בינו שנות דור ודור - אין חדש תחת השמש
א מוראדיגע עצה, אליינלייגן די פלטים אין לאגערן פאר צייטווייליג. די שאלה איז נאר ווי לאנג הייסט "צייטווייליג", לעצטע מאל איך האב אין אבאכט גענומען זענען מיליאנען פאלעסטינער שוין אין "צייטווייליגע" לאגערן פאר די לעצטע זיבעציג יאר.
אונזערע זיידעס זענען געווען אין צייטווייליגע פליטים לאגערן פאר א קורצע פאר יאר און ס'ליגט זיי נאך אויפן צונג די שלעכטע נאכ'טעם. מה דעלך סני לחברך לא תעביד.
און וואס איז די פלאן בכלל. אויב די לאגערן צדיקים מיינען טאקע נאר די זיכערהייט פון די אמעריקאנער פעטענס, וויאזוי קען מען פארזיכערן אז די ריכטיגע טעראריסטן זאלן זיך נישט ארויסגליטשן פון די לאגער שטעכל-דראטען נאך על כל פנים אזוי גוט ווי ס'איז זיי געלונגען שווערערס פון דעם?
נאך ערגער פון דעם, ווער נעמט אחריות אויף די יונגע אומשולדיגע פליטים וואס גייען ווערן ראדיקאליזירט 'אין' אט די לאגערן פון לעבענדיג צודרוקט אונטער לאגער אומשטענדן. ס'נישט קיין סוד אז אמעריקאנער ראדיקאלען אין די הויכע נומערן האבן אדאפטירט זייער עקסטרימיזם אין די אמעריקאנער טורמעס, אריין אין טורמע פרייע אמעריקאנע יוגענטליכע, און ארויס ציושעטע חיות טורפות מיט די משוגע'נסטע אידיאלן אין קאפ, ואתה בא להוסיף עליהם?

- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
כעלעמער האסט שטארקע נקודות. מען קען מסתמא אדרעסירן עטליכע פון זיי, אבער דאס איז נישט דער נקודה.
אונזערע זיידעס האבן געהאט א שלעכטע נאך-טעם פון די די.פי. לאגערן? מעגליך! אבער איז דען דאס נישט געווען א מיליאן מאל בעסער ווי אין די אוישוויצע לאגערן? איז עס אפילו א פארגלייך?
מען קען דאך נישט זעצן יעדן פליט אדער מלחמה איבערלעבער על כסא מלוכה אויף יענעמ'ס חשבון פאר א גאנץ לעבן!
קודם דארף מען פרובירן זיי ראטעווען פון א שווערן טויט, און פון א שווערן לעבן, זיי זאלן האבן די מינימום, א דאך איבערן קאפ, צו עסן, און וואוינען מיט די משפחות אן קיין פחד מוות.
דאס איז בכלל נישט קיין פארגלייך צו א תפיסה וואס דארט ווערט מען ראדיקאל צוליב די אומשטענדן, ווי מען נעמט ארויס א מענטש פון די כלים אויף טריט און שריט און מען דעגראדירט אים ערגער ווי א בהמה.
משא"כ אויף אזא מקום ווי מ'נעמט אריין מענטשן צו ראטעווען פון טויט און זיי לאזן לעבן אויף א פארהאלטניסמעסיג רואיגן פארנעם, דארף נארמאל ערוועקן הכרת הטוב געפילן, נישט ראדיקאליזם.
ואת הנלענ"ד כתבתי.
===
שבת'ל האקט ענליך

וירח ה' את ריח הניחוח
שבת אחים האט געשריבן:גערעכטע טענות, אבער בעסער ווי זיי בכלל נישט אריינעמען און ראטעווען זייער לעבן?
