The Jerusalem Post - Israel News: Netanyahu heads to US to push for $50b. military aid package.
http://google.com/newsstand/s/CBIwvZmAmyY
אני חושב שאולי טוב לפתוח אשכול חדש על ביקורו של רה''מ בארה''ב
פייערדיגע דרשה ביי U.N. דורך נתניהו
- ישראלי
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 38
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 21, 2015 2:34 am
- האט שוין געלייקט: 37 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל
Re: פייערדיגע דרשה ביי U.N. דורך נתניהו
The Jerusalem Post - Israel News: Analysis: The Obama-Netanyahu meeting: Just like the very first time… or not.
http://google.com/newsstand/s/CBIwgPGLmyY
http://google.com/newsstand/s/CBIwgPGLmyY
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
shem-tov האט געשריבן:אין אנדערע ווערטער שרייט דער מטורף ביבי אויס פאר די גאנצע וועלט דאס וואס מיר ווייסן שוין 70 יאר, עיין בספר ויואל משה וקונטרס מן המיצר, אז מדינת ישראל איז געווען דער גורם פאר די צווייטע וועלט מלחמה מיטן זיך רייצן מיט די אראבער אין ירושלים. דאס איז א דראמאטישער אומגלויבליכער טורן אוו עווענטס. אוי לאזנים שכך שומעות
שם טוב: ביטע זיי נישט אזוי עקסייטעד. ראשית כל, דאס איז טאקע א דבר ידוע אז דער מופטי ימש"ו איז געווען א וויסטער שונא ישראל. און ער האט טאקע געגעבן די עצה פאר זיין קאלעגע און גוטן פריינט היטלער ימש"ו אויסצוראטן דאס אייראפע'אישע אידנטום. אבער זיי האבן דאך נישט געוואוינט אין פאלעסטינע. נאר עטץ פאררוקטע (בלשון המעטה) צוזאמען מיט דעם פארשטארבענעם בייזוויליגן שוטה, ..."הרב" שמאפלאן יהי זיכרו לדראון עולם, איינער פון די געוועזענע תלמידים פון די חברונ'ער ישיבה וועלכע האבן בארעכטיגט די רציחות פון די פארשאלטענע אראבערס ימ"ש אין תרפ"ט, מיט דעם מאטיוו אז די אידן האבן געלעבט אזוי גוט מיט די אראבערס ביז די ציונים האבן אלעס קאליע געמאכט. שוטה שבעולם וואס ער איז. אויב די אידן אין חברון האבן אזוי גוט געלעבט מיט זייערע אראבישע שכנים אז די אראבישע גוי'טעס און להב' די אידישע פרויען האבן אפילו געהאנגען די וועש צו טריקענען אויף איין שטריק. און די גוי'טעס האבן גע'בעיביסיט די אידישע קינדער. דאמאלס, וואו אהין איז די גוטע פריינטשאפט פלוצלינג פארשוואונדן געווארן. ווייל די אידישע איינוואוינערס פון חברון זענען דאך נישט געווען קיין ציוניסטן, און האבן נישט געהאט א חלק אין די אלע אזויגערפענע ציוניסטישע אקציעס...? וויאזוי האבן די נעכטיגע גוטע פריינט געקענט אויס מארדן זייערע אידישע שכנים מיט אזא אכזריות.... בייזוויליגע טיפשים און שוטים, אויב נישט רשעים. עטץ נארטץ ענק אליין. דער גוי דער רוצח און אנטיסעמיט איז נישט מבחין צווישן א קנאי און א ציוני. איינער וואס גייט אין די שיטה אדער איינער וואס קויפט איזראעל באנדס. קיין איינער פון די אראבישע רוצחים פארהערן קיינמאל די אידן אויב זיי לערנען ויואל משה און על הגאולה ועל התמורה אדער זענען חסידים פון הרב קוק...! זיי שטעכן און שיסן די אידן נאר ווייל זיי זענען אידן. ביי זיי איז דער קנאי און דער ציוני איינס... בינו בוערים בעם, וכסילים מתי תשכילו...!
- shem-tov
- ידיד ותיק
- הודעות: 840
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
- האט שוין געלייקט: 379 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל
כהאב אייביג געוואוסט אז די דרשות פון הרב קאפלאן ע"ה האט די כח גוט אנצופאטשען די העיטערס. דער איז דאך נישט געווען קיין סאטמארער נאר גאר דער בית יעקב מנהל און פון די איינציגסטע עדים וואס האבן מיטגעמאכט יענעם בלוטיגען פאגראם. איך האב איבערגעליינט זיין דרשה כמה פעמים און א חוץ וואב סדעקט אויף דאס רשעות פון די ציונים בימים ההם געט עס אויך א שטיקל היסטארי וויאזוי די חברה האבן זיך דווקא געזוכט צו רייצן ממש פונקט ווי היינט. איך פארשטיי נאר נישט פארוואס איר עסט אייך רבי בערל? די ציונים י לייקענען דאס דאך נישט
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
shem-tov האט געשריבן:איך זעה נאר אז די האסט נישט געהערט אדער געליינט זיינע דרשות ווייל ער פארענטפערט אלע דיינע קשיות וואס די פרעגסט דא אזוי תמימותדיג
כ'האב גאנץ גוט געליינט און געהערט זיינע דרשות. אויך ווייס איך אז ער איז געווען דער מנהל פון בית יעקב אין וויליאמסבורג. מהאי טעמא איז ער דאך נישט פסול. און כ'ווייס אויך אז ער איז געווען א תלמיד אין די חברונ'ער ישיבה. טויזנט פון זיינע דרשות וועלן נישט פארענטפערן די קשיות וואס איך, און די גאנצע אידישע וועלט פרעגט... א גוט'ן טאג...!