טעמי המקרא און היראגליפישע שריפט
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
טעמי המקרא און היראגליפישע שריפט
עס זענען א סך פון אונז באקאנט מיט די העלאגריפישער שריפט (בילדער שריפט), אדער ווי אנדערע רופן דאס, כתב החרטומים, מיט וואס די אור אלטע חכמים אין די גרויסע ציוויליזאציעס אין די וועלט האבן זיך באניצט אין די אור אלטע צייטן, בעת דער המון האט בכלל נישט געקענט ליינען און שרייבן.
אט דער היראגליפישער שריפט, איז דער פרימיטיווער פארגייער פון די סעמיטישער און הינדו-אייראפעיאישער אותיות. היראגליפישע אותיות האבן באדייט גאנצע ווערטער אדער גאר זאצן, בעת די "מאדערנע" אותיות באשטייען פון בלויז קלאנגען.
עס איז קלאר אז אין א געוויסער זין איז דער אלטער טעכניק פון אותיות געווען פיל מער פראקטיש, ווייל אז מיט יעדער אות האט מען געשריבן א גאנצער ווארט אדער זאץ איז מען דאך א סך שנעלער אנגעקומען ארויס צוברענגען דאס וואס מען וויל, אבער, צו דער זעלבער צייט איז דער שרייבער מער מוגבל פון ארויסצוברענגען זיינע אייגענע ווערטער. דערפאר זענען די "דידזשיטל" אותיות פיל בויגזאמער און פרייער אויף ארויס צוברענגען וואס מען וויל. (כאטש וואס קיין נייע אייגן געשאפענע ווערטער וועט מען דערמיט נישט מאכן כדלקמן).
מיט נגינה איז געווען די זעלבע זאך. די אמאליגע מוזיק אותיות (נאטן), וואס דאס זענען דאך די באקאנטע טעמי המקרא, באשטייען פון תנועות, ד.ה. א קורצער שטיקל ניגון, בעת די "מאדערנע" מוזיק אותיות (נאטן) באשטייען פון איינצעלנע טענער מיט וואס מען קען שאפן גענצליך נייע תנועות.
אבער, עס איז פארט פארהאן א חילוק צווישן די מאדערנע נאטן און די מאדערנע אותיות. ווייל בעת מיט די מאדערנע נאטן ערלויבט מען זיך צו שאפן פולקאם נייע תנועות, ערלויבט מען זיך נישט מיט די מאדערנע אותיות צו שאפן פולקאם נייע ווערטער (כאטש וואס דער דידזשיטל אותיות טעכניק ערלויבט עס).
לכאורה קען מען זאגן אז די סיבה איז פשוט, נעמליך, נגינה איז דברים שבלב וואס מ'זינגט אז די הערצער זאלן זיך פארשטיין, ממילא קען מען זיך דערמיט ארום שפילן מה שלבו חפץ, מה שאין כן דיבור וואס איז דברים של השכל ודעת מיט וואס מען דארף זיך קאמיוניקירן, און דער מעכאנישער מוח דארף עס פארשטיין, וואס פאר א פנים וועט האבן אז מען וועט צוזאמען שטעלן אותיות לויט ווי דאס הארץ גלוסט, ווי צ.בש. חכהחכהחטמבה לאלאסאגאסאלא פוסופוסו....
אבער דער אמת איז אז עס איז נישט קיין חילוק צווישן די צוויי, און דין נגינה כדין מימרא.
מהיכי תיתי?
אז מיר וועלן באטראכטן דעם ציל פון די אמאליגע "טראפן", וועלן מיר באמערקן, אז דאס איז פשוט א חלק פונעם דיבור, אדער ווי עס ווערט טאקע אנגערופן "הטעמה", ד.ה. עס האט פשוט צוגעהאלפן צום הסבר הדברים, אזוי ווי קערפער שפראך טוט צו העלפן צום פארשטאנד (וויבאלד ווערטערליכער אויסדרוקן זענען גאר ארים אחד מני אלף פון וואס דער הארץ וויל באמת אויסדרוקן), כאטש עס האט גלייכצייטיג געטון באשיינען דעם קריאה.
