דאס אידישע לעבן אין די שטאט מאנטעווידעא, אורוגוויי

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

שליחה דורך חקרן »

אין אוצרות איז דאס לעצטנס געווען באשריבן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ירא שמים האט געשריבן:נו וועלכע חדר האסטו געלערנט? האסט נאך געוואוינט אין אונגארן אין דיין קינדהייט?

ירא שמים: אין די ארטיגע תלמוד תורה. און אויך אין אנ'אנדער חדר. נאר דאס האט שוין צו טון מיט'ן חשש פון גילוי. און כ'מיין נישט גילוי אליהו. אדער די צווייטע, הארבע עבירה אין די תורה... :lol:
איך האב אין אונגארן קיינמאל נישט געוואוינט. איך בין געבוירן אין ארץ ישראל. אדער ווי מ'רופט עס אן ביי אונז היימישע, ערליכע אידן...די טמא'נע מדינה... :roll:
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 391
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1303 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

שליחה דורך רימון »

מיין *** איז אויך געפארן אהין ווערן א מלמד, נאכ'ן אים צוזאגן גאלדענע גליקן האבן אים די בעלי בתים איינגעטינקען מיט דריי כיתות אנשטאט איין, א מאגערע געהאלט און אסאך רשעות און קריטיק. נאך גאר א קורצע תקופה האט ער פארלאזט דעם ארט און זיך צוריקגעקערט בעירום ובחוסר כל ממש.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רימון: איך ווייס נישט אין וועלכע תקופה דאס איז געווען. ווייל אין מיינע צייטן דארט, זענען געווען גרויסע כיתות מיט לופטיגע, לעכטיגע צימערן, און נישט איבערגעפילטע כיתות. אמת. קיין עירקאנדישאנינג איז נישט געווען אין די קלאס צימערן. אבער א פען, יא....!
באניצער אוואטאר
הירשל ציג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:41 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 112 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך הירשל ציג »

berlbalaguleh האט געשריבן:
הירשל ציג האט געשריבן:אנסע אטשענטא מאלדאנאדא... אוח אוח

הירשל ציג: אויב דער זיכרון דינט מיר גוט, איז די נומבער פון ביהמ"ד געווען...1188 מאלדאנאדא. דאס זאגט מען ארויס ווי..."אנסע, אטשענטא אי אטשאו" . וואס דו האסט געשריבן איז ...1180...! וה' הטוב יכפר... :lol:

1180, נישט 1188
אפשר די מקווה איז 1188,אבער די שול איז אנסע אטשענטא. בדוק ומנוסה!
באזוכט מיין בלאג
hirsheltzig.com
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

או.קעי. איך נעם עס אן בתשואות חן. ייש"כ. ברי ושמא, ברי עדיף. ס'איז אנ'אנדער אדרעסס אויף דעם בלאק. יא, איך ווייס שוין! דער בילדינג וואו ר' אברהם חיים הכהן פיליפ האט געוואוינט...!
איך האב אלס יונגל אין יאר 1961 נישט גענומען קיין נאוטס. כ'האב דאך נישט געוואוסט אז איך וועל אמאל האבן די זכיה צו פארציילן מיינע סיפורי מעשיות אויף קאווע שטיבל... :lol:
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בערל, דו טענה'סט דיך מיט אנדערע איבער פכים קטנים, אבער מיר ווילן א פרישע קאפיטל היסטאריע. אויב מעגליך, אויף א טעגליכע פארנעם, ווי איך טו מיטן אמשינאוון אשכול ועוד, און ווי [tag]געוואלדיג[/tag] טוט מיט זיין פרישע תורה'דיגע אשכול.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אני מצרף להנ"ל. ר' בערל איך ליין מיט דארשט דיינע תגובות דא. אולי נאך די שרייבסט א לענגערע תגובה זאלסטו צו לייגן צום סוף די קליינע הערה'לך צו די מגיבים.

איך גלייך דיינע באריכטן.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

עס איז ערנסטע פעטיציע, גם אני מצטרף, שרייב, שרייב, פארמער די ידיעות דא, פארצייל דיין היסטאריע, און צו דער זייט קען מען זיך מפלפל זיין,

#אחכהלו
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אדנירם האט געשריבן:בערל, דו טענה'סט דיך מיט אנדערע איבער פכים קטנים, אבער מיר ווילן א פרישע קאפיטל היסטאריע. אויב מעגליך, אויף א טעגליכע פארנעם, ווי איך טו מיטן אמשינאוון אשכול ועוד, און ווי [tag]געוואלדיג[/tag] טוט מיט זיין פרישע תורה'דיגע אשכול.

