![בילד](https://pbs.twimg.com/media/CT9-1b8WoAAfYWt.jpg)
Children!!
![בילד](https://pbs.twimg.com/media/CT-A_GcWEAAZnao.jpg)
https://www.washingtonpost.com/news/wor ... ?tid=sm_fb
יואליש האט געשריבן:ס'איז צום האפן אז די הויכפונקט פון די דרשות ביי יעדע כ"א כיסלו פייערונג וועט זיין צו דערמאנען די אמעריקאנער אידנטום און באפעלקערונג אז NEVER AGAIN! אונזער בלוטיגע היסטאריע פון יענע יארן לעבט מיט אונז און מיר וועלן קיינמאל נישט שטיצן א קאנסערוואטיווע אנטי פליטים פלאטפארמע, מיט רעטאריק און געזעצן קעגן פליכטליגן פון מלחמה זאנעס. נעווער איגען וועלן מיר שטיין גלייכגליטיג ווען די פאלאטישאנס לויפן נאך די המון עם'ס פחדים איבער די פרעמדע אינוואנדירער, וועלכע זענען ע"פ רוב באמת נרדפים און לויפן פאר זייער לעבן.
Children!!
https://www.washingtonpost.com/news/wor ... ?tid=sm_fb
בנימין האט געשריבן:אויב רעדסטו פון די פליטים פון סיריע, האב איך א הומאנעטערישן געפיל זיי נישט אריינצולאזן. זיי זענען פאטענציאלע רוצחים. די סוגיא איז גאנץ אנדערש ווי אין 1939.
בעריש האט געשריבן:על אף אז דער גרויסער רוב בתוכם זענען טאקע לעגעטימע פליטים (כאטש זיי שטייען נישט אויס עקסטינקשען ווי די אידן און אייראפע בשעתם).
בנימין האט געשריבן:זיכער זענען געווען גוטע תירוצים פאר'ן נישט וועלן אריינלאזן די אידן. די אלע סיבות זענען אבער נישט געווען קיין באלדיגע לעבנ'ס געפאר פאר'ן לאנד. יעדער ווייסט אז אריינעמען פליטים איז נישט די געשמאקסטע זאך פאר סיי וועלכע לאנד, מען דארף אבער אוועקלייגן נגיעות אין דער זייט ווען עס קומט צו אומגליקליכע מענטשן וועלכע האבן נישט קיין גואל.
טייל פון פליטים פון סיריע האבן שוין באוויזן וואס זיי קענען אין פאריז. און אריינעמען די זעלבע סארט מענטשן קין אמעריקע, קען יא זיין א באלדיגע לעבנ'ס געפאר פאר'ן לאנד.
בלייבט די פראגע ווי שטעלט מען די ליניע פון אוועקגעבן פון זיך לעומת רחמנות האבן אויף זיי.
יואליש האקט אריין מיט ענליכע געדאנקען. נו, זאג דו אליין, נאכ'ן מיטהאלטן די טעראר אין פאריז, ביזטו גרייט אזוי סאך אויפצוגעבן פאר רחמנות? אדער דארף מען אויך רחמנות האבן אויף זיך אליין אביסל. און אפילו ווען סכנות וועלן אייביג בלייבן, מעג מען דאך טון וואס מען קען כאטש צו פארמינערן די סכנות.
יואליש האט געשריבן:ווען דער קאנסערוואטיווער פאליטיקאנט וועט זיין גרייט צו אויפגעבן זיין "רעכט" צו פארמאגן סעמי-אוטאמעטיק וואפן און זאפאסן פון ביקסן פאר די סעפטי פון אמעריקאנע קינדער (נישט קיין חשש, א טאג טעליכע מציאות) און פאר די מניעה פון טעראר וואס אמעריקע גייט ווירקליך דורך יעדע פאר חדשים (נאכמאל, נישט קיין חשש, א מציאות), וועל איך וויסן אז זיי זענען ערענסט מיט זייער קלעים אז מ'ברויך שוקל זיין די סכנה אין די "סעקרעפייסעס" מיר זענען גרייט צו מאכן דערפאר. ביז דאנמאלס בין איך איבערצייגט אז די דעבאטע איז בלויז אן אטעמפט צו אויסנוצן א טראגעדיע פאר עקזעסטירענדע אגענדעס. און היסטאריע זאגט אונז אז פאליסיס געמאכט אונטערן שאטן פון פחד אויסגעניצט ביי פאלאטישאנס איז א דיזעסטאר. ס'האט געשפילט א ראלע אין אנהייבן מלחמות (כמעט יעדע אגרעסיווע מלחמה אין היסטארי) און אוועקענעמן רעכטן פון בירגערס און זיך באגיין מיט אכזריות אין אלגעמיין מיט מענטשן.
יואליש האט געשריבן:בנימין האט געשריבן:אויב רעדסטו פון די פליטים פון סיריע, האב איך א הומאנעטערישן געפיל זיי נישט אריינצולאזן. זיי זענען פאטענציאלע רוצחים. די סוגיא איז גאנץ אנדערש ווי אין 1939.
איז א דייטש אדער א סאוויטישע איד (דורכאוס די קאלטע קריג) נישט געווען א פאטענציעל אינפילטערעט שפיאן אדער סאבאטזשירער? מ'האט אנגעשפארט יאפאנעזער אמעריקאנער אלס חשדות. ווען פחד נעמט איבער די געדאנקן איז אלעמאל דא א פאטענציאל רוצח אין יעדע אימיגראציע פאליסי. מיינסט טאקע אז מ'האט נישט אריינגעלאזט אידן פונעם שיף בלויז ווייל מיר ברויכן נישט קיין אידן? הגם דאס קען אויך האבן געווען די מציאות, אבער ס'האט געהאט בעיקר צו טוהן מיט די אלגעמיינע אנטי אימיגראציע גייסט אין לאנד.
יואליש האט געשריבן:כ'ווייס נישט פאר א פאקט אז דאס איז געווען די חשש (און טאמיר נישט א פאשיסט איז ער זיכער א קאמיוניסט.... ווי די ביטערע איראנישע מצב פונעם איד האט דאנמאלס דיקטירט), כ'ווייס אז ס'איז געווען אן אלגעמיינע aversion פאר סיי וועלכע סארט אימיגראציע און דאס איז מסתם געווען די עיקר קעגנערשאפט וואס האט אריינגענעמן "אויך" דעם איד אין זיין קלעם. אבער די פאניק פון דייטשע אינפילטראציע האט זיכער עקזעסטירט דורכאויס די ערשטע וועלט מלחמה. כ'קען זעהן א גאזיליאן טאלקינג פאונטס וואס קאנסערוואטיווע וואלטן ארויסגעשיבט אין די 1930ס. און ס'וואלט טאקע געווען אינטערעסנאט דאס צו דורכטוהן. אבער פארלאזענדיג זיך אויפן כלל פון מה שהיה הוא שיהיה בין איך גאנץ קאנפידענט אז די אלע טאלקינג פאונטס זענען געניצט געווארן.
יואליש האט געשריבן:מיר, מער פון סיי ווער, האבן נאטירליך א בייעס כלפי נרדפים און די פארוואגעלטע ווייל מיר ווייסן וואס דאס מיינט, על דבר אשר לא קדמו אתכם בלחם ובמים. און דאס איז געווען מיין אריגינעלע נקודה (כ'בין נישט דא צו פארמינערן די חשש און די סכנה מיט וואס מיר לעבן שוין פאר יארן). ווי ליגט אינזער בייעס? איך וועל טרעפן ק"נ טעמים להצדיק הנרדף ווייל כ'האב געוואלט אז מיינע עלטערן זאלן האבן פארדינט פון אזא בייעס ווען זיי זענען געווען אין א סכנה.