וואס איז דער מענטש בעצם???

מחשבה, השקפה ועיון
באניצער אוואטאר
ישראלי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 21, 2015 2:34 am
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

וואס איז דער מענטש בעצם???

שליחה דורך ישראלי »

וואס איז דער מענטש בעצם???

נישט די ארומיגע/משפחה/וואוינארט וואס מאכן אים זיין אים,
כ'וועל געבן צו פארשטיין וואס איך פרעג, למשל, דער געבוירענער חסיד/ליטוואק/סאטמארער/בעלזער/סקווערער/מזרחיסט/ציוניסט/אגודיסט/ברסלבער/חבדסקער/קרליבך,
זיין גאנצע שיטה, אידילאגיע, געפיל, מיינונג, נעמט זיך נאר פון זיין געבורט ארט משפחה און סביבה, דאס איז אבער נישט דער מענטש בעצם.

ווידעראום דער וואס איז יא אנדערש פון זיין שטוב און קהילה וואס ער איז געבוירן קומט עס אויך נאר ווייל זיינע עלטערן און ארומיגע האבן אים נישט ריכטיג מחנך געווען און יעצט געבט ער זיך אויס אויף אן אנדערן [געווענליך פארקערטן] ריכטונג, ווייטער נישט דער מענטש בעצם.

ס'איז נישט ממש נאר אזוי ווייל יעדע זאך וואס דער מענטש זעהט/הערט/ליינט דורכאויס זיין לעבן אפילו אגב'דיג גייט אריין אינעם מענטש און פון דעם בויעט זיך אויף דער גאנצע מהלך המחשבה פונעם מענטש.

למשל ווען הרב פלוני קומט דיר איבער רעדן צו א געוויסע מיינונג וכדו' איז עס בכלל נישט הרב פלוני וואס רעדט צו דיר ס'איז בסה''כ א געוויסע צוזאמשטעל פון משפחת ווייס, וומ''ס, ת''ת קראסנא, ביהמ''ד קיוויאשד, ישיבת אלכסנדר, b&h, געווען אמאל אין שווייץ, רוסלאנד, ארץ ישראל, וכו'.. וכו'... טויזנטער זאכן וואס האבן זיך אלס אפגעשפילט אין זיין לעבן און דאס רעדט יעצט צו דיר.
איז פארוואס נתפעל ווערן? ווען א געוויסע חלק אין זיין פאזל וואלט געווען אנדערש וואלט ער דאך אנדערש געהאלטן נו זאגט ער נ'איז וואס? מיין פאזל זאגט אנדערש.

וואס בלייבט איז, אז דער מענטש איז בסה''כ א ליידיגע כלי וואס דרייט זיך ארום און איז מקבל און ס'ווערט א שיינער בילד,
נאכדעם קומט ער אריין אין קאווע שטיבל און שרייט ''איך האלט''

ווער ביסטו בכלל?

וואס ביסטו?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ישראלי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
וכדומה..
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:15 pm
האט שוין געלייקט: 2038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך וכדומה.. »

איך מיין דעי ארטיקעל פון נהורא קען דיר זיין אינטערסאנט,
לא די אז די ארומיגע אפעקטירט דער מענטש, דער מענטש האט ניטאמאל א ברירה אליינס, ווייל אלעס וואס פאסירט מיט אים איז א הונדערט פראצענטיגע תוצאה פון זיין ארום. און ווען א מענטש ווערט געבוירן איז שוין הונדערט פראצענט pre scheduled וואס ער גייט טוהן לויט וואס ס'פאסירט מיט אים.

viewtopic.php?p=162771#p162771
[NAMELESS]

Re: וואס איז דער מענטש בעצם???

שליחה דורך [NAMELESS] »

פון ווי נעמט איר אייער יסוד? אפשר האט א מענטש-אדער עכ''פ ער קען האבן די יכולת צו אנאלאזירן די אינפארמאציע וואס קומט אן צו אים?