פארוואס עפעס נישט אריינעמען? האט אמעריקע דען עפעס שאדן געהאט פון די דריי-פערטל מיליאן מוסלעמענער וואס אמעריקע 'האט שוין' אריינגענומען אין די לעצטע פופצען יאר? ס'איז א נחת צוצוקוקען ווי שיין זיי פירן זיך אויף קעגן די דרום מערב ווייסע פארמער מיט זייערע לאנגע ביקסן. טאמער א סכנה פארן אמעריקאנער וואוילזיין זענען די מיט די גרויסע מאשין ביקסן און גרויסע כתובת קעקע. זיי זענען א סכנה פאר אמעריקע, נישט די אמעריקאנער מוסלעמענער.
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:גערעכטע טענות, אבער בעסער ווי זיי בכלל נישט אריינעמען און ראטעווען זייער לעבן?

איך בין מיט דיר אלל די וועי, איך בין געוועהן דער ערשטער צוזאגן אין ק״ש אז מ׳דארף זיי אריינעמען און איך בין א קינד פון צוויי אימגראנטאן, אבער כדאי צו קאמפּערמייזן מיט די רעכטע און קאנסערוועטיווען (עכ״פ די מאדערעטס און מעסיגע) וואלטסטו נישט איינגעגאנגען עטליסט אויף אזא פשרה?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
מגיד, גיטע טענות און כ'האב ספעציעל געקלערט פון די ראדיקאלייזירונג חלק און צוקוועטשטע אומשטענדן. כ'האב זיכער נישט געקלערט פון א לאגער אין אמעריקע, נאר מער אזא עליס איילענד אויפהאלטונג ווי די פליטים שטראמען. ווי שנעלער זיי ווערן אינטאגרעטעד אין נארמאלע געזעלשאפט איז טאקע בעסער. אבער אין די קלימאט פון סיריע אויף איין זייט און נאציאנאליזים אויף די אנדערע זייט ברויך מען שפאלטן דעם ים סוף אינדערצווישן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואליש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
Holocaust Museum Condemns Treatment Of Syrian Refugees In U.S
"While recognizing that security concerns must be fully addressed, we should not turn our backs on the thousands of legitimate refugees."
http://www.huffingtonpost.com/entry/hol ... 093a573793
"While recognizing that security concerns must be fully addressed, we should not turn our backs on the thousands of legitimate refugees."
http://www.huffingtonpost.com/entry/hol ... 093a573793
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:גערעכטע טענות, אבער בעסער ווי זיי בכלל נישט אריינעמען און ראטעווען זייער לעבן?
פארוואס עפעס נישט אריינעמען? האט אמעריקע דען עפעס שאדן געהאט פון די דריי-פערטל מיליאן מוסלעמענער וואס אמעריקע 'האט שוין' אריינגענומען אין די לעצטע פופצען יאר? ס'איז א נחת צוצוקוקען ווי שיין זיי פירן זיך אויף קעגן די דרום מערב ווייסע פארמער מיט זייערע לאנגע ביקסן. טאמער א סכנה פארן אמעריקאנער וואוילזיין זענען די מיט די גרויסע מאשין ביקסן און גרויסע כתובת קעקע. זיי זענען א סכנה פאר אמעריקע, נישט די אמעריקאנער מוסלעמענער.
ווען איז סטעריאטייפן ווייסע פארמערס מיט כתובי קעקע געווארן אננעמבאר?
די פראבלעם איז די ווייס-סופרעמאסיסטישע, נעא-קאנפעדערעט און נעא-נאצי עלעמענט.
(טייל האבן טאטוס, און פארן אויף מאטארביציקלעך ) זיי זענען אנגעגעסן מיט האס און, העכסט באזארגנד, באוואפנט מיט מיליטערישע סטיל געווער. (שאצט זיי נישט אונטער, אויף סאציאלע מידיע זענען זיי ענדעמיש. פון מיין אייגענע ערפארונג).