אדנירם און די אנדערע ליינערס און מגיבים הי"ו: ייש"כ. די המשך וועט קומען אי"ה. נאר איך האב א כלל אויב איינער נעמט זיך די מיה צו ליינען און רעאגירן אויף וואס איך שרייב, איז נישט מענטשליך איהם צו איגנארירן. אפילו ס'איז איבער פכים קטנים. ס'...איך מוז יעצט גיין דרייוון דעם באס, אהיימצופיהרן די צאן קדשים. ועוד חזון למועד. בעז"ה היינט.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: דאס אידישע לעבן אין די שטאט מאנטעווידעא, אורוגוויי

שליחה דורך ירא שמים »

נאך א קלאץ קשיא, סאיז געווען צו באקומען די איד אין מנטיוועדעא?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יא, מיין טאטע האט עס אייביג געהאט. פרעג מיך נישט וויאזוי, כ'ווייס נישט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

המשך פון פריער: איך וועל אנהייבן פון די צייט ווען דאס נייע בית המדרש איז פארענדיגט געווארן און מ'האט אנגעהויבן צו דאווענען דארט.

ס'זענען דאמאלס געווען לערך 150 משפחות וועלכע האבן באלאנגט צו די קהילה. און הרב ר' אברהם לייטנער ז"ל איז דאמאלס געווען דער מרא דאתרא. אין הויף פונ'ם ביהמ"ד זענען געווען 3 קלאסרומס. פאר דריי כיתות פון די ת"ת. אויפ'ן צווייטן שטאק, נעבן די ווייבער שול זענען געווען נאך עטליכע קלאס צימערן. די נעמען פון אלע מלמדים געדענק איך שוין נישט. נאר א טייל...די וועלכע האבן געהאט זייערע קלאסן אין הויף פון ביהמ"ד.: ר' פנחס ישעי' קארנבליה לאוי"ט: ר' אליעזר סופר...? און ר' מרדכי הירש...?. ס'איז געווען א כשר בוטשער סטאר, אנגעפיהרט דורך ר' לייביש קליין. מיט א משגיח תמידי. ר' י.ב. דער בוטשער, ר' לייביש קליין האט אויך פארקויפט פוטער. נישט אין סטאר, פארשטייצעך. נאר ביי זיך אינדערהיים. מ'האט געשמועסט ע"פ דרך צחות, אז ער איז טריפה. ווייל ער פארקויפט בשר בחלב... איבער זיין משגיח, האט מען דערציילט אן אינטרעסאנטע מעשה'לע. אז מ'האט איהם אמאל געפרעגט פארוואס ער העלפט נישט אביסל צו ווען ס'איז זייער ביזי. אזוי ווי דאנערשטיג נאכמיטאג, ווען אלע אידענעס קומען איינקויפן אויף שבת. האט דער משגיח געענטפערט..."ווען איך קוק מיך צו וויאזוי אנ'אנדערער מענטש ארבעט ווער איך שוין מיעד. ווילסטו נאך אז איך אליינס זאלל ארבעטן..."

אויך איז דארט געווען א היימישער איד וועלכער האט אנגעפיהרט מיט א בעקעריי. נישט א סטאר וואו מ'קען אריין גיין קויפן. נאר ארדערס דורכ'ן טעלעפאן. ער האט געהאט זיינע קאסטומערס וואו מ'האט דעליווערט פרישע (אומ-געסלייסטע) ברויט טעגליך. דער דעליווערי-מען איז געווען א גוי. האט ער געמאכט א סימן אויף א יעדן ברויט אז דאס קומט פון זיין בעקערי. אויך ווען איינער האט געוואלט געבן קידוש האט ער באשטעלט אלע מיני קעיקס דורכ'ן טעלעפאן אויך איז געווען זייער א גוטער סיסטעם פון חלב ישראל, וואס מ'האט צוגעשטעלט פאר די בני הקהילה. נישט אין א סטאר, פארשטייצעך. אין די סטארס און סופערמארקעטס איז געווען די גוי'שע מילעך פון א גרויסע נאציאנאלע קאמפאני, וואס די מער מאדערנע אידן האבן געטרונקען. (בערך אזוי ווי די או.יו. די. ) . דער סיסטעם האט געארבעט אזוי. א יעדע משפחה האט באקומען, נאכ'ן איינצאלן א געוויסן סכום, צוויי מילעך קאנעס (קאנטעינערס) פון 10 ליטער. מיט'ן נאמען פון די משפחה ארויפגעשריבן מיט רויטע פעינט. דאס איז בערך 2.5 גאללאנס. און מ'האט דעליווערט די מילך לפי הצורך פון די משפחה. ביי אונז האט מען דעליווערט 3 מאל א וואך. מאנטיג, מיטוואך און פרייטיג. מ'האט איבערגעלאזט די ליידיגע, אויסגעוואשענע קענס ביי די טיר פון הויז. און זיי האבן אראפגעלייגט די פרישע. די כשר'ע מילעך איז נישט געווען פעסטשורייז'ד. און מ'האט עס געדארפט אויפקאכן פאר'ן באניץ. נאך אן אינטרעסאנטע זאך. א יעדע מילעך קען איז געווען פארזיגלט מיט א פלאמבע. אמת'ע חלב ישראל. נאר די אלע זאכן האט נישט ר' אברהם לייטנער איינגעפיהרט. ער האט נאר איבערגענומען פון די אנדערע רבנים וועלכע זענען געווען פאר איהם.