והא ראיה אז פון צייט צו צייט מאכט זיך א מענטש וואס כאטש ער וואקסט בעצם אויף ווי זיין אלע ארומיגע וועט ער דאך אויסשטייגן עפעס אנדערש, איי רוב זענען נישט אזוי? אפשר האט ער עפעס וואס זיי האבן נישט אדער ניצן זיי נישט עפעס וואס ער ניצט יא,

Sent from my SGH-T599N using Tapatalk
וכדומה..
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:15 pm
האט שוין געלייקט: 2038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך וכדומה.. »

פארשטייט זיך ס'האט מיט וויזוי זיין מח פראסעסט די אינפארמאציע, און וואס ס'זאגט אים וואס צו טוהן לויט וואס ער זעהט און הערט פון ארום, איז אבער אלעס א תוצאה פון די סביבה.
[NAMELESS]

Re: וואס איז דער מענטש בעצם???

שליחה דורך [NAMELESS] »

וואס ווילט איר ארויסברענגען? אז אויב א מענטש וועט נישט הערן פון איינשטיינ'ס תורה וועט ער נישט אליין אויפקומען דערמיט? מסכים, אבער לגבי ר' ישראלי'ס שאלה אז א מענטש איז בסה''כ א ליידיגע ואם אנגעפילט מיט ידיעות פון זיין ארום (ואגב, לשיטתך ווי האבן זיך די איידיעס אנגעהויבן אויב יעדער כאפט פשוט פון זיין סביבה?) איז דאס נישט אמת, ווייל א מענטש איז ביכולת צו פראסעסן די אינפארמעישן וואס קומט אן צו אים, און מען קען זעהן צוויי מענטשן מיט די זעלבע יסודות פון לאגיק און איינער ניצט עס בעסער ווי דער צווייטער, און פון דאס קען מען נתפעל ווערן,

Sent from my SGH-T599N using Tapatalk
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: וואס איז דער מענטש בעצם???

שליחה דורך ירא שמים »

אינטערעסאנטע מאמר פון הרב אשלג ז״ל בענין זה
http://www.ashlagbaroch.org/bhMore/herut.pdf
באניצער אוואטאר
ישראלי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 21, 2015 2:34 am
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

Re: וואס איז דער מענטש בעצם???

שליחה דורך ישראלי »

איך זיך שוין די מאמר א לאנגע צייט יישר כח!
באניצער אוואטאר
ישראלי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 21, 2015 2:34 am
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

Re: וואס איז דער מענטש בעצם???

שליחה דורך ישראלי »

גראדעמעכעלע האט געשריבן:וואס ווילט איר ארויסברענגען? אז אויב א מענטש וועט נישט הערן פון איינשטיינ'ס תורה וועט ער נישט אליין אויפקומען דערמיט? מסכים, אבער לגבי ר' ישראלי'ס שאלה אז א מענטש איז בסה''כ א ליידיגע ואם אנגעפילט מיט ידיעות פון זיין ארום (ואגב, לשיטתך ווי האבן זיך די איידיעס אנגעהויבן אויב יעדער כאפט פשוט פון זיין סביבה?) איז דאס נישט אמת, ווייל א מענטש איז ביכולת צו פראסעסן די אינפארמעישן וואס קומט אן צו אים, און מען קען זעהן צוויי מענטשן מיט די זעלבע יסודות פון לאגיק און איינער ניצט עס בעסער ווי דער צווייטער, און פון דאס קען מען נתפעל ווערן,

Sent from my SGH-T599N using Tapatalk

א) די איידיעס האבן זיך אנגעהויבן פון די נאטורליכע וועלט וואס דאס האט אויך א השפעה אויפן מענטש וויאזוי צו טראכטן כידוע
ב) אפילו א מענטש מיט גאר א גוטן לאגיק טוט אויך נאר פראסעסן אינפארמאציע לויט זיין עבר און ארום וואס טאמער דאס וואלט נאר געווען אביסעלע אנדערש וואלט ער אנדערש געהאלטן
טא פארוואס נתפעל ווערן?
[NAMELESS]

Re: וואס איז דער מענטש בעצם???

שליחה דורך [NAMELESS] »

איר האלט למשל (צו נעמען א שארפע דוגמא) אז ווען יעדער וואקסט ווען אויף מיט איינשטיינס בעקגראונד און אינפארמאציע וואלטן זיי אנגעקומן צו די זעלבע מסקנות?

Sent from my SGH-T599N using Tapatalk
באניצער אוואטאר
ישראלי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 21, 2015 2:34 am
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

Re: וואס איז דער מענטש בעצם???