איבער די מוסלעמענער יוגנט ביזטו 100% גערעכט. עס איז א נחת צוצוקוקן ווי די יונגע דור מוסלעמענער אימיגראנט-אפשטאמיגע זענען טייל פונעם אמעריקאנעם שמעלץ טאפ.
גוט ערצויגן, טאלערנט, פראדוקטיוו, אינטעליגיענט, רעדן אלע א פליסיגן ענגליש, נעמען אנטייל אין יעדן ווינקל פון אונזער ארבייטסקראפט און זענען אן אינטעגראלער טייל פון אמעריקע און איר צוקונפט. א שיינענדע סוקסעס סטארי.
- געוואלדיג
- חבר ותיק
- הודעות: 3930
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
- געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
- האט שוין געלייקט: 6582 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל
ישראל קאפקע האט געשריבן:איבער די מוסלעמענער יוגנט ביזטו 100% גערעכט. עס איז א נחת צוצוקוקן ווי די יונגע דור מוסלעמענער אימיגראנט-אפשטאמיגע זענען טייל פונעם אמעריקאנעם שמעלץ טאפ.

יא טאקע א נחת צו זעהן ווי צענדליגע פון זיי זענען שוין אין סיריע זיך צו לערנען וויאזוי צו אטאקירן זייער צווייטע היימלאנד, און צענדליגע פון זיי זענען שוין ארעסטירט געווארן דאהי פאר וועלן מאכן אטאקעס, און לאמיר טאקע זעהן ווי די וואס זענען די 100% סוקסעס זאלן ארויס ווייזן זייער זיין א חלק פונעם שמעלץ טאפ דורך פארדאמען אין נאמען פון איסלאם די פאריזער אטאקעס.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-
-יין שרף-
קיינער פון די פליטים זענען נישט ארעסטירט געווארן פארן פלאנען אטאקעס אין אמעריקע. ס'איז געווען פעלער פון מוסלעמענער וואס זענען געפארן, אדער פרובירט צו פארן קיין סוריע צו קעמפן אין די "דארטיגע" שלאכטן און מען האט זיי ארעסטירט. די מדובר איז אחד ושנים ממיליאן, אויף דעם צאהלן מיר הויכע שטייערן פאר די רעגירונג נאכצוגיין די שפורן פון "אלע" סארט געפארן.
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
געוואלדיג האט געשריבן:און לאמיר טאקע זעהן ווי די וואס זענען די 100% סוקסעס זאלן ארויס ווייזן זייער זיין א חלק פונעם שמעלץ טאפ דורך פארדאמען אין נאמען פון איסלאם די פאריזער אטאקעס.
זאלן זיי שיקן די פארדאמונג צו דיר פערזענליך אין אימעיל, אדער איז ארויפשטעלן אויף קאווע שטיבל גענוג?
(צו וועלכע 100% סוקסעס ראטע באציסטו זיך?).
- געוואלדיג
- חבר ותיק
- הודעות: 3930
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
- געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
- האט שוין געלייקט: 6582 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל
ישראל קאפקע האט געשריבן:זאלן זיי שיקן די פארדאמונג צו דיר פערזענליך אין אימעיל, אדער איז ארויפשטעלן אויף קאווע שטיבל גענוג?
אויף די פראנט פעידזש פון די גרויסע צייטונגען
ישראל קאפקע האט געשריבן:(צו וועלכע 100% סוקסעס ראטע באציסטו זיך?).
ישראל קאפקע האט געשריבן:איבער די מוסלעמענער יוגנט ביזטו 100% גערעכט. עס איז א נחת צוצוקוקן ווי די יונגע דור מוסלעמענער אימיגראנט-אפשטאמיגע זענען טייל פונעם אמעריקאנעם שמעלץ טאפ.
