לבנימין אמר: ידיד ה'! [הרב בנימין אייזנבערגער].

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
[NAMELESS]

לבנימין אמר: ידיד ה'! [הרב בנימין אייזנבערגער].

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]פתח דבר:[/center]
א שטיק צייט צוריק איז מיר אויסגעקומען צו ליינען דא אויף ק"ש, א הערליכע באשרייבונג אויף הגאון רבי בנימין אייזנבערגער שליט"א, מעשי ידיו להתפאר של האומן הנפלא [tag]מאראנצןזאפט[/tag] זצוק"ל.

אפאר חברה האבן מגיב געווען כפי שנראה להם - נישט קענענדיג די פערזענליכקייט און די קהילה פון די נאנט. אבער דא עקא אז אסאך האבן געמאכט מיאוס'ע פאטאלע טעותים אראפצומאלן א ריכטיגע בילד אויף רבי בנימין'.

על כן אמרתי, אודאי דארף מען אדורכליינען די מייסטערהאפטיגע ווערק פון מאראנצןזאפט, אבער מקום הניח לברר ענינים, און לאמיר צולייגן מדידי. כמובן אז ווען אני הצעיר נעמט די מייק און הייבט אן מיט די מליצה 'לא איש דברים אנכי', ווייסט שוין דער ציבור אז 'שוין, אדנירם גייט ווייטער האלטן א לאנגווייליגע נערווערירנדע דרשה'... און אם אינם נביאים בני נביאים הם, ומכאן שניתנה נבואה ל---, און פון אפאר הערה'לעך איז געווארן א גאנצע ביאגראפיע.

נו, אלס אל תמנע טוב קבצתי נדחים, והנני בזה לספר על האי איש חי ורב פעלים:
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]א.[/center]

[center]ואביו קרא לו בנימי"ן.[/center]
רבי בנימין אייזענבערגער - דער היינטיגער רב פון ביהמ"ד 'היכל התפלה' [סטאנציאנירט אין קאמעניץ 56-16], איז געבוירן אין יאר תשל"ה צו זיין טאטן ר' שמואל, א טיפישער ליטווישער אידל [וואס ווי כמעט אלע פון זיי, איז ער א ריכטיגער אונגארישער מיסודו], מיט א הארץ פון גאלד און גוטע קאפ.

דער יונגער 'בענדזשי' איז נישט געווען אינעם 'במעלליו יתנכר נער' פראצעדור וואס יעדע אדמו"ר גייט אדורך [דערפאר איז די פאלגענדע באשרייבונג האפנטליך מער קראנט ווי די יעניגע תולדות הצדיקים'ס...]. ער איז געווען א פשוט'ער לעבנס-לוסטיגער יונגל, וואס האט אבער יא אייביג ארויסגעוויזן איין מורא'דיגער אייגנשאפט: לידערשיפ [-מנהיגות].

די טרייב קראפט פון 'פירן', גייט אים שפעטער פארוואנדלן אין א רב וואס האט הונדערטער 'חסידים', און נאך מער צוהערער'ס צו זיינע שיעורים, און אן אלטוועלטליכער אויפגייענדער שטערן.

אלס בחור'ל איז ער געגאנגען לערנען אין לוצערן ביי הגאון הישיש רבי יצחק דוב קאפלמאן זצ"ל, און שפעטער אין מיר ביי הגאון רבי נתן צבי פינקל זצ"ל. הרב קאפלמאן זעלבסט איז איינגעשטאנען ביי אים אינדערהיים ווען ער איז געקומען קיין אמעריקע, און אזוי אויך האט 'מיר' אים היבש גע'חנפ'עט. פארט וועט עס זיין א ליגנט צו זאגן אז הרב קאפלמאן צו הרב פינקל זענען זיינע פריוואטע רבי'ס, אדער אז ער האט זיך געלערנט ביי זיי. ער איז א 'סעלף מעיד מען', און ער האט אליינס מודה געווען אז לערנענדיג ביי הרב קאפלמאן האט ער נישט געזען אין אים זיין רבי מובהק וואס זאל אויסשטעלן זיין לעבן.

דער יונגער בנימין איז אבער יא אלס געווען א פרומער. אלס בחור איז ער שוין געווען אזא עובד'ישע טיפ, און גענאשט ספרי השקפה ומוסר, פון וואס ער האט היינט א געוואלדיגע ידיעה. אבער קיינער וואלט נישט געזאגט אז ער גייט איין טאג זאן א 'סטאר', א כוכב עולה, אין חרד'ישן וועלט. ער איז געווארן אן איידעם ביי ר' שמואל בענעדיקט פון ב"ב - א חשוב'ער איד פאר זיך.

אלס יונגערמאן האבן מענטשן אנגעהויבן קלעבן ארום אים, כאטש מ'האט אים נישט אנגעקוקט פאר עפעס מער ווי א פיינער מגיד שיעור, א בעל השקפה. שפעטער האבן יוצאי ישיבת קאפלמאן מחליט געווען צו עפענען א ביהמ"ד פאר זיך, נו ברויך מען דאך א 'כלי קודש' וואס זאל זיין רב, היות רבי בנימין איז שוין געווען היבש באוואוסט ביי זיינע ארומיגע אלס פה מפיק מרגליות, און אן ערליכער איז ער אלס געווען, האט מען אים ממנה געווען צו דינען אלס רב. דאס איז פארגעקומען אומגעפער 15 יאר צוריק, בערך בשנת תש"ס.