שליחה דורך ישראלי »

ניין ווייל די שטארקייט פון דעם מח איז ביי יעדן אנדערש
אבער ווען איינשטיין וואלט אויפגעוואקסן ערגעץ אנדערש וואלט ער געקומען צו אנדערע מסקנות
[NAMELESS]

Re: וואס איז דער מענטש בעצם???

שליחה דורך [NAMELESS] »

קען זיין, אבער ער וואלט לכאורה אויך מחדש געווען מיט זיין אייזענעם שכל, דערפאר ווער איך נתפעל פון זיין גאונות, און איך הער מיר צי צו אים,

Sent from my SGH-T599N using Tapatalk
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: וואס איז דער מענטש בעצם???

שליחה דורך טמיר »

אזוי ווי אין יעדע הינזיכט איז יעדער מענטש אנדערש. ס'יז דא מענטשן וואס האבן כמעט נישט קיין אייגענע מיינונג נאר ווערן מיטגעשלעפט מיט די סביבה. ווייטער איז פאראן א קליינע פערסענט וואס זענען כמעט זעלבסטשטענדיג (חוזרים בתשובה/בשאלה וכדומה). ווייטער רוב מענטשן זענען א קאמבענאציע פון 50\50 אדער 30\73 וכדומה. פארדעם קען זיין צוויי ברודער וואס זענען געגאנגען אין די זעלבע קלאס האבן צוויי אנדערע מיינונגען. והוא פשוט מאד
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

וכדומה.. האט געשריבן:לא די אז די ארומיגע אפעקטירט דער מענטש, דער מענטש האט ניטאמאל א ברירה אליינס, ווייל אלעס וואס פאסירט מיט אים איז א הונדערט פראצענטיגע תוצאה פון זיין ארום. און ווען א מענטש ווערט געבוירן איז שוין הונדערט פראצענט pre scheduled וואס ער גייט טוהן לויט וואס ס'פאסירט מיט אים.

ווער זאגט דיר דאס איז אמת?
דו זאגסט אז דער מיינאנג וואס דו זאגסט יעצט ביזטו סך הכול pre scheduled צו האלטן?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הקטן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: וואס איז דער מענטש בעצם???

שליחה דורך טמיר »

הוילע דמיונות
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
ישראלי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 21, 2015 2:34 am
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

Re: וואס איז דער מענטש בעצם???

שליחה דורך ישראלי »

אמת....
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: וואס איז דער מענטש בעצם???

שליחה דורך טמיר »

יא כ'אב אינזין געהאט ביידע פשטים...
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

גראדעמעכעלע האט געשריבן:איר האלט למשל (צו נעמען א שארפע דוגמא) אז ווען יעדער וואקסט ווען אויף מיט איינשטיינס בעקגראונד און אינפארמאציע וואלטן זיי אנגעקומן צו די זעלבע מסקנות?

Sent from my SGH-T599N using Tapatalk


לכאורה נישט ווייל איינשטיין האט געהאט א מוח מיט א פּראסעסער דרייסיג מאל ווי א געווענטליכע מענטש. מ׳האט געמאכט א אָטאַפּסי אויף זיין ברעין כיודיע.

איך פארשטיי דיין פוינט אבער איינשטיין איז נישט קיין גיטע משל ווייל זיין גרויסקייט איז נישט געוועהן זיין בעיקראונד וכודומה ווי איידער זיין אויסערגעווענטליכע מוח וואס ער האט געהאט
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
וכדומה..
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:15 pm
האט שוין געלייקט: 2038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך וכדומה.. »

הקטן האט געשריבן:
וכדומה.. האט געשריבן:לא די אז די ארומיגע אפעקטירט דער מענטש, דער מענטש האט ניטאמאל א ברירה אליינס, ווייל אלעס וואס פאסירט מיט אים איז א הונדערט פראצענטיגע תוצאה פון זיין ארום. און ווען א מענטש ווערט געבוירן איז שוין הונדערט פראצענט pre scheduled וואס ער גייט טוהן לויט וואס ס'פאסירט מיט אים.

ווער זאגט דיר דאס איז אמת?
דו זאגסט אז דער מיינאנג וואס דו זאגסט יעצט ביזטו סך הכול pre scheduled צו האלטן?