גוט ערצויגן, טאלערנט, פראדוקטיוו, אינטעליגיענט, רעדן אלע א פליסיגן ענגליש, נעמען אנטייל אין יעדן ווינקל פון אונזער ארבייטסקראפט און זענען אן אינטעגראלער טייל פון אמעריקע און איר צוקונפט. א שיינענדע סוקסעס סטארי.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-
-יין שרף-
געוואלדיג האט געשריבן:האסט פארגעסן פון די אלע מוסלעמענער וואס מען האט געכאפט פלאנען אטאקעס? איך רעד שוין נישט פון די ווען אין טיימס סקווער און פון די באסטאן מאראטאן און פון די פארט הוד שיסעריי ועוד ועוד
משם ראיה, ממקום שבאת. דער טיימס סקווער באמבאדירער, פייסעל שאזאד איז נישט קיין פליט. ער קומט פון אן עליטע פאמיליע אין פאקיסטאן, שטודירט יארן אין אמעריקע, באקומען זיין וואוין רעכטן דא שוין אין די ניינציגער יארן. נידעל חאסאן פון פורט הוד איז א ווייסע אמעריקאנער מבטן ומלידה. די בוסטון ברידער זענען אהער געקומען ביי די אכט יאר מיטן אמעריקאנער חלום פאר די אויגן. קיינער פון זיי זענען נישט אהער געקומען כלומר'שט אלס פליט מיט טעראריזם אין געדאנק. דא אין אמעריקע זענען זיי פארפארן. אמעריקע איז די שוויץ באד ווי מעסיגע נארמאלע מענטשן ווערן רעדיקאליזירט, אויב פארעכטן עפעס דארף מען ערשט און געשיקט פארעכטן אונזער לאנד פון אינעווייניג.
- געוואלדיג
- חבר ותיק
- הודעות: 3930
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
- געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
- האט שוין געלייקט: 6582 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:געוואלדיג האט געשריבן:האסט פארגעסן פון די אלע מוסלעמענער וואס מען האט געכאפט פלאנען אטאקעס? איך רעד שוין נישט פון די ווען אין טיימס סקווער און פון די באסטאן מאראטאן און פון די פארט הוד שיסעריי ועוד ועוד
משם ראיה, ממקום שבאת. דער טיימס סקווער באמבאדירער, פייסעל שאזאד איז נישט קיין פליט. ער קומט פון אן עליטע פאמיליע אין פאקיסטאן, שטודירט יארן אין אמעריקע, באקומען זיין וואוין רעכטן דא שוין אין די ניינציגער יארן. נידעל חאסאן פון פורט הוד איז א ווייסע אמעריקאנער מבטן ומלידה. די בוסטון ברידער זענען אהער געקומען ביי די אכט יאר מיטן אמעריקאנער חלום פאר די אויגן. קיינער פון זיי זענען נישט אהער געקומען כלומר'שט אלס פליט מיט טעראריזם אין געדאנק. דא אין אמעריקע זענען זיי פארפארן. אמעריקע איז די שוויץ באד ווי מעסיגע נארמאלע מענטשן ווערן רעדיקאליזירט, אויב פארעכטן עפעס דארף מען ערשט און געשיקט פארעכטן אונזער לאנד פון אינעווייניג.
געוואלדיג האט געשריבן:די טעראריסטן צו זיי זענען געווען פליטים אדער לאנגע וואוינענדיגע אימיגראנטן איז א סימן אויף די פראבלעם מיט אריינעמען מוסלעמעינער פליטים,
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-
-יין שרף-
איך זע נישט אז ארייננעמען די פליטים אין אן עקסטרע קעמפ זאל זיין א געלונגענע אפציע, דאס גייט קאסטן צופיל פאר די רעגירונג. ס'גייט ס"ה זיין נאך א תירוץ פארוואס ארויפצושרויפן די שטייערן מיט די דעבט לימוט כדרכם בקודש, און עס נאך אנלייגען אויף די רעפאבליקאנער אז מ'האט עס נאכגעגעבן פאר זיי.
אויב מ'לאזט זיי יא אריין זאלן זיי זיין אין גאנץ א שטארקע אויפזוכט, זיי זאלן דארפן געבן ריפארטס יעדע צוויי וואכן פון וואס זיי האבן שוין אויפגעטון - מיט בילדער. זיי זאלן נאר גיין אין געוויסע רעגירונג אויסגעווועלטע שולעס, אין נאר לערנען אויסגעוועלטע לימודים. און זיי זאלן אריבערגיין ספעציעלע טעסט (רוף עס נישט אינוועסטיגעישען) יעדע שטיק צייט.

שמעקעדיג האט געשריבן:שטעל דיר פאר אזא גזירה קומט ארויס אויף היימישע אידן, מיר מעגן נאר גיין אין שולעס וואס די רעגירונג אפראווט און לערנען בלויז וואס זיי שטעלן צו.......
מען קען נישט זיין היפאקריטיש, און זיך אויפפירן אנדערש צו זיי ווי צו אידן.
ווי קומט דא אריין אידן? ווען אונז זעמער געווען קינדער האבן אונז אויך נישט געהאט קיין ברירה, מ'האט געטון וואס מ'האט געהייסן. זיי זענען יעצט קינדער, כתינוק שנולד דמי און מ'דארף אנהייבן מיט זיי פון סקרעטש!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ישראל קאפקע האט געשריבן:כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:גערעכטע טענות, אבער בעסער ווי זיי בכלל נישט אריינעמען און ראטעווען זייער לעבן?
פארוואס עפעס נישט אריינעמען? האט אמעריקע דען עפעס שאדן געהאט פון די דריי-פערטל מיליאן מוסלעמענער וואס אמעריקע 'האט שוין' אריינגענומען אין די לעצטע פופצען יאר? ס'איז א נחת צוצוקוקען ווי שיין זיי פירן זיך אויף קעגן די דרום מערב ווייסע פארמער מיט זייערע לאנגע ביקסן. טאמער א סכנה פארן אמעריקאנער וואוילזיין זענען די מיט די גרויסע מאשין ביקסן און גרויסע כתובת קעקע. זיי זענען א סכנה פאר אמעריקע, נישט די אמעריקאנער מוסלעמענער.
ווען איז סטעריאטייפן ווייסע פארמערס מיט כתובי קעקע געווארן אננעמבאר?
די פראבלעם איז די ווייס-סופרעמאסיסטישע, נעא-קאנפעדערעט און נעא-נאצי עלעמענט.
(טייל האבן טאטוס, און פארן אויף מאטארביציקלעך ) זיי זענען אנגעגעסן מיט האס און, העכסט באזארגנד, באוואפנט מיט מיליטערישע סטיל געווער. (שאצט זיי נישט אונטער, אויף סאציאלע מידיע זענען זיי ענדעמיש. פון מיין אייגענע ערפארונג).
איבער די מוסלעמענער יוגנט ביזטו 100% גערעכט. עס איז א נחת צוצוקוקן ווי די יונגע דור מוסלעמענער אימיגראנט-אפשטאמיגע זענען טייל פונעם אמעריקאנעם שמעלץ טאפ.
גוט ערצויגן, טאלערנט, פראדוקטיוו, אינטעליגיענט, רעדן אלע א פליסיגן ענגליש, נעמען אנטייל אין יעדן ווינקל פון אונזער ארבייטסקראפט און זענען אן אינטעגראלער טייל פון אמעריקע און איר צוקונפט. א שיינענדע סוקסעס סטארי.
ישראל קאפקע: שישו מעי. נאר פון אט דעם דעמאגראפישן טייל קענען פאטענציאל ארויסקומען די בעסטע און מערסט ערפאלגרייכע רעקרוטס פאר די אלע טעראריסטישע ארגאניזאציעס ווי על-קאידא און אייסיס. נאך די ריכטיגע אנדאקטרינירונג פון זייערע אימאם'ס אין די פארשפרייטע מאסק'ן...!