ר' איד, פוי ס'איז עקעלדיג! - נאטיצן
ר' איד, פוי ס'איז עקעלדיג! - נאטיצן
1.
ס'טאג איז פארביי, איך האלט נאך א טאג הורוואניע, אפ'געהאסלט שעות צו ברענגן ברויט אין שטוב. שוין געווען אינדערהיים פארברענגן מיט די קינדערלעך, עסן סאפער און באדן די קליינטשיקס. טעגליך רייס איך מיר אראפ א שעה אנדערטהאלבן צו גיין אין ס'מדרש צו ווארפן גאט'עניו זיין חלק, לערנען די געבאטן זיינע. איך האב א געוואלדיגע געשמאק ווען איך ווארף זיך אריין כאטש פאר א וויילע אינעם אייביגן לעבן, פארגעסענדיג פונעם ארום וואס באשטייט בלויז פון עטליכע שעות, דער חיי שעה.
די סוגיא הייבט אן קאכן מיט א חיות און ברען, די טענער הייבן זיך צומאל אזש עס איז לכל הדיעות א מצב פון יד סולדת. דער רמ"א אין תורת חטאת איז משער, אבער די ט"ז פארשטייט אינגאנצן אנדערש, דער פתחי תשובה ברענגט צו א שאלה צום צמח, אבער לייגט אויך צו פונעם כרתי דר' יונתן וואס איז לגמרי אנדערש. אה, ווען די ערלה'פולע גוים וואלטן געוויסט די געשמאק דערפון וואלטן זיי זיך אלע דעם ערלה אראפגעפליקט, און דאס גאנצע ווייבער שול אונזערע וואלט געשטאנען אין א שורה ביים רב זיך צו טרענסגענדערן...
הכלל, נאכצוקוקן א שטיקל אין טור בין איך צוגעגאנגן צום שראנק און אויפגעמישט א בבא קמא גמרא, און איך האב שיעור אויסגעבראכן אין א הילכיגע אויסברוך -ניין, נישט פון פרייד, נאר- אויסברוך מיטן פשוטע משיבת נפש טייטש, אויסברעכן די סאפער פון די לעצטע חודש, גרויליג! נישט מער און נישט ווייניגער שלענג! פשוטע שלענג! אזאנע געשלענגעלטע ברוין קאלירטע האלב טויטע שלענג.
יא יא, די חזיר וואס די ביסט, איך זע דא גאנצע בערד, ברוינע שווארצע ווייסע ארענדזשע קוקן קוקט אויס ס'געהערט צום תחש מיט די אלע סארט קאלירן. לאנגע קורצע מיט קניפן אן קניפן ווי שלשלת געדרייטע.
גענומען די לענגסטע הארל פון מארדע, גענומען 'פלאסן' דיינע ציינער, אויסגעקראצט די ווייסע שימל וואס זענען קווארטירט צווישן דיינע גומען, איז דער ספר די איינציגסטע פלאץ אפצוהיטן דאס הייליגס? דארף יעדער ספר אויסקוקען ווי א מקוה מיט הינדערטע האר-פישלעך וואס שווימען זיך ארום ווי נקדימון בן גוריון אינעם ברינען? איז יעדער ספר דיין פובליק מיסט קאסטן?
אי משום מנהגא דהייליג שמייליג, נו, זאל מען מייחד זיין איין ספר אין יעדער שוהל'כל ווי דארטן וועט זיין מיוחד פאר יעדער וואס האט אן אויסגעפליקטע גבחת ווי ער זאל אריינלייגן זיין אויסגעפליקטע סחורה.
איך מיין נאך אזאנע געפונסן לייגן זיך אלע גוים צוריק די גע'מהול'טע שטיקל און אלע פרויען מאכן ווייס ווערסע אויפן טרענסגענדעריי...
ר' איד, פוי ס'איז עקעלדיג!

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אז מ'רעדט שוין פון עקלדיג, איז כדאי אויפצוברענגען נאך א סובדזשעקט וואס גאר חשוב'ע אידן זענען מהדר מקיים צו זיין דעם בל תשקצו מיט אלע הידורים.
די גענוצטע, אויסגעבלאזענע טישוס וואס מ'לאזט איבער אויפ'ן טיש, אז א צווייטער זאל הנאה האבן דערפון.
ווען איך קום שבת נאכמיטאג אין ביהמ"ד צו מנחה טרעף איך אויף מיין פלאץ און ארום געניצטע טישוס, וועלכע א פאר גרויסע מתמידים האבן איבערגעלאזט אויפ'ן טיש. נאר א מזל אז ס'דא די עלים לתרופה און אנדערע ..."תורה בלעטלעך"... מיט וואס איך קען עס אראפשארן אויפ'ן פלאר, פאר איך ברעך אויס די גאנצע מיטאג'דיגע סעודה מיט'ן בראנפן פון קידוש, ברבים אין ביהמ"ד.
רבותיי. טישו ניצערס/ווארפערס. בארעכנט אייך. און רעכנט זיך מיט די געפיהל פון אנדערע מענטשן. און גייטס צו צום גארביטש קען, מטינעמענדיג אלע ענקערע סחורה פאר איהר פארלאזט דעם ביהמ"ד.
יישר כח, פון א געליטענעם איסתניס...!

- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
Re: ר' איד, פוי ס'איז עקעלדיג! - נאטיצן
ווער רעדט נאך פון די האט קאפ פרעסער, וואס לאזט איבער שרייעם פאר אנדערע האט קעפ אויסגעהינגערטע, און די נעז שנערכער אינעם רינדיגען האנטעך
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
ומענין לענין באותו ענין.
ס'דא וואס זענען עקלדיג, אבער ס'דא וואס נעמען דאס צו א 'למהדרין'דיגע שטאפל. יעדן שבת נאכמיטאג קומענדיג אין שול דאווענען מנחה-של"ס, האב איך אייביג דעם פראבלעם. נעמליך, איינער האט ביים קידוש שבת אינדערפרי זיך נישט געקענט איינהאלטן פון עסן קעיק, ראגעלעך, הערינג צוויי מינים, אייער קיכלעך, און נאכהער די 'מעין מעניו': פאטעיטא קוגל, לאקשן קוגל, טשאלנט, קישקע, גאלע. און אלעס פארענדיגט מיט צוויי גלעזער בראנפן.
קומט ער אהיים, אנגעפראסן ווי א געשטאפטע גאנז, רויט פון בראנפן ווי א בוריקע, און ס'ווייבל וועט זיך נאך באליידיגן אויב ר'עסט נישט. קיין צוויי ברירות האט נישט דער חזיר, און האקט אריין צום צווייטן מאל א סעודת שלמה בשעתו: חלה, פיש, כריין, דיפס, אייער, צוויבל, לעבערלעך, גריוועלעך, טשאלנט, קאלד קאטס, קישקע, און-וואס-נישט. און פון פריש איז מען דאס אלעס מקנח מיט א פלאש אייזיגע ביר.
אנגעשטאפט אזש ער קען נישט שטעלן פיר טריט בנשימה אחת, געט ער זיך א קוילער אריין אין בעט [אויב קומט ער אן אהין, אויב נישט טראסקעט ער אריין אין קאוטש כמין דומם], ווי ער שנארכעצט אפ אן עבודה רבה אפאר שעה לקיים מצות שינה בשבת תענוג.
אבער ס'גוף פאדערט זיך זיינס. און נאך לאנגע מחאות וואס שפילן זיך אפ אין בעט, איז צייט צו מוחה זיין אין סמעדריש. זיינע מחאות קומען בקול, און אודאי געוויס בריח. לקיים מה שנאמר: לריח ניחוח, אז ס'גייט א רויעך, און מיט א קול גאר הויעך. און ווען די כעמישע וואפן [קישקע-גאלע-הערינג-אייערצוויבל-וכו'] מישן זיך צונויף, ווערט פון דעם טויטליכע מאסנשטערבליכע ביאלאגישע וואפן, וואס שיסן הייסע פולווער אין די לופטן, אזש מענטשנס נשמות שאקלן זיך ווירבליך אין שטיבל, נאך אזא איינעמ'ס ריח ניחוח.
איז מילא סתם די שמעק, אבער וואסע פשט 'דוקא אינמיטן שמונה עשרה'?! פונקט ווען איך קען מיך נישט ריקן פון פלאץ, פונקט יעצט איז צייט איבערצולאזן דיין פייער-אפפער פארן עולם? נישט נאר דאס, נאר ניטאמאל קען איך ממשיך זיין צו דאווענען צוליב דיין שמעק. דארף איך שטיין מיט א פארשטאפטע נאז און ווארטן צוויי מינוט אז יענעמ'ס אטאם זאל אוועקפארן פון מיין ריכטונג.
חזיר איינער, נעקסטיים פרעס נישט ביים קידוש אין סמעדריש. געדענק אז אין צוויי מינוט ארום חזר'ט זיך אלעס איבער אינדערהיים. און פליז, שטינק נישט אן דאס סמעדריש אלס הכרת הטוב אז דארטן האסטו דיך חרוב געמאכט דאס מאגן!...

-
- היימישער באניצער
- הודעות: 545
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2015 11:21 am
- האט שוין געלייקט: 165 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל
צו די וואס בלאזען זיך אויס די נאניע אין שאוער אדער אין די מקוה האנטוך
פוצען די אויער מיט די הענטל פון די גלעזער
פארצען אין פובליק

