בינו שנות דור ודור - אין חדש תחת השמש

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ביל מאהר מענייני דיומא... :lol: :D :lol:
(פון א ליבעראל פערספעקטיוו)

WATCH: Bill Maher [FULL] Monologue On “Real Time” 11/21/2015

https://www.youtube.com/watch?v=AKWZ8cYetLg
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: בינו שנות דור ודור - אין חדש תחת השמש

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך ווייס נישט צו מ'האט עס שוין דערמאנט, אבער דער רייד פון דער טראמ"פ שבת אז ער האט געזען ווי טויזענטער מוזלעמעניר פרייען זיך אום 9/11 איז עקעלהאפטיג ביז גאר, און גראבע ליגענט, וכמו שביארו אויפ'ן ראדיא שוין.
אבער איך האב געהערט היינט אויף NPR א וויכטיגע נקודה. די ראדיקאלע טעראריסטען פראבירען צו מאכען אן אנשטעל כאילו די וועלט איז צוטיילט פון מוזלעמענער און נישט מוזלעמענער, ולאם מלאם יאמץ, כשזה קם זה נופל. טאמער די רעכטע פרעדיגען אויך אזוי, זענען זיי איין שיטה.
און דאס איז נישט סתם דעמאגאגי"ע. טאמער א מוזלעמענער מענטש א פלעינער ארבעטארער וואס וואוינט אין פאטערסאן נ.דזש. און זוכט צו פארדינען זיין חיונה און ערציען זיין קינדער צו האבען א גליקליכע אמעריקאנער לעבען און אויך זיין א פרומער מוזלעמענער. יעצט טאמער ער הערט די האס פון די רעכטע, דער פארשלאג פון טראמפ אז מ'זאל האלטען אן אויג אויף אלע מוזלעמענער, ווייסט ער אז צווישען ווייסע אמעריקאנער איז ער אן אויסגעשפיגענע. ווי זאל ער יעצט גייען? ביי וועמען וועט ער זיך שפירען באקוועם? און זיין קינדער וואס וואקסען אונטער מיט געפאר און אומבאקוועמליכקייט אין שולע און צווישען שכנים. ווי איז זיי באקוועם צו זיין? ווען מ'זאגט הויך אז מ'וויל נאר קריסט'ן נישט מוזלעמענער, פיהלען עס אלע די לאקאלע מוזלעמענער. פאר יעדער ראדיקאלע וואס מ'האט אויסגעשלאסען פון דארט, האט מען פאבריצירט דאהי.
די רעכטע שיטה, נישט נאר ס'איז אוממענטשליך, ס'העלפט ניטאמאל דער זיכערקייט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

רעפאבליקאנע זענען צעטיילט איבער אסר'ן גאן'ס פאר ספק טעראריסטן! אפשטעלן הומאנעטערישע הילף--יא , אסר'ן גאן'ס--ניין...

www.cnn.com/2015/11/22/politics/donald-trump-ben-carson-guns-terror-watch-list/index.html?sr=fbpol112215donald-trump-ben-carson-guns-terror-watch-list0731PMStoryLink&linkId=18953920
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך ווייס נישט צו מ'האט עס שוין דערמאנט, אבער דער רייד פון דער טראמ"פ שבת אז ער האט געזען ווי טויזענטער מוזלעמעניר פרייען זיך אום 9/11 איז עקעלהאפטיג ביז גאר, און גראבע ליגענט, וכמו שביארו אויפ'ן ראדיא שוין.
אבער איך האב געהערט היינט אויף NPR א וויכטיגע נקודה. די ראדיקאלע טעראריסטען פראבירען צו מאכען אן אנשטעל כאילו די וועלט איז צוטיילט פון מוזלעמענער און נישט מוזלעמענער, ולאם מלאם יאמץ, כשזה קם זה נופל. טאמער די רעכטע פרעדיגען אויך אזוי, זענען זיי איין שיטה.
און דאס איז נישט סתם דעמאגאגי"ע. טאמער א מוזלעמענער מענטש א פלעינער ארבעטארער וואס וואוינט אין פאטערסאן נ.דזש. און זוכט צו פארדינען זיין חיונה און ערציען זיין קינדער צו האבען א גליקליכע אמעריקאנער לעבען און אויך זיין א פרומער מוזלעמענער. יעצט טאמער ער הערט די האס פון די רעכטע, דער פארשלאג פון טראמפ אז מ'זאל האלטען אן אויג אויף אלע מוזלעמענער, ווייסט ער אז צווישען ווייסע אמעריקאנער איז ער אן אויסגעשפיגענע. ווי זאל ער יעצט גייען? ביי וועמען וועט ער זיך שפירען באקוועם? און זיין קינדער וואס וואקסען אונטער מיט געפאר און אומבאקוועמליכקייט אין שולע און צווישען שכנים. ווי איז זיי באקוועם צו זיין? ווען מ'זאגט הויך אז מ'וויל נאר קריסט'ן נישט מוזלעמענער, פיהלען עס אלע די לאקאלע מוזלעמענער. פאר יעדער ראדיקאלע וואס מ'האט אויסגעשלאסען פון דארט, האט מען פאבריצירט דאהי.
די רעכטע שיטה, נישט נאר ס'איז אוממענטשליך, ס'העלפט ניטאמאל דער זיכערקייט.

הארכע מיך אויס, ביטע. איך בין מסכים מיט דיר אז אויב מיר וועלן אלע אננעמען אז די וועלט איז צוטיילט צווישען מוסעלמענער און אינפידאלן, וועט דאס זיין ווי א הסכמה צו אייסיס' שיטה. אבער וואזשע זאלן מיר טוען אז ס'איז אמת? איז אזוי: איז עס נישט אמת, דאן באווייז מיר דעם שקר. סתם זיך פארדעקן די אויגן כדי די אומאמס זאלן הייסן ליגנערס, וועט אונז פשוט מאכן בתי היענים.

ס'איז פארהאן אן ערשיינונג פון א טיפישע דזשאו וואס וואוינט אין א סובבורב און לעבט א באשיידענע פאמיליע לעבן און גלייבט אין די מוסעלמענער רעליגיע און פראקטעצירט אלעס וואס מחמוד הייסט. ס'לאזט זיך זאגן אז ער, זי און די קינדער קענען אין קיין פאל נישט ווערן דיסקרימענירט פארן זיין עהרליכע מוסעלמענער. דאס איז מופרך. ערשטענס איז די מוסעלמענער רעליגיע אזאנס וואס פרעדיגט גאוואלדטאטן און אומרעכן. (כ'ווייס אז מאנכע וועלן אנווייזן להבדיל אויף אונזערע הייליגע תורה, אבער קיין קיין רב אין דער וועלט