
Straitstimes.com
בוךווארעם האט געשריבן:דריי מלאכים קומען דיר באזוכן א,' ב' און ג', אבער דו ווייסט נישט ווער איז וואס. איינער פון די דריי איז די "מלאך האמת" וואס זאגט נאר אמת, איינער די "מלאך השקר" וואס זאגט נאר ליגנט, און איינער די "מלאך האקראי" וואס זאגט אמאל אמת און אמאל שקר צומישט אן א חשבון. דו דארפסט געוואויר ווערן ווער פון די דריי מלאכים איז וואס מיט דריי יא/ניין שאלות, יעדע שאלה צו אן אנדערע מלאך, נישט מער פון איין שאלה פון א מלאך. די מלאכים פארשטייען אידיש אבער זיי ענטפערן אין א שפראך וואס קיינער פארשטייט נישט, ווי די ווערטער "יא" און "ניין" איז "בעי" אדער "טעי", אבער דו ווייסט נישט וועלכע ווארט מיינט וואס. וואס זענען די דריי שאלות וואס וועט אן קיין צפייפל קלאר מאכן ווער איז וואס?
וכדומה.. האט געשריבן:די תירוץ איז אזוי,
דו האסט אויסגעשטעלט קעגן דיר די דריי מלאכים 3-2-1
מען פרעגט דעם ערשטן מלאך אויף די רייע אויב די 'מלאך אקראי' שטייט נאך 'מלאך שקר',
יעצט צוטיילט זיך די תירוץ אויף צוויי, ווענד זיך אויב ער ענטפערט יא אדער ניין,
אויב ענפערט ער יא,
ווייסט דו יעצט איין זאך אז 'אקראי' איז נישט אינדערמיט, ווייל אויב איז 'מלאך אמת' די ערשטער און ער האט דיך געענטפערט יא מוז 'אקראי' זיין לעצט, דאס הייסט נאך 'שקר', אויב איז 'מלאך שקר' די ערשטער און ער זאגט יא וואס דאס איז א ליגנט דאן קען 'אקראי' ווייטער נישט זיין אינדערמיט ווייל אויב יא איז ער דאך יא נאך 'שקר' און סוואלט נישט געווען קיין ליגנט. און אויב אקראי איז דער ערשטער און ענפערט יא, איז ער דאך דער ערשטער און נישט אינדערמיט.
איז יעצט אז מ'ווייסט אז 'אקראי' איז נישט אינדערמיט, גייט מען צום מיטעלסטען און מ'פרעגט אים עני שאלה וואס דו ווייסט דער תירוץ דערויף, ווי למשל 'בוסטו א מלאך?' אויב ענטפערט ער יא, דאן ווייסטו אז ער איז דער מלאך האמת ווייל דער מלאך אקראי איז זיכער נישט אינדערמיט, און אויב ענפערט ער ניין ווייסטו אז דאס איז דער מלאך השקר ווייל ער זאגט דאך א ליגנט.
איז יעצט סיי אויב בוסטו געוואר געווארן אז די מיטעלסטע איז 'אמת' און סיי אויב 'שקר', האסט יעצט נאר איין ספק געבליבן, צו 'אקראי' שטייט אויף די רעכטע זייט אדער אויף די לינקע זייט, און אוטעמאטיש דער אנדערער אויף די אנדערע זייט, יעצט פרעגסטו דיין דריטע שאלה ווייטער צום מיטעלסטען, אויב אקראי שטייט אויף די לינקע זייט, און לויט זיין תירוץ ווייסטו פונקטלעך ווי יעדער איז, (סיי אויב דו רעדסט צו 'אמת' ווייסטו אז סאיז ווי ער זאגט, סיי אויב דו רעדסט צו שקר' ווייסטו אז סאיז פארקערט ווי ער זאגט)
אויב ענפערט ער ניין,
דאן ווייסט מען אזויפיל אויף זיכער אז מלאך אקראי שטייט נישט צום לעצט, ווייל אויב האט דיך 'אמת' גענטפערט ניין דאן קען נישט 'אקראי' זיין לעצט ווייל דאן וואלט ער געשטאנען נאך שקר, און אויב איז עס געווען 'שקר' וואס האט דיך געענטפערט ניין דאן מוז זיין אז אקראי שטייט גלייך נאך מלאך שקר דהיינו צווייט, ווייל ער זאגט דאך ליגנט אויף דיין פראגע אויב ער שטייט נאך 'שקר' און ער האט געענטפערט ניין,
איינמאל מווייסט אז אקראי איז נישט דעם לעצטען, גייסטו ווייטער די זעלבע וועג ווי ביים ערשטן חלק פונעם תירוץ נאר אנשטאט דעם מיטעלסטען פרעגסטו די צוויי קשיות פונעם לעצטן.
וכדומה.. האט געשריבן:אויב פארשטייט מען נישט וואס די מלאכים ענטפערן, איז דאס א אוממעגליכע זאך.
אויב פארשטייט מען יא, איז עס נאכאלס א העכסט קאמפלאצירטע שאלה, אבער אויף דעם ווייס איך די תירוץ.
בוךווארעם האט געשריבן: וואס מיט דריי יא/ניין שאלות, יעדע שאלה צו אן אנדערע מלאך, נישט מער פון איין שאלה פון א מלאך
וכדומה.. האט געשריבן:אקעי, איך זעה שוין וואו די שפרייזט, מען ברויך אריינפלעכטען אין די שאלה וואס מ'פרעגט צו בעי מיינט יא, לאמיר זאגן 'בעי מיינט יא נאר אויב