אויך איז געווען אן עלטערער בחור, דוד פריעדמאן, וועלכער האט פארקויפט כשר'ע וויין. קיין גרעיפ דזשוס פון קדם אדער אנ'אנדערע קאמפאני איז נישט געווען. ער האט אויך געמאכט און פארקויפט קאטידזש טשיעז. איך געדענק אז ער איז אמאל אריינגעקומען אין ביהמ"ד ביי תפילת שחרית אנגעטון מיט די תפילין, און, זייענדיג א פרומער האט ער נישט געוואלט אויסרעדן, האט ער אויסגערופן..."גביינא"... ר'האט פארשטייצעך געמיינט צו זאגן ..."גבינה". דער עולם האט זיך גוט אונטערגעשמייכלט...!

איין אויפטוה פאר וועלכן ס'קומט זיך דער פולער קרעדיט פאר ר' אברהם לייטנער, איז געווען די השגחה וואס ער האט געגעבן אויף אויל. ס'זענען נישט געווען די כשר'ע אוילס פון די אלע קאמפאניס וואס ס'דא צו באקומען דאהי. דארט איז געווען איינגעפיהרט אז ס'זענען געווען בערך צען-פופצן קלענערע , גוי'אישע קאמפאניס וועלכע האבן פאבריצירט און פארקויפט אויל צום קאכן. אויף איין אזא קאמפעני האט ער געגעבן השגחה. און מ'האט עס געקענט קויפן אפילו אין די גוי'אישע גראסעריס.

אויך זענען געווען צוויי היימישע אידן שוחטים. איינער איז געווען ר' אהרן קליין. דער צווייטער שוחט איז געווען ר' ישראל שלום שטערן. זיי האבן אויך געליינט שבת ביי קריאת התורה. א יעדער האט געליינט א יעדע צווייטע וואך. די שחיטה איז אויך געווען אויף א גאר מהודר'דיגן אופן. דער רב איז אליינס אראפגעגאנגען א סאך מאל אין שעכט הויז צו באקוקן אויב אלעס איז אין ארדענונג, אומגעראכטן.

המשך יבוא אי"ה
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רבותיי: איך זעה אז דער אשכול שלאפט שוין איין, כדרכם פון מיינע (ווייניג) אשכולות וואס איך האב אויפגעמאכט.
איך מוז יעצט גיין דרייוון דעם באס, אהיימפיהרן די צאן קדשים, כדי לקיים מצות הכנות לשבת קודש. נאר נאכמיטאג אדער מוצש"ק וועל איך בלי"נ ממשיך זיין. העמיר זעהן אויב דער עוילעם איז נאך אינטערסירט... :lol: :o
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: דאס אידישע לעבן אין די שטאט מאנטעווידעא, אורוגוויי

שליחה דורך ירא שמים »

אז דו אפדעיטסט עס נישט אודאי שלאפט עס איין…
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ירא שמים האט געשריבן:אז דו אפדעיטסט עס נישט אודאי שלאפט עס איין…

כיהודה ועוד לקרא.
קוק אויף מיינע אשכולות, און אשכולות פון אנדערע מוצלחים, וועסטו זען אז דער יסוד איז עס צו אפדעיטן. אמאל זענען געוויסע מגיב, און אמאל נישט. אבער צו האבן צוויי בלעטער ווען דו האסט קוים געשריבן צוויי לענגערע תגובות, איז אודאי נישט קיין מהלך אז דער עולם זאל מגיב זיין.

כ'בעט טאקע זאלסט ווייטער ממשיך זיין מיט די ארטיקלען, און דער עולם קוקט גאר שטארק ארויס אויף דעם! [וואס איז געשען מיטן חלום פון א קאפיטל א טאג?!].
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: דאס אידישע לעבן אין די שטאט מאנטעווידעא, אורוגוויי

שליחה דורך ירא שמים »

כיהודה ועוד לקרא, ווען משרייבט א סעריע קוקט מען אויפן גאנצע זאך, און די עולם האט אנגענומען דעם פראיעקט מיט גרויס אנטוזיעזום.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אדנירם האט געשריבן:
ירא שמים האט געשריבן:אז דו אפדעיטסט עס נישט אודאי שלאפט עס איין…

כיהודה ועוד לקרא.
קוק אויף מיינע אשכולות, און אשכולות פון אנדערע מוצלחים, וועסטו זען אז דער יסוד איז עס צו אפדעיטן. אמאל זענען געוויסע מגיב, און אמאל נישט. אבער צו האבן צוויי בלעטער ווען דו האסט קוים געשריבן צוויי לענגערע תגובות, איז אודאי נישט קיין מהלך אז דער עולם זאל מגיב זיין.

