זכור ימות עולם (היום יום)

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

י"ג חשון

שליחה דורך שעפטל »

ד'תתק"ע: דער ענגלישער קעניג דזשאן ארעסטירט די אידן אין לאנד.

ה'שט"ו: א גזירה פון שריפת התלמוד וספרי קודש איז פארגעקומען אין צענטער פון די שטאט וועניס.

ה'תק"כ: א "סידור" ווערט געדרוקט צום ערשטן מאל אין אמעריקע, לאנגע יארן פאר עס איז געווארן די לאנד פון די פאראייניגטע שטאטן.

ה'תש"א: נאצי באמבארדיר עראפלאנען פארניכטען די בריטישע שטאט קאווענטרי, אין זייער ברוטאלע, מאסיווע און עקשנות'דיגע אפענסיווע אויף ענגלאנד ביי די צווייטע וועלט מלחמה, וואס איז אבער למעשה נישט געלונגען טראץ די באמבע האגלען אויף לאנדאן און ארומיגע שטעט. ענגלאנד איז געבליבן שטארק, און, אליאירט מיט אמעריקע און רוסלאנד, באקעמפט די נאציס ביז זייער טאטאלע פארניכטונג.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

י"ד חשון

שליחה דורך שעפטל »

ה'שע"ט: די אידן פון פראג ווערן ניצול בחסדי ד' פון גאר שווערע שלאכטן וואס האבן זיך אפגעשפילט איבער די שטאט, אין א שווערע עפיזאד פון די "דרייסיג יאר מלחמה." (דער מנהג אין פראג פלעגט זיין צו פאסטן אין דעם טאג, און פראווען ביינאכט א גרויסע "פורים סעודה" בהלל והודאה.)

ה'תרע"ז: די בריטישע פארלאמענט טוט אפיציעל באשטעטיגן די "באלפור דעקלעראציע," וואס גיט ערלויבעניש פאר די ציוניסטישע פארטייען צו גרינדן אין א"י אן אייגענע רעגירונג, א ממשלה פון מינות וכפירה וניאוץ קעגן די שלש שבועות.

ה'תש"ג: אין דעם טאג איז אומגעקומען עקד"ה הרה"ק רבי אברהם אלימלך הי"ד בן רבי ישראל (הינוקא) זי"ע מסטאלין. (וי"א י"ג חשון)

ה'תשס"ה: א פאלעסטינער זעלבסטמארד אטאקע רייסט אויף א פולע באס ביים דיזינגאף סטאנציע אין תל אביב, א"י, איבערלאזנדיג 21 קרבנות הי"ד און נאך פילע צענדליגער קרבנות.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

ט"ו חשון

שליחה דורך שעפטל »

ב'תתקע"ט: ירבעם בן נבט האט דערקלערט דעם טאג פאר א "חג" און געקומען מקריב זיין צו ע"ז, און דאן איז געקומען עידו הנביא אז דער מזבח וועט צוריסן ווערן, די אש צוגאסן, און די האנט פון ירבעם פארטרוקנט, און אזוי איז געווען, ווי עס שטייט אין די פסוקים אין מלכים (א' י"ב ל"ג).

ה'תרח"ץ: "קריסטאל-נאכט," ווען די נאציס ימ"ש האבן אטאקירט און פארברענט איבער פופצן הונדערט שוהלן איבער גאנץ דייטשלאנד, פארניכטעט איבער צען טויזנט אידישע פאבריקן, אומגעברענגט בערך דרייצן הונדערט אידן הי"ד און פארטריבן צוואנציג טויזנט אידן אין נאצי לאגערן - די ערשטע סיגנאל פון די אומבאשרייבליכע אנטיסעמיטישע רציחות אויפ'ן וועג די נאכקומענדע יארן.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

ט"ז חשון

שליחה דורך שעפטל »

ה'תקצ"ד: אידן אין טיילן פון דייטשלאנד באקומען פולע בירגערשאפט רעכטן.

ה'תרכ"ג: ביי די אמעריקאנער ציווילע קריג קומט א באפעל פון הויפט גענעראל גרענט, וועלכער איז שפעטער געווארן פרעזידענט, צו פארבאטן אידן פון נעמען אנטייל אין סיי וועלכע מיליטערישע אקציעס. (די דעבאטע איבער פרעזידענט גרענט'ס באציאונגען מיט אידן גייט נאך אן ביז היינט...)

