תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
[tag]קויפער[/tag], גראד אויף די חז''ל'ן זאגט שוין דער רמ''ע מפאנו אז זיי מיינען נישט כפשוטו נאר אז ס'איז דער זעלבער בחינות נשמה. די גמרא אליינס איז מציין ''שלא ניתנה דברי הימים אלא להידרש'' וואס באדייט לכאורה שעל אף וואס ס'שטייט נאר פשוט'ע פאקטן, איז מקובל לחז''ל אז מ'האט נאר געשריבן די דאזיגע פאקטן און אויף אזא אופן, וואס מ'קען עפעס דרש'ענען. ומבואר בגמרא אז אין יעדער ווארט אין דברי הימים איז מרומז גאנצע זעק פון דרשות מער ווי אלע אנדערע ספרי תנ''ך. אבער אוודאי איז דאס אלס בדרך דרוש ורמז, נישט לפי פשוטו.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 378
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
- האט שוין געלייקט: 262 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל
אזעלכע שטיקלעך קענסטו טרעפן אין אבן עזרא אין יעדע סדרא, און ענליכס אין נאך ראשונים ווי רשב''ם רד''ק און מהר''י קרא, דער אבי עזרי איז ווייט נישט קיין מפרש אויף אבן עזרא נאר ענדערש א מוסר ספר געבויט אויף שטיקלעך אבן עזרא, ודבר טוב עשו בעלי עוז והדר אז זיי האבן עס געלייגט צום סוף, ואלולי חמת המציק וואלטן זיי עס אינגאנצן משמיט געווען, און אויף די וואס זאגן תלמיד טועה כתבו אמרתי פעם בדרך צחות אז אחרי המחקר נודע לנו שם התלמיד הידוע לשמצה, והוא אברהם בן מאיר ן' עזרא, דער טבע לאזט נישט דעם מענטש זיך בארואיגן אויב דער תלמיד האט א נאמען, בפרט א באקאנטע, אבער א מיסטעריעזע תלמיד טועה איז זייער פיין, די אלע וואס זאגן דאס האבן אדער נישט געלערנט אסאך אבן עזרא, אדער האבן זיי דאס געזאגט בכוונה נישט צו דארפן אוועקמאכן א מענטש וואס זיין נאמען איז באקאנט ביי כלל ישראל.
ועיין עוד כאן מאמר נאה בעניין תלמיד טועה
/ככה-מדברים-על-תלמיד-טועה-ותיקון-הגמור/http://musaf-shabbat.com/2011/03/20
ועיין עוד כאן מאמר נאה בעניין תלמיד טועה
/ככה-מדברים-על-תלמיד-טועה-ותיקון-הגמור/http://musaf-shabbat.com/2011/03/20
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 340
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 2:13 am
- האט שוין געלייקט: 257 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל
מיימון האט געשריבן:אזעלכע שטיקלעך קענסטו טרעפן אין אבן עזרא אין יעדע סדרא, און ענליכס אין נאך ראשונים ווי רשב''ם רד''ק און מהר''י קרא, דער אבי עזרי איז ווייט נישט קיין מפרש אויף אבן עזרא נאר ענדערש א מוסר ספר געבויט אויף שטיקלעך אבן עזרא, ודבר טוב עשו בעלי עוז והדר אז זיי האבן עס געלייגט צום סוף, ואלולי חמת המציק וואלטן זיי עס אינגאנצן משמיט געווען, און אויף די וואס זאגן תלמיד טועה כתבו אמרתי פעם בדרך צחות אז אחרי המחקר נודע לנו שם התלמיד הידוע לשמצה, והוא אברהם בן מאיר ן' עזרא, דער טבע לאזט נישט דעם מענטש זיך בארואיגן אויב דער תלמיד האט א נאמען, בפרט א באקאנטע, אבער א מיסטעריעזע תלמיד טועה איז זייער פיין, די אלע וואס זאגן דאס האבן אדער נישט געלערנט אסאך אבן עזרא, אדער האבן זיי דאס געזאגט בכוונה נישט צו דארפן אוועקמאכן א מענטש וואס זיין נאמען איז באקאנט ביי כלל ישראל.