פאר די שאף האט מען די תנועות איבערגעשפילט מיטן פייפער נאכאמאל און נאכאמאל. און אט די פאסטוכער אזוי ווי תיבל אבי כל תופס כינור און דוד נעים זמירות ישראל, מיט זייערע ספירוטואלע געפילן זענען געווען די וואס האבן אנטדעקט אין נגינה וואס איז געווען ביז דאן א געצייג פארן דיבור, עפעס וואס קען דערהייבן דעם נפש, והיה כנגן המנגן ותהי עליו רוח ד'.
אבער פון דארט ביזן זיך ערלויבן צו באפעפערן די תנועות עס צו געבן מער נשמה'דיגע געשמאק און ווער רעדט נאך פון שאפן גענצליך נייע תנועות, בלויז פארן זעהליגן געברויך, איז נאך געווען א לאנגער וועג.
אבער, עס איז צוביסלעך געשען, תנועות זענען באפוצט געווארן, און אפילו פאבריצירט געווארן, וואס דערמיט איז דורך געבראכן געווארן דער אלטע געזעץ פון תנועות הנגינה.
אויב אזוי שטעלט זיך די פראגע:
אויב פון פראקטישע ווערטליכע תנועות נגינה איז פארוואנדלט געווארן זינגבארע נשמה'דיגע תנועות, דאן פארוואס קען די זעלבע זאך נישט געשען מיט ווערטער? פאעטישע סטיל ווערטער זענען טאקע פארהאן, וואס דאס קען מען צוגלייכן צו די אור-אלטע באפוצטע תנועות, אבער פארוואס קען מען לצורך נגינה נישט שאפן גענצליך נייע ווערטער, אזוי ווי עס האט אנגעהויבן געשאפן צו ווערן גענצליך נייע תנועות?
ווייזט זיך אויס אז מיר זענען נאך צוריקגעבליבן!!!

אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).

- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
טייערע הבחנות.
---------
פונקט לעצטנס האב איך באוואונדערט די דריי און א האלב טויזנט יעריגע Obelisk of Theodosius מיט די שריפטן איבער פרעה'ס נצחונות וועלכע שטייט נאך היינט מיט די גאנצע פרישקייט אין איסטאנבול.

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
ירא שמים, גערעכט, זאגסט ריכטוג. און יעצט טראכט איך אז באמת זענען טאקע די אמאליגע מעלאדישע ריטמישע ניגונים בלויז באשטאנען פון ליי ליי בום בום טיראראמפאם יאבאבאבאבאם, טידידיידיי וכו' (די אמאליגע חסידישע ניגונים צ.ב.ש פלעגן געזינגען ווערן אן ווערטער, און שפעטעריגע חזנים האבן זיי צוגעפאסט צו ווערטער. דער סקולענער רבי איז געווען פון די ערשטע חסידישע מחברי נגינה וואס דער ניגון איז פארפאסט געווארן אויף די ווערטער).
נגינה מיט טעקסט איז שטענדיג בלויז געווען אויף קריאה אדער תפילה, וואס ווי געזאגט איז עס געווען מער הטעמה ווי נגינה. און פארשטייט זיך, אז ווי "זינגעדיגער" דער טעקסט איז געווען (ווי למשל שירה ופיוט אדער תפילה און קלאג) אלס "זינגעדיגער" איז דער הטעמה געווען.
ירא, ביסט גערעכט, אויך ווערטער זענען באשאפן געווארן פונדאסטניי לצורך זימרה פונקט ווי תנועות הנגינה זענען באשאפן באשאפן געווארן לצורך זימרה.
ירא, דו ביסט גוט.
