מזרח'דיגן רוחניות קעגן חסיד'ישן ספיריטואליזם

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
לולקע-ציבעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל

מזרח'דיגן רוחניות קעגן חסיד'ישן ספיריטואליזם

שליחה דורך לולקע-ציבעך »

מיר געדענקען אלע דעם טומל מיט עטליכע יאר צוריק ארום די שייטלען פון אינדיע. אין א ווארט איז נולד געווארן אז די האר פון וואס די שייטלען ווערן פראדוצירט קומען פון טעמפלען אין אינדיע. די מתפללים וואס קומען דארט אריין זענען זיך נוהג אפצושערן די האר און עס מקדיש זיין פאר די געברויכן פונעם טעמפל. די טעמפל-פירערשאפט פארקויפט די האר צו דער שייטל-אינדוסטריע און דאס געלט ווערט געווידמעט די געברויכן פון דעם געבעט-הויז.

אין אינדיע, האבן תופסי בית מדרש זיך דערוואוסט, איז עבודה זרה נאך היינט א גאנגבאר ארטיקל. די טעמפלען פון וואו די האר שטאמען זענען געווידמעט פארשידענע אזעלכע אפגעטער, און די האר וואס קומט פון דארט איז במילא אסור בהנאה.

דער ענין האט דעמאלט געכאפט מיין נייגער. מיר ווייסן דאך אז דאס דינען עבודה זרה – געטשקעס פון שטיין און האלץ – איז עפעס וואס באלאנגט צו דער ווייטער פארגאנגענהייט און איז א תאווה וואס איז היינט אוממעגליך משיג צו זיין. ווי קומט עס צו נארמאלע, שכל'דיגע מענטשן זיך אראפצולאזן אויף די קני און קישן די פארגליווערטע פיס פון א שלעכט-אויסגעהאקטער שטיין-סקולפטור? מסכים אז אינדיע איז נישט די סאמע פארגעשריטענע לאנד אויף דער וועלט, און פאראן דארט א סך שיריים פון אמאליגע אבערגלויבענישן. פארט, עבודה זרה, דאווענען צו געטשקעס, מנדב זיין געלט און געבן געשאנקען צו א געבעט-הויז וואס איז געבויט לכבוד א גאט-סטאטוע לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל, אפילו פאר א פרימיטיוו, צוריקגעשטאנען לאנד, כל שכן אינדיע, וואס איז, שוין נאך אלע מעשיות, זיכער נישט צוריקגעשטאנען מיט צוויי טויזנט יאר.

כ'האב אביסל געלייענט און זיך באקענט מיט דער ארטיגער קולטור און ספעציפיש דער געצנדינעריי וואס איז דארט אזוי פארשפרייט, און כ'פארשטיי דאס עסק שוין אביסל קלארער. די "עבודה זרה" פון וואס מ'רעדט דא מיינט נישט ממש יענער סארט געצנדינעריי פון וועלכער דוד המלך האט אפגעלאכט, "זיי האבן אויגן וואס קענען נישט זען, אויערן וואס קענען נישט הערן, הענט וואס קענען נישט טאפן." ניין. אינדיע פארמאגט א רייכע, אנטוויקלטע טראדיציע פון ספיריטואליזם, רוחניות, העכערקייט. איבער'ן לאנד ווערן פראקטיצירט עטליכע רעליגיעס, יעדע פון וועלכע פארמאגט א צאל וואריאנטן און אפצווייגן. דער צד השווה צווישן אלעמען איז א דראנג און א טיפן רצון צו פילן, זיך פארבינדן, מיט'ן רוחניות פון דער בריאה.

די סוגיא איז ברייט און טיף. און פונקט ווי מיט יעדער אנדערער קולטור און טראדיציע, זענען אויך מיט דער אינדישער פאראן א סך צוטשעפענישן און איבערבלייבענישן פון אמאל. דאס קערנדל איז אבער דאס: א שאיפה נאך העכערקייט און די מיטלען אנצוקומען אהין. די סטאטועס, סימבאלן, ריטואלן זענען בדרך כלל טאקע דאס: סימבאלן און ריטואלן. די נקודה איז אבער זיך צו דערהייבן העכער דעם סימבאליזם און אנקומען צו א פלאץ וואס איז איידעלער און שטייט העכער דעם גראבן גשמיות פון קערפער און וועלט.

אם נפשך לומר, קען מען מכוח דעם לסבר את האוזן פארגלייכן יענע פרעמדע קולטור צו דעם "חסידות" פון יהדות. די חסידישע ליטעראטור, ווי אויך די מנהגים, מעשה'לעך, און קולטור, זענען פול מיט סימבאלן און ריטואלן וואס צילן אלע צו איין נקודה, אז דער מענטש זאל זיך שטארקן אויף דער גראוויטאציע קראפט פון דער ערד און זיך אונטערהייבן, אפילו אויב נאר איין טפח, העכער דער ערד און קומען עטוואס נאענטער צו הימל און הימלישקייט – דהיינו, דקות'דיגקייט, נשמה'דיגקייט, רוחניות, ספיריטואליזם.

אין דער בודאאיסטישער קולטור פון אינדיע, שטרעבט דער "חסיד" זיך מקשר צו זיין אין יענעם כוח, דער איין-איינציגקייט, פון דער בריאה. דער באשאף, כל היקום, ווערט באטראכט ווי איין גרויס וועזן, איין שלמ'דיגער ישות. "אראפקומען אויף דער וועלט" מיינט אריינגעווארפן ווערן אין אן אילוזיע פון מערצאליגקייט, פון רבים, פרטים. דער תפקיד פונעם מענטש איז איז איבערצוקומען די באריקאדע, זיך ארויסרייסן פון די הגבלות פון דער ערדישער דימענסיע, און זיך צונויפגיסן מיט דער בריאה כולה. די איין-איינציגקייט פון באשאף.

