



דאטקאם, געוואלדיג
אביגדור האט געשריבן:די וועלט זאגט א ווערטל אויף א עילוי, אז 'עילוי' היה שם לא היה נגאל... אויף דעם הרב חיד"ו לאזט זיך זאגן "עילוי היה שם - ולו, היה נגעל". וואס הייסט? א פאר יאר צוריק, בפרשת נוסעי-ליזענסק-דרך-יאפאן, האט א היימישע צייטונג שרייבער פון ישראל אפגעשטאטעט א באזוך אין אנטווערפן ביי הרב חיד"ו. ער שרייבט דארט איבער דעם סרוח'ע אין זיין הויז, איבער דער אנגעווארפעכטס פון דעקעס און קישענעס איבער'ן דיינונג רום, איבער דער אומ-עטישקייט וויאזוי הרב חיד"ו האט איהם אויפגענומען עסענדיג באנאנעס און פארינע ליגענדיג אויפ'ן קאויטש, אזוי אז ס'האט איהם געגרוילט געפערליך דארט צו זיצען און אראפשרייבן די טיפזיניגע תשובות אויף זיינע שאלות. ובזה פירשתי עילוי היה שם, דער עילוי איז דארטן געוועהן, ולו, און פאר איהם דער צייטונג שרייבער, היה נגעל, איז געוועהן גועל נפש ממש...
שמעקעדיג האט געשריבן:די מעשה פון ר' חיים קרייזווירטה ברענגט ארויס התפעלות ווי די אמת'דיגע גדולים ווערן נישט דערשראקן פון קאמפעטישאן, נאר אדרבה, אויב יענער קען בעסער, גיבט מען אים גאר א קוש מתוך אהבה!
מי יתן והי' ביי אנדערע רבי'ס/רבנים, אומפארגינערס, וואס ווילן די גאנצע וועלט פאר זעך.