


(פון א ליבעראל פערספעקטיוו)
WATCH: Bill Maher [FULL] Monologue On “Real Time” 11/21/2015
https://www.youtube.com/watch?v=AKWZ8cYetLg
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך ווייס נישט צו מ'האט עס שוין דערמאנט, אבער דער רייד פון דער טראמ"פ שבת אז ער האט געזען ווי טויזענטער מוזלעמעניר פרייען זיך אום 9/11 איז עקעלהאפטיג ביז גאר, און גראבע ליגענט, וכמו שביארו אויפ'ן ראדיא שוין.
אבער איך האב געהערט היינט אויף NPR א וויכטיגע נקודה. די ראדיקאלע טעראריסטען פראבירען צו מאכען אן אנשטעל כאילו די וועלט איז צוטיילט פון מוזלעמענער און נישט מוזלעמענער, ולאם מלאם יאמץ, כשזה קם זה נופל. טאמער די רעכטע פרעדיגען אויך אזוי, זענען זיי איין שיטה.
און דאס איז נישט סתם דעמאגאגי"ע. טאמער א מוזלעמענער מענטש א פלעינער ארבעטארער וואס וואוינט אין פאטערסאן נ.דזש. און זוכט צו פארדינען זיין חיונה און ערציען זיין קינדער צו האבען א גליקליכע אמעריקאנער לעבען און אויך זיין א פרומער מוזלעמענער. יעצט טאמער ער הערט די האס פון די רעכטע, דער פארשלאג פון טראמפ אז מ'זאל האלטען אן אויג אויף אלע מוזלעמענער, ווייסט ער אז צווישען ווייסע אמעריקאנער איז ער אן אויסגעשפיגענע. ווי זאל ער יעצט גייען? ביי וועמען וועט ער זיך שפירען באקוועם? און זיין קינדער וואס וואקסען אונטער מיט געפאר און אומבאקוועמליכקייט אין שולע און צווישען שכנים. ווי איז זיי באקוועם צו זיין? ווען מ'זאגט הויך אז מ'וויל נאר קריסט'ן נישט מוזלעמענער, פיהלען עס אלע די לאקאלע מוזלעמענער. פאר יעדער ראדיקאלע וואס מ'האט אויסגעשלאסען פון דארט, האט מען פאבריצירט דאהי.
די רעכטע שיטה, נישט נאר ס'איז אוממענטשליך, ס'העלפט ניטאמאל דער זיכערקייט.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דו ווילסט מיר זאגען אז אלע מוזלעמענער אין אמעריקא זענען סייאווי דזשיהאדיסט'ן און מ'קען גארנישט טוהן דאס אויסצומיידען?!
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איז טאקע פארוואס פאסירט גאנץ ווייניג אטאקע'ס אויפ'ן אמעריקאנער לאנד?
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:און טאקע דאס וואס דו זאגסט וועגען די קוראן, למעשה אז מ'פארשט ריכטיג נאך, איז עס אביסל איבערגעטריבען, מ'דארף עס ליינען אין גאנצען ועוד ועוד. איינער וואס וויל וויסען, קען זען אז א 'פרומע מוזלעמענער' דארף נישט זיין א דזשיהאדיסט.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דו באציסט צו האלבע ווערטער.
נישט דער אימאם איז דער פראבלעם, נאר דער רעכטע אמעריקאנער וואס זוכט ארויסצושטופען א גאנצע עדה פון די געזעלשאפט איז די פראבלעם.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:טראמ"פ און דער אימאם זענען שותפים אין די ראדיקאליזרען, און ביידע דארף מען אפשטעלען