ליבעראלן, גענוג איז גענוג!
ליבעראלן, גענוג איז גענוג!
איך האב כעת קיין שייכות מיטן פאליטיק פון 'קאנסערוואטיווע' לעומת 'ליבעראלע', כאטש איך שפיר מער שייכות מיט געוויסע קאנסערוואטיווע דעות זייענדיג א גלויביגער מענטש. נאר לאור דעם אשכול [וואס מער ווייניגער איז מיין אשכול א תשובה דערצו] וויל איך דא ארויסברענגען איין - גאר וויכטיגע - נקודה:
די היימישע ליבעראלן אין קאווע שטיבל, האבן קיין טענות מוצדקות! ערגער פון דעם, זיי זענען געפערליך איינזייטיג מיט זייערע טענות!
[center]סיריער פליטים = אידישע האלאקאוסט![/center]
כ'וועל מעלים עין זיין פאר א רגע פונעם פאקט, אז ישראל קאפקע איז פארנומען נאר מיט די שלעכטס פון מדינת ישראל, שלעכטס פון די קאנסערוואטיוון, און שלעכטס פון יעדער וואס איז נישט קיין לינקער אדער אן אראבער. כ'וועל מיך אויך מתעלם זיין פונעם פאקט, אז שבת אחים (וה"ה יואליש) איז נאר אויסן איין זאך, און דאס טרייבט זיין לינקע אגענדע [והמבין יבין. ומי אינו מבין?]. כ'וועל יעצט סך הכל רעדן לגופן של הטענות שהועלו כאן, און אדרבה, זאל יעדער זען ווי לעכערליך זייערע טענות זענען [על אף די א.ג. 'רעכטע' שטעלונג איבער דעם, איז נישט באזונדער פאפולער אינעם 'אויפגעקלערטן' קאווע שטיבל]:
קודם כל, פאר די אלע וואס זענען מדמה די סיריער פליטים צו די אידישע פליטים בעפארן וועלט מלחמה. ביטע נוצט נישט טענות וואס שטימען ענדערש פאר א פי האתון. ווער איז דער אתון וואס פארגלייכט די פליטים מיט די פליטים? איז דען געווען א פאטענציעלע שרעק אז די אידישע פליטים וועלן שרייען אללא אכבאר און הרג'ענען אפאר מענטשן מיט זיך?! קום מיר נישט מיט אראגאנטע חוצפה זאגן, אז דעמאלס זענען אויך געווען 'פחדים' איבער קאמוניסטן וכדומה. ווען איך רעד איבער הרג'ענען מענטשן, ענטפער מיר נישט מיט שפיאנען! ס'ארא חוצפה צו מאכן א פארגלייך! וועסטו מיר זאגן, אז די פאליטישאנס האבן דעמאלס געזאגט אזוי? מה לי ולהם?! איך בין עפעס שולדיג פאר די קאנסערוואטיוון/ליבעראלן פון היינט צו פון 70 יאר צוריק? איך רעד פון דיין שכל הישר וואס זאל קובע זיין.
נאך א זאך, זיי נישט מדמה די מצב היינט און די מצב דעמאלס, ווייל דעמאלס איז געווען א סיסטעמאטישע ראסן מארד אויף דאס אידישער פאלק, א זאך וואס קומט נישט פאר אין סיריע לכולי עלמא. אודאי איז דארט אויך א סכנת חיים, אפשר ערגער ווי אפריקע'ס הונגער וואס לייגט אוועק מיליאנען יאר יערליך און משום איזה סיבה שלינגט דאס יעדער אראפ - ליבעראלן אריינגערעכנט, אבער קיין דמיון צום האלאקאוסט איז עס נישט. סאו זיי נישט מדמה מילתא למילתא ווען ס'איז פשוט נישט דומה. כאטש איך וואלט זיי סייווי געקענט ארייננעמען - אפילו זיי שטייען נישט אין אזא קנה מידה'דיגע סכנה ווי די אידן 70 יאר צוריק.

[center]ב.
די פחד פונעם מוסולמענער עקסטרעמיסט.[/center]
צוריק צום סכנת חיים וואס 'מיר' שטייען אויס פון 'סיריער' פליטים. קען מיר איינער מסביר זיין די הגיון אין אזא זאך, איך זאל אריינגיין אין א ספק סכנה צוליב זייער סכנה [אפילו זייער סכנה איז מער נאנט, מער זיכער, און אין א גרעסערע צאל]? אז איך האב א ספק ספיקא אז דו וועסט שטארבן צוליב'ן ארייננעמען א משוגע'נער עקסטרעמיסט, דארף איך ארייננעמען די חברה? איך צייל עפעס קעפ? איך צייל עפעס מיינע קרבנות לעומת זייערע קרבנות? אמעריקע דארף זיך זארגן פארן וועלט, בעפאר'ן זיך זארגן פאר יעדן יחיד ויחיד אין אמעריקע? וואספארא נאנ-סענס מען קען אלס צאמרעדן בשם 'ליבעראלע', 'אויפגעקלערטע', 'הומאנע', שיטות [שטיות, כצ"ל]!