יא, סאיז שטארק מסתבר אזוי, מיט די יסוד פון determinism
וכדומה..
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:15 pm
האט שוין געלייקט: 2038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך וכדומה.. »

דער מוח דיקטירט דעם מענטש וואס צו האלטען, וואס צו זאגן, און וואס צו טוהן,

די מוח איז סך הכל א פליישיגע קאמפיוטער וואס פראסעסט די אינפארמעישן וואס ס'נעמט אריין אין זיך, און לויט דעם שיקט עס דיר באפעלן וואס צו טוהן. און דאס טוסטו..

אוטאמאטיש איז אלעס pre scheduled, ווייל דעי ספיציפישע קאמפיוטער, מיט דעי ספיציפשע אינפארמעישאן, וועט אייביג צוקומען צו די זעלבע מסקנה, און באפעלן די זעלבע באפעל.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

[tag]ישראלי[/tag], זייער גוט ארויס געברענגט און צוליב דעם דארף א מענטש פארמען וואס מער תורה כדי ווען ער זאגט איך האלט זאל דאס פארמאגן וואס מער פראצענט תורה.







טאטע, מאמע, ת"ת, ישיבה, כולל, ווייב, שווער, שוויגער, חברים, וכדו' Sent from my
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

וכדומה.. האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
וכדומה.. האט געשריבן:לא די אז די ארומיגע אפעקטירט דער מענטש, דער מענטש האט ניטאמאל א ברירה אליינס, ווייל אלעס וואס פאסירט מיט אים איז א הונדערט פראצענטיגע תוצאה פון זיין ארום. און ווען א מענטש ווערט געבוירן איז שוין הונדערט פראצענט pre scheduled וואס ער גייט טוהן לויט וואס ס'פאסירט מיט אים.

ווער זאגט דיר דאס איז אמת?
דו זאגסט אז דער מיינאנג וואס דו זאגסט יעצט ביזטו סך הכול pre scheduled צו האלטן?


יא, סאיז שטארק מסתבר אזוי, מיט די יסוד פון determinism


יעצט האסטו א בחירה
קענסט זיין אפען צו דער פאקט אז אפשר בין איך זיך טועה, און לאמיך זען וואס הרב אשלג ז״ל זאגט דערוועגן.
אדער קענסטו בוחר זיין נישט צי קיקען אין בלייבן (לדעתי) מיט דיין טעות.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
וכדומה..
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:15 pm
האט שוין געלייקט: 2038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך וכדומה.. »

אבסאלוט נישט, און וועלכע פון די צוויי אפציעס איך זאל נאר נישט אויסוועלן, צו גאר די דריטע אפציע פון גארנישט האלטען און בלייבן אומוויסענד, איז עס הונדערט פראצענט דיטערמינירט פון פאראויס וועלכע זייט מיין מוח וועט נייגן לויט די ידיעות וואס איך האב, און לויט די וועג ווי איך בין אויסגעשטעלט צו טראכטען.

און אפילו ס'זאל זיך הונדערט מאל איבערשפילען ביי מיר די זעלבע ספק, וועל איך אלץ ציען צו די זעלבע מסקנה, אזוי לאנג וואס אנדערע פאקטארן וועלן זיך נישט אריינמישן און גורם זיין א טויש מאיזה סיבה.

ס'איז סתירה'דיג צו רעדן פון מיינע אפציעס ווען פון מיינע רייד איז מוכיח אז איך האלט שוין נאכן אויסוועלן.. אבער לאמיר זאגן אז מיין גערעדאכץ דא איז נאר למען הטענה'ריי.. ודו"ק
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

ווער האט דיר געזאגט אז נאכדעם וואס דו האסט שוין אויסגעוועלט קענסטו נישט טוישן דיין מיינד? - וואס נעמט אוועק דיין בחירה יעצט צי קיקען יענער לינק?.. ודו"ק

וכדומה.. האט געשריבן:...און וועלכע פון די צוויי אפציעס איך זאל נאר נישט אויסוועלן, צו גאר די דריטע אפציע פון גארנישט האלטען און בלייבן אומוויסענד, איז עס הונדערט פראצענט דיטערמינירט פון פאראויס וועלכע זייט מיין מוח וועט נייגן לויט די ידיעות וואס איך האב, און לויט די וועג ווי איך בין אויסגעשטעלט צו טראכטען.

ווער זאגט דיר דאס? וואו אזוי ביזטו זיכער מיט וואס דו זאגסט
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
פארשפארט