ועיין עוד כאן מאמר נאה בעניין תלמיד טועה
/ככה-מדברים-על-תלמיד-טועה-ותיקון-הגמור/http://musaf-shabbat.com/2011/03/20
ז"ל מרן החיד"א בשם הגדולים (ערך רבינו אברהם ן' עזרא) הרב בנימין איספינוזא ז"ל עשה ביאור לפי' הראב"ע לנביאים וכתובים [א"ה: שם הספר "בית העזר" ונשלם באלול תקל"ד והוא בכת"י כפי מיטב ידיעתי הדלה] ובהקדמתו מביא מ"ש הרב רפאל אשכנזי ורבני איטליא בכ"י שנתברר להם שתלמידיו של הראב"ע שלחו יד בפירושו והוסיפו מדעתם דברים אשר לא כן וכל לשון שימצא בחומש ובנביאים שהוא מנגד לדברי רבותינו ז"ל איננו מהראב"ע עצמו רקתלמידיו בלי ידיעתו אחרי מותו שלחו יד והראב"ע וכסאו נקי זהו תורף דבריהם. ואם כנים הדברים תנוח דעתנו אך מה נענה דזמנין רבינו הרמב"ן כותב עליו בתוקף כגון מ"ש פרשת שמות יוצק זהב וכו' והרמב"ן היה סמוך לזמן הראב"ע ונתאמת אצלו כי הוא פי' הראב"ע עצמו. אמנם זיל לאידך גיסא דאם כל אותם הלשונות הזרים נגד הדין ורז"ל הם מראב"ע אמאי לא העיר הרמב"ן עליהם. אלא מוכח דאיכא בינייהו שאינם מדברי הראב"ע ושלטו יד זרים לכתוב אשר לא עלה על לבו. ובספר עומר השכחה יש שיר אשר שר ר"ת שכותב בכבוד גדול להראב"ע. ורבני איטליא הביאם הרב בנימין הנזכר מזכירים כמה ספרים שחיבר הראב"ע שאינם גלויים. ואני הצעיר ראיתי בכ"י כמו ז' ספרים שחיבר הראב"ע
בחכמות והרבני' הנזכרי' כתבו שענין אגרת שבת שנדפסה אין הדברים כן אמנם יש לו להראב"ע חבור מיוחד על זה והאריך למענית"ו, עכ"ל.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
Re: תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא
ווי אזוי לערנט מען פשט אין "שני גדיי עזים" אהן די דרש פון קרבן פסח? ווי אזוי קען געמאלט זיין אז א מענטש זאל געברויכן 2 ציגעלעך פאר א סעודה? כ'האב געזיכט אין ראשונים און גארנישט געטראפן
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
- יב הלוי סאלאווייטשיק
- ידיד השטיבל
- הודעות: 194
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 04, 2015 6:10 pm
- האט שוין געלייקט: 362 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 191 מאל
Re: תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא
פאר 2 שטיקלעך ״צינג״ באדארף מען 2 גאנצע בהמות.... וכמו שמצינו מפורש גבי אברהם והמלאכים...
!..A Lonely Man of Faith
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 340
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 2:13 am
- האט שוין געלייקט: 257 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
Re: תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא
אויבערלענדער חכם האט געשריבן:ז״ל הרשב״ם: גדיי עזים, בשביל העורות ששערן קשה כשער אדם לקח עזים ולא כבשים.
יא, אבער ער פארענטפערט נאכנישט פארוואס זי דארף צוויי. מסתם מיינסטו אזוי ווי די אנדערע תירוץ איינער האט דא געברענגט
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 340
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 2:13 am
- האט שוין געלייקט: 257 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל
טמיר האט געשריבן:אויבערלענדער חכם האט געשריבן:ז״ל הרשב״ם: גדיי עזים, בשביל העורות ששערן קשה כשער אדם לקח עזים ולא כבשים.