כ'בעט טאקע זאלסט ווייטער ממשיך זיין מיט די ארטיקלען, און דער עולם קוקט גאר שטארק ארויס אויף דעם! [וואס איז געשען מיטן חלום פון א קאפיטל א טאג?!].

אדנירם: ס'ווענדט זיך וועלכע קפיטל. ס'דא קפיטל קיט. און ס'דא קפיטל קנ... :roll: :o
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: דאס אידישע לעבן אין די שטאט מאנטעווידעא, אורוגוויי

שליחה דורך ירא שמים »

בערל וואס טוט זיך מיט דיר?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ירא שמים האט געשריבן:בערל וואס טוט זיך מיט דיר?

ירא שמים: איך האב א סאך וויכטיגע (אדער דאכטציך מיר אז ס'איז וויכטיג) בזיונות צו ערלעדיגן אין די ביסל פרייע צייט וואס איך האב. נאר ס'קומט נאך א סאך גוטע סחורה, בעז"ה...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

המשך פון פריער:

לאמיר א ביסל ארומרעדן איבער דעם קלימאט און וועטער.
אין גאנץ דרום אמעריקע (און אויסטראליע) זענען די סיזנ'ס פארקערט. דאס מיינט, אז נאך סוכות קומט ספרינג און זומער. אום חנוכה דארף מען נוצן דעם עריקאנדישאנער. אדער לכה"פ ווארטן ביז די חנוכה לעכט לעשן זיך אויס כדי מ'זאל קענען אויפמאכן די פענצטער זיך א ביסל אפצוקיהלן. די קאנטרי סיזן, פאר די וועלכע פארן אין די קאנטרי איז פון א וואך נאך חנוכה ביז א וואך פאר פורים.

בערך א וואך פאר פסח הייבן שוין אן צו בלאזן קילע ווינטן און די טעמפעראטור גייט אראפ. ווען מ'גייט באקן מצות איז, די מערסטע מאל, ווינטיג און ס'גייט א רעגן, אבער די טעמפעראטור גייט קיינמאל נישט אראפ אונטער 40 דעגריס. נאר ס'קומט באגלייט מיט שטארקע ווינטן און שלאקס רעגן. מהאי טעמא איז אין די אלטע הייזער (געבויט פאר 1960) נישט דא קיין צענטראלע הייצונג. נאר אין די נייערע הייזער. ביי אונז האט מען געניצט עלעקטריק היטערס אין די צימערן. און אויף שב"ק, ווען מ'קען נישט לאזן ברענען די עלעקטריק היטערס א גאנץ שבת, האמיר געהאט זייער א גוטן אייוועלע וואס ברענט מיט "קעראסין" (ענליך צו דזשעט פיועל) וואס מ'פארקויפט דארט אין אלע גראסערי געשעפטן.

איך געדענק ווען איינער פון די מתפללים אין אונזער ביהמ"ד האט געגעבן קידוש אום שבועות האט ער אויך געגעבן הייסע קאווע. און דער עולם האט זיך מחיה געווען דערמיט, ווייל ס'איז געווען קאלט און ווינטיג.

מפני דוחק הזמן מוז איך דא ענדיגן פאר יעצט. אין קומענדיגן המשך וועלן מיר אביסל ארומרעדן איבער דעם אויפשטייג פון די נאציס, ימ"ש און די טופאמאראס רעוואלוציאנערן אין די שטאט מאנטעווידעא...!

המשך יבוא אי"ה...!
כפתור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל

שליחה דורך כפתור »

ר' בערל, זייער אינטערעסאנט. מיר ווארטן אויף די נעקסטע אינסטאלמענט. כ'העל נעמען די העזה צו פרעגן אויב איר האט עפעס בילדער פון יענע צייט (אויב ס'נישט חשש גילוי)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יש"כ פאר ארויסווייזן אינטערעסע.
קיין אייגענע בילדער האביך נישט. אבער איך וועל ווייטער זוכן אויף גוגל און יאהו. אויב איך וועל טרעפן עפעס אינטרעסאנטע בילדער פון אונזער געגנט, וועל איך עס ארויפלייגן, בל"נ.
פארשפארט