און יא, ווען מ'כאפט אן דעם אלטן לינקער אידעאלאג ביים גארגל, און מ'שרייט אים אריין אין אויער: הערט גוט וואס מ'רעדט צו אייך, איר לייגט זיך אריין אין א ספק סכנה, צוליב'ס יענעם ספק - צו וודאי - סכנה, וואס ענטפערט ער? הערט א מין ענטפער:
דו ביזט נישט גוט, דו ביזט א שייגעץ, דו ביזט א קאנסערוואטיווע-שמאלקעפיגע-ראסיסטישע-מיטל-אלטער-סטיל אויסגעוועפטער פייפער, אבער איך? איך בין נישט דא צו מאכן סעלושענס, איך גיי אפילו נישט געבן א בלינק מיטן אויג אויב דער סיריער פליט וועט איין טאג דורכפירן א בלוט באד אין אמעריקע, איך בין 'ליבעראל'. איך בין פון די אויפגעקלערטע, אאוט אוו די באקס, פראפעסארישע, פארגעשריטענע מענטשן! איך דארף ניטאמאל האבן א פלאן, איך דארף נאר שרייען 'געוואלד', דער סיריער דארף א היים, טאקע דא אין אמעריקע!

א מין ענטפער דאס. איך בין טאקע ווי דער סאטמארע בהמה וואס איז מוחה אין מאנהעטן קעגן מדינת ישראל, וואס ווייסט נישט וואס יא צו טון, נאר ער ווייסט נאר 'וואס נישט'.יואליש האט געשריבן:און כ'מיין עס גאנץ אמת'דיג. אויב זאגט מען זיך אפ פון אנטייל נעמען אין די לינדערן די פליטים קריזיס צוליב פחד פון טעראריזים ברויך מען גיין סך ווייטער פון דעם. מ'ברויך אפשטעלן אימיגראציע פון מיטל מזרח, צפון אפריקע און אפי' פון איירופע (צוליב זייער מיטל מזרח דעמאגראפיקס). צו זיך אויסדרייען די ריקן אויף די סיריע פליטים איז א ראדיקאלע מאוו וואס איז פאפולער אין די פאולס אבער האט זייער ווייניג פאליסי מעריטס.
אבער אלס א איד, אן אפשטאמיגער פון אימיגראנטן און א פערסעקיודעט קלאס, שפיר איך א פליכט צו ארויסהייבן און סימפאטיזירן מיט די סכנה אין וואס די סיריע פליטים גייען דורך. ס'איז די זשאב פון די רעגירונגס אנגעשטעלטע צו דיעלן מיט די סעקיוריטי חשש. ווען סאטמאר, למשל, פראטעסטירט ישראל'ס באהאנדלונג פון די אראבער קומען זיי מיט א קאמפריהענסיוו פאליסי פאר די מיטל מזרח סומעטאכע? ניין. זיי זענען דא אלס אדוואקאטן פאר א פואנט אוו וואיו. כ'שפיר דאס זעלבע איז מיט מיר, כ'ברויך זיין די אדוואקאט פאר די הומאנטארישע נקודה, וואס ווערט פארלוירן אין די דעבאטע. כ'בין נישט דא צו אפערען קאמפרעהענסיוו סעלושענס.
דו ביזט נישט גוט, דו ביזט א שייגעץ, דו ביזט א קאנסערוואטיווע-שמאלקעפיגע-ראסיסטישע-מיטל-אלטער-סטיל אויסגעוועפטער פייפער, אבער איך? איך בין נישט דא צו מאכן סעלושענס, איך גיי אפילו נישט געבן א בלינק מיטן אויג אויב דער סיריער פליט וועט איין טאג דורכפירן א בלוט באד אין אמעריקע, איך בין 'ליבעראל'. איך בין פון די אויפגעקלערטע, אאוט אוו די באקס, פראפעסארישע, פארגעשריטענע מענטשן! איך דארף ניטאמאל האבן א פלאן, איך דארף נאר שרייען 'געוואלד', דער סיריער דארף א היים, טאקע דא אין אמעריקע!
[center]ג.
מוסולמענער וואוינען אין די מערב וועלט.[/center]
יעצט צום נעקסטן שטאפל: וואס ווייזט די היסטאריע פון לאנדאן און פאריז? אז די ליבעראלן דארט האבן געפרעדיגט וואס זיי האבן געפרעדיגט זייט די צווייטע וועלט מלחמה, און יעצט עסן זיי די צואה וואס זיי האבן זעלבסט געמאכט אויפן ציבור! איינס פון צען פראנצויזן איז אן אראבער, און זיי האבן סיי געבויט די עקאנאמיע, און סיי זיך אהערגעשטעלט אלס ציווילע בירגער, אמת? ווער ווייסט פון טולוז צו זאגן, ווער ווייסט פון די אומצאליגע ראיאטן און פארברענטע קארס, ווער ווייסט פון די לאנדאנע סאלדאט וועם מ'האט גע'שחט'ן אין לאנדאן נוסח אייסיס, ווער ווייסט פון אלע אנדערע ענליכע זאכן וואס זענען א דירעקטע [[שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]'טע, כצ"ל] תוצאה פון די ליבעראלע לאקשן וואס מ'האט געפיטערט די אויפגעקלערטע אייראפעאישע יארן לאנג!
