יעקב מענטש האט געשריבן:
אז מ'דינגט נאר איין דזשעניטאר צו רייניגען א גרויסע לאנטש רום, קענסט אים בלעימען אז ס'איז שמוציג ?
איך האלט גראדע נישט אז די פיילן דארפן זיין געציהלט צו די רבנים, איך האלט אז דא דארף זיין א וועד הישיבות וואס טוט רעפרעזענטירן אלע ישיבות, און מ'טיילט זיך מיט די פתולת און די עידית, און 'נאר אזוי' קען מען דאס מתקן זיין,
און זיי זאלן אויך פאנד רעיזען פאר די ישיבות אזוי ארום שאפן א 'שטיקל' אינסענטיוו פאר די ישיבות -וואס עפ"י רוב מוטשען זיך פינאנציעל - אנטייל צונעמן. אבער נישט דאס איז דער שליסל צו סוקסעס, דער עיקר איז אז ס'זאל זיין א גרעסערע פראצענט ישיבות אנגעשלאסן דערין ווי נישט.
אין ווילי ביי ביידע סאטמערע פראקציעס איז די זאך זייער שיין מסודר,
יעקב מענטש שלאגט פאר א געוואלדיגע עצה. די עשירים דארפען זיך צוזאם נעמען באגודה אחת און זיך אינטערנעמען, וועלכע ישיבה ס'נעמט נישט א מינימום 5-10 פארצענט פון די וועד הישיבות ליסט (די וועד וועט מסדר זיין כל שאין להם קטף ונטף) גיבט מיר אונז נישט קיים געלט. די ראשי ישיבה איז נישט וועלטס פארזארגער. די גביר איז אויך נישט. אונז זעמער מחזק תורה, נישט ביזנעסעס.