נגינה מיט טעקסט איז שטענדיג בלויז געווען אויף קריאה אדער תפילה, וואס ווי געזאגט איז עס געווען מער הטעמה ווי נגינה. און פארשטייט זיך, אז ווי "זינגעדיגער" דער טעקסט איז געווען (ווי למשל שירה ופיוט אדער תפילה און קלאג) אלס "זינגעדיגער" איז דער הטעמה געווען.
ירא, ביסט גערעכט, אויך ווערטער זענען באשאפן געווארן פונדאסטניי לצורך זימרה פונקט ווי תנועות הנגינה זענען באשאפן באשאפן געווארן לצורך זימרה.
ירא, דו ביסט גוט.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
moshav zekeinim האט געשריבן:עס איז קלאר אז אין א געוויסער זין איז דער אלטער טעכניק פון אותיות געווען פיל מער פראקטיש, ווייל אז מיט יעדער אות האט מען געשריבן א גאנצער ווארט אדער זאץ איז מען דאך א סך שנעלער אנגעקומען ארויס צוברענגען דאס וואס מען וויל
לויט ווי איך געדענק, דוכט זיך אז טשייניז אדער יאפאנעזישע שפראך איז אויך אויף דעם אופן.
וירח ה' את ריח הניחוח
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
Re: טעמי המקרא און היראגליפישע שריפט
יישר כח פאר די גרויסע דאוז קאפלימענט, כמיין סאיז צופיל פאר איין נאכט[emoji1]
ונבנתה העיר האט געשריבן:
פונקט לעצטנס האב איך באוואונדערט די דריי און א האלב טויזנט יעריגע Obelisk of Theodosius מיט די שריפטן איבער פרעה'ס נצחונות וועלכע שטייט נאך היינט מיט די גאנצע פרישקייט אין איסטאנבול.
פארוואס לויפן ביז די טערקן ווען די אוצר געפונט זיך ביי אונז אין שטאט?
Cleopatra's Needle אין סענטרעל פארק נוא יארק (אגב, די מצבה האט גארנישט איינגעלייגט מיט קליאפעטרא המלכה פון די תלמי דינאסטיע צוויי טויזענט יאר צוריק. דער מצבה איז שוין עלטער פון איר אן ערך פון 1,400 יאר)
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:moshav zekeinim האט געשריבן:עס איז קלאר אז אין א געוויסער זין איז דער אלטער טעכניק פון אותיות געווען פיל מער פראקטיש, ווייל אז מיט יעדער אות האט מען געשריבן א גאנצער ווארט אדער זאץ איז מען דאך א סך שנעלער אנגעקומען ארויס צוברענגען דאס וואס מען וויל
לויט ווי איך געדענק, דוכט זיך אז טשייניז אדער יאפאנעזישע שפראך איז אויך אויף דעם אופן.
כינעזיש איז טאקע "לאגאראפיש" (א אות פאר א גאנצער ווארט), אבער יאפאנעזיש איז בעיקר "סילעבעריש" (יעדער אות אנטהאלט א הברה, ד.ה. א קלאנג אדער צוויי אונטער איין תנועה וו.צ.ב. די זוי וויי זעך שאק).
דער סיליבערישער אות איז בעצם דער בריק צווישן דער אלטער לאגאראפישער אות (דער אות וואס אנטהאלט א גאנצער ווארט אדער זאץ) און דער פענאמישער אות (אונזער אות וואס אנטהאלט נישט מער ווי איין קלאנג אן קיין תנועה). דער סיליבערישער אות פלעגט אין די אור אלטע צייטן געשריבן ווערן מיט נאגל (קעיל) שריפט, וואס איז באקאנט מיט נאמען "כתב היתדות".
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:פארוואס לויפן ביז די טערקן ווען די אוצר געפונט זיך ביי אונז אין שטאט?
leopatra-needle.jpg[/attachment]
אפשר וואוינט ונבנתה אין טערקיי?!
די מאנומענטן זענען געשריבן אין העראגליפיש, וואס איז א געמיש פון לעגאגראפיש און פענאמיש.