ה'תש"א: פופצן טויזנט קדושים הי"ד זענען אומגעקומען עקד"ה אין ראוונע, פוילן.

ה'תש"י: די שוידערליכע פרשה פון "ילדי תימן" הייבט זיך אן, ווען די ערשטע טראנספארט פון ציוניסטישע פליגערס, באצייכנט "על כנפי נשרים," ברענגען ארויס איבער דרייסיג טויזנט ערליכע תמימות'דיגע אידן פון תימן, אנשים נשים וטף, וואו זיי האבן זיך געפינען פון תקופת גלות בבל איבער צוויי טויזנט יאר, אבער ליידער זענען רוב פון זיי געווארן אפגע'שמד'ט דורך די ציוניסטישע קיבוצים און די קליינע קינדער צוגערויבט ר"ל, א ביטערער חורבן אויפ'ן הייליגן שבט פון יהדות תימן עד היום הזה, אויסער יחידי סגולה וואס זענען ניצול געווארן פון די ציוניסטישע הענט במשך די יארן דורכ'ן יהדות החרדית אין ארה"ק, לאנדאן און אמעריקע.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

י"ז חשון

שליחה דורך שעפטל »

א'תרנ"ו: פרשת נח - דער מבול האט זיך אנגעהויבן. (לשיטת ר"א, אבער לשיטת ר"י האט זיך דער מבול אנגעהויבן חודש אייר.)

ב'תתקכ"ג: שאול המלך ובניו ווערן געפינען דורך דוד המלך נאך זייער אומקום דורך די פלשתים ביי הר גלבוע, דוד המלך ברענגט זיי לקבורה בכבוד גדול, און דעמאלט ענדיגט זיך די שווערע הונגער צייט אין א"י וואס האט געדויערט דריי יאר, ווי עס שטייט אין די פסוקים און אין חז"ל.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

י"ח חשון

שליחה דורך שעפטל »

ה'קפ"ח: די קעניגין פון נעפאל הייסט צורויבן די פארמעגנס פון אידן אין לאנד.

ה'תכ"ט: אין בארבעדאס, לאטיין אמעריקע, גייט ארויס א גזירה צו פארבאטן אידן פון פירן געשעפטן.

ה'תרמ"ה
: אין דעם טאג איז פארגעקומען דער קאנפערענץ אין "קאטאוויץ" צו גרינדן די "חובבי ציון," די ערשטע פארעם פון די ציוניסטישע באוועגונג.

ה'תרח"ץ
: הויפט נאצי פירער מעלדן פלענער צו דעפארטירן אלע אידן פון דייטשלאנד קיין מאגאדאסקאר, אן אינזל אין אפריקע. די נאציס האבן געהאט אזעלכע פלענער במשך א צייט בעפאר און בשעת די קריג, צו האלטן די אידן אלס משכון און דורכדעם צווינגען אמעריקע און ענגלאנד נישט אריינצוקומען אין די מלחמה, אבער עס איז קיינמאל נישט געווארן אויסגעפירט צוליב פילע סטראטעגישע אומשטענדן.

ה'תשי"ז
: אין דעם טאג האט זיך אנגעהויבן די בארימטע "אונגארישע רעוואלוציע," וואס האט אנגעהאלטן בערך דריי וואכן, און אין יענע צייט זענען צענדליגער טויזנטער אחב"י שארית הפליטה אידן אין אונגארן אנטלאפן פון אונטער די קאמוניסטן אויפ'ן וועג צו אמעריקע אויפצובויען דאס יהדות החרדית לשם ולתפארת.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

י"ט חשון

שליחה דורך שעפטל »

ב': קין האט גע'הרג'ט הבל אין דעם טאג. (לפי שיטת אריז"ל, וי"א כ' חשון, וי"א ער"פ)

ה'תקמ"ה
: די עלטסטע באקאנטע בריוו אין אידיש אויפ'ן אמעריקאנער באדן איז געשריבן געווארן דעם טאג, א בריוו פון ברוך גראץ אין פילאדעלפיע צו זיין ברודער מיכאל אין לאנדאן. (אבער די ריכטיגע פארשפרייטונג פון רעדן אידיש אין אמעריקע האט זיך אנגעהויבן מיט די אימיגראציע פון פילע טויזנטער רוסישע אידן צווישן תר"מ-תר"פ, און אין יאר ת"ש האבן שוין כמעט צוויי מיליאן אידן אין לאנד גערעדט אידיש, לויט די פעדעראלע צענזוס באריכטן.)

