טייערע אידן: לאמיר פאנדן דעם פראגראם און מאכן א קידוש ה'

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
אניהקטן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 29
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 02, 2013 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 102 מאל

טייערע אידן: לאמיר פאנדן דעם פראגראם און מאכן א קידוש ה'

שליחה דורך אניהקטן »

חברה, ווער וויל האבן א חלק אין מאכן א קידוש ה'? דא אין איסט ראמאפּא זענען מיר אריבער שווערע צייטן די לעצטע צוויי יאר. ב"ה לעצטנס זעט מען אסאך שינויים לטובה. די וואך ביי א סקול באורד מיטינג האט דער מארטשינג בענד פונעם דיסטריקט פערפארמד און באקומען א סטענדינג אוועישאן. ס'איז געווען א גרויסער קידוש ה'. בכלל האט געהערשט זייער א פאזיטיווער טאן ביי די מיטינג. ס'איז געווען דאס ערשטע מאל אין א לאנגע צייט וואס מען האט נישט געהערט קיין אטאקעס קעגן די חרדים. דער נייער סופעראינטענדענט וואס דער באורד האט געשטעלט איז אפּלאדירט געווארן דורך די גוים און דורך די חרדים. בקיצור מען מאכט ערנסטע פראגרעס צו פאררעכטן די אנגעצויגענע באציאונגען.

דער מארטשינג בענד האט הוצאות פון אפאר טויזנט דאלאר א יאר (ס'קאסט די טיטשערס און די אינסטרומענטס). די גוים קוקן דאס אן ווי גאר א קריטישע זאך צו געבן פאר די סטודענטס א גאול אין לעבן. זיי זאלן זיין ביזי מיט א האבי און נישט טאן דראגס וכו'. אבער זיי ווערן נישט געפאנדעד דורך די דיסטריקט. איינע פון די אטאקעס קעגן אונז די לעצטע פאר יאר איז געווען אז מען שטעלט נישט צו קיין געלט פאר זייערע פּראגראמען. דא האבן מיר א געלעגנהייט מיט אפאר דאלאר צו ווייזן די גוים אז מיר זוכן זיי נישט אונטערצוברענגען אזוי ווי די שונאי ישראל העצן. כ'בעט יעדן וואס האט איבעריגע צוואנציג, אדער פופציג דאלאר, אדער אפילו נאר פינף דאלאר זאל ביטע קאנסידערן צו דאנעיטן פאר זייער מארטשינג בענד.

ווי שיין וועט זיין ווען די פּרעסע וועט מוזן באריכטן אז די חסידים האבן געפאנדעט דעם מארטשינג בענד און נאכדערצו פון פּריוואטע נדבות.

https://www.gofundme.com/fqkbtg
אניהקטן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 29
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 02, 2013 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 102 מאל

שליחה דורך אניהקטן »

די ביוטי פון פרייוועטלי פאנדעד פראגראמען:

ווען דער דיסטריקט פאנדעט עס וואלט עס געקאסט צען מאל אזויפיל, ווייל אזוי גייט עס ווען ס'איז דא א קאסע...

אבער ווען מען מוז עס רעיזן פון דאנעישאנס דעמאלט שפארט מען יעדן דאלאר.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אניהקטן: נאר איך האב מורא אז דער זכות* וועט אונז נישט ביישטיין, ח"ו ביום עברה...!
דער אידישער דרייווער אין קראונהייטס, וועלכער איז ארויפגעשטופט געווארן אויפ'ן סיידוואק דורך א שווארצן דרייווער, האט ארויסגעראטעוועט א שווארצע משפחה פון א פייער, קורץ פאר דער עקסידענט איז געשעהן... איז אים, אדער פאר די אנדערע אידן בייגעשטאנען דער זכות...?!
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

זייער א געוואלדיגע זאך.

איך טראכט אפשר זאל מען אויך מאכן א מארטשינג בענד פאר די חסידישע קינדער...
You must be the change you want to see in the world
פארשפארט