בעצם זענען די היינטיגע מאדערנע מערב שפראכן אויך געמעשט פון ביידע, נאר דא זענען די לעגאגראפישע אותיות ניי ערפינדענע אותיות. צ.ב.ש. & ₪ % + $ = @ דאס זענען אלע לעגאגראפישע אותיות וועלעכע אנטהאלטן א גאנצער ווארט אדער צוויי.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim האט געשריבן:אויב פון פראקטישע ווערטליכע תנועות נגינה איז פארוואנדלט געווארן זינגבארע נשמה'דיגע תנועות, דאן פארוואס קען די זעלבע זאך נישט געשען מיט ווערטער? פאעטישע סטיל ווערטער זענען טאקע פארהאן, וואס דאס קען מען צוגלייכן צו די אור-אלטע באפוצטע תנועות, אבער פארוואס קען מען לצורך נגינה נישט שאפן גענצליך נייע ווערטער, אזוי ווי עס האט אנגעהויבן געשאפן צו ווערן גענצליך נייע תנועות?
ווייזט זיך אויס אז מיר זענען נאך צוריקגעבליבן!!!
הערליכע געדאנקען!
אוסף הערותי:
קודם כל, כבר ענה ירא שמים על דבריך. אוסיף לומר, אז דו דארפסט זען אפאר קליפס פון 'יאיר כלב' ווען ער זינגט חב"ד'סקע ניגונים, ווי ער באשאפט תנועות און ווערטער אויפן פלאץ בשעת'ן זינגען. פארט אבער, איז די סיבה פארן נישט אויפמאכן ווערטער, מער אלס באגרעניצונג פון 'חברה' ווי פון דער מענטש זעלבסט. פשוט ווייל מיט יענעמ'ס נאטן קען זיך זיין נשמה אידענטיפיצירן אסאך שנעלער ווי מיט יענעמ'ס צוגעלייגטע ווערטער, וק"ל. [אגב, דאס איז איינע פון די חידושים פון יאיר כלב, אז ער טראגט דיך אריין גענוג שטארק אין זיין עולם הנגינה, אז ער קען באשאפן ווערטער אויך].
moshav zekeinim האט געשריבן:(די אמאליגע חסידישע ניגונים צ.ב.ש פלעגן געזינגען ווערן אן ווערטער, און שפעטעריגע חזנים האבן זיי צוגעפאסט צו ווערטער. דער סקולענער רבי איז געווען פון די ערשטע חסידישע מחברי נגינה וואס דער ניגון איז פארפאסט געווארן אויף די ווערטער).
נישט ממש.
דער קדושת ציון האט שוין באשאפן גענוג ניגונים מיט ווערטער, און אין וויזניץ זענען אויך דא אן א שיעור אלטע ניגונים מיט ווערטער, פארפאסט דורך די פריערדיגע.
אבער בעצם, אפילו דער בעל התניא האט שוין באשאפן א שיינע פאר יצירות אויף ווערטער, ווי 'קלי אתה ואודך', 'ימין ה' רוממה', 'קול דודי דופק', וכו'.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
גיימיר קוקן יאיר כלב'ן.
פארט איז מעלאדיע מיט א טריט פאראויס ווי ווערטער, ווייל עס איז יתכן א ניי געשאפענער תנועת נגינה אן ווערטער, אבער עס איז דערווייל נישט יתכן ניי געשאפענע ווערטער אן נגינה. מעלאדיע איז פארט איידעלער, אז עס זאל זיך דערהערן א נייע תנועה אן ווערטער, ווי ווערטער וואס א נייער ווארט פאר זיך דערהערט זיך נישט סיידן מיט געזאנג.