גייט מען קומען שרייען 'ראסיסט', צו 'איסלאמאפאביע', צו 'ראסע-פרופיילן', צו עפעס ענליכס. איך האב נייעס פאר אייך: דאס איז א לופטיגע, ליידיגע, דעמאגאגישע ווארט, וואס איז ענדערש געמאכט פאר ליבעראלע בת היענה'ס - וואס שטעקן זיך אריין די קאפ אין זאמד ווען זיי זעען א לייב אנטקעגן קומען - וואס ווילן מיט דעם זיך מתעלם זיין פונעם פאקט אז ס'איז נישט מעגליך צו האבן א פערפעקטע, גערעכטע, וועלט! אויב איך שטיי אין א ספק סכנה, גיי איך מאכן ראסע פראפיילונג, גיי איך האבן א פאביע פון יעדער מוסולמענער, און דו קענסט שרייען ראסיסט וויפיל דו ווילסט. אין פאקט, האסטו נישט קיין סעלושאן און איך האב יא! דיין סעלושאן איז 'לאמיר האפן אויף דאס בעסטע', און מיין סעלושאן איז 'לאמיר פארזיכערן דאס מערסטע'! דיין סעלושאן קען דיך ברענגען אין קבר, וואו מ'וועט לייגן א קראנץ בלומען זאגנדיג 'יא, ער איז געווען אן ארנטליכער מענטש, וואס האט מקריב געווען זיין לעבן ביודעים פאר יענעמ'ס לעבן', און איך גיי לעבן ווען דו שרייסט 'איסלאמאפאב'!
און אין א זייטיגן נאטיץ: קיין ראסיסט בין איך נישט - כלליות'דיג גערעדט, ביי די לעצטע שארפע אשכולות איבער שווארצע און איבער אראבער, האב איך געשריגן דעם קול פון אנטי-ראסיזם. די פראבלעם הייבט זיך אן, ווען לינקע עלעמענטן נעמען איבער קאנטראל פונעם ווארט, און נוצן דאס ווען אימער איינער רעדט פון לאגיק אנשטאט פון געפיל. יא יא, דיין געפיל לאזט דיך נישט אנקוקן די זאך ריכטיג, נאר רחמנות'דיג, און דערנאך איבערצייגסטו דיך אליינס - און דו מיינסט אז איך גיי מיך אויך איבערצייגן דערין - אז דיין מהלך איז 'אמת' און די אנדערע מהלך איז רשעות'דיג און קליינקעפיג.
קום אויך נישט מיט די אויסגעדראשענע טענה, איבער אונז ארטאדאקסן וואס מישן זיך נישט אויס מיטן אלגעמיינער באפעקערונג, לעומת די אראבער הדומים לזה. אין כאן דמיון ולא חצי דמיון, און א חוץ זיין א סעלף העיטינג חרדי [אדער שוין נישט...] איז דאס נישט גערעדט צום זאך. קיינער האט נישט מורא צו וואוינען לעבן א איד, איבער גענוג כאסידישע אידן האבן געבויט די עקאנאמיע [כ"ש ווען מ'איז אנגעקומען קיין אמעריקע פון אייראפע], מיר מאכן נישט אראבישע סטיל מחאות מיט ביליאנען שאדענס יעדן שני וחמישי, און קיין איד האט נאכנישט דורכגעפירט קיין אללא אכבאר'ס אין אמעריקע. צו מאכן פשוט'ער, באקאנט איז דער אלטער זאפטיגער ארטיקל פון יענעם גוי'אישער שרייבער איבער אייראפע'ס אויפטוישן אידן פאר אראבער, אנשטאט אידן וואס האבן געבויט - האבן זיי באקומען אראבער וואס האבן נאר חרוב געמאכט.

[center]ד.
די רעפובליקאנע קאנדידאטן.[/center]
ווייטער קומט שבת אחים מיט הימל שרייענדע לינקס אנטקעגן די רעפובליקאנע פרעזידענטליכע קאנדידאטן. איך בין נישט אויסן צו פארענטפערן קיין רעפובליקאנער, און כ'בין נישט זייער אדוואקאט, און כ'האב ניטאמאל געעפנט די לינקס, כ'האב סך הכל געליינט וואס ער ברענגט דא אראפ זייער 'שארפע סטעיטמענט'. אבער למען ה', וואס זענען די טענות?
אז טעד קרוז [א זון פון א קובאנער אימיגראנט. א גאר 'וויכטיגער' פאקטאר ארויסצוברענגען], האט געזאגט אז זיי זאלן גיין צו איסלאמישע לענדער. דו פארשטייסט אים נישט? זיי געהערן דא אין אמעריקע? נישט זייער קולטור שטימט מיט אמעריקע, נישט זייער רעליגיע שטימט מיט אמעריקע, און נישט די ראדיקאלע מענטשן וואס סיריע האט - שטימט מיט אמעריקע. וואס זוכן זיי דא? דאס אז ער איז א זון פון אן אימיגראנט, נעמט נישט אוועק די תוקף פונעם טענה! גראדע, אויב עפעס, איז דאס א ראי' אויף פארקערט: אמעריקע קען ארייננעמען, און אין פאקט נעמט אמעריקע אריין, אימיגראנטן וואס שטעלן נישט קיין געפאר צו אמעריקע.