ויקרא שם ביהמ"ד 'היכל התפילה'. אסאך פון די ערשטע מתפללים האבן געהאט די ווייניגסטע שייכות שייך מיטן ווארט 'היכל התפילה' [וד"ל], אבער מיט די צייט האט ער ווירקליך געמאכט זיין קהילה שטימען מיטן נאמען פון שול. ווייניג וואס האבן זיי געוואוסט וואספארא מהפיכה ער וועט דא אנמאכן - אפילו ביי די וואס האבן אים אויפגענומען זעלבסט.

אלס רב האט ער שנעל אנגעהויבן ארויסווייזן זיינע כשרונות, וואס ער האט די והותר, און זיינע אנהענגער זענען געווארן זייער אנגעקניפט אין אים. אנדערש ווי יעדע קולט וואס דער פירער פונעם קולט פארקויפט זיך פאר א העכערע מענטש, גייסטיגע כוחות, אדער לפחות אן איש אלקים, האט רבי בנימין גלייך גע'דראפ'ט אלע משוגעת'ן און האט זיך קיינמאל נישט דערקלערט פאר א צדיק, נאר פאר אן 'איש האשכולות', א געלונגענע מענטש. א זאך וואס ער איז טאקע, נאר מעגליך האלט ער - אדער זאגט ער - פון זיך מער ווי ס'איז טאקע.

תכלית גערעדט, אויפן חברא-חברא-אית-ליה שטייגער, האבן מענטשן אנגעהויבן קומען מער און מער, אזש פון די דרייסיג אידן וואס איך האב געזען ביי זיין שיעור אנקומענדיג צו אים, איז געווארן איבער דריי הונדערט אידן ווען איך האב פארלאזט זיין ביהמ"ד [שוין אין נייעם לאקאל, אין קאמעניץ. איך האב עס פארלאזט מסיבות פרטיות, גארנישט בשייכות מיט רבי בנימין].
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]ב.[/center]

[center]איש יהודי היה... איש ימינ"י.[/center]
רבי בנימין'ס עיקר כח איז: זיין איבערגעגעבנקייט. אין די צייטן וואס איך בין אנגעקומען דארט, זענען א היבשער צאל -אבער נישט אלע- פון די אנהענגער זיינע געווען אראפגעבויגענע היטלעך, קלין-שעיווען בערד, און - - - מ"ט שערי טומאה אידן [אפילו די שטריימלעך שביניהם]. ער האט געשפיגן בלוט כפשוטו בעטנדיג, מאנענדיג, און וויינענדיג, אז זיי זאלן קעיר-נעמען פון זייער אינטערנעט, וואס ער האט געוואלט אז זיי זאלן שטעלן אזא אויג וואס זאל קענען זען וואו זיי האבן באזוכט. זיין מערכה - געקרוינט מיט אבנארמאלע סוקסעס - איז פארגעקומען יארן בעפאר די 'כינוס כלל ישראל' האט ענדליך באשטעטיגט די פאקט אז אינטערנעט איז 'היער טו סטעי'. ער האט גלייך פארשטאנען וואס זיינע קליענטן זענען, און האט נישט געפאדערט מער פון וויפיל ס'האט זיך אויסגעפעלט.

פון די נאנט קען איך מעיד זיין, אז ער האט אפגעראטעוועט אומצאליגע אידן פון שאול תחתית ממש, און פונקט אזוי געראטעוועט אן א שיעור שלום בית'ן וואס זענען שוין געווען ביים צוועלפטן טויער [כמנין ג"ט]. געראטעוועט איז געווען פונקט גוט פאר א 'התחלה' בלבד, פאקטיש האט ער גענומען גארבעדזש, און זיי פארוואנדלט אין בעלי בתים לומדי תורה ומוסר, בעלי חסד, און נארמאלע גאטס פארכטיגע רעכט דענקענדע מענטשן. א ריכטיגע אפטייטש אין: מאשפות ירום אביון - להושיבי עם נדיבים.

דאס איז די סיבה פארוואס די מענטשן זענען אזוי פארקויפט צו אים. אודאי איז עס זיין כאריזמאטישער כח, זיין צוקער זיסע שפראך, און אריסטאקראטישער כאראקטער. אבער די סיבה פארוואס דער עולם איז פארקויפט געווארן פונקט צו דעם כאריזמאטישער איד - בשונה פון אסאך אנדערע שיינע אידן און מגידים - איז, וויבאלד ער האט זיך אפגעגעבן מיט יעדן כרחם אב על בנים ממש. אוועקגעבן צענדליגע שעות פאר א יחיד, איז געווען א העכסטס נארמאלער ערשיינונג. די הכרת הטוב, איז די יסוד פון די צוגעבינדענקייט צו רבי בנימין.

זיין כאריזמע האט נאר ארויסגעהאלפן אז אדאנק דעם זאל ער טאקע קענען טרעפן א שפראך מיט יעדן. אבער ס'איז זיין איבערגעגעבנקייט וואס האט פאקטיש געראטעוועט מענטשן פיזיש און גייסטיש.