ביסט גערעכט אז נאך רבי'ס בימי סקולענער רבי אדער א דור צוויי פריער האבן שוין געשאפן ניגונים אויף ווערטער, אבער ע"פ רוב זענען זיי געווען אויף די חזנישער סטיל, ד.ה. לאנגע געדרייטע ניגונים. אדער אויף די זמירות שבת. און נישט קליינע צוויי דריי פעלער ניגונים אויף פסוקים וכדו'.
דער בעל התניא האט געמאכט די ניגונים אויף די ווערטער, אדער האט מען שפעטער ארויף געלייגט די ווערטער אויף זיינע ניגונים?
פארט איז מעלאדיע מיט א טריט פאראויס ווי ווערטער, ווייל עס איז יתכן א ניי געשאפענער תנועת נגינה אן ווערטער, אבער עס איז דערווייל נישט יתכן ניי געשאפענע ווערטער אן נגינה. מעלאדיע איז פארט איידעלער, אז עס זאל זיך דערהערן א נייע תנועה אן ווערטער, ווי ווערטער וואס א נייער ווארט פאר זיך דערהערט זיך נישט סיידן מיט געזאנג.
ביסט גערעכט אז נאך רבי'ס בימי סקולענער רבי אדער א דור צוויי פריער האבן שוין געשאפן ניגונים אויף ווערטער, אבער ע"פ רוב זענען זיי געווען אויף די חזנישער סטיל, ד.ה. לאנגע געדרייטע ניגונים. אדער אויף די זמירות שבת. און נישט קליינע צוויי דריי פעלער ניגונים אויף פסוקים וכדו'.
דער בעל התניא האט געמאכט די ניגונים אויף די ווערטער, אדער האט מען שפעטער ארויף געלייגט די ווערטער אויף זיינע ניגונים?
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
אין חב"ד איז עס זייער בולט. אך ניי, אך טי דו, העי, דירי יאמא, טשיריביריביריבאם (האפ קאזאק). אבער עס איז באמת נישט מער ווי ערגעץ אנדערש, ביי זיי איז נישטא דער מאראמאראשער "טראראריראם", אדער דער פוילישער "פים באם", אדער ירושלים'ער "טיגידיגי".
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
- קוימען קערער
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 20
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:37 am
- האט שוין געלייקט: 27 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל
Re: טעמי המקרא און היראגליפישע שריפט
אדנירם האט געשריבן:moshav zekeinim האט געשריבן:אויב פון פראקטישע ווערטליכע תנועות נגינה איז פארוואנדלט געווארן זינגבארע נשמה'דיגע תנועות, דאן פארוואס קען די זעלבע זאך נישט געשען מיט ווערטער? פאעטישע סטיל ווערטער זענען טאקע פארהאן, וואס דאס קען מען צוגלייכן צו די אור-אלטע באפוצטע תנועות, אבער פארוואס קען מען לצורך נגינה נישט שאפן גענצליך נייע ווערטער, אזוי ווי עס האט אנגעהויבן געשאפן צו ווערן גענצליך נייע תנועות?
ווייזט זיך אויס אז מיר זענען נאך צוריקגעבליבן!!!
הערליכע געדאנקען!
אוסף הערותי:
קודם כל, כבר ענה ירא שמים על דבריך. אוסיף לומר, אז דו דארפסט זען אפאר קליפס פון 'יאיר כלב' ווען ער זינגט חב"ד'סקע ניגונים, ווי ער באשאפט תנועות און ווערטער אויפן פלאץ בשעת'ן זינגען. פארט אבער, איז די סיבה פארן נישט אויפמאכן ווערטער, מער אלס באגרעניצונג פון 'חברה' ווי פון דער מענטש זעלבסט. פשוט ווייל מיט יענעמ'ס נאטן קען זיך זיין נשמה אידענטיפיצירן אסאך שנעלער ווי מיט יענעמ'ס צוגעלייגטע ווערטער, וק"ל. [אגב, דאס איז איינע פון די חידושים פון יאיר כלב, אז ער טראגט דיך אריין גענוג שטארק אין זיין עולם הנגינה, אז ער קען באשאפן ווערטער אויך].moshav zekeinim האט געשריבן:(די אמאליגע חסידישע ניגונים צ.ב.ש פלעגן געזינגען ווערן אן ווערטער, און שפעטעריגע חזנים האבן זיי צוגעפאסט צו ווערטער. דער סקולענער רבי איז געווען פון די ערשטע חסידישע מחברי נגינה וואס דער ניגון איז פארפאסט געווארן אויף די ווערטער).