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ראוונע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 545
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2015 11:21 am
- האט שוין געלייקט: 165 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל
שש האסט בארירט א נקודה וואס קרענקט מיך שוין יארען
איך מיין די אידען האבען זיך גענומען פאר א מיסיע צו פערטיגען וואס היטלער ימ״ש האט איבערגעלאזט אין פארגאזען אלע אידען
כגעדענק איך בין אמאל געווען ביי א ציון פון א גרויסע צדיק סאיז געווען ליידיג. אינמיטען קומט אריין א איד זעצט זיך אראפ פאר א מינוט אין מאכט א הילכיגען שלשלת אין הייבט זיך אויף אין גייט ארויס
איך מיין סאיז א ענין עס צו מאכען דוקא ביי א צדיק׳ס קבר?
איך מיין די אידען האבען זיך גענומען פאר א מיסיע צו פערטיגען וואס היטלער ימ״ש האט איבערגעלאזט אין פארגאזען אלע אידען
כגעדענק איך בין אמאל געווען ביי א ציון פון א גרויסע צדיק סאיז געווען ליידיג. אינמיטען קומט אריין א איד זעצט זיך אראפ פאר א מינוט אין מאכט א הילכיגען שלשלת אין הייבט זיך אויף אין גייט ארויס
איך מיין סאיז א ענין עס צו מאכען דוקא ביי א צדיק׳ס קבר?
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ראוונע האט געשריבן:צו די וואס בלאזען זיך אויס די נאניע אין שאוער אדער אין די מקוה האנטוך
פוצעם די אויער מיט די הענטל פון די גלעזער
פארצען אין פובליק
ראוונע: איין אויסנאם איז דא פון צווישן די אלע וועלכע דו האסט אויסגערעכנט.אז איינער פוצט זיך די אויערן מיט די הענטל פון זיינע אייגענע גלעזער, ארט מיך נישט. ווייל ער וועט דאך אנטון די גלעזער. ווען ער וואלט געפוצט מיט מיינע גלעזער וואלט מיך געבאדערט.
דאס דערמאנט מיך א מאדנע , אינטרעסאנטע מעשה. איינמאל שבת אינדערפריה האט א יונגערמאן וואס האט פארנומען א פלאץ אויפ'ן באנק נעבן מיר אין מקוה, פארלוירן זיינע גלעזער. ער האט עס געזוכט, און נישט געטראפן. ער איז געגאנגען דאווענען אין אנ'אנדער ביהמ"ד. אינמיטן דאווענען האביך געשפירט עפעס א מאדנע אביעקט אין מיין בעקישע. כ'האב געזעהן אז דאס איז א פאר גלעזער. מסתמא דעם יונגערמאן'ס גלעזער. וויאזוי קומען זיינע גלעזער אין מיין בעקישע...?! נאר ער האט בטעות אריינגעלייגט זיינע גלעזער אין מיין בעקישע. הקיצור. כ'האב איהם געזוכט. אבער ער איז נישט געווען דארט. שפעטער האביך איהם באגעגענט אויפ'ן גאס. אן גלעזער. דאמאלס האביך איהם געגעבן זיינע גלעזער, וועלכע ער האט בטעות אריינגעלייגט אין מיין בעקישע טאש. ווייל כ'האב אפילו נישט געוויסט זיין נאמען.
אזוי ווי קעניגסבערג' דער שדכן פלעגט צו זאגן..."איזו השגוכע"...

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 917
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
- האט שוין געלייקט: 45 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל
2
עס קען זיין עס איז מיאוס צו רעדן דערפון, אבער נאך אלטץ נישט אזוי מיאוס ווי די וואס פראקטעצירן דאס. מיינע רייד זענען טאקע נישט געווענדעט צום כלל דייקא בלויז צו די יחודי סגולה.
די גאנצע מהלך און התנהגות אין אונזערע מקואות באקומט בלויז א 89% מארק... פון אוממענטשליכקייט. לולא דמיסתפינא האלט איך, אז ווען גברו בית שמאי וגזרו י"ח דבר, האט תיקון המקווה באדייט פשוט מתקן זיין מענטשליכקייט אין די מקוואות.
איך זיץ זיך איין צופרי אויפן באנק אין מקוה, (אן די קלעסיפייד בלעטער, דאס ליינט מען נאר שטייעדיג בשעת מען טוט אויס די הויזן) אינמיטן עוסק זיין אינעם זה קלי ואנווהו מיטן באגראבן א באבי-פין אינטערן בארד, זע איך ווי א אידל שפאנט ארויס פונעם קליינעם צימערל ווי ער האט עוסק געווען מיט ניתזין על רגליו ועל הריצפה... - פאר א ציל שיסער וואס צילט שיעף קומט ער אריין שטערקער ווי 'דער אמעריקען סנייפער' - און ער שפאנט מיט א גראדקייט זיך אפ וואשן, נישט צום שויער נאר צום בור...
די שעמסט זיך נישט?! איך גראדע יא, ווייל ווען נישט, טו איך [tag]פליקער[/tag]'ס ווייאלענץ, און איך מאך דיר א סרוס אל אתר. לא די די ביסט נישט גע'תשעה-קבינ'ט ווי לאנג דיין אינגראון-טאונעיל איז און די רייניגסט זיך מי חטאת אינעם בור ווי די לאזט איבער דיין זיעת אפך ידך ורגלך. קומסטו נאך צו וואקן צום בור ווען 'פיס-וואסער' טראפט נאך אירע לעצטע טראפן אונטער אייך אריין אינעם מקוה?
ווען איך שרייב א דיקשענערי, איז די טייטש פון 'חזיר' אט דאס.