[center]***[/center]
ביים פרשת קלעצקי, ווען ער האט 'אויפגעריסן' ברבים - און גלייכצייטיג געצויגן גאר מאדנע בליקן ביי כמעט יעדן איינעם [אינקלודינג מיך], מיט זיין גאר טשיקאווע הספד, איז דער אמת'ער סיבה דערצו געווען אז ער האט נאר געהאט איין ציל פאר זיינע אויגן: מחזק זיין לייבי קלעצקי'ס עלטערן. ער האט געוואוסט אז נישט קאסובער רבי, און נישט רבי גבריאל ציננער, מיט זייערע דרשות אין חיזוק הדת, גייען דא בארואיגן א כי הוא זה פון די צובראכענע געפילן פון די אזוי אויך צושאסענע עלטערן. לא זו אף זו, נאר עיניהם תלויות וצופיות צו זייער באליבטער רב - וואס פלעגט טאקע זיין גאר נאנט מיט לייבי [אגב, ער איז גוט מיט אלע קליינע קינדער. כזקן כצעיר] - אז ער זאל זיי מחזק זיין. ער האט טאקע דעליווערט א מאדנע הספד, אבער עררייכט זיין ציל: מחזק צו זיין די צובראכענע עלטערן. יא יא, 'ריפארט קארד'ס' און 'גוט שבת רב', אבער דאס האבן זיינע עלטערן געדארפט.

דאס נעמט נישט אוועק פונעם פאקט אז ער איז היבש זעלבסט צענטרירט, און פאר א גוטע סיבה: ער האט נישט קיין קאמפעטישאן. אין זיין קהילה האט ער קיינעם נישט אויף זיין קאליבער, צווישן רבנים איז אויך דא א מאנגל אין נארמאלע 'דאון טו ערטה' מענטשן, וואס האבן נאכדערצו א כח הדיבור פלוס ידיעות בכל חלקי נ"ך/מהר"ל/ספרי מוסר. קיין אנדערע משפיעים באופן של 'וירד משה מן ההר אל העם', זענען נישטא - עכ"פ אויפן אמעריקאנעם קאנטינענט.

און ער - א יונגערמאנטשיק וואס האט אנגעהויבן נאך פארן בן ארבעים לבינה [אייגנטליך, נאך בעפאר'ן בן שלשים לכח] - האט שוין א נאכפאלגערשאפט פון הונדערטער אידן אין נאנטן צירקל, פלוס א גרעסער צאל וואס פאלן דארט אריין מפעם לפעם, הערן שיעורים, וכו'. א שמענדריק וואס האט באוויזן איינצוקויפן מולטי-מיליאנערן אין 'נאו טיים', כאטש ביי די שיעורים און של"ס תורה האט ער נישט אויפגעהערט חוזק צו מאכן פון עשירים וואס מיינען אז זיי 'אאונען' א וועלט מיט זייער פאר דאלער. א זאך וואס ער קען זאגן פאר הערשל שרייבער, אייזיק לעפקאוויטש, וכו', מיט א בלעכענע פנים. נו, מה יעשה הבן אז ער זאל נישט האבן פון די שמינית שבשמינית?

מיין טאטע האט אמאל גוט מגדיר געווען דעם ענין: די פראבלעם איז, אז ס'איז נישטא נאך צען רבי בנימין אייזענבערגער'ס אין בארא פארק, וואלטן ווען געווען נאך צען רבי בנימין אייזענבערגער'ס - וואלטן סיי בארא פארק און סיי רבי בנימין אייזענבערגער אויסגעזען שענער...

[center]***[/center]
אבער רבותי, נעמטס נישט אוועק זיין קרעדיט. ער איז פארנומען טאג און נאכט צו העלפן אידן, ברוחניות ובגשמיות. פון צושטעלן פרנסות, פארריכטן שלום בית'ס, שיקן מענטשן פאר הילף, ביז אוועקשטעלן א בחור אויף די רעלסן, און ראטעווען א יונגערמאן פון אוועקפאלן ה"י.

איך האב אמאל מיטגעהאלטן ווי ער האט געראטעוועט א בחור פשוטו כמשמעו פון ווערן א גוי גמור. דער בחור האט שוין געהאט מודיע געווען פאר זיינע עלטערן אז ער פארט קיין ארץ ישראל בכוונה תחילה צו טון וואס ער וויל, ווייל מיט אידישקייט האט ער שוין געענדיגט [אייגנטליך איז ער שוין געווען פריי אין אמעריקע, ער האט געזאגט אז ער פארט קיין ארץ ישראל אנצוהייבן א נייע לעבן, וד"ל]. רבי בנימין האט געפירט א שבת התאחדות אין ארץ ישראל, און האט געטון פארשידענע פעולות צו ראטעווען דעם בחור, ומחמת הכבוד אקצר. אזויפיל יא, דער בחור האט נאך שבת געזאגט פאר זיין טאטע אז ער טוישט זיין מיינונג, און סוף דבר: היינט צוטאגס איז יענער א פרומער, נאך חשוב'ער פון זיינע ברידער...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]ג.[/center]

[center]בנימי"ן זאב יטרף.[/center]
ווי יעקב'ס ברכה צו בנימין, אז ער וועט אוועקשטעלן מנהיגים [אהוד בן גרא, שאול המלך, מרדכי הצדיק], קען מען מגדיר זיין אויך רבי בנימין אייזנבערגער אלס ריכטיגער מנהיג לעדתו. חוץ פון זיין איבערגעגעבנקייט צו זיינע מענטשן ביחידות, האט ער באוויזן צו מאכן א רעוואלוציע אין וויפיל א רב קען געבן שיעורי תורה פאר זיין קהילה.