נישט ממש.
דער קדושת ציון האט שוין באשאפן גענוג ניגונים מיט ווערטער, און אין וויזניץ זענען אויך דא אן א שיעור אלטע ניגונים מיט ווערטער, פארפאסט דורך די פריערדיגע.
אבער בעצם, אפילו דער בעל התניא האט שוין באשאפן א שיינע פאר יצירות אויף ווערטער, ווי 'קלי אתה ואודך', 'ימין ה' רוממה', 'קול דודי דופק', וכו'.
איך בין א שטארקע חסיד פון יאיר כלב טאקע דערפאר. וןען ניגונים זענען באגרעניצט צו 'אוי יוי יוי' און 'טיריראראם' אדער 'יאדידיי' איז שווער צו אריינגיין אינעם תנועה, צו ווערן איינס דערמיט. משא"כ ער גיבט א אחוזה און א ממשות אויף די ניגון (פארשטייט זיך נאר מיט א חבדסקער ניגון קען מען דאס ריכטיג דערשפירן).
טימיאנימייי יאמאמיי אמיאנימאמיאנימאוודיי אייאם....
אוי מאנוי, רימייי יאריווידיי.....
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
אין דיקדוק לשה"ק ווערן ווערטער קאטעגארעזירט אין 7 חלקים. איינע פון די קאטעגאריעס איז "מילות קריאה". דאס הייסט ווערטער אויף וועלעכן עס איז קענטיג אז עס קומט ארויס פון נאטורליכע הרגישים, ווי פון שמחה, כעס, ווייטוג, הנאה, אפשיי, מלחמה א.א.וו. צ.ב.ש. אוי, וי, אבוי, סלה, אה, איה, א.א.וו.
הגם מען קען זאגן אז רוב יסודות'דיגע ווערטער קומען פון נאטורליכע אויסדרוקן וואס די ערשטע ברואים האבן געגעבן, זענען זיי שוין אבער איבערגעארבעט געווארן צו טעכנישע ווערטער מיט כללי הדיקדוק (גראדע אין די כינעזישע שפראכן נישט אזוי), אזוי אז זיי זענען מער נישט קיין נאטורליכע אויסדרוקן. מה שאין כן מילות קריאה זענען געבליבן כמעט אזוי ווי זיי זענען געבוירן געווארן.
איך שפעקאליר צו די "ווערטער" בנידן דידן גייען אריין אין דער קאטעגאריע פון מילות קריאה אדער איז עס א אומאפעציעלער קאטעגאריע פאר זיך. איך וואלט זיי יא אריין געלייגט אינעם קאטעגאריע פון מילות קריאה אזוי ווי האפ (פרייליך), באם (מלחמה), אוי יוי (בקשה), העי (מחאה). דידידיי (רקידה) וואס די ריטעם פון די ערשטע אזעלעכע סארט ניגונים האבן זיך ווארשיינליך טאקע געבויט צוזאמען מיט די ווערטער. כאטש וואס זיי קוקן מער אויס ווי פראקטישע אויסדרוקן (א ספרדישע ניגון וואס פארמאגט ווייניג ווערטערליכע אויסדרוקן וועט דורך א חסיד געזינגען ווערן פון געוואוינהייט מיט כל מיני אקצענטן אזוי ווי ער איז געוואוינט צו זינגען זיינע סארט ניגונים. פראביר צו זינגען א שנעלער ניגון בלויז מיט דעם קלאנג פון אות ה"א... עס גייט פשוט נישט).
