אינגל פון א היימישע משפחה ווערט א מאמע רח"ל

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1377 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1603 מאל

אינגל פון א היימישע משפחה ווערט א מאמע רח"ל

שליחה דורך עזריאל »

סאיז מיר אייביג שווער געווען פון ווי נעמט זיך די תאווה ביי די אומות העולם אויף די אלע השחתה און שייגץ שטיק וואס קומט היינט פאר אין די גאסן, ס'איז ליידער נישט קיין סוד די גאנצע ג' באוועגונג ואין כאן מקומו להאריך אבער ס'איז ליידער א מציאות.

טאקע די וואך איז געווען עלעקשאן דעי און איינער פון די זאכן וואס ווערן שטארק אויסגעשמועסט ביי די פרומערע צווישן אונז אין אזא טאג איז וועלעכער קאנדידאט שטיצט וועלעכער סארט השחתה, והדברים ארוכים ומבוארים בכותלי דבי מדרשא און יעדער בר בי רב וואס האט נישט וואס טאן מיט דעם לאנגער חד יומא ווערט א בקי בכל הלכות זנות ומצות בני נח.

נאכן שטארק ארום קאכן אין די סוגיא בכל פרטיה איז מיר שווער געווארן, פון ווי נעמט זיך אזא מאדנער השגה? ווי קומט דאס בכלל אריין אין געדאנק?

היינט איז מיר אבער פארענפערט געווארן די קשיא, זייענדיג א שטרענג אולטרא ארטאדאקסישער איד שיק איך מיינע קינדער נאר אין גאר פרומע מוסדות, און היינט זעה איך א צעטל וואס דאס קינד מיינס האט אהיימגעברענגט. פאר איר ליינט דאס צעטיל ביטע גרייט אייך אן א גלעזל וואסער און זעצט אייך אראפ. פאר עלטערע מענטשן אדער שוואכע הערצער איז נישט ראטזאם צו ליינען. ס'ליינט זיך כהאי לישנא:

(קלארמאכונג: מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף סיי וועלכער הארץ פראבלעמען דער צעטל וועט אייך פאראורזאכן. ליינט אויף די אייגענע אחריות)

לכבוד די עלטערן פון ..... עמו"ש
מיט פרייד זענען מיר מודיע אז ..... איז אויסגעקליבן געווארן צו זיין די 'שבת מאמע' און לכבוד דעם דארף ער ברענגן א נאש מיט די הכשר פון התאחדות אדער עדה החרדית פאר די קלאס פון 36 אינגלעך.

יזדעזע עולם ומלואו.
שאק און שוידער.
ביז אהער האבן מיר זיך דערקייקלט?

ווען איך בין ווען באמת א תורה טרייער איד נעם א שווערד און איך גיי אריבער אין חדר טון די קנאים פוגעין בו שטיק.

א חוצפה פון א מלמד, איז דאס פארוואס איך שיק מיינע קינדער אין היימישע מוסדות?
פארדעם האבן מיינע זיידעס איבערגעלעבט די קריג?
פארדעם האב איך פארגאסן טרערן ביי ונהיה אנחנו וצאצאינו?
פארדעם צאל איך קרן הבנין טרענפארטעישאן פלאס א רעגיסטרעישאן פי?
דערפאר האב איך צוויי טעלעפוינען?

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר