כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:רבונא דעלמא כולא. ווער רעדט דא פון פסק'נען. ווער רעדט פון מאראל און לאגיק. וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין אזא פשוט'ע שאלה, איך האלט שוין אינמיטן מסביר זיין דעם צוויי און צוואנציגסטן מאל. איך פרעג נישט צי וואס זיי טוען איז בארעכטיגט פאר אונז, אונז זעמיר דאך אונז און זיי זענען זיי. מיין שאלה איז צי מעגן אונז אומבארעכטיגן און פארפיינטן דאס וואס זיי האלטן זיך צו זייערע חוקים ומשפטים אויפן חשבון פון נפשות פון אזעלעכע וואס גלויבן נישט אין זייער תורה. און טאמער דער ענפער איז יא - זיי זענען פסול ווייל זיי האבן נישט קיין רעכט צו הרג'נען אומשולדיגע מענער פרויען און קינדער צוליב זייערס א גלויבן - איז די קשיא מה נשתנו אלו מאלו.
לאז מיך עס אראפלייגן אויף א מער א מגושם'דיגער פארמאט. אויב א רעפארטער אין א צייטונג אין אינדיע למשל זאל שרייבן אז די היינטיגע ראדיקאלע איסלאמישע הענקער זענען אן איבערשפיל פון די אמאליגע מלכות ישראל, וואלט איר געהאלטן אז דער איז אומאויפריכטיג, אדער וואלסטו פארשטאנען אז לפי השקפת עולמו וואס ווייסט קיין ברטנורא מיט קיין פשט'לעך איז ער הונדרעט פארצענט גערעכט?
גענוג פשוט?
די סיבה פארוואס מען קען נישט קעטשן די 22 מאל וואס דו האסט געשריבן דיין שאלה איז וויבאלד איר רעדט אנדערע שפראכן. דו רעדסט עפעס א מאדנע קאוד לענגוועיזש וואס לויטעט אז מיר דארפן קענען מסביר זיין אונזער פאזיציעס לאגיש און מאראליש, ממילא האסטו פיינע קשיות פון מה נשתנו אלו מאלו. אויב מיר נעמען אוועק די צוויי הנחות (אדער נבראים ווי הקטן רופט עס) בלייבסטו אן קשיות און אלעס ווערט הערליך פארענטפערט.
בקיצור, דו פארלאנגסט פון דעם פופנדאמענטאליסט ארויסצוקוקן פון זיין רעליגיע און זאגן א מיינונג אינדרויסן דערפון. פאר דעם פונדאמענטאליסט איז דאס בערך אזוי ווי דו זאלסט פרעגן: לו יצוייר אז טויט איז א מורא'דיגע גוטע זאך, וואלטן דען נישט די אייסיס געווען די מאראלישסטע מענטשן? ס'איז א היפאטעטישע שאלה אינדרויסן פון מציאות וואס מאכט נישט קיין שום נפקא מינא אין זיין מחשבה.