ה'תר"כ
: דער ישוב "משכנות שעננים" ווערט געגרינדעט אין ירושלים עיה"ק, די ערשטע חרדישע ישוב אינדרויסן פון "אלט-שטאט." עס איז געבויט געווארן דורכ'ן שר הצדיק משה מאנטיפיורי ז"ל, און געשטעלט דעם יסוד פאר'ן גאנצן אנטוויקלונג פון היינטיגן ירושלים עיה"ק אינדרויסן פון די אלטע חומות.

ה'תר"ל
: די "סועץ קאנאל" ווערט געעפנט ביים שמאלסטן פלאץ צווישן ים סוף ("דער רויטער ים") און ים הגדול ("דער מיטלענדישער ים"), א קריטישע דורברוך פאר וועלט'ס האנדל, אבער א סטראטעגישער וואסער וועג וואס וועט שפילן א צענטראלע ראלע אין מיטל מזרח און א"י היסטאריע פון דעמאלט ביז'ן היינטיגן טאג.

ה'תרס"ז
: אין דעם טאג איז פארטיג געווארן דער "משנה ברורה," דער וועלט בארימטער חיבור פונעם הייליגן "חפץ חיים" אויף שו"ע אורח חיים וואס איז נתקבל געווארן בכל תפוצות ישראל.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

שעפטל האט געשריבן:[דער ישוב "משכנות שעננים"


נאר צו קארעקטן עס איז משכנות שאננים, מיט א א'
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

והעיקר שכחתי, א דאנק פאר אפדעיטן כסדר.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

כ' חשון

שליחה דורך שעפטל »

אין דעם טאג האט רב חסדאי קרשרש, מגדולי קדמוני חכמי ספרד, געשריבן דעם באקאנטן בריוו צו קהלות אוויניאון, שרייבנדיג מיט הארצרייסנדע ווערטער די צרות און גזירות וואס זענען באפאלן די אידן אין שפאניע אין יאר קנ"א, מיט פילע קדושים הי"ד הנאהבים והנעימים, דערונטער אויך דער בן יחיד פון רב חסדאי, וועלכער איז אומגעקומען עקדה"ש זייענדיג א חתן אין עלטער פון 20 יאר. ווי דער גאון שרייבט בלש"ק: "רבים קידשו שם שמים ובתוכם גם בני יחידי, חתן בן כ' שנה, שה תמים העליתיו לעולה, אני אצדיק עלי הדין ואתנחם לטוב חלקו."

ה'קנ"ו: די הערשער אין עסטרייך לייגן ארויס א גזירה צו באגרעניצן די רעכטן פון אידן אין לאנד.

ה'של"א: א שווערע ערדציטערניש האט געטרייסלט אין פערארא, איטאליע, אבער בחסדי ד' איז קיין שום איד נישט געשעדיגט געווארן.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

כ"א חשון

שליחה דורך שעפטל »

ד'תתקכ"ח: אין ווירמייזא איז אומגעקומען עקד"ה רבינו דוד בן רבי לוי הי"ד.

ה'שע"א: פילע אנוסים הי"ד זענען אומגעקומען עקד"ה דורך די שפאנישע אינקוויזיציע.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

כ"ב חשון

שליחה דורך שעפטל »

ה'נ"ו וי"א ה'נ"ז: א באפעל ערשיינט אין סיציליע, איטאליע, וואס פארבאט אידישע דאקטוירים צו באהאנדלען, להבדיל, גויאישע פאציענטן.

ה'תקט"ו: א מעכטיגער ערדציטערניש איז באפאלן ליסבאן, די הויפטשטאט פון פארטוגאל, און עס האט פארניכטעט רוב געביידעס אין שטאט, דערונטער אויך די הויפט געביידעס פון די שפאנישע אינקוויזיציע אין לאנד.

ה'תקע"ח: אין דעם טאג האט א בריטישער מיניסטער פארגעשטעלט פאר'ן צאר פון רוסלאנד די ערשטע געדאנק אז אידן זאלן גרינדן אן אייגענע רעגירונג אין ארה"ק.

