אוי ציגארעטעלע... וויאזוי האלט מען צוריק איינעם?
- קאמפיאטער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 319
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 13, 2012 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 12 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל
- קאנטאקט:

אנגעפאנגען האט זיך עס ווען איך בין נאך געווען א קליינע יעשיבע קעטאנע בחור'ל, איך וואלט אים היינט אנגערופן נאך אין די פעמפער'ס, אין איך האב געהאט אפאר פרענדס פין א עיטש עלטער פון מיר, זיי זענען געווען ריפערס קילע בחורים, איינער האט מיר אויסגעזאגט בסוד סודות אז ער האט א באקס ציגארעטלעך וואס ער האט פארשאפט פון זיין ברידער וואס איז גוט מיטן גוי פון זיין ישיבה, אין ער פלאנט עס מיטצוברענגען אין קעמפ, אבער איך זאל פאר קיינעם נישט אויסזאגן.
איך האמיר געגרייט צו גיין אין קעמפ, איינגעקויפט אלע גוטע זאכן, ווען מיין מאמע האט נישט געזען האב איך געקויפט פאר פופציג צענט א לייטער, און פונקט דעמאלטס האט דזשי ען דזשי אנגעפאנגען צי מאכן די טאש אין די הויזן וואס איז אזוי באהאלטן אינטערן פאסיק, הקיצור עס איז געווען ווי געגאסן..
איין ליל שישי איך בין אויפגעשטאנען פרי, צו לערנען שטייצעך, דעמאלטס האב איך געהאט די זכי' מיטצוגיין מיט יענעם בחור, ער זאגט מיר אז ער איז שוין א העווי סמאקער ער קען זיך שוין נישט איינהאלטן, ער מוז איינמאל א וואך כאפן א ציגרעטעל...
ער קען אבער נאר אויב ער רייכערט ציזאמען מיט א קאפפי, סא איך זאל אים מאכן א קאפפי און איך זאל אים ווארטען אין בעק פון די פול, איך קום דארט אן, איך זאג אים גלייך אז איך האב א לייטער אויב ער וויל קען ער עס אנצינדען מיט מיינס, ער האט מסכים געווען אנצוצינדען זיין ציגרעטעל מיט מיין לייטער, דעמאלטס האב איך די ערשטע מאל געזען ווי ער נעמט ארויס א האלב אויסגעניצטע ציגרעטעל פין א זילבער פאפיר אזוי האלט זיך עס פריש. איך קען נישט סמאקען אלטע ציגרעטליך, איז ער מסביר, אז מען סמאקט מיט א גאפל בין איך געוואר געווארן הערשט אין פיטום....
נאך אפאר מאל אריין ציען נעמט ער זיך שפייען און איז מסביר ווייל סמאקען מאכט שליים ווייל די שטאט הייסט עס דווקא אזוי מאכן ווייל אזוי וועלן מענטשן נישט וועלן אנפאנגען צי סמאקען.
א יאר שפעטער ביי כ"א כסלו האט מיר איינער פארקויפט א ציגרעטעל פאר פינעף אין זיבעציג צענט אין איך האב געגעבן מיין ערשטע צי, איך האב געוויסט אז איך גיי היסען סא איך הא מיר גלייך אוועקגעדרייט פון מיין חבר אזוי אז ער זאל נישט זעהן, זייט דעמאלטס האב איך אנגעפאנגען אויפצושטיין יעדע ליל שישי לערנען מיט מיין חבר וואס האט געהאט די שליסלעך פין זיין קאזינס לאקער אין שול און.....
יעצט שוין נאך ווייסעך וויפיל יאר, קאסט עס געלט און געלט, וואס וועט זיין דא ווייסעך נישט. סא אויב האט איר א זון וואס גייט יעצט אין קעמפ און איר טראכט אז עס מעגליך אז ער זאל אנפאנגען, ניין!! זאלט איר נישט רעדן צי אים ווייל עס וועט בדרך הטבע נישט אויפטין, נאר אפשר א קאפיטל תהלים.
אה, אבער עס איז געווען גוטע צייטן דעמאלטס יעדע קליינע לעכל אין וויליאמסבורג געוויסט וואו ער איז מוכשר פאר א ציגרעטעל..

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאמפיאטער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
actually; i'm using my blackberry more than my computer
- קאמפיאטער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 319
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 13, 2012 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 12 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל
- קאנטאקט:
עס וואלט טאקע כדאי געווען צי הערן אויב איינער האט עפעס א מהלך אפציהאלטן איינעם פין אנפאנגען סמאקען. די שאלה אי סיי ווען איינער סמאקט נישט, וויאזוי ער זאל ציגיין צים זאך. אין נאך מער איינער וואס סמאקט יא וויאזוי האלט ער צירוק זיין קינד פין אנפאנגען וואס קען ער אים זאגן??
(ווי די אנקעטעס צייגן איז איינער וואס די טאטע סמאקט האט זיין קינד סאך א שוואכערע טשענס אנציפאנגען..)
(ווי די אנקעטעס צייגן איז איינער וואס די טאטע סמאקט האט זיין קינד סאך א שוואכערע טשענס אנציפאנגען..)
actually; i'm using my blackberry more than my computer
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
דער אשכול באלאנגט - לכאורה - דא
viewtopic.php?f=4&t=614
viewtopic.php?f=4&t=614
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)

-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 101
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 2:24 pm
- האט שוין געלייקט: 14 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל
אין איינע פון די גאר אויפגעכאפטע בוכער אנטקעגן רייכערן וואס האט שוין געהאלפן אסאך יודן און גוים צו גלייך צו סטאפן רייכערען, חזר'ט ער זייער אסאך מאל איבער אינמיטען די בוך אז "איין צוגרעטל און די ביזט א סמאוקער" ער איז מסביר דארט אז ווען מען הערט אויף צי רייכערען זאל מען נישט טראכטען עעהה איך נעם נאר איינס יעצט אבער באמת רייכער איך שוין נישט, שרייט ער אז ניין one cigarette and you are back a smoker.
ווען דער בחור זאל ווען דאס וועלן דערהערן וואלטן זייער אסאך נישט אריינגעפאלן אינעם טרעפ.

קאמפיאטער האט געשריבן:עס וואלט טאקע כדאי געווען צי הערן אויב איינער האט עפעס א מהלך אפציהאלטן איינעם פין אנפאנגען סמאקען. די שאלה אי סיי ווען איינער סמאקט נישט, וויאזוי ער זאל ציגיין צים זאך. אין נאך מער איינער וואס סמאקט יא וויאזוי האלט ער צירוק זיין קינד פין אנפאנגען וואס קען ער אים זאגן??
(ווי די אנקעטעס צייגן איז איינער וואס די טאטע סמאקט האט זיין קינד סאך א שוואכערע טשענס אנציפאנגען..)
אזויווי דו זאגסט, רוב בחורים וואס זייערע טאטעס רייכערן האבן בכלל נישט דעם תאוה.
איך ווייס נישט צו עס קומט פון אן עקל פון די constant שמעק, א גרויל צו די אדיקשאן, אדער צוליב די עלטערן'ס אנגעשטרענגטע שלום בית...
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 479
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 28, 2013 5:53 pm
- האט שוין געלייקט: 636 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 130 מאל
קאמפיאטער האט געשריבן:עס וואלט טאקע כדאי געווען צי הערן אויב איינער האט עפעס א מהלך אפציהאלטן איינעם פין אנפאנגען סמאקען. די שאלה אי סיי ווען איינער סמאקט נישט, וויאזוי ער זאל ציגיין צים זאך. אין נאך מער איינער וואס סמאקט יא וויאזוי האלט ער צירוק זיין קינד פין אנפאנגען וואס קען ער אים זאגן??
(ווי די אנקעטעס צייגן איז איינער וואס די טאטע סמאקט האט זיין קינד סאך א שוואכערע טשענס אנציפאנגען..)
What chitzpeh of a father that smokes to tell his child not to smoke. The only thing the father can say is that he wishes he would be able stop but he can't. As good advice he's telling him not to start, but he has no right to tell him or demand anything
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
לדעתי זאגען פאר א בחור נישט צו רייכערן וויבאלד ס'איז נישט געזונט פאדערט זיך אז דער בחור זאל זיין אין א מצב אז ער פיהלט אז זיין לעבען איז א וויכטיגע, זיין לעבען איז אין זיין הענט און וואס ער טוט האט א באדייט. וויבאלד ישיבות היינטיגע צייטען זענען אויסגעשטעלט אז דער בחור זאל זיין וואס מער דערדרוקט און וואס ווייניגער דער אייגענע מענטש, דעריבער איז גאנץ שווער צו פועל'ן ביי א בחור אז ער זאל נעמען זיין מעשים ערנסט.
ווען דער חינוך סיסטעם וואלט געווען ווייניגער געזעצען, ווייניגער לצורך המגי''ש והמשגיח, מער דרך ארץ פאר דער בחור'ס כוחות און ארויסצוברענגען דער בחור'ס פארשטאנד און מדות, וועלען זיי ממילא זיך נישט אזוי באנידריגען זיך צו שפילען מיט זייער געזונט.
איך האב אמאל געליינט אין א בוך וועגען דער קריג פארוואס פאפיראסען זענען געווען אזא ארטיקל אין די געטא'ס. דאס איז ווייל דאס איז געווען די לעצטער טעם פון פרייהייט וואס מ'האט געקענט שפירען. דוכט זיך אין די ביכל פון מרס. פריעדמאן (דער וואס איז אוועק יעצט ערב סוכות, מומע פונ'ם מונקאטשער רבי) שרייבט זי אז זי האט גערייכערט אין בערגען בעלזען.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- שטילע אינגערמאן
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1009
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
- האט שוין געלייקט: 603 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל
געוואלדיג האט געשריבן:נישט גענוג ער האט געטוהן די מעסטעיק, דארף ער צולאזן זיין קינד צו טוהן די זעלבע טעות?