יא, אבער ער פארענטפערט נאכנישט פארוואס זי דארף צוויי. מסתם מיינסטו אזוי ווי די אנדערע תירוץ איינער האט דא געברענגט
איך בין נישט איבערצייגט אז מען קען צודעקען א מענטש מיט נאר איין ציג.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 340
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 2:13 am
- האט שוין געלייקט: 257 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל
העמק דבר
ז"ל הנצי"ב בהעמק דבר: 'שני גדיי עזים טובים', אע"ג שהוא מרובה יותר ממאכל אדם, לפי הפשט הוא בשביל שני העורות על ידיו.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 340
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 2:13 am
- האט שוין געלייקט: 257 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל
צ"ע ותשובה
די קשיא אויף דער פשט איז, אז זי האט עם געשיקט ברענגען די גדיי העזים נאך איידער וואס יעקב האט געזאגט "ואנכי איש חלק" - די טאטע פון ר' איתם הנקין ז"ל הי"ד יבלחט"א הרב יהודה הנקין שליט"א אין זיין ספר "חיבה יתרה" שטעלט זיך אויף דעם און זאגט אז רבקה האט עס אלץ פארזארגט נאך איידער וואס יעקב האט עפעס געזאגט.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 340
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 2:13 am
- האט שוין געלייקט: 257 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל
עוד פירוש על פי פשוט
בספר הנ"ל "קונטרס חיבה יתירה" זאגט רבי יהודה-הרצל הנקין נאך א פשט פאר די צוויי גדיים: פירוש אחר, המטעמים היו חלק קטן בבהמה כמו המוח והריאות, ולכן הצטרכה לשנים. ועוד שהתבשיל משתבח על ידי ריבוי בשר, כמו שאמרו במסכת ביצה "ממלאה אשה כל הקדרה בשר אע"פ שאינה צריכה אלא לחתיכה אחת".
John Gill האט געשריבן:[left]and, though two may seem to be too much to be dressed for Isaac only; it may be observed, that Rebekah intended only to take out some of the choicest and most tender and delicate parts of them, and which would best suit her purpose, and which she would make most like to venison; and the rest could be disposed of for the use of the family[/left]
http://biblehub.com/commentaries/gill/genesis/27.htm
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
Re: תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא
פסח ביינאכט פאר יציאת מצרים? דו גייסט דאך דא מיט פשוטו של מקרא.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
Re: תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא
נהורא נפישא האט געשריבן:די קשיא וואס איך פרעג איז מרפסין איגרא און קיינער האט דאס נאכנישט פארענטפערט, אנשטאטס האט מען פארקירעוועט דעם שמועס צו סימענטיקס, צו די ערשטע פשט אין רשב"ם גייט אריין אין די דעפעניציע פון וואס חז"ל וואלטן געריפן פשט, און אז די כלל פון אין מקרא יוצא מידי פשוטו איז גילטיג, אז איר ווילט זייער אז יא, האט איר נאכאלטץ נישט געענטפערט וואספארא תועלת האט א פשט וואס איר איינציגע ציל איז סותר זיין הלכה, און וואס קומט מיר די כלל פון אין מקרא יוצא מידי פשוטו זאגן דא.
נהורא נפישא האט געשריבן:יעצט לאמיר מסכם זיין אלעס וואס מ'האט געענטפערט ביז יעצט.
די קשיא איז געווען "לויטן רשב"ם" וואס האט לכאורה -אלס א תלמודי- געגלייבט ביחס צו די שאלה אויב א כהן מעג זיך מטמא זיין לאשתו, אז ער מעג זיך יא מטמא זיין ושלא כפשטות הכתוב, און פונדעסטוועגן האלט ער אז לפי הפשט, וואס ער האלט לכאורה לעגעטים, שטייט גאר אין די תורה אז א כהן טאר זיך נישט מטמא זיין, וואספארא תועלת האט די רשב"ם געקענט האלטן אז די תורה האט פון זאגן א פסוק, עפעס וואס נישט אז ס'זאגט נישט קיין שום הוראה, וואס דעמאלטס וואלט די קשיא נישט געווען אזוי גרויס, אבער מ'רעדט דאך דא פון א פשט וואס זאגט גאר אן הוראה נגד הלכה.
יידל- ווייל ס'איז אויך אמת אז א כהן טאר זיך נישט מטמא זיין פאר זיין פרוי, כאטש להלכה איז עס טאקע נישט אמת אבער ל...... איז עס יא אמת
גראדעמעכעלע- כדי צו געבן א געלעגנהייט אז מ'זאל קענען מקיים זיין די מצווה פון לימוד התורה (און אה"נ די תורה וואלט געקענט שרייבן אז מ'מעג גנב'נן, און נישט אז ע"פ הלכה מעג מען נאר כדי מקיים צו זיין די מצווה פון לימוד התורה)
עזריאל- כדאי צו געבן פארן מענטש אן אקאדעמישע געפיל.