נעקסטע לינק, אז דזשעב בוש האט געזאגט, אז מ'דארף ענדערש ארויסהעלפן קריסטליכע פליטים פון סיריע ווי מוסולמענע פליטים. ממש אן עוון חמור! אבער חוץ פון א פארריקטע לינקע מח, פארשטייט יעדער גלייך אז א קריסט אין סיריע געפונט זיך אין א פילפאכיגע גרעסערע סכנה ווי א מוסולמענער. און אפילו אן די טענה, איז פשוט אז דער קריסט איז נישט מסוכן פאר אמעריקע, ווידער דער מוסולמענער - קען מחליט זיין צו שרייען אללא אכבאר. און אפילו אן די טענה, כבר אמרנו לעיל אז דער מישט זיך אויס מיטן אמעריקאנער און דער נישט. אויב שוין ארייננעמען, פארוואס נישט ווער ס'פאסט ענדערש אריין אין דעם קולטור?
אה, דו האסט א 'מעדזשיק קארד' הנקרא: איסלאמאפאביע, ראסיזם, בלא בלא בלא. נו אויב אזוי, איז ער אפגעפרעגט און זיין טענה איז פארענטפערט. און א רגע, ווער דארף ענטפער'ס? סך הכל "כ'ברויך זיין די אדוואקאט פאר די הומאנטארישע נקודה, וואס ווערט פארלוירן אין די דעבאטע. כ'בין נישט דא צו אפערען קאמפרעהענסיוו סעלושענס".

[center]ה.
גאנס ביי קאנסערוואטיוון.[/center]
קומט אן אנדערע חכם אין שרייט: די זעלבע קאנסערוואטיוון וואס האלטן אז יעדער מוז האבן די רעכט צו פארמאגן א גאן, כאטש א גאן איז א פאטענציעלע מארד מאשין און ווערט כסדר גענוצט דורך משוגעים אויף ציווילע, זיי האלטן גאר אז מ'טאר נישט ארייננעמען די סיריע פליטים וואס קענען 'אפשר' ווערן מערדער איין טאג אין אמעריקע. אויבערפלעכליך - א שטארקע טענה. אבער טאקע נאר אויבערפלעכליך! קודם כל, איך געב עפעס גערעכט פאר דעם?! מיין טענה איז איבער סיריע, ענטפערסטו מיך מיט די קאנסערוואטיווע חברה וואס זענען זיך סותר, נו נו, א כפרה די קאנסערוואטיוון, א כפרה די גאנס, האסט עפעס וויאזוי מיך צו פארענטפערן מיין פראבלעם מיט די סיריער פליטים? אויב נישט, שווייג! פון צוריקשרייען וועגן גאנס, ווער איך נישט געהאלפן.
יעצט לאמיר צולייגן די נושא. ווען איך האנדל מיך איין א גאן, האב איך יעצט 'באקומען' עפעס וואס איך האב געוואלט. נעמליך, א גאן. איי צוליב דעם קען מארגן א צווייטער משוגע'נער הרג'ענען ציווילע? נו נו, אבער איך האב מיין גאן, מיר לוינט זיך עס. [גראדע האלט איך נישט אזוי, כ'בין נאר מסביר דעם קאנסערוואטיווער]. אבער ארייננעמען דעם סיריער פליט, וואס ברענגט עס מיר? איך האב דען די טובת הנאה פון האבן 'מיין אייגענע גאן' אז צוליב דעם זאל איך נעמען א שאנס פון א פאטענציעלע רוצח?!
אבער אפילו אן דעם, נניח דאס איז נישט קיין סיבה צו האלטן אזוי, איז דאך דא א סיבה פארוואס זיי עקשנ'ען זיך צו מעגן האבן גאנס. צוליבן הייליגן קאנסטעטוציע, די הייליגע מנהג פון האבן א פאטענציעלע מיליציע בלא-בלא-בלא. איי מענטשן ווערן גע'הרג'עט צוליב דעם?! לשיטתם, איז עס פארט ווערד צוליב די חוב קדוש פון האבן א מעגליכקייט אנצוהאלטן א דעמאקראטישע אמעריקע - לויט זייער פארטייטשונג. אבער וואס האט עס מיט ארייננעמען א פאטענציעלע איסלאמישע רוצח אין אמעריקע?
יעצט וועסטו מיר מוכיח זיין ווי אפגעפרעגט זייער שיטה אנצוהאלטן גאנס איז, נו נו, כ'בין אפילו מסכים צו דיך. גראדע האט דאס מיר פערזענליך פארעקלט פונעם קאנסערוואטיווער לאגער - וואס פונקט ווי די ליבעראלע - האקן זיי קאפ אין וואנט מיט לעכערליכע שיטות. אבער קענסט שוין נישט זאגן אז דער קאנסערוואטיוו איז א היפאקריט. לשיטתו, האט ער גאנץ פיין מחלק געווען צווישן זיין רעכט פאר א גאן, צום שמועס איבער ארייננעמען מוסולמענער פליטים.

[center]ו.
אחרית דבר.[/center]
טרם אפנה לדרכי, צוויי נקודות:
1. מיינע אויבנדערמאנטע טענות זענען גראד פון מיין מח ארויס, און נישט נאכן ליינען אדער הערן עפעס א קאנסערוואטיווער שמויגער. איך האב געוואלט רעדן פון מיין שכל ארויס דירעקט, אן קיין זייטיגע השפעה. אנדערש ווי די לינקע דא, וואס טראכטן נישט אליינס נאר ווערן אויפגעקלערט דורך גאר קלוגע לייט.
2. איך בעט שוין איבער ווער ס'האט זיך געשפירט געטראפן פון מיינע רייד, סך הכל נאכן ליינען דא אזויפיל לינקע דעמאגאגיע - פון זעלבסט האסנדע מענטשן - איז עס מיר געקומען צום ברעכן. דאס איז ארויסגעקומען, און א דאנק אייך פארן מיר געבן שעדליכע עסן... אבער כ'מיין קיינעם נישט פערזענליך, און מ'זעמיר ווייטער גוטע פריינט' .
צום לעצט:
קיין כבוד וועט דער אשכול לכאורה מיר נישט ברענגען, און די לינקע לאגער וועט מיך זוכן צו צופליקן - מיט רעכט לשיטתם - פאר מיינע 'אפיקורס'ישע' רייד, אבער נאכן ליינען כסדר די נארישע ארגומענטן און זען אז די שכל הישר'ניקעס האבן מורא ארויסצוזאגן זייערע ווערטער, האב איך גענומען מוט און געזאגט וואס איך האלט.
איך גלייב, אז רוב האלטן אזויווי מיר.
איך האף, אז אויב זיך טענה'ן - זאל זיין מיט מיינע תשובות און נישט אויפן משיב.

- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
איך האב נאר געליינט דערווייל אפאר שטיקלעך פון דיינע תגובות, כהאב אסאך וואס צוזאגן אבער היות אויף די מינוט בין איך זייער מיד וועל איך גיין קודם שלאפן און איך וועל מיך שוין אפרעכענען מיט דיר ווען איך וועל זיין פיין אויסגערוהט אבער פטור בלא כלום אי אפשר וועל איך דיר קודם ענטעפערן גאר אין קורצן אויף דיין שפראך: ״עפרא לפומייהו״!!!(קרעדיט רעבארן)....
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
כ'האב נישט געזעהן דיין קאמפרעהענסעיוו סעלושען. האסטו איינס אדער ביסט נישט גרייט צו רעדן פון דעם אז קיינער פון די אנטי אימיגראציע לאגער שטעלט נישט אהער איינס נאר שיטן פחד און האסע? סאמהאו איז עס גאר א פראבלעם ווען איינער איז אויפריכטיג מיטן מודה זיין אז ער האט נישט, אדער ס'איז בעצם נישט דא און קיינער האט נישט, א פולע סעלושען צו א פראבלעם. וואס איז דיין פארשלאג? און לאמיר זעהן אויפן פראקטישן פעלד (אנדערש ווי די אידילאגישע שמועס וואס מיר האבן געהאט) וויאזוי דאס שפילט זיך אויס.
ס'איז דא נאך מוסיף צו זיין אויף דיינע אנדערע שיינע נקודות פון אלע צדדים אבער וטבוח טבח והכן, און דער זמן איז אט אט. צום ווידערזעהן.

- mevakesh
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1000
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
- האט שוין געלייקט: 687 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
Re: ליבעראלן, גענוג איז גענוג!
איך בין נישט קיין שרייבער זיך צו פארמעסטן מיט שש אבער איך וויל ארויס ברענגען אפאר נקודות
א) די סיריער זענען אין א סכנה און קלעם טאקע נישט פונקט אזוי ווי די אידן ביים האלאקאסט אבער גענוג אן ערענסטן סכנה
ב) אייביג וועט זיין לעגיטימע טענות און פחדים קעגן אריינעמען אימיגראנטן אוודאי וועלן אונז זאגען אז רוזוועלט איז סתם געווען אן אנטיסעמיט און דערפאר האט ער נישט אריינגעלאזט אידן אבער עס איז קלאר אז ער האט געהאט געוויסע פחדים צו פון קאמוניסטען אדער פון דייטשע אינפילטרירער אדער פון א פליטים קריזיס
אוידאי איז יעצט די פחד פון טעראר גרעסער אבער פחדים איז דא אייביג
ג) מאכען א חילוק צווישען קריסליכע פליטים און מוסלעמענר איז א געפארפולע פרעצעדענט און דאס דארף ווערן אויסגעשלאסען פאר יעדע פרייז
און עס איז מיר א גרויסע וואונדער אויף דזעב בוש אז ער האט געזאגט אזאנס זעהט אויס אז ער איז געווארען אנגעשטעקט מיט טראמפמאניע

אגב איך בין געווען לעצטנס אין א קאר אין געהערט ווי מארק לעווין רעדט און מאכט חילוקים צווישען די אידן ביים קריג און די מוסלעמענער יעצט
און איין חילוק איז געווען אז די אידן האבען זיך אסימילירט צווישען די באפעלקערונג און די אראבער נישט איך האלט אז עס איז זייער א ריכטיגער חילוק איך האב נאר איין פראבלעם אז אונז היימישע אידן זענען מער ווי די אראבער מיט דעם

- שושן פורים
- ידיד ותיק
- הודעות: 816
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 500 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
mevakesh האט געשריבן:אגב איך בין געווען לעצטנס אין א קאר אין געהערט ווי מארק לעווין רעדט און מאכט חילוקים צווישען די אידן ביים קריג און די מוסלעמענער יעצט
און איין חילוק איז געווען אז די אידן האבען זיך אסימילירט צווישען די באפעלקערונג און די אראבער נישט איך האלט אז עס איז זייער א ריכטיגער חילוק איך האב נאר איין פראבלעם אז אונז היימישע אידן זענען מער ווי די אראבער מיט דעם
רוב אראבישע אימיגראנטן ווערן יא אסימילירט און אויסגעמישט מיט די אלגעמיינע באפעלקערונג.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 431
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:15 pm
- האט שוין געלייקט: 2038 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
שש, ס'דא איין פראבלעם וואס דו פארשטייסט נישט, אריינעמען סירישע פליטים איז די פראצענט סכנה פאר אונז די זעלבע ווי סיי וועלכען אנדערע אימיגראנטען.