ער געבט געוואלדיגע שיעורים אין אסאך מקצועות. אנגעהויבן פון זיין ברייט בארימטער פרקי אבות שיעור אין די זומער שבתים, ווען ער ווארפט צאם השקפה, קבלה, מוסר, און מאכט א הערליכע שילוב מיישב צו זיין אפאר מאמרי חז"ל אין מסכת אבות. דערנאך קומט זיין של"ס תורה, וואס רעדנדיג צו זיינע יונגעלייט - וועט ער רעדן דברים העומדים על הפרק, און למשל מוצאי פסח וועט ער רעדן פון די חברה וואס יאגן יעצט צום געשעפט קויפן די 'טרייענגעל'ס' [חוזק מאכנדיג פונעם לויפן נאך א סלייס פיצא], א.א.וו. ער האט א לשון לימודים וואס רעדט צו זיינע מעמבער'ס.

ער וועט נוצן - נישט רב'נישע - לשונות ווי 'ראולעקס' זייגער, און 'געלעקסי 5', ארויסצוברענגען זיין נקודה. און ער טוט דאס בשיטה. ער וויל ווייזן פאר זיינע מענטשן אז ער האלט אלעס מיט, און איז נישט עפעס א כאניאק וואס קומט פארקויפן פרומקייט אן פארשטיין צום היינטיגן וועלט.

ווייטער דורכן וואך געבט ער טאג טעגליכע שיעורים אין גמרא, שיעורים אין נ"ך, חומש רש"י, און א באזונדערע שיעור ערב שבת פארן זמן פאר - די פרויען פון זיין קהילה! איינע פון זיינע אויפטועכצער, אז די פרויען זאלן זיין מעורב בעובי הקורה אין די קהילה לעבן, אזוי זאלן זיי שפירן 'חלק' פונעם זאך, און זיי זאלן אוועקשטעלן א העכערע סטאנדארט ביי זיך אינדערהיים - א זאך וואס האט זיך אים גאר גוט איינגעגעבן. זיין רעביצין געבט אויך שיעורים פאר די פרויען, און אזוי זענען זיי באמת חלק פונעם חיי הקהילה.

אלס וואס ער לערנט פאר, איז מיט א געוואלדיגע באהאוונטקייט אין דעם נושא, נישט אבי געלערנט. דורכדעם ברענגט ער אריין זיינע מקשיבים בגוף הנושא, זיי פרעגן אריין, לעבן מיט מיטן סוגיא, און באקומען א חשק סיי אין לערנען באופן פרטי און סיי אין שטייגן בעבודת ה' באופן כללי.

אזוי איז ער א ריכטיגער 'עושה נפשות', נעמענדיג מאראסט וואס האבן נישט געלערנט יאאאאאארן, און פארוואנדלט זיי אין גאלד - רעלאטיוו צו זייער עבר. אויב אמאל פלעגן די חברה אפשמועסן א דאווענען, איז היינט א דאווענען - 'א דאווענען'. און אויב אמאל האט שבת נאכמיטאג געמיינט א לאנגע שלאף צו ווייסעכוואס, איז עס היינט צוטאגס א לימוד אין ביהמ"ד [נאך בעפאר זיין שיעור], א זאך אויף וואס ער האט זיך געשטעלט און עס איינגעפירט.

אסאך מענטשן זענען אינדעפענדענט און אפילו איבערגעלאזט זיין קהילה, אבער זייער גייסטיגע [און צומאל פיזישע] לעבן איז צו פארדאנקן רבי בנימין'ס מסי"נ פאר זיי. היינט צוטאגס וועט ער האבן אסאך חברי הקהילה וואס שטייגן אליינס איש איש על דרכו ועל מכונו, נאכן באקומען א זיסקייט אין תורה ועבודה אדאנק רבי בנימין. מצד שני זענען דא אסאך אנהענגער'ס זיינע, וואס קומען פשוט זיך באלעקן מיט זיינע פילפארביגע שיעורים, אבער זענען אליינס עלטערע באזעצענע מענטשן. פארפאלן, ער זאגט בעסער פון כמעט א יעדן איינעם אנדערש.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]ד.[/center]

[center]לבנימי"ן אמר: ידיד ה' ישכון לבטח![/center]
זיין קראפט איז באצויבערנד. ער האט קודם כל מורא'דיגע ידיעות אין לשון המקרא, ומפרשיו, ווייטער איז ער אויסגעקאכט אין ספרי מהר"ל ורמח"ל, ספרי רבי צדוק הכהן וחבריו, און בכלל - א מיזוג השלם פון חסיד'ישע ספרים, מוסר ספרים, און וואס נישט. דערנאך האט ער די ריכטיגע לשונות וואס צו נוצן. זיין אידיש איז גאר גוט, און פילפארביג. אבער פון די אנדערע זייט, וועט ער זיך נישט צוריקהאלטן פון נוצן ענגלישע ווערטער ארויסצוברענגען זיין נקודה בעסער.

ווייטער האט ער אן אראטארישע קראפט, ער ווייסט ווען ארויפצוריקן די שטימע, ווען צו מאכן א לשון שאלה, ווען ארומצוקוקן און שווייגן, און ווען צו מאכן מיטן פינגער א 'קנאק יאנקל'. ער האט דורכדרינגליכע בליקן, א שמייכל אויפן געזיכט [רעדנדיג מיט מענטשן], און עובד'ישע גוף. דאס שטימט גראדע גוט מיטן אראפגעבויגענע היטל, לאנגע רעקל [ליינט ווייטער], און ליטווישע ראשעשיווע בארד.

ער איז שלאנק און דאר. אלס בחור האט ער באקומען אן ערנסטער קרענק אין די קישקעס וכדומה, און דער באקאנטער מאנטשעסטער משגיח, הגה"צ רבי יהודה סג"ל זצ"ל, האט אים געוואונטשן אז ער זאל אויסגעהיילט ווערן. כפי השמועה האט ער אים דעמאלס געזאגט אז ער זאל זען צו משפיע זיין אויף אנדערע, ובזכות זה וועט ער קענען אנגיין ווייטער.

