבי שמעון בן יוחאי אומר: שלש מתנות טובות נתן הקדוש ברוך הוא לישראל וכולן לא נתנן אלא על ידי יסורין אלו הן: תורה וארץ ישראל והעולם הבא. - דריי געוואלדיגע מתנות האט הקב"ה געגעבן פאר די אידישע קינדער, דאס זענען זיי: תורה ארץ ישראל און עולם הבא – וואס דאס מיינט פאר אונז אז די דריי טייערסטע זאכן וואס מיר האבן קענען מיר נאר ריכטיג איינקויפן אויב ס'קומט אָן מיט יסורים, קען דאך דער מענטש מיינען אז יסורים מיינט עפעס א שרעקליכע זאך וואס טוט פיזיש וויי וכדומה... אפשר דאס אויך אבער אין חז"ל טרעפן מיר אז איעדעס ביסל שוועריגקייט איעדע קליינע מצב פון אוועקגעבן פון זיך, איעדע מצב וואס דער איד געבט אויף פאַרן כבוד השם ווערט גערעכנט פאר יסורים וואס דערמיט קויפן מיר איין תורה א"י און עולם הבא, ווייל גרויסע טייערע זאכן האבן א טייערע פרייז, און טאקע מיט די יסורים מיט די טייערע פרייז טוען מיר זיך צו איר פארבינדן מיט א שטארקע קשר...

אברהם אבינו ווען ער גייט קויפן דעם מערת המכפלה די געוואלדיגע מקום קדוש אין א"י און פלוצלינג באגעגנט ער זיך מיטן צד שכנגד עפרון און ער זאגט ביני ובינך מה הוא - נעם עס אומזיסט כאפט אברהם א שטארקע פחד ווייל דאס זאגט פאר אברהם אז ער וועט נישט האבן א ריכטיגע קנין דערין ס'וועט נישט זיין זיינס בשלימות, ווייל כדי צו האבן א ריכטיגע שייכות מיט דעם מקום קדוש פארלאנגט זיך יסורים, פארלאנגט זיך אויפצוגעבן פון זיך - אוועקצוגעבן פון די אייגענע פארמעגן און דערפאר נעמט ער ארויס אפילו מער פון דאס וואס עפרון האט אים געבעטן ווייל ער וויל צאלן, ער וויל אוועקגעבן פון זיין פארמעגן אויף צו באקומען א קנין אין דעם מקום קדוש, און דערמיט לערנט ער אונז אז כדי צו קענען זוכה זיין אין א דבר קדוש דארף מען אויפגעבן פון זיך - אוועקגעבן פון זיך און דערנאך איז מען זוכה צו האבן א חלק דערין...

צוויי געוואלדיגע יסודות ליגן פאר אונז, א) אז ווען ס'קומט צו א דבר שבקדושה טאר מען נישט לאזן דעם צד שכנגד זיין א שותף אדער אפילו האבן עפעס א שייכות, מאכט זיך אמאל אז ווען ס'קומט צו אונזער פריוואטע עבודת ה' זאגט דער יצר יא איך לאז דיר אבער טו עס מיט מיר אונטער מיין בעלות, למשל א טאטע/רבי וויל מעורר זיין עפעס וואס איז געוואלדיג חשוב און הייליג, אבער תוך הדברים מישט דער יצר אריין קליפת פון כעס, א איד שטעלט זיך דאווענען אבער דער יצר מאכט זיכער אז דער סעלעפאון זיינע זאל נישט זיין אויסגעלאשן און אפשר גאר דער רינגער הויעך ווייל ס'איז דאך עפעס גאר וויכטיג אפשר גאר פקוח נפש, נאכן טוען א הייליג מצוה פאנגט דער שטן אָן אריין צו בלאזן א ווינט פון גיאות כהנה וכהנה וד"ל ואכמ"ל, מיר דארפן ארבעטן מיט אלע כוחות מברר צו זיין און זיכער מאכן אז אונזער עבודת ה' איז ריין ס'האט נישט שום קיין קליפת אין זיך...

ב) די טייערסטע זאכן אויף די וועלט האבן א פרייז, דאס אז רוחניות קומט אָן שווער דאס זאגט נאר ווי טייער ס'איז, לאמיר זיך נישט שרעקן ווען ס'שטעלט זיך ארויס אז האבן א שיעור קבועה גייט עפעס אויסטערליש שווער, זיך מצמצם זיין אויף א שטיקל גמרא איז עפעס וואס גייט נישט, חינוך הבנים קומט אָן מיט עגמת נפש, אדער צו קענען העלפן א חבר קאסט אפ שווערע געלטער וכדומה, געדענק אז ווען ס'קומט אן שווער – ווען ס'קאסט כוחות שוועריגקייטן געלט קאפ און מח וכדומה מיינט עס אז מיר קויפן זיך איין א קנין אין דעם מצוה בשלימות... געדענק אז אברהם האט עס נישט גענומען פאר אומזיסט נאר געצאלט א שווערע טייערע פרייז און טאקע דערפאר זענען מיר טייערע אידישע קינדער עד סוף כל הדורות זוכה צו דעם געוואלדיגן מקום קדוש, אט דאס זעלבע איז מיט אונזער עבודת ה' וואס מיר קויפן טייער וועט פארבלייבן לנצח נצחים!

לסיכום געדענק:

• מאך זיכער אז דער יצר האט נישט קיין שייכות מיט דיין עבודת ה', נאר ס'איז אינגאנצן ריין.
• ווען אונזער עבודת ה' קאסט כוחות שוועריגקייטן וכדומה מיינט עס אז מיר קויפן זיך איין א קנין אין דעם מצוה בשלימות.
• אונזער יעצטיגע שווערע ארבעט קויפט איין ישועות פאר עם ישראל עד סוף כל הדורות לנצח נצחים!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

שליחה דורך א שעפעלע »

פארשפארט