ה'תש"ה: דער לעצטער טייל פון חורבן אונגארן ביים צווייטן וועלט קריג - נאכדעם וואס די ציוניסטישע אגענטורן גראבן אונטער די רעטונג פלענער צו ראטעווען די פארבליבענע אידן אין אונגארן, האט זיך אין דעם טאג נאכאמאל אנגעהויבן די דעפארטאציעס פון אידן אין בודאפעסט קיין אוישוויץ.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

כ"ג חשון

שליחה דורך שעפטל »

ג'תקצ"ז וי"א ג'תרכ"ב: דער טאג איז געווען א יום טוב בימי בית שני, באלד אין די ערשטע צייט נאך נס חנוכה, ווען די שטיינער פון מזבח וואס זענען נטמא געווארן דורך די יוונים זענען באזייטיגט געווארן פון בית המקדש.

ה'ל"ח: די בריטישע קעניגרייך ארעסטירט נאנט צו זיבן הונדערט אידן און פארשיקן זיי צום טרויעריגן טורמע פון "טאוער אוו לאנדאן." טייל פון די אידן, דערונטער רבנים וגאונים וראשי הקהלה, זענען אומגעברענגט געווארן עקד"ה, און די אנדערע זענען צוגערויבט געווארן פון אלע זייערע פארמעגנס. [וי"א י' חשון]

ה'רפ"ז: נאכ'ן אקופירן בודא(פעסט) א קורצע צייט, זענען די טערקן פארטריבן געווארן דורך די אונגארישע מאדיארן, און מיט זיי האבן די אונגארישע אויך פארטריבן די אידן פון די הויפטשטאט.

ה'תק"ו: אין דעם טאג איז געווען א גזירת גירוש אויף די אידן אין פרעשבורג-בראטיסלאווא.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

כ"ד חשון

שליחה דורך שעפטל »

ה'תל"ח: אין דעם טאג זענען עטליכע גרויסע אידן אין קראקא אומגעקומען עקד"ה, קדושים וטהורים רבי אורי שרגא בן רבי אלי' הכהן, רבי משה בן רבי שמואל, רבי יעקב בן רבי מאיר, און הק' רבי יהושע בן רבי שמואל, הי"ד.

ה'תש"ג: אין דעם טאג האבן די דייטשע און אקסיס קרעפטן קאפיטולירט ביים היסטארישן "שלאכט פון על אלאמיין" אין צפון עגיפטן, און די אליאירטע קרעפטן אין שפיץ פון די בריטישע ארמייען האבן אפגעהאלטן א טריאומפאלן זיג. דער דורכפאל האט געענדיגט די פינסטערע חלומות פון די נאציס צו דערגרייכן ארץ ישראל, און דאס יהדות החרדית אין ארה"ק איז בחסדי ד' ניצול געווארן פון די מלחמה לפליטה גדולה.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

כ"ה חשון

שליחה דורך שעפטל »

ג'תי"ג: אין מגילת תענית ווערט דער טאג באשטימט פאר א יום טוב, ווייל נאך גלות בבל, ווען די אידן זענען צוריק געקומען קיין א"י, האבן די כותיים געוואלט אפהאלטן די אידן פון זיך באזעצן אין פילע שטעט, און האבן אפילו אויפגעבויט א מויער. אין דעם טאג האבן זיך די אידן געשטארקט אויף די כותיים און זיך באזעצט אין די אלע שטעט, גערופן אין מג"ת אלס "ערי נברכת," אלס "געבענטשטע שטעט.

ג'תרנ"ב: בימי בית שני האבן די חשמונאים באזיגט די שומרונים און חרוב געמאכט זייער באזע אויפ'ן הר גריזים.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

כ"ו חשון

שליחה דורך שעפטל »

ה'רל"ח: אין דעם טאג איז געגרינדעט געווארן די שפאנישע אינקוויזיציע צו צווינגען אידן צו שמד ח"ו אדער ווערן אומגעברענגט עקד"ה. די אינקוויזיציע איז עווענטועל פארשפרייט געווארן צו פארטוגאל, און עטליכע לענדער אין דרום אמעריקע, ארויף ביז מעקסיקא, פירנדיג אזויפיל טויזנטער אידן הי"ד צו שטארבן עקד"ה אויסשרייענדיג "שמע ישראל", ביז די אינקוויזיציע איז בטל געווארן ח' תמוז תקצ"ד.

ה'רנ"ז: ניינצן יאר שפעטער האט דער קעניג פון פארטוגאל געשטעלט דעם טאג אלס לעצטע צייט ווען אידן מוזן פארלאזן דאס לאנד אינעם ארטיגן גזירת גירוש.

ה'תר"ס: די ערשטע אידישע חתונה אין ארגענטינע, זיבן יאר נאכדעם וואס די שפאנישע הערשאפט און אינקוויזיציע איז איבערגעוועלטיגט און פארניכטעט געווארן אינעם גרויסן לאנד פון דרום אמעריקע.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

כ"ז חשון

שליחה דורך שעפטל »

א'תרנ"ז: נח ובניו, און אלע באשעפענישן, גייען ארויס פון די תיבה נאכ'ן מבול. (לשיטת ר"א)

בימי חז"ל איז דער טאג געווען א יום טוב, ווייל די צדוקים האבן געהאלטן קעגן הלכה וועגן מנחות אין ביהמ"ק, און רבי יוחנן בן זכאי האט זיי אפגעענטפערט און מען האט ווייטער געקענט ברענגען מנחות אין ביהמ"ק כהלכה.

ה'תצ"ז: אין פוזנא איז אומגעברענגט געווארן עקד"ה דער בארימטער שתדלן הק' רבי יעקב הי"ד, וועלכער איז פארכאפט געווארן אין א בלוט בלבול צוזאמען מיט הגה"ק רבי ארי' לייב הדרשן הי"ד.

ה'תרט"ז: די אמעריקאנער רעגירונג באשליסט נישט צו רעדן צו שווייץ וועגן דיסקרימינאציע קעגן אידן וואס ווערט דארט אויסגעפירט, אויך קעגן אידן מיט אמעריקאנער בירגערשאפט.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

כ"ח חשון

שליחה דורך שעפטל »

ד'תתנ"ו: די ערשטע אנהויב פון די ביטערע קרייצציגלער עפאכע האט זיך אנגעהויבן אין דעם טאג, מיט די ערשטע קריסטליכע פלאנירונגען צו גיין איבערנעמען א"י פון אראבישע הערשאפט.

ה'שנ"ג: שווערע פאגראמען און הריגות באפאלן די אידן פון בוקארעסט, רומעניע, מיט פילע קרבנות הי"ד.

ה'ת"ד: אין דעם טאג איז דער הייליגער תוספות יו"ט געווארן אויפגענומען אלס רב אב"ד קראקא.

ה'רצ"ב
: אין דעם איז רבי שלמה מולכו הי"ד פארברענט געווארן עקד"ה אין מאנטובא, איטאליע, נאך א שטורמישע לעבן אלס אנוס פון שפאניע און שפעטער איינגעהילט אין קאנטראווערסיע.
גייענדיג צו די שריפה האט מען אים געוואלט צווינגען צו שמד, אבער ער האט מקדש שם שמים געווען ברבים ויצאה נשמתו באחד.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

כ"ט חשון

שליחה דורך שעפטל »

ד'ת"א: אראבער נעמען איבער די מאכט אין עגיפטן-מצרים, און געבן אפיציעלע ערלויבעניש פאר אידן צו וואוינען אין די צענטראלע שטאט אלעקסאנדריע, נאכדעם וואס א קליינע צאל אידן האבן שוין דארט געוואוינט פון זמן חורבן בית ראשון.

ה'תשס"ט: אין דעם טאג האט זיך אנגעהויבן די שוידערליכע טעראר אטאקע אין מאמבעי, אינדיע, וואו "על קאידא" האט דורכגעפירט קאארדינירטע אטאקעס אין די גרויסע שטאט במשך דריי טעג. א הויפט ציל פון די טעראריסטן איז געווען די "הערימען הויז - חב"ד שוהל," וואו זיי האבן אומגעברענגט עקד"ה די טייערע אידן קדושים וטהורים הנאהבים והנעימים, די שליחים פארפאלק הרב גבריאל נח וזוג' רבקה האלצבערג, הרב ארי' לייבוש טייטלבוים פון נ"י- א"י, הרב בנציון קראומאן, מרס. שווארצבלאט און מרס. ארפעז, ד' ינקום דמם, ויארב בבת יהודה תאני' ואני'. אבער אפילו אין די ביטערסטע מצב שיינט ארויס די השגחה פרטית, און בדרך נס איז דער קליינער - דאן - 2 יעריגער משה'לע האלצבערג ארויסגעשווערצט געווארן פון די סצענע לפליטה גדולה ולנחמה.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

ל' חשון

שליחה דורך שעפטל »

ה'תקמ"ג: די אמעריקאנער קרעפטן כאפן צוריק ניו יארק פון די ענגלענדער, און רופן צוריק די אידן (צווישן זיי "חיים סאלאמאן") וואס זענען אנטלאפן אין די צייט וואס די ענגלענדער האבן פארכאפט די שטאט אויף צייטווייליג, ביי די שווערע מלחמות נאכ'ן גרינדונג פון די מלכות של חסד אמעריקע.

ה'שנ"ה
: אין וואלאכיי איז אריינגעקומען א נייער הערשער וועלכער האט ארויסגעגעבן א גזירה ח"ו אומצוברענגען די אידן, אבער בחסדי ד' איז די גזירה בטל געווארן און אלע אידן זענען ניצול געווארן מאפילה לאורה.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

א' כסלו

שליחה דורך שעפטל »

ב'תמ"ח: אין דעם טאג האט זיך אנגעהויבן די מכה פון שחין אויף די מצריים, לויט די שיטות הראשונים אז במשך די יאר פאר יציאת מצרים האט זיך אנגעהויבן א פרישע מכה אויף די מצריים יעדן חודש.

ג'שכ"א: דער אייבערשטער האט געהייסן ירמי' הנביא זאל שרייבן און ברוך בן נרי' זאל פארליינען פאר'ן מלך יהויקים, אז ער און כלל ישראל זאלן תשובה טאן ווייל עס נישט וועלן קומען ביטערע שטראפן און דער חורבן בית המקדש. דער קעניג האט אבער צוריסן די מגילה און עס פארברענט, און דעריבער איז דער טאג באשטימט געווארן אלס א תענית.

ה'תקמ"ג: אידן קומען צוריק אריין קיין ניו יארק, א טאג נאכדעם וואס די אמעריקאנער מיליטער האט צוריק געכאפט דעם שטח פון די בריטישע ארמיי, אין די שווערע שלאכטן נאכ'ן גרינדונג פון די פאראייניגטע שטאטן. אין די צייט וואס ענגלאנד האט געהאט ניו יארק האבן אידן מורא געהאט צו זיין דארט, ווערנדיג באשולדיגט אין זיך אננעמען פאר'ן "שונא" אמעריקע... אבער ווי נאר ניו יארק איז צוריק אריין אונטער די מלכות של חסד זענען די אידן צוריק געקומען.

ה'תש"ד
: אין דעם טאג איז פארגעקומען די היסטארישע קאנפערענץ צווישן אמעריקאנער פרעזידענט רוזוועלט, בריטישער פרעמיער מיניסטער טשוירטשיל און רוסישער דיקטאטור סטאלין ימ"ש, אין טעהראן, איראן, וואו זיי האבן אויסגעארבייט דעם באשלוס אנצוהויבן א ריזיגע אליאירטע אינוואזיע אויף אייראפע קעגן נאצי דייטשלאנד. דער באשלוס איז געפאלן צו אינוואדירן ביי די ברעגעס פון נארמאנדי, פראנקרייך. די אינוואזיע האט זיך אנגעהויבן א האלב יאר שפעטער, און האט טאקע במשך א קנאפע יאר צייט באוויזן צו פארניכטן די נאצי קרעפטן ימ"ש און געווינען די וועלט מלחמה.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

ב' כסלו

שליחה דורך שעפטל »

ה'תפ"ז: אידן אין ניו יארק, צענדליגער יארן פאר'ן גרינדונג פון אמעריקע, ווערן ערלויבט צו זאגן א לעגאלע שבועה אן דערמאנען גויאישע גלויבנס.

ה'תש"ב: "פורים קאסאבלאנקא" – נאכדעם וואס נאצי דייטשלאנד האט אקופירט פראנקרייך און איינגעשטעלט די ווישי רעגירונג, האבן די ווישיס אויך איבערגענומען די פראנצויזישע קאלאניעס אין צפון אפריקע, מאראקא, טוניזיע און אלדזשיר, און האבן געפלאנט אויסצופירן די גרויזאמע נאצי פלענער אומצוברענגען די טויזנטער ארטיגע אידן ח"ו. אבער אין דעם טאג איז די גזירה בטל געווארן ב"ה, ווען די אמעריקאנער ארמיי האט אינוואדירט די קאלאניעס, און די אידן זענען געראטעוועט געווארן ממות לחיים. אלס שבח והודאה און זכר צו די נסים, פראווען מאראקאנער אידן א "פורים" טאג להודות ולהלל.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

ג' כסלו

שליחה דורך שעפטל »

דער טאג איז באשטימט געווארן אלס יום טוב בימי חשמונאים, ווייל אין דעם טאג האבן די חשמונאים באוויזן מבטל צו זיין די גזירות פון אנטיוכוס און די יוונים.