ער ליידט נאכאלס אויפן מאגן, ער עסט כמעט גארנישט [נו, האמיר שוין א בעל מדריגה...], און איז גאר אויסגעדארט, אבער היינו דאהני ליה אז ער גייט אן פול-פארס, אז אסאך גרויסע רבי'לעך קענען קומען צו אים אויף א קורס וואס מ'קען אלס אויפטון, אן טאקע אן זיין 'געבויט' - פון צרות ישראל שטייצעך.

אזוי אויך האלט ער זיך פאר א שטיקל תלמיד פון הגה"צ רבי מרדכי מנשה זילבער שליט"א, הוא הנודע בשם ר' מאטל זילבער, מ'סטיטשין. רבי מאטל זילבער איז א פערזענליכקייט פאר זיך [מיר האבן אים שוין דערמאנט בין חסידי הגה"ק רבי איציק'ל אמשינאווער זצוק"ל, עי' כאן באמצע ובסוף] וואס פארדינט א באזונדערע באשרייבונג, אבער לענינינו: זיי האבן צוזאמען געלערנט קבלה א היבשע פאר יאר, און רבי מאטל האלט גראדע שטארק פון רבי בנימין [כ'ווייס נישט פארוואס. אפשר אלס כח צו העלפן אידן]. ער האט אים צוגע'שדכנ'ט צום לאנגן רעקל וואס ער גייט היינט [איך געדענק נאך די התחלה: די קורצע רעקל, און קארן-פלעיקס-באקס בארד]. אפגערעדט אז רבי בנימין'ס הערצה צו רבי מאטל איז גאר גרויס, און פרובירט אים אפילו נאכצומאכן אין פארשידענע ענינים, ואכמ"ל. דאס איז זיכער, אז ס'איז גאר א שטארקע 'עסעט' פאר רבי בנימין', אז אזא ערנסט-עובד'ישע פערזענליכקייט איז אויף זיין זייט...

פון זיינע שיעורים זענען שוין געדריקט געווארן א היבשע צאל ספרים, 'מסילות הנביאים' - 4 בענדער אויף נ"ך [האלט נאך ביי שמואל], 'מסילות באגדה' - 2 בענדער אויף אגדות חז"ל, און 'מסילות בלבבם' - 2 בענדער עה"ת ומועדים. פארט על'ך מודה זיין, אז כ'האב געהערט שענערע שיעורים מפיו מפיק מרגליות, ווי אין די געדריקטע ספרים, ואין איתנו יודע למה.

דעם זומער אין קאנטרי בין איך אריינגעפאלן ביי זיינס א שיעור אין די קעטסקילס. כ'האב מיך געריבן די אויגן נישט גלייבנדיג וואס איך זע: זומער ווען ס'איז שטיל איבעראל, און קיינער איז נישט מצליח צאמצוקראצן אפאר אידן צו א שיעור, האב איך מיך באגעגענט מיט א ריזן ציבור א גרינער פרייטאג אינדערפרי. איך האב געציילט, אמווייניגסטנס הונדערט אידן [!!!]. כ'האב מיך נאכגעפרעגט, דאס איז א וועכנטליכע זאך אין קאנטרי.

און פון דא צו איינע פון די כוחות וואס רבי בנימין פארמאגט: נאכן שיעור בין איך אדוכגעגאנגען געבן שלום, צו מיין וואונדער האט ער מיר דערקענט און אנגעמערקט אז ער האט מיר שוין לאנג נישט געזען. דאס איז כאטש איך בין נישט געווען קיין שוויצער, און כ'האב נישט געהאט קיין שייכות מיטן קהילה. סך הכל געפלעגט קומען צו די שיעורים א היבשע פאר יאר פריער, שבת נאכמיטאג. טראץ דעם וואס די רעדל וואס דרייט זיך דורך דארט א יאר קען זיין אפאר טויזנט מענטשן, האט ער דערקענט עפעס א שמויגער וואס פלעגט אריינקומען צו זיינע שיעורים. ווילט איר, האט איר איינע פון זיינע סודות צו סוקסעס. פארגעסט קיינעם נישט, האט פאר יעדן א גוט ווארט, און קויפט זיך איין געשוואוירענע אנהענגער.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]ה.[/center]

[center]בני בנימי"ן למשפחותם.[/center]
מאנכע וועלן, און נאך מער ווילן, באצייכענען דעם קהילה אלס 'קולט'. א שקר מוחלט. קענענדיג דעם פלעצל פון דער נאנט, זע איך עס ענדערש אלס משפחה. אוודאי איז דא א געוויסע 'פעיר-פרעשור', אבער ביי יעדע חסידות/קהילה איז דא פעיר פרעשור ביז א געוויסע מאס. דארטן איז אפשר דא מער, צוליב'ן פאזיטיוון פאקט אז דער עולם האלט זיך נענטער איינער מיטן צווייטן [אזויווי ס'איז טאקע דא מער פרעשור פאר א מענטש זיך צוצושטעלן פאר משפחה, ווי פארן קהילה]. די מעלות זענען פארט איבערוויגנד.