אגב, עס איז נהוג ביי טייל כוהנים, אז ביים זינגען פון דוכענען זינגען זיי נאר "אהא אהאהא". עס איז משמע אז עס איז אנגענומען געווען אז די געווענליכע זינג אויסדרוקן זענען פאררעכנט אלס ריכטיגע ווערטער וואס איז מפסיק (דאכט זיך אז דער ליקוטי מהרי"ח איז אויך מוחה קעגן דאס זאגן "נו" ביי די מקומות שאסור להפסיק). קען זיין אז די אמאליגע דורות האבן געוואוסט פון וואו די אויסדרוקן נעמען זיך און אז זיי האבן אמת'ע באדייטן מער פון סתם פראקטישע אויסדרוקן אדער אפילו מילות קריאות (עס קען דאך גאר זיין אז די ערשטע אזעלעכע ניגונים זענען געווען לכתחילה געבויט אויף די סארט ווערטער און דערפאר זענען זיי ווי געגאסן צום ניגון און נישט פארקערט). אבער בפשטות האבן זיי געהאלטן אז יעדער בולט'דיגער אויסדרוק ווערט פאררעכנט אלס ווארט כאטש עס האט נישט קיין באדייט.
הגם מען קען זאגן אז רוב יסודות'דיגע ווערטער קומען פון נאטורליכע אויסדרוקן וואס די ערשטע ברואים האבן געגעבן, זענען זיי שוין אבער איבערגעארבעט געווארן צו טעכנישע ווערטער מיט כללי הדיקדוק (גראדע אין די כינעזישע שפראכן נישט אזוי), אזוי אז זיי זענען מער נישט קיין נאטורליכע אויסדרוקן. מה שאין כן מילות קריאה זענען געבליבן כמעט אזוי ווי זיי זענען געבוירן געווארן.
איך שפעקאליר צו די "ווערטער" בנידן דידן גייען אריין אין דער קאטעגאריע פון מילות קריאה אדער איז עס א אומאפעציעלער קאטעגאריע פאר זיך. איך וואלט זיי יא אריין געלייגט אינעם קאטעגאריע פון מילות קריאה אזוי ווי האפ (פרייליך), באם (מלחמה), אוי יוי (בקשה), העי (מחאה). דידידיי (רקידה) וואס די ריטעם פון די ערשטע אזעלעכע סארט ניגונים האבן זיך ווארשיינליך טאקע געבויט צוזאמען מיט די ווערטער. כאטש וואס זיי קוקן מער אויס ווי פראקטישע אויסדרוקן (א ספרדישע ניגון וואס פארמאגט ווייניג ווערטערליכע אויסדרוקן וועט דורך א חסיד געזינגען ווערן פון געוואוינהייט מיט כל מיני אקצענטן אזוי ווי ער איז געוואוינט צו זינגען זיינע סארט ניגונים. פראביר צו זינגען א שנעלער ניגון בלויז מיט דעם קלאנג פון אות ה"א... עס גייט פשוט נישט).
אגב, עס איז נהוג ביי טייל כוהנים, אז ביים זינגען פון דוכענען זינגען זיי נאר "אהא אהאהא". עס איז משמע אז עס איז אנגענומען געווען אז די געווענליכע זינג אויסדרוקן זענען פאררעכנט אלס ריכטיגע ווערטער וואס איז מפסיק (דאכט זיך אז דער ליקוטי מהרי"ח איז אויך מוחה קעגן דאס זאגן "נו" ביי די מקומות שאסור להפסיק). קען זיין אז די אמאליגע דורות האבן געוואוסט פון וואו די אויסדרוקן נעמען זיך און אז זיי האבן אמת'ע באדייטן מער פון סתם פראקטישע אויסדרוקן אדער אפילו מילות קריאות (עס קען דאך גאר זיין אז די ערשטע אזעלעכע ניגונים זענען געווען לכתחילה געבויט אויף די סארט ווערטער און דערפאר זענען זיי ווי געגאסן צום ניגון און נישט פארקערט). אבער בפשטות האבן זיי געהאלטן אז יעדער בולט'דיגער אויסדרוק ווערט פאררעכנט אלס ווארט כאטש עס האט נישט קיין באדייט.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
לאמיר גיין א שטאפל ווייטער.