פאַראַיאָר ווען נהורא נפישא האט געעפנט דעם אשכול מיטן מוראדיגן תמיה אויפן רשב''ם, האב איך געהאט אין מח געדאנקען מיטצוטײלן, אבער מיינע פינגער האבן זיך געפוילט עס ארויסצוברענגען מן הכח אל הפועל. אמרתי, אז מ'וועט עס לאזן פאר איבעראַיאָר. והנה די יאר איז פארביי און די פינגער פוילען זיך נאך. אמרתי, עכ"פ בקוצר אמרים מוז איך עפּעס זאגן, וקצרתי במקום שאמרו להאריך.
ווי דער עולם קען זען האט מען דא געענטפערט פארשידענע תּירוצים, הצד השווה שבהן שפשוטו של מקרא ודרשות חז"ל זענען צויי באזונדערע דימענשנס ולא קרב זה אל זה. אבער ס'נישט אזוי, דער כלל פון אין מקרא יוצא מידי פשוטו איז געזאגט דווקא לגבי און בנוגע דער הלכה'שער פרעספעקטיוו, דאס הייסט, אז דער הלכה קען זיך נישט מנגד זיין צו דעם פשוטן פשט.
ס'דא צו דעם קלארע ראיות מסוגיות הש"ס ואיני יכול להאריך עכשיו בזה, אבער דא האט איר א לינק:
http://www.yeshiva.org.il/wiki/index.ph ... 7%98%D7%95
און דאס איז לכאורה דער הכרח פונעם רמב״ם זיך מדחיק צו זיין קעגן די פּשטות הסוגיא ואכה״ל. אבער דער רשב״ם וואס האט יא געלערנט די סוגיא כפשוטו אז ס'איז א היתר גמור מן התורה פאר א כהן להיטמא לאשתו, ווי קען ער האלטן אז דער פשוטו של מקרא אַסרט, און דער קשיא איז מרפסין איגרא.
אבל כל זה בהנחה שהפשט והדרש בהחלט מתנגדים זה לזה ואי אפשר לפשר ביניהם, ועל כך אמשיך בפעם אחרת אי״ה.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
Re: תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא
פונקט געטראכט לעצטנס פון דעם אשכול, ס'איז מיר שווער געווארן פשוט פשט אין די מימרא פון רב אשי אז אין מקרא יוצא מידי פשוטו. (כ'האב נאך נישט נאכגעטשעקט אין די מפרשים די פונקטליכע ביאור).
אויבן אויף, זעהט אויס אז די מענטאליטעט בימי חז"ל איז בכלל נישט געווען צו ליינען א טעקסט גראד. כפשוטו של מקרא. אונז זעה מיר 'דרשינן לשון הדיוט' אפילו. און מ'איז לאו דוקא מקפיד אז דער טעקסט זאל האבן א גראדן רצף. לאגיק, זע מיר אן אייזענעם אין חז"ל, דיוקים לכאן ולכאן, אז די רישא רעדט זיך אזוי רעדט זיך זיכער די סיפא אויך אויף דעם זעלבן מציאות א.א.וו. אבער א קפידא אויפן פשוטן פשט אינעם טעקסט, זעהט מען נישט.
דערפאר, מיין איך אז סיי אין די משנה איז בכלל נישט 'שווער' אריין צו לייגן חסורי מיחסרא'ס, פשטים און פלפולים, און אזוי אויך אין די גמ' איז - סייענטיפיש גערעדט - דוקא די מערסט מפולפל'דיגסטע מהלכים, ווי די בעלי התוס' וכדומה, דער עכטער פשט. צו אננעמען א הנחה פשוטה אז דער טעקסט פארט גראד כפשוטו, איז א חשש פון אנאכראניזם. בימי המחברים פון די ספרים האט מען דוקא נישט געשריבן - און פארשטאנען געשריבענע - טעקסטן אויף דעם אופן.

האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
Re: תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא
איך מיין אז די גאנצע תמי' פון דעם אשכול איז אביסל אויפגעבלאזן. ווייל דער רשב"ם איז א אויסנאם. אדרבה, לאמיר זעהן צו מען קען טרעפן נאך אזאלכע דוגמאות אין די "היימישע" ראשונים - פירושים וואס זאלן קלאר מנגד זיין חז"ל. איי די רשב"ם? דארף מען אריינלערנען ווי די אבע"ז, אז ער כשלעצמו וואלט אזוי מפרש געווען, אבער די חכמים זאגן אנדערש איז ער זיך מבטל
Sent from my SPH-L900 using Tapatalk
Sent from my SPH-L900 using Tapatalk
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
Re: תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא
@דעת תורה; אויך בזמנינו האט איעדער מענטש אן אנדערע געפיל אין וואס איז 'פשטות', כל אחד ואחד לפי תובנות נפשו.