די ברודערליכקייט וואס הערשט דארט איז צום שטוינען. יעדער פריידט זיך מיטן צווייטנס א שמחה, א פריינטליכקייט, א שמועס, א פארברענג, איז דארט סאך מער היימיש ווי אין א צווייטן מקום. אבער מער פון אלס, האט דאס אויטאמאטיש ארויפגעברענגט די לעוול און ניווא פון די קהילה. פאסט נישט פאר איינעם צו זיין א יוצא דופן'ניק א פוסטער יונג, און אדאנק דעם שטייגן זיי אלע. און רבי בנימין שטייט פון די זייט און שעפט נחת פון די אויטאמאטישע שטייגער'אציע וואס ער דארף אפילו נישט שטופן פראנויס.

אבער אוודאי אויב ס'איז דא א משפחה, איז דא א ראש המשפחה. רבי בנימין פארפולט זיין אמט אלס איבערגעגעבענע טאטע פאר זיינע מענטשן. זאל ער זיין א זקן, א בעל הבית, א יונגערמאנטשיק, א בחור'ל, צו א יונגעלע. מיט יעדן רעדט ער זיין שפראך, און פאר יעדן האט ער א גוט ווארט. א בן תורה וועט קענען פרעגן אויפן שיעור, א בחור'ל וועט הערן א גוט ווארט וועגן שטייגן, א בעל הבית וועט באקומען א דרוק מיטן האנט - כלומר 'האלט דיך פעסט', און אן עלטערע איד וועט רבי בנימין מכבד זיין ווי ער וואלט גאר געווען יענעמ'ס תלמיד.

זיין שמייכל איז כובש לבבות, זיינע אויגן פינקלן איידעלערהייט, און ער האט אין מח א פראפייל אויף יעדן פון די הונדערטע אויסהערער'ס. לעת הצורך וועט ער אייביג וויסן וויאזוי מגיב צו זיין צו יענעם, און מקרב זיין - צו אפילו א טשעפע טאן - און אזוי ארום מחזק זיין. ער קען זיך בייזערן און ער קען לאכן, ער קען שרייען און ער קען מאכן א קול דממה דקה צו גאר ווערן פלוצים שטיל. ער האט ארויס פונקטליך וויאזוי צו 'כאפן קרבנות'... אבער געווענליך לוינט זיך צו זיין זיינס א קרבן [כאטש ער האט שוין אויך געמאכט גענוג טעותים דורכאויס זיין קאריערע].

אלס ארגאנאזירטע קהילה, קען ער אסאך מאל דוכפירן שטארקע זאכן. צו זאל עס זיין זיין פרישקייט צו גיין יעדע צוויי יאר קיין מירון, ווען ער שלעפט מיט א ריזן צאל בני הקהילה, צו זאל עס זיין א החלטה אז מ'זאל לערנען שבת נאכמיטאג ברוב עם אין ביהמ"ד, צו זאל עס זיין אן ערנסטער דאווענען. ער וועט רעדן דערפון איינמאל, און נאכאמאל, און נאכמאל, ביז ער וועט אדורכברעכן די נקודה וואס ער וויל איינפירן.

כאטש - אדער בעסער געזאגט: צוליב - דעם וואס ער האט אזא שיינע קהילה, זוכט ער נישט קיין פאמפע און שטעלט זיך נישט ארויס אין גאס. ס'פעלט קיינעם נישט אויס, ער איז גענוג פארנומען מיט זיינע חברה, און דארף נישט קיין חתימות הענגען איבעראל צו לאזן וויסן זיין עקזיסטענץ. ער האט אונטער זיינע פליגל א כולל, א ביהמ"ד, טעגליכע שיעורים, נאך אפאר וועכנטליכע שיעורים, הונדערטער מקשיבים, און פילצאליגע 'קעיסעס' וואס ליגן כסדר אויף זיין טיש. ער איז מער ווי צופרידן צו קענען זיצן אין זיינע ד' אמות, אז ווער ס'הערט נישט פון אים זאל טאקע נישט דארפן הערן פון אים...

כאפנדיג א שמועס מיט אן ערנסטער מענטש וואס גייט כסדר צו זיינע שיעורים, האט ער מיר אמאל מגדיר געווען די זאך בכי טוב. דער חפץ חיים האט געזאגט דעם באקאנטן משל, אז א דארפסמאן איז אמאל אריין אין שטאט און געזען ווי דער עולם זיפט די וואסער צו קענען טרינקן. ער האט נאך קיינמאל נישט געזען אזא זאך, און מ'האט אים מסביר געווען אז דאס איז כדי ארויסצונעמען שמוץ וכדומה, אז די וואסער זאל זיין ראוי פאר מענטשן. א שטיק צייט שפעטער איז ער נאכאמאל געקומען אין שטאט, און בשעת מעשה האט געברענט א שריפה אין א הויז, האט ער געזען ווי מ'נעמט שמוציגע וואסער פון טייך און מ'פולט אן גאנצע עמער'ס מיט דעם. ווען ער האט זיך אויסגעדריקט פארוואונדערונג אז מ'זיפט נישט די וואסער, האט מען אים געענטפערט אז בשעת מ'זיצט על מי מנוחות און ס'פארגלוסט דיר א טרונק, נעמט מען נאר דורכגעזיפטע וואסער, אבער ווען ס'ברענט א שריפה כאפט מען וועלכע וואסער מ'טרעפט נאר כדי צו פארלעשן די פייער.