נישט גענוג אז ער טוט א מיסטעיק און שמועסט אפ דעם גאנצן דאווענען, דארף ער צולאזן זיין קינד צו אפשמועסן דעם גאנצן דאווענען?
אזויפיל סענס מאכט דיין טענה.
א טאטע קען אויסדריקליך נישט 'פארלאנגען' עפעס פונעם קינד, ווען דער ערשטער עקסעמפל פונעם קינד צו טון די אומריכטיגע זאך - איז דער פאטער זעלבסט!
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
medic האט געשריבן:איך האב א חברותא וועלכער האט זייער ליב צו רייכערן די נייע עלעקטראנישע אי-ציגארעטלעך, ער האט זייער ליב א געוויסע פלעיוואר, צו מיר שפירט עס ווי מקוה גערוך, וויאזוי קען איך אים משפיע זיין צו טוישן פלעיוואר, אדער אויפהערן "בלאזן פון זיך" אגאנצן טאג?
דיין חברותא האט זיך געמאלדען אז דיין זייף/צענער/נעגליך/קאלטענעס מאכען איהם אומבאקוועם. ווי קען ער דיר בעטען טוישען.
כ'מיין מ'קען איהם לאזען לעבען אדער קויפען אן אנדערע טאבאק-זאפט. קיינער קומט זיך נישט אז דער מקום רבים ארום איהם זאל שמעקען פונקט ווי.... ס'שמעקט זיך איהם (אנטשולדיגט, איך האב זיך נישט געקענט איינהאלטען)
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
ביזט נישט אינגאנצן גערעכט.
אין פאקט, קען מען נישט רייכערן אין פובליק פלעצער. איך וואלט נישט געלאזט רייכערן צוליב די שמעק אליינס, אפילו ווען ס'איז ווען נישט אומגעזונט. אויב אזוי, זע איך נישט פארוואס מ'זאל מעגן רייכערן עפעס וואס געבט ארויס אן אומהיימליך ריח, וואס רופט זיך נישט בשם 'צוגארעטל'.
קאלטענעס, איז זיין בארד.
זייף, איז אויף זיין גוף.
צאן און נאגל, איז אויך זיינס.
א צוגארעטל, איז א שמעק וואס מ'פארשפרייט ברבים.
ואגב, איינער וואס געבט ארויס אן אומהיימליך שמעק פון זיין גוף, דארף דאס אויך מסדר זיין... אבער אינו דומה למקרה דידן, און פון א ליטוואק וואס קען מער פון אלס מאכן תורת חילוקים, וואלט איך נישט עקספעקטעד אזא נישטיגע דמיון.
אין פאקט, קען מען נישט רייכערן אין פובליק פלעצער. איך וואלט נישט געלאזט רייכערן צוליב די שמעק אליינס, אפילו ווען ס'איז ווען נישט אומגעזונט. אויב אזוי, זע איך נישט פארוואס מ'זאל מעגן רייכערן עפעס וואס געבט ארויס אן אומהיימליך ריח, וואס רופט זיך נישט בשם 'צוגארעטל'.
קאלטענעס, איז זיין בארד.
זייף, איז אויף זיין גוף.
צאן און נאגל, איז אויך זיינס.
א צוגארעטל, איז א שמעק וואס מ'פארשפרייט ברבים.
ואגב, איינער וואס געבט ארויס אן אומהיימליך שמעק פון זיין גוף, דארף דאס אויך מסדר זיין... אבער אינו דומה למקרה דידן, און פון א ליטוואק וואס קען מער פון אלס מאכן תורת חילוקים, וואלט איך נישט עקספעקטעד אזא נישטיגע דמיון.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
אין טע'אריא ביסטו גערעכט. אבער למעשה קען איך די אלע אי-ציגארעטלעך און דער גרויך איז נישט אנדעריש ווי זייפען און דע'אדעראנט למיניהם. טאמער איינער 'שמעקט נישט' איז ער דער וואס שטימט נישט מיט די וועלט. משא''כ דער ריח הגוף צו דער ריח הפאפיראסען וואס בדרך אגב, גלייך איך יא, איז נישט קיין חלק פון די וועלט, עכ''פ היינטיגע צייטען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- געוואלדיג
- חבר ותיק
- הודעות: 3930
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
- געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
- האט שוין געלייקט: 6582 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל
אדנירם האט געשריבן:געוואלדיג האט געשריבן:נישט גענוג ער האט געטוהן די מעסטעיק, דארף ער צולאזן זיין קינד צו טוהן די זעלבע טעות?
נישט גענוג אז ער טוט א מיסטעיק און שמועסט אפ דעם גאנצן דאווענען, דארף ער צולאזן זיין קינד צו אפשמועסן דעם גאנצן דאווענען?
אזויפיל סענס מאכט דיין טענה.
א טאטע קען אויסדריקליך נישט 'פארלאנגען' עפעס פונעם קינד, ווען דער ערשטער עקסעמפל פונעם קינד צו טון די אומריכטיגע זאך - איז דער פאטער זעלבסט!
אינו דומה אדיקשן לאינו אדיקשן, ופשוט הוא.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-
-יין שרף-