אבער וואטעווער די אמת'ע פשט זאל נאר זיין, איז עס נישט נוגע נאר צום פשט נאר אויך צום הלכה.
אז ס'איז דא א פשט פשוט פּאַראַלעל צום דרש האט מען אייביג געוואוסט. אין מקרא יוצא מידי פשוטו האט מחדש געווען אז די צוויי טארן זיך נישט אינגאנצן סותר זיין.
ממילא ווען חז״ל דרש'נען א מדרש הלכה, איז עס בעקיפין בע״כ אויך א זאג אין פשוטו של מקרא.
און וויבאלד דער רשב״ם אנערקענט אין די סמכות פון חז״ל אויפן אבסעלוטן אמת להלכה, קען ער נישט האַלטן אז ס'דא א פּשוטע פּשט וואס איז עס סותר.
אבער וואטעווער די אמת'ע פשט זאל נאר זיין, איז עס נישט נוגע נאר צום פשט נאר אויך צום הלכה.
אז ס'איז דא א פשט פשוט פּאַראַלעל צום דרש האט מען אייביג געוואוסט. אין מקרא יוצא מידי פשוטו האט מחדש געווען אז די צוויי טארן זיך נישט אינגאנצן סותר זיין.
ממילא ווען חז״ל דרש'נען א מדרש הלכה, איז עס בעקיפין בע״כ אויך א זאג אין פשוטו של מקרא.
און וויבאלד דער רשב״ם אנערקענט אין די סמכות פון חז״ל אויפן אבסעלוטן אמת להלכה, קען ער נישט האַלטן אז ס'דא א פּשוטע פּשט וואס איז עס סותר.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
Re: תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא
@טמיר; דער רשב״ם איז טאקע פארנומען בעיקר מיטן פשט, און ער האט דערין היבש א מאדערנער שמעק. פונדעסטוועגן איז ער אינגאנצן כפוף לחז״ל בנוגע די דרשות הנוגעים להלכה למעשה, אסאך מער ווי דער אבן עזרא.
און דאס איז טאקע די גרויסע תמיה דא, אז אפילו דער אבן עזרא ציעט צוריק פון זיין פשט לאור דברי חז״ל, און דער רשב״ם נישט.
ס'איז בפירוש 'נישט' משמע אז ער מיינט לולא חז״ל.
און דאס איז טאקע די גרויסע תמיה דא, אז אפילו דער אבן עזרא ציעט צוריק פון זיין פשט לאור דברי חז״ל, און דער רשב״ם נישט.
ס'איז בפירוש 'נישט' משמע אז ער מיינט לולא חז״ל.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
Re: תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא
מפוזרי האט געשריבן:
אבל כל זה בהנחה שהפשט והדרש בהחלט מתנגדים זה לזה ואי אפשר לפשר ביניהם, ועל כך אמשיך בפעם אחרת אי״ה.
אלזא, לאמיר טאקע זען צו מען קען די ביידע ריקאנסלען.
צום ערשט דארף ווידער באטאנט ווערן אז פשט און דין דרייען זיך אין אנדערע ספערן, און פארנעמען באזונדערע דימענסיעס. בעת וואס דער פשט קומט אויסדרוקן א רויע אַבסטראַקטע געדאנק, קומט דער דין מעצם מהותה עס אויסצופארעמען און קלאסיפיצירן אין קלארע באשטימטע ליניעס.
למשל אויב מיינט וקשרתם לאות על ידיך, על פי פשט, אז מ'זאל טראגן גאט אין הארץ; זאגט דער דין אז דאס מוז געטאן ווערן, דווקא, דורכן טראגן שווארצע פיר עקיגע קעסטלעך אויפן קיבורת. און דאס איז נישט קיין סתירה, נאר אדרבא א שילוב קיומי.
ועכשיו נבוא אל איסור טומאה לכהן. לאמיר קודם זען וואס איז דער געדאנק על פי פשט, און דערנאך וועט מען זען װי ס'איז זיך משלב מיטן דין.
די תורה זאגט: דער כהן איז הייליג, ס'איז נישט לפי כבודו זיך צו מטמא זיין סתם אזוי פאר אבי ווער. פאר די אייגן בלוט פלייש, די טאטע מאמע און ברידער, די אייגענע קינדער, מעג ער זיך יא מטמא זיין, דאס הייסט נישט קיין פחיתות הכבוד. און וואס איז מיט די שוועסטער? ווענדט זיך; אויב איז זי נישט פארהייראט און וואוינט נאך ביים טאטע'ן אינדערהיים, ווערט זי נאך פאררעכנט אלס משפחה, אבער נאכן חתונה אז זי איז אוועק צום מאנ'ס שטוב; איז פערטיג, ס'שוין נישט גענוג נאנט מער.
און וואס טוט זיך מיט די טייערע ווייב, די פרוי וואס האט איבערגעלאזט איר טאטע'נס שטוב און זיך באהאפטן צו אים, אשר מפתו תאכל ובחיקה ישכב? ניין, זאגט די תורה, זי איז טאקע זייער ווערטפול, נוצבאר און געניסבאר, פונדעסטוועגן, קען זי נאכאלץ נישט פאררעכנט ווערן אלס א בלוט קרוב.
דאס איז די רויע פשט עפ״י פשוטו של מקרא.
אבער מען דארף באמערקן ווי די תורה באציט זיך דא צום פארפאלק מיט אן אינטרעסאנטער טערמין. אנדערש ווי געווענליך וואו מ'רופט זיי 'איש ואשתו', הייסן זיי דא 'בעל בעמיו'.
איז דאס צופעליג? צי וויל דער תורה דא עפעס באטאנען?!
דער נביא זאגט אין הושע פרק ב' פסוק יח: וְהָיָה בַיּוֹם הַהוּא נְאֻם ה' תִּקְרְאִי אִישִׁי וְלֹא תִקְרְאִי לִי עוֹד בַּעְלִי.זאגט רש״י: תקראי אישי וגו'. תעבדוני מאהבה ולא מיראה אישי לשון אישות וחיבת נעורים: בעלי. לשון אדנות ומורא.
זייט די ערשטע גליקליכע צייטן, ווען זיידע אדם און באבע חוה האבן זיך צוזאמען געפרייט כרעים האהובים, איז דער מעמד האשה אריבער רב תמורות. דור דור וקולטורו, תקופה תקופה וצייטגייסטו, מקום מקום וגעזעלשאפטו. פון זיין דער העכערגעשעצטער פארטנער, ביז'ן פאררעכנט ווערן נידריגער ווי א בהמה, כשור לעול וחמור למשא ומתן לכל המרבה במחירה.
הצד השווה פון די אלע ריבוי מדרגות, קענען זיי קאטעגארעזירט ווערן אין איינע פון די צװײ לשונות פונעם נביא. אדער איז זי א גלייכבארעכטיגטער שותף וואס קען אים רופן 'אישי', אדער איז זי א חפץ צום באנוץ פונעם מאן וועם זי מוז רופן 'בעלי', אפגעזען די באציאונג צווישן זיי, צי ס'איז הארט אדער צארט.
נעמענדיג דאס אין אכט, וועט מען באמערקן, צוריקגייענדיג צום פסוק, אז דער תורה רעדט נאר פונעם צווייטן סוג פרוי וואס איז נישט מער ווי עמיו לבעלה, אבער פונעם ערשטן סוג אן אשה לאישה, נישט. ואדרבא מכלל לאו אתה שומע הן, אז פאר אזא פרוי, וואס איז חברתו ואשת בריתו, פאסט זיך יא צו מטמא זיין, פונקט ווי צו א בלוט קרוב.
דא קומט אריין דער דין און מאכט סדר, אזוי אז ס'זאל נישט זיין תורת כל אחד ואחד בידו. און אזוי זאגט דער דרש: אויב איז דער פרוי פונעם כהן לעגעטים פארהייראט צו אים, פארהייליגט די תורה זייער קשר, און איז זיך מתייחס צו איר ווי אן אשת ברית, א שאר בשר, וואס מ'ברויך זיך צו איר מטמא זיין, אפגעזען די בפועל'דיגע אומשטענדן.
אויב אבער איז זי אסור צו אים, אנערקענט נישט דער תורה אין זייער בונד, און איז זיך מתייחס דערצו װי א חולינ'דיגער משא ומתנ'דיגער שותפות, וואס אויף דערויף טאר מען זיך נישט מטמא זיין.
ולאור הנ״ל מיושב התמיה על הרשב״ם בעז״ה.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.