האט דער חפץ חיים אויסגעפירט, אז אמאל האט זיך אויסגעפעלט צו באטראכטן יעדע מוסר זאגער מיט א פארגרעסערונגס גלאז, כדי צו זיין זיכער אז די וואסער, די באר מים, וואס ער געבט צו טרינקן, איז ריין און ציכטיג. אבער היינט צוטאגס ווען 'ס'ברענט א פייער', כאפט מען וואסער פון וועם אימער. ווער ס'האט נאר אמת צו פארקויפן דארף מען נוצן זיינע וואסער, אפגעזען צו ער איז אן אויסגעארבעטער איד ברמ"ח ושס"ה. מיט דעם האט מיר יענער גע'מסביר'ט פארוואס ער גייט כסדר צו זיינע שיעורים, ווייל אפילו רבי בנימין פליט נישט אין הימל, און פארקויפט נישט אז ער פליט אין הימל, איז ער אבער פון די לעצט פארבליבענע קוואלן פון וואסער וואס לעשן נאך פייערן.

שמועסנדיג מיט איינע פון די חברי הקהילה, האט יענער איראניש געזאגט אז ווען ער איז געווען א קינד, איז ער געווען אין זעלבן קאנטרי ווי רבי בנימין. די 'אייזנבערגער' משפחה איז געווען מער ליטוויש געשטימט, בשעת ווען יענעמ'ס משפחה איז געווען א.ג. 'חסיד'יש'. דערציילט ער, אז זיין טאטע האט אים דעמאלס געזאגט אז ער זאל וויסן נישט צו ווערן צו נאנט מיט די 'מאדערנע' אייזנבערגער משפחה... יענער לאכט היינט קוקנדיג אויף זיך און אויף רבי בנימין, ווי שנעל ס'קען זיך טוישן א וועלט.

כ'דארף צוגעבן, אז גראדע איז די שטוב דארטן זייער א שיינע תורה'דיגע שטוב, און מאנכע טענה'ן אז רבי בנימין'ס טאטע איז גאר די יסוד צום זונס סוקסעס, ווארום ער האט אים מדריך געווען אין אנהויב וויאזוי צו פירן זיין קהילה, וואס האט זיך טאקע אזוי שיין צובליהט.

אסאך קען מען צולייגן, און א היבש ביסל האט מאראנצןזאפט שוין געשריבן מיט זיין באצויבערנדע שפראך, אבער לעת עתה וועל מיר מיט דעם שליסן די ארטיקל אויף רבי בנימין אייזנבערגער.

בלייבט מיר נאר איבער צו וואונטשן דעם קהילה, והעומד בראשה, אז די פלאץ זאל ווייטער בליען בכמות ובאיכות. און הלואי זאלן זיין נאך צען רבי בנימין'ס - ווי מיין טאטנס הגדרה הנ"ל - וואלט כלל ישראל אויסגעזען שענער.


[center]במה אברכך: פירותיך מתוקים, צילך נאה... אלא:
'שכל נטיעות שנוטעין - יהיו כמותך'![/center]
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]יראה כאילו בעל השמועה עומד כנגדו...

דא האט איר אפאר בילדער פון הגאון רבי בנימין אייזנבערגער שליט"א,
רב דקהל 'היכל התפילה':
[/center]


[center]א טיפישע דרשה פון הרב בנימין אייזנבערגער. דא געבט ער א התחלת הזמן שיעור פאר ישיבת מיר בירושלים עיה"ק.
רבי-בנימין-אייזנברגר-בפתיחת-הזמן-בישיבת-מיר-10-470x352.jpg


די פארזאמלטע ציבור ביים שיעור.
רבי-בנימין-אייזנברגר-בפתיחת-הזמן-בישיבת-מיר-12-470x352.jpg


ווי דערמאנט, איז ער פון די ערשטע - און סוקסעספולסטע - וואס האבן מסדר געווען די אינטערנעט פראבלעם אין קהילה.
דא איז זיין מכתב בכתב ידו, צום ארגעניזאציע guard your eyes.

eisenberger.jpg


עס איז דערמאנט געווארן זיין מנהג צו פארן יעדע צווייטע יאר קיין מירון עם בני קהילתו.
דא האט איר א פייערדיגע ריקוד אין מירון.

המשפיע-רבי-בנימין-אייזנברגר-בריקוד-במירון-צילום-שוקי-לרר-4-470x312.jpg


הרב בנימין אייזנבערגער ביים באקן מצות.
הגרב-אייזנברגר-באפיית-מצות-תשעג-3-470x352.jpg
[/center]
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: לבנימין אמר: ידיד ה'! [הרב בנימין אייזנבערגער].

שליחה דורך ירא שמים »

די סוקסעפולסטע? דהיינו? וואס איז זיין סוקסעס איבער אנדערע אין דעם הינזיכט?
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

אן אינטערסאנטע שריפט האט ער
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ירא שמים האט געשריבן:די סוקסעפולסטע? דהיינו? וואס איז זיין סוקסעס איבער אנדערע אין דעם הינזיכט?

ווי דערמאנט אינעם ארטיקל זעלבסט, האט ער שוין פארפירט דערוועגן פופצן יאר צוריק, און האט שוין דאן אויפגעטון גדולות ונצורות ראטעווענדיג מענטשן וואס זענען שוין געווען 'אונטערן נעץ' ממש. ער האט געמאכט א מהפיכה ווען די רבנים האבן נאך געטאפט א וואנט.
אהרן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 1:48 am
געפינט זיך: לבי במזרח ואנכי בסוף מערב
האט שוין געלייקט: 452 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 250 מאל

Re: לבנימין אמר: ידיד ה'! [הרב בנימין אייזנבערגער].