דאס קלינגט אזוי היימליך, אזוי באקאנט... פאדערט דען חסידות נישט ממש דאס זעלביגע? פארטייטש די בודאאיסטישע שריפטן אויף לשון קודש און די חסידישע ליטעראטור אויף איינער פון די גאנגבארע לשונות פון אינדיע, און מיר טרעפן זיך מיט די זעלבע מושגים, די זעלבע ענינים.

וועלן מיר, הייסט עס, באפרייען בודאאיזם פון געצנדינעריי, אדער – ווי קען מען אזא זאך זאגן אפילו בתורת מליצה? – קאטעגאריזירן חסידות ווי עבודה זרה?

מאי בניהו? שוין איינמאל א חילוק! דער אינטערשייד זעט טאקע אויס חוט-השערה'דיג דין, אבער אין דער דינער אנדערשקייט שטעקט די יסודות'דיגע דיפערענץ צווישן עבודת השם און עבודה זרה – דעמאלט ווי היינט.

אין בודאאיזם איז דער כלל-בריאה, די באשאף אלס דבר השלם, דער העכסטער כוח און ווייטסטער פונקט וואס איז נאר פאראן. ווען די בודאאיסטישע רבי'ס, די "גורוס", רעדן וועגן דעם "קוואל", דעם "מקור", מיינט דער פסוק געווענליך עפעס וואס דער מענטש קען משיג זיין – טאקע נישט מיט'ן שכל, אבער יא מיט'ן הארץ, מיט דער נשמה. דאס פלאץ וואו א מענטש קען, דורכ'ן אויספאלגן די אנווייזונגען און מיט גענוג עבודה, אנקומען איז די "זאך אליין". דער מענטש איז טייל פון א בריאה וואס איז בעצם איין גרויסער ארגאניזם, און זיין עבודה איז זיך ארויסצורייסן פון לפנימ'דיגע הגבלות און פארפאלן ווערן אין דעם גרויסן "אחדות הבריאה".

אין יהדות איז דער כלל אז אלע מיטלען און השגות זענען גוט אזוי לאנג דער מענטש פארשטייט אז נאך אלעם, נאך דער לעצטער שורה, נאך דעם ווייטסטן פונקט, העכער דער העכסטער השגה, קומט נאך עפעס – אן אִי-השגה. ס'איז אמת אז די בריאה קען געזען ווערן ווי איין גרויסע "זאך", אבער דאס, דער כלל-באשאף, דער קאסמישער ארגאניזם, איז נישט סוף פסוק. נאך דעם קומט נאך עפעס – אלוקית, כתר עליון, חי החיים, און אלע אנדערע נעמען און טיטלען וואס קומען נישט מער ווי העלפן דעם מענטש זיך מבטל זיין פאר יענעם "נאך דעם", "שפעטער", וואו ס'איז נישטא קיין השגה אויף קיין שום אופן, אין קיין שום צורה, אפילו שוין נאך דעם וואס די נשמה פארלאזט דעם גוף. נישט פאראן קיין מיטל, מקום, זמן, אופן, מהלך צו באנעמען דאס וואס קען אין בעסטן פאל באצייכנט ווערן ווי דאס "נישט-באנעמעניש".

דא, אין דעם, שטעקט דער חילוק פון מומבעי ביז מעזשיבוזש. ביי יענעם מיינט רוחניות'דיגע השראה א באפרידיגונג, א הנאה – אייגנטליך די גרעסטע הנאה, די דערהויבנסטע און איידלסטע מין מתיקות וואס א מענטש קען נאר פילן. דאס אליין, זיך באפרייען פון די ערדישע קייטן און איבערקומען די יסורים וואס קומען מיט די הגבלות פון דער ערדישער דימענסיע, איז דער ציל. רוחניות – די אומבאשרייבליכע הנאה וואס קומט אלס תוצאה פון איבערקומען גשמיות'דיגע גרעניצן – איז דער לעצטער עטאפ און דארט לויפן אויס די שינעס.

אין יהדות איז דאס אלעס גוט און וואויל, אבער פארט נישט דער סוף ותכלית. דאס מתיקות וואס קומט מיט א ספיריטואליסטישער איבערלעבעניש איז דער מתן שכרה בצדה, אזא הימלישע מתנה, א טעימה פונעם עולם שכולו טוב. אבער נישט דאס איז דער עיקר; נישט דאס איז דער אייגנטליכער תכלית. דער ענדגילטיגער תכלית, וואס מען דארף האלטן פאר די אויגן ביים איבערקריכן די צוים און אריינטאנצן אין דער דקות'דיגער וועלט פון רוחניות'דיגער הנאה, איז צו האלטן פאר די אויגן אז דאס אלעס איז פון כתר עליון און אראפ. דער כלל-וועלט, וואס נעמט אריין די גרעסטע רוחניות'דיגע השגות און העכסטע ספיריטואליסטישע איבערלעבענישן, איז אלץ א באשאף פון יענעם נישט-פארשטאנענס און נישט-באגריפנס.

א חסיד קען זיך צעפלאמען און אויסקישן די האלצערנע אדער פלאסטישע סוכה-ווענט און דערמיט דינען דעם אויבערשטן. א בודאאיס קען זיצן אויף דער ערד מיט די אויגן צום הימל און בכל זאת זיין א כשר'ער עובד עבודה זרה. דא, אין דעם, שטעקט דער חילוק.
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר