יונגערמאן, ביהעיוו!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
אהרן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 1:48 am
געפינט זיך: לבי במזרח ואנכי בסוף מערב
האט שוין געלייקט: 452 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 250 מאל

Re: יונגערמאן, ביהעיוו!

שליחה דורך אהרן »

ירא שמים האט געשריבן:
אהרן האט געשריבן:
גר ותושב האט געשריבן:די גוישע מענטשליכקייט האט נישט קיין קיום א ראיה פון די דייטשן וואס זענען מלפנים געוועין זייער מענטשליך מה שאין כן די יודישע מענשליכקייט שטאמט פון די ווארט אדם וואס איז ר"ת ד'רך מ'צוותיך א'רוץ (ר נחמן) די מענטשליכקייט האט א קיום ווייל עס איז על פי דרך התורה און עס האט א קיום וועסט זעין אפילו גרויסע שונאים וועלן טוהן טובות איינער פארן צווייטען אונטערן טיש בעת דחקו אבער ביי א גוי איז עס א זעלטן הייט ביי זיי איז עס נאר חיצוניות צו אויסקוקן ווי א נייס גיי.

די דייטשען ימח שמם, האבן זיך אויפגעפירט מענטשליך צו א צווייטן, אבער אונזערע עלטערן האבן זיי געלינטשט ווייל זי האבן זיי געהאסט, זיי האבן געהאט א שנאה, זיי האבן געהאלטן אז געוויסע גרופעס פון מענטשען ברענגען אונטער די ציוויליזאציע, ממילא האט ער אים ׳אוועקגענומען׳ זיין פריוואטע ספעס, און עווענטואל אויך זיין לעבן
יעדע רשעות אין די וועלט האט א אידאלאגיע, למשל איך האב א אידאלאגיע פון בשבילי נברא העולם, און יענעמס עקזיסטענס אינטערעסירט מיך נישט, וויי שאד איט? איך קען ארויסגעבן א גאנצע ביכל מיט ראיות ברורות אויפצואווייזען די טעאריע.

איך זע איך האב עס נישט גוט ארויסגעברענגט, עס באדערט מיר זייער שטארק, ספעציעל ווען מען קען אויסטייטשען מיינע ווערטער כאילו עס קומט מסביר זיין דעם פארשאלטענעם נאצי אלץ א פארשטענדליכע אידעלאגיע.

איך וועל פרובירן נאכאמאל.

מיר יודן זענען מחונך געווארען און מיר ארבעטען אויף דעם אוועקצוגעבען אונזער גאנצע אנוכיות פאר א צווייטען איבערהויפט און צייט פון נויט, עקזעמפעלס זענען איבריג, און דאס איז די געוואלדיגע מדה פון חסד, ממילא טרעפט זיך זייער אפט אז מען זעט צוויי שונאים זיך טוען טובות איינער פארן צווייטן, ווייל חסד מיסודו איז אוועק קוקען פון זיך און געבן פון מיר פאר א צווייטן.
אבער עס איז דא א צווייטע נקודה פון מענטשליכקייט, וואס הגם א גוי האט דאס, דעס איז אלעס מן השפה ולחוץ, עס האט גארנישט מיט אים עס איז סה"כ ווי דיר צו אנערקענען און דיר געבן דעם אפענעם וועג, אבער ער וועט קיינמאל דיר קיין חסד נישט טוען, ער איז נישט גרייט אוועקצוגעבען פון זיך קיין כי הוא זה, ממילא ווען די ביסט זיין שונא, ווען ער האסט דיך, אנערקענט ער דיך נישט און אלעס פאלט אוועק, ער וועט דיך דערגיין די יארן די מערסטע וואס ער קען.

איך האף אז איך האב עס אביסל בעסער מסביר געווען.
רוב האנשים לא באמת רוצים חופש , כי חופש כרוך באחריות ,ורוב האנשים פוחדים מאחריות .
זיגמונד פרויד
פארשפארט