שליחה דורך אהרן »

הערליך שש, זיייר באטעמט צו ליינען ווי אזוי די צונעמסט א נושא.
רוב האנשים לא באמת רוצים חופש , כי חופש כרוך באחריות ,ורוב האנשים פוחדים מאחריות .
זיגמונד פרויד
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

גם אני מצטרף. שש דו האסט א זעלטענעם פעדער. אויסער טינט, רינט אויך ארויס זאפט.. עס לייענט זיך זייער געשמאק.

לגבי די עצם באשרייבונג, נתת שמחה בלבי. ווען אימער איך לייען ביאגראפיעס פון אזעלכע דאון-טו-ערטה משפיעים, וואקסט מיין הארץ פון פרייד. דאס איז א שטראל פון האפענונג צווישן אזויפיל נעגאטיווע אשכולות מלא טענות אויף די מנהיגי הדור. כיתרון האור מן החושך. זאלן מיר טאקע זוכה זיין אז ירבו כמותו בישראל. נישט נאר אין בארא פארק נאר טאקע אויך אין מאה שערים דאמעריקע, בתוככי וויליאמסבורג. מיר זאלן אלע קענען נהנה זיין דערפון און שפירן א טעם אין אידישקייט, אין א דאווענען, שיינע שיעורים.
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ריכטיג האט געשריבן:וואס זאל איך טוהן אז דער מענטש ציהט מיר בכלל נישט? אפשר נאך איך וועל לייענען וועט זיך טוישן מיין בליק אויף איהם.

אזויפיהל בעהט איך יא: שרייב ר' שש שרייב, נישט קיין חילוק איבער וואס, איך לייען דיינע געשרייבעכצער מיט דארשט. מיין בליק אויף ר' בנימין האט זיך אביסל שוין געטוישט פון דעם אליין אז ר' שש האלט אז ס'איז דא וואס צו באשרייבן.

תכלית ר' [tag]ריכטיג[/tag], האט זיך דיין בליק אויף אים געטוישט, אדער נישט?!


------
דער עולם איז ממש אזוי שטארק מסכים אז קיינער האט נישט וואס מוסיף צו זיין? אדער איז עס גאר 'שתיקה דרגזנותא'?... :)
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 341 מאל

שליחה דורך קפה נמס »

אהרן האט געשריבן:הערליך שש, זייער בא'טעמ'ט צו ליינען וויאזוי דו צונעמסט א נושא.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

איך קען איהם נישט, ר' שש, ולך איפא מה אעשה?
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: לבנימין אמר: ידיד ה'! [הרב בנימין אייזנבערגער].

שליחה דורך ירא שמים »

נאך וואס ר׳ שש האט אים אזוי לעבעדיג פארגעשטעלט קענסטו אים נאכנישט?!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אדנירם האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:וואס זאל איך טוהן אז דער מענטש ציהט מיר בכלל נישט? אפשר נאך איך וועל לייענען וועט זיך טוישן מיין בליק אויף איהם.

אזויפיהל בעהט איך יא: שרייב ר' שש שרייב, נישט קיין חילוק איבער וואס, איך לייען דיינע געשרייבעכצער מיט דארשט. מיין בליק אויף ר' בנימין האט זיך אביסל שוין געטוישט פון דעם אליין אז ר' שש האלט אז ס'איז דא וואס צו באשרייבן.

תכלית ר' [tag]ריכטיג[/tag], האט זיך דיין בליק אויף אים געטוישט, אדער נישט?!

יא, דעפיניטעלי.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דא האט איר דעם גאנצן ריזן ארטיקל אויף פי. די. עף.

להנאת הציבור:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אדנירם: אויף דיין קפיטל ב' פון מגילת בנימין ידיד ה' האביך א קליינע הערה'לע. די גאנצע באשרייבונג איבער ר' בנימין אייזנבערגער שליט"א איז וואונדערליך אראפגעשריבן און ס'ווארעמט דאס הארץ אז ס'דרייען זיך אזעלכע גדולי ישראל צווישן אונז. איך קען זיין טאטע, און איך האב אמאל געטון ביזנעס מיט איהם. נאר איבער די לעצטע פאר שורות פון דעם פאראגראף האביך א זייטיגע באמערקונג. אז דער יונגערמאן וועלכער איז געווארן א בעל תשובה אדאנק די השתדלות פון הרב ר' בנימין שליט"א איז היינט א באלאנסירטער מענטש. ווייל איך האב דעם היינטיקן שבת אין ביהמ"ד איינגעזעהן אז א געבוירענער אדער געווארענער פרומאק איז נאך אלס מער באלאנסירט ווי אן אפיציעלער בעל תשובה. ווייל דער רב הצעיר אין מיין ביהמ"ד איז א ..."פרומער"...און ס'דאוונט אויך דארט אן אפיציעלער .."בעל תשובה"... דער רה"צ לאזט נישט רעדן ביים דאווענען. ער איז א הויכער איד (בגשמיות וברוחניות) און ער זעהט איבער'ן גאנצן ביהמ"ד ווער ס'שמועסט. נעכטן האביך א ביסל גערעדט א פאר ווערטער מיט אן עלטערן איד, איהם א ביסל מחזק צו זיין. און דער רה"צ שליט"א איז דארט אדורכגעגאנגען. ער האט נישט געזאגט קיין ווארט. ווייל ער האט פארשטאנען די מטרה פונ'ם שמועס. משא"כ דער חשוב'ער חוז"ב, אויב איינער זאגט נאר ארויס א ווארט אין זיינע ד' אמות, נעמט ער זיך קלאפן מיט די הענט אויפ'ן טיש. און מיט די פיס אויף די פאדלאגע. (פלאהר, בלע"ז(...!
פארשפארט