אדנירם: ראה תגובתי לעיל: אויב דו באמערקסט איז די צייט אפשניט פון דיין תגובה און מיינ'ס אפגערוקט מיט א צען מינוט. דער אמת לאמיתו איז אזוי ווי ביי יעקב און עשיו. איך האב אנגעהויבן שרייבן מיין תגובה א ביסל פריער.. נאר איך בין געגאנגען מאכן א קאווע אינמיטן. אבער בעיקר האביך מיך אדרעסירט צו דעם רעזידענט טיעף-דענקער, וועלכער האטזיך אויסגעדרוקט מער ווי איינמאל, ווען איך האב ארויסגעזאגט עפעס א מיינונג איבער א געוויסן ענין...אז איך אלס אלטער בעל עגלה זאלל גיין פאשען די פערד. צו וואס איך פארשטיי. אבער נישט אריינרעדן אין הויך פילאזאפיע. און וועלן אריינדרינגען אין די עקסקלוסיווע ליגע פון די טיעף- דענקערס און פילאזאפן...
לית דין בר נש האט געשריבן:האשה החשובה מרת הינדא חנה ראטטענבערג ע"ה אשת הרב י-הוסף ראטטענבערג פון בארא פארק א זוהן פון ר' מיכל ע"ה טאכטער פון הרה"ג ר' יצחק חיים זעלטענרייך טשאקעווע רב אוועק נעבעך פון יענע מעשה נאך נישט חתונה געמאכט קיין איין קינד ברוך דיין האמת
הבחור מתתי׳ ע״ה בן נתן גליק בד״ה Chazan Nusen Glicks son...he was a Monsey / Monroe bus driver He just passed away ..he was sleeping on the bus and there was probably Carbon Monoxide 33 years old
ברוך דיין האמת! הרה"צ המקובל רבי אפרים יחזקאל פאנעט זצ"ל
אין די שעות קומט אריין די שאקריענדע נייעס אז מיט א שעה צוריק האט מען אים געפונען אין זיין האטעל רום אין לאנדאן נישט בין החיים א לעבנסלוסטיגע איד. מלא שמחת החיים! א הארץ פון גאלד. געטון חסד ווי אימער ער האט געקענט. עוסק געווען אין שלום בית און אויפגעטון א געוואלד. די לעצטע יארן עוסק געווען אין אפשפרעכן עין הרע ורבים נהנו ממנו עצה ותשויה. געווען בנו השני פון האדמור רבי בעריש פאנעט מדעעש חיפה-ירושלים זצל נכד העטרת משה ממאקאווא זצל חתן הרב יאקאב זצל מראשון לציון
א עלטערער גאר פייערדיגער איד, נהנה געוועין מיגיעה כפיו כל ימיו, ער איז דער פון וועים אלע קינדער פלעיגן גנב'נן קענדי'ס ביי זיין באוויסע געוועלב מאשקאוויטש קענדי לענד, גאר א ליבלעכער מאן געוועין, ביז ממש לעצטענס איז ער נאך געקומען אין שיל, פון די לעצט געבליבענע וואס האבן נאך געטראגן אויף זיך די טרויגע כתובת קעקע, וואס דאס איז באוויסט אלס די איזי פעס צים גן עדן, ער איז געוועין און די הויעכע נייציגער יארן, געוועין פול ביים זינען ביזן לעצטען טאג, ער פלעיג קוקן די מלאך המוות אין די אויגן בלי שום פחד, און טראץ פילע מאל איז ער שיעור אימגעקומען דורך פארשידענע קרעינק, האט ער זיך כסדר באוויזן ארויס צי דרייען און ציריק אהיים קומען געזינטערהייט.
איבער געלאזט א שטוב יראים ושלמים איינער די דיין און טאש בעל מחבר פון עטליכע ספרים געדריקט און אידיש, אבער די שטאלץ פון די משפחה איז דער וועלטס גרעסטער בעל מכניס אורח הלוא הוא הרב ברוך מאשקאוויטש, לפי דעתי איינע פון די עמודי העולם, זיין מידה פון הכנסת אורחים איז ממש נישט צים באגרייפן בימינו דא אין וויליאמסבורג, און ער איז ווערט צי ווערן באשריבן דורך די אנשי השם שרייבער'ס, ר' נחום איז טאקע איינגעשטאנען ביי אים בתוך שאר אורחי פורחי בישראל.
יהא זכרו ברוך
Stay away from negative people
they have a problem for every solution