אויב וויל אייסיס אריינשיקן דא איינעם איז די לעצטע וועג דאס צו טוהן דורך די פראסעס פון אימיגראנטען, וואו מגייט אדורך א משך פון צוויי יאר פון דרישות וחקירות, אינטענסיווע נאכפארשעריי, אויספילן פאפירן, שווערע ביורקראטיע, און אויב ס'דא סיי וואסערע חשש אדער אומקלארקייט אין דיין היסטאריע אדער בעקגראונד ווערסטו זאפארט צוריקגעוויזען און קענסט נישט אריינקומען.
פאר א טעראריסט זיך אריינצוווישען קיין אמעריקע איז אסאך גרינגער פון דעם ווען ער קומט אריין מיט א וויזע אלס גאסט, און האלט זיך אונטער דעם רעדאר ווילאנג ער וויל דא בלייבן,
די מענטשן וואס נעמען זיך די מי און פלאג פון ווערן א לעגאלע סיטיזען, און דורך גיין די צוויי יאר פון הארץ עסעניש, קודם מיינט עס אז די היסטארי זייערס איז הונדערט פראצענט קלין, און צווייטענס אז מוויל אנהייבן א פרישע לעבן, אן אמעריקאנע לעבן, און איבערלאזן אלא גארבידש פון וואו מען קומט. אנדערש פארוואס זאל מען מיטמאכען דעם פראצעדור.
און די היסטארי ווייזט טאקע אז פון די לעגאלע אימיגראנטען האט מען קיינמאל קיין צרות נישט געהאט, נישט קיין חילוק פון וואו זיי קומען.
זאלסטו מיר מוחל זיין, אבער די דאזיגע ווערטער איז ריין ראסיזם און די פונקט פארקערטע פון וואס אמעריקע איז געבויט אויף, און מיט דעם מהלך וואלסט "דו" נישט יעצט געזעצן דא אין אמעריקע על סיר הבשר.

אדנירם האט געשריבן: דו פארשטייסט אים נישט? זיי געהערן דא אין אמעריקע? נישט זייער קולטור שטימט מיט אמעריקע, נישט זייער רעליגיע שטימט מיט אמעריקע,
זאלסטו מיר מוחל זיין, אבער די דאזיגע ווערטער איז ריין ראסיזם און די פונקט פארקערטע פון וואס אמעריקע איז געבויט אויף, און מיט דעם מהלך וואלסט "דו" נישט יעצט געזעצן דא אין אמעריקע על סיר הבשר.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1650
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
- האט שוין געלייקט: 1407 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל
Re: ליבעראלן, גענוג איז גענוג!
שש איך וואלט מיך נישט געראכטן צו הערן אזעלכע פיינע רייד פון דיר איך פלעיג דיר אנקוקן ווי א לינקער יעצט זעי איך די האסט יא לאגיק און דיר אפילו איך דיסאגריע מיט דיך אויף כמה דברים דא בין איך אויף דיין זייט.
@יואליש טייערע א סעלאשען וואס קען גורם זיין אנדערע פראבלעימען איז נישט קיין סעלאשען די דארפסט פארשטיין אז די סיריע איינוואוינער האבן טאקע ערנסטע פראבלעימען אבער ביז דערווייל האבן די אמעריקאנער נישט די פראבלעימען איז ווי אזוי קענסטו זיין א מאבד עצמו לדעת און אהער ברעינגען די רוצחים דא אהער און אונזער לאנד עס איז נישט מיעגליך צו נאכגיין ווער עס איז יא אדער נישט א רוצח אז די גייסט אהער ברעינגען 10,000 סיריען לויט ווי אונזער פרעזידענט וויל אדער גאר 60,000 לויט ווי די דעמאקראטישע פראנט ראנער וויל גייט זיכער זיין דארט א גרויסע פראצענט רוצחים עס זענען דא גענוג אראבישע רייכע לענדער וואס וואלטן געקענט אריין נעמען די פליטים און זיי האלטן נישט דערביי ווייל זיי קענען זייער גוט זייער ברודער און זיי ווייסן צו שטייען ווייט פון זיי פארוואס דארפן אונז אהער ברעינגען די חורבן דא.
יש אומרים אז פליטים פון סיריע האבן אן געמאכט די רציחה און פאריז און יש אומרים אז זיי זענען געוועין פראנצויזישע בירגער און זיי ווילן אוועק מאכן די חששות אז ממעיג זיי יא אריין נעמען ווייל זיי זענען נישט די רוצחים אבער אדרבא קוק ווי דער אלט געזעסענער אראבער וואס איז שוין א פראנצויזישע בירגער און איז דארט געבוירן געווארן פירט זיך אויף איז אפילו וועסט וועלן זאגן אז די פליטים גייען האבן הכרת הטוב גייען דען זייער קינדער אויך האבן הכרת הטוב לויט ווי אזוי עס קוקט אויס ווערן די קינדער מער עקסטרים ווי זייער עלטערן איז קודם כל ציווישן די טויזנטער נייע פליטים גייט זיכער זיין רוצחים און די איבריגע קענען זייער קינדער נתהפך ווערן צו רוצחים מי ביקש זאת מידכם רמוס חצרי ווער איז די בהמה וואס איז נישט די רואה את הנולד (את שנולד כבר) און בריענגט אהער די צרה בידים.
און לגבי אונז יודען אפילו אונז מישען זיך נישט אויס מיט די אמעריקאנער אזוי ווייט פירן אונז א אייגענע ווירטשאפט און אונז פרעידיגען נישט פאר אונזער קינדער אז אמעריקע איז די שטן וואס מען דארפ פירן א דזיהאד אקעיגן זיי און אונז לאזן אמעריקע בלייבן אמעריקע עס איז דא ברוך השם פריעדאם אוף רעלידזיס דא און אמעריקע אונז מעיגן זיך פירן ווי אזוי אונז ווילן מען דארף זיך נישט אויסמישען צעווישן די אמעריקאנער גוים אבער דער אראבער וואס די גייסט אהער ברעינגען און אפילו נאר א קליינע חלק פון זיי גייען פרעידיגן פאר זיינע קינדער אז אמעריקע איז דער גרויסע שטן און גייען פרובירן צו מאכן דא אייגענע געיגנטער ווי די שאריע געזעץ גייט געוועלטיגן און קיין פאליציי גייט דארט נישט קענען אריין גיין אזוי ווי זיי האבן געטוהן און יוראפ און פון דארט גייט יעדע שטיק צייט ארויס קומען נאך און נאך רוצחיםאיז ווי איז דיין אחריות אויף דיין אייגען לאנד אויף גלויבל ווארמינג זארגסטו זיך אזוי שטארק און טעראריסטן ברעינגסטו אהער בידים?
פאר די וואס זאגן אז פארקויפן גאנס איז א פראבלעים זאלן זיי כאפן א בליק און ארץ ישראל ווי דאס האלט אפ אסאך געהארגעטע און אין פאריז וואס די עולם דרייט זיך נישט ארום מיט גאנס וואלט זיכער געוועין ווייניגער געהארגעטע ווען מענטשען האבן יא מיט וואס זיך צו פראטעקטן איז אז די געזעץ זאגט אז מענטשען האבן א רעכט זיך צו באשיצן מיט געווער ברעינג נישט אריין דא מענטשען וואס קענען ניצען די געווער פאר אנדערע צוועקן און וועיגן דעים צונעמען די רעכטן פון מענטשען לאז די רעכטן אויפן פלאץ איז לאז די יעניגע אינדרויסן פון דא.

- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
די שטארקסטע קשיא פארבלייבט, פארוואס ווילן די אלע אראבישע לענדער זיך נישט דערבארעמען אויף זייער ברודער וועלכע זענען פאריאגט און פארפלאגט? דער קוראן באפעלט נישט צו העלפן א פעלאו מוזלים?
ביי מלחמת עולם השני' הלואי וואלטן מיר געהאט אזויפיל אפציעס ווי די סיריע פליטים האבן (לייען: וואלטן געקענט האבן). עס איז ממש מרפסין איגרא. ווי אזוי פארלאנגט מען פון אמעריקע א זאך וואס זיי אליין צווישן זיך טוען נישט.

וירח ה' את ריח הניחוח
- mevakesh
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1000
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
- האט שוין געלייקט: 687 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
Re: ליבעראלן, גענוג איז גענוג!
שמעקעדיג האט געשריבן:די שטארקסטע קשיא פארבלייבט, פארוואס ווילן די אלע אראבישע לענדער זיך נישט דערבארעמען אויף זייער ברודער וועלכע זענען פאריאגט און פארפלאגט? דער קוראן באפעלט נישט צו העלפן א פעלאו מוזלים?
ביי מלחמת עולם השני' הלואי וואלטן מיר געהאט אזויפיל אפציעס ווי די סיריע פליטים האבן (לייען: וואלטן געקענט האבן). עס איז ממש מרפסין איגרא. ווי אזוי פארלאנגט מען פון אמעריקע א זאך וואס זיי אליין צווישן זיך טוען נישט.