זענען די אלע אויסדרוקן "אוי יוי" "דידידיי" "באם באם" "יאמא העי" וכו' גענצליך "נייע" ווערטער? אודאי נישט! והא ראיה, אז יעדער ניצט שוין יארן די זעלבע ווערטער (אפשר געציילטע נישט ויאיר כלב בתוכם. אולי).
אבער, אז מיר וועלן באטראכטן רוב אידישע ניגונים, אפילו די היינטיגע, וועלן מיר באמערקן אז זיי זענען אויך כמעט נישט מחדש קיין תנועות, נאר שטעלן צוזאם אלטע תנועות תחת קורת גג אחד, פאזל נאך פאזל, און וואו מער מומחה דער מחבר איז אלס מייסטערהאפטיגער שטעלט ער צוזאם די תנועות. כמעט וואס מען באשאפט נישט קיין ניגון מיט נייע תנועות (מען דארף נאר מרחיב זיין וואס עס גייט אריין בגדר נייע תנועה). מען קען זיך עס איבערצייגן מיטן נעמען א קורצער תנועה פון סיי וועלעכע ניגון באזונדער און באטראכטן וויפיל חידוש עס ליגט אין דעם.

שפשפלינו זכר לנו פון האדמו"ר הבעל מנגן ומלחין בחסד ר' יענקעלע ספינקער ז"ל, איז זייער אייגנארטיג, דערווייל קען איך נישט עפעס אן אנדער ניגון בדומה לו. דער געדאנק פון אויספירן מיט די זעלבע ווארט נאך יעדער זאץ איז נישט קיין חידוש, דאס איז דאך דער יסוד הפיוט, און כי לעולם חסדו טוט טאקע אט דאס, אבער דאס ארויס נעמען דעם כי לעולם חסדו און עס ערזעצן מיט א אהא, דאס דארף איינפאלן. דער רעיון פון אהא איז גראדע פשוט, דאס מיינט אז דער כאר דארף אויספירן, און איז נפוץ ביי חזנות.
א דאנק אייך ריכטיג פארן דערמאנען די נסחאות התפילה וואס ווערט טאקע אויך געזינגען "אהא", ווארשיינליך פאר די זעלבע סיבה פון נישט מפסיק זיין. ממקור קומט דאך די אהא פון תפילה פונעם אביסל אויסציען די קלאנגען (פארוואס זאל מען ביי א קליינעק ציעכטץ אינמיטן זאגן "ובמקה'וואוואווא'לות ר'יוועוויווע'בות?!...) וואס האט זיך בלויז פארלענגערט און צוגעלייגט געווארן מיט די צייט דורך חזנים במשך הדורות.
איך קלער א סברא, אז ביי די אראבערס, ביי וועמען נגינה עס איז בלויז באשטאנען פון הטעמה אויף ווערטער, און זענען דעריבער געווען געבינדן צום טעקסט, און נישט אזוי ווי עס איז געווען מצוי ביי די אייראפעיער וועלעכע האבן געקענט זינגען נאקעטע ניגונים אן זיין געבינדן צום טעקסט, האבן דערפאר אטאמאטיש אנטוויקלט דעם שטענדיגן קאלאראטור, אפילו ביי שנעלע ניגונים. (דער אייראפעיאישער גוי, אפילו ער האט געהאט ניגונים מיט ווערטער האט ער אבער נישט געהאט קיין קנייטשן צוצולייגן, אבער דער אייראפעיאישער איד וועלעכער האט דאך געהאט דעם אידישן קנייטש, האט ביי די נאקעטע ניגונים באשאפן דעם טידידיי וכו').