ה'תס"ג: דער הייליגער פני יהושע שרייבט אין די הקדמה פון זיין בארימטן חיבור (חלק ב' סדר נשים), אז אין דעם טאג האט פאסירט א שרעקליכע אויפרייס פון פולווער-שטויב אין צענטער פון לעמבערג (לבוב) וואס האט אויפגעטרייסלט די שטאט, און געברענגט א גרויסע ביטערע שריפה. דער הויז פונעם פנ"י איז ליידער חרוב געווארן אויפ'ן פלאץ, און עס זענען נפטר געווארן זיין פרוי און א טאכטער, און זיין מאמע, צוזאמען מיט נאך צענדליגער נפשות. דער פנ"י אליינס איז געפאלן אונטער א ברענענדיגע הויפן ברוכווארג, אבער אפילו חרב חדה מונחת וכו' אל יתייאש מן הרחמים. דער פנ"י האט באותו מעמד געמאכט א נדר צום באשעפער, אז אויב ער ווערט ניצול פון די סכנה וועט ער עוסק זיין בתורה כל ימי חייו און שרייבן א חיבור אויף ש"ס (אלס המשך צום "מגיני שלמה" פון זיין גרויסער זיידע). ווי נאר ער האט ארויסגעזאגט די ווערטער, איז בדרך נס געעפנט געווארן א וועג צווישן די חורבנות און ער איז ניצול געווארן, און כלל ישראל האט זוכה געווען צום "פני יהושע".

ה'תר"ה
: "פורים אמטשיסלאוו" – אין די קליינע שטאט אין רוסלאנד איז א צארישער זעלנער געשעדיגט געווארן און א משומד האט אויפגעהעצט א בלוט בלבול אז די אידן האבן געוואלט רעוואלירן קעגן דעם צאר, און עס האט געדראעט א גאר שווערע סכנה אויפ'ן גאנצן שטאט. מען האט איינגעריסן רחמי שמים מיט תפילות און תעניתים, און בחסדי ד' איז די גזירה אינגאנצן בטל געווארן, און דער טאג איז באשטימט געווארן להודות ולהלל.

ה'תרמ"ז: הרה"ק רבי אברהם יושע העשיל זי"ע מסקווירא בן הרה"ק רבי יצחק מסקווירא זי"ע האט אמאל געזאגט פאר זיין טאטן אז ער האט געזען אין די כתבים פון הרה"ק רבי פנחס מקאריץ זי"ע אז דער טאג ג' כסלו איז א יו"ט ווייל עס איז אים געשען א נס יענעם טאג. האט רבי איציקל געזאגט, "מיין אברהם יושע העשיל וויל זיך מאכן א יו"ט מ'זאל נישט זאגן קיין תחנון, וועלן מיר אים צוליב טאן," עכלה"ק. זינט דאן האט מען אין סקווירא נישט געזאגט תחנון אין דעם טאג, און ברבות הימים איז רבי אברהם יושע העשיל טאקע נסתלק געווארן דעם טאג.
(עס ווערט טאקע געברענגט אין אמרי פנחס סיפורים דף צ"א אז ג' כסלו האט רבי פנחס געמאכט א משתה ושמחה און נישט געזאגט קיין תחנון. ער האט דערציילט א מעשה בימי הבעל שם טוב הק', ווען א בישאף און א מלכה האבן געוואלט ארויסגעבן א גזירה פון שריפת התלמוד ה"י. יענעם יאר האט דער בעל שם טוב געזאגט אין די עשרת ימי תשובה אז מען ווייזט אים מן השמים א גוטע בשורה אבער ער ווייסט נישט וואס, און מוצאי יוה"ק האט דער בעל שם טוב געזאגט אז היי-יאר וועט זיין א נס אזוי ווי בימי מרדכי ואסתר, און אזוי איז געווען אז צוויי שונאי ישראל האבן געהאט א וויסטע מפלה און די גזירה איז אינגאנצן בטל געווארן).
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
פארשפארט