טאקע א שטארקע קשיא אויף זיי אבער איך זעה נישט ווי עס איז נוגע לגבי דעם שמועס צו אמעריקה איז מאראליש מחויב אריינצונעמען
- געוואלדיג
- חבר ותיק
- הודעות: 3930
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
- געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
- האט שוין געלייקט: 6582 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל
איך האב נעכטן געזעהן צוויי קליפס וואס איך גלייב אז אסאך פון דא האבן געזעהן, איינס איז פון א 2 יאריג קינד וואס ציטערט אוועק אין זיין טאטנס ארעמעס איז פאריז און דאר טאטע בארואיגט איהם נאאוויערהייט אז די בלומען וואס מען לייגט אויף די אטאקעס פלאץ גייט באשיצן פון גאנס, ווי זאגט יענער ווייבלאזער מאן "זיי וועלן נישט געוואונען מיין פיינדשאפט" שוטה, זייער גוט, בלייב אומפארזיכטיג פון זיי אזוי וועלן זיי קענען דאס טוהן נאכאמאל, גלייבט טאקע דער טאטע אז די בלומען וועלן באשיצן? וואספארא נארישקייט איז דאס, אבער ווען מען האט מורא די אנכאפן דעם טאטער ביים נאמען און זאגן אז דאס איז די מוסלעמעינער, זאגט מען בלומען,
די צווייטע איז געווען ווי מוסלעמעינער שטייען אינמיטן גאס מיט צוגעמאכטע אויגן און א סיין אז "איך האב דיר ליב, אויב האסטו מיר ליב האג מיך" און הונדערטער אנשים ונשים זענען געווען פארנומען צו זיי האגן, וואס מיינען ענק אז די טעראריסטן האבן 10 מינוט פאר די אטאקע נישט געקענט טוהן די זעלבע? פארקערט ענטפערטס איהם אויב האסטו מיר ליב, לייג א סיין וואס זאגט "איך מוסלעמעינר פארדאם די אטאקעס אויב דו אויך לייג אויך אזא סיין" און אונז ווילן זעהן די אלע הונדערטער טויזענטער מיליאנען איראפעיאישע מוסלעמעינער טוהן דאס נאך, אבער אנשטאט דעם איז מען ביזי מיט ליבשאפט און פרידן,
שוטים שבעולם דו ביסט אין א מלחמה יעצט, יעצט איז נישט צייט פאר ליבשאפט צו פאטענציאלע שונאים, די טעראריסטן צו זיי זענען געווען פליטים אדער לאנגע וואוינענדיגע אימיגראנטן איז א סימן אויף די פראבלעם מיט אריינעמען מוסלעמעינער פליטים, יא וואס זאל מען טוהן אז קריסטן פון סוריא זענען ווייניגער מסוכן ווי מולעמעינער, אויב געפעלט דאס נישט פאר די מוסלעמעינער האב איך פאר זיי א פשוטע עצה, הייבט אויף א קול זעקה וואס זאל אפקלונגען מסוף העולם ועד סופו אז ענק זענען קעגן סיי וועלעכע טעראריזם אקט, אזוי ווי מען הערט אלס ווען עס געשעהט אז עקסטרעמע אידן טוהן ווילדע אקטן,
ווי זענען אלע אימאם'ס און שעיך'ן צו ארויס קומען צו די אטאקעס פלאץ און ארויס וויזן זייער סאלידעריטעט מיט די קרבנות? מען הערט דאס נישט פון זיי נאר א קול דממה דקה וואס שרייט און מאנט שטייט ווייט פון די רוצחים, יא איך בין א ראסיסט (און דו אויך), ווען איך זעה א מוסלעמענער און בפרט אויב האט ער א טורבאן אויפן קאפ ציטער איך אוועק, יא איך האב מורא פון זיי און איך האב א גוטע סיבה פאר דעם,
נ.ב. אויב ווילסטו פון מיר א עצה אויך, האב איך פאר דיר, אמעריקאנער דיפלאמאטן זאלן אנהייבן לייגן דרוק אויף אלע מוסלעמעינער לענדער אז זיי זאלן אריינעמען די פליטים ושלום על איסלאם.

עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-
-יין שרף-
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 228
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 2:13 pm
- האט שוין געלייקט: 72 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
גר ותושב האט געשריבן:פאר די וואס זאגן אז פארקויפן גאנס איז א פראבלעים זאלן זיי כאפן א בליק און ארץ ישראל ווי דאס האלט אפ אסאך געהארגעטע און אין פאריז וואס די עולם דרייט זיך נישט ארום מיט גאנס וואלט זיכער געוועין ווייניגער געהארגעטע ווען מענטשען האבן יא מיט וואס זיך צו פראטעקטן איז אז די געזעץ זאגט אז מענטשען האבן א רעכט זיך צו באשיצן מיט געווער ברעינג נישט אריין דא מענטשען וואס קענען ניצען די געווער פאר אנדערע צוועקן און וועיגן דעים צונעמען די רעכטן פון מענטשען לאז די רעכטן אויפן פלאץ איז לאז די יעניגע אינדרויסן פון דא.
איימסארי גאנס ויילענס איז א קילער פי כמה ווי די פאטענציעלער געפאר פון טעראריסטען.
דאס נעמט נישט אוועק פון סכנה טעראריזם. כזע נישט קיין פראבלעים אז מאיז קעגן די געפארן וואס די ביידע שטעלן פאר.
סך הכל ווייזט דאס אפשר אויף אן אינדעפענדענט מיינד נישט נאכציבאמבלען וואס די עקסטרעמע פון ביידע לאגערען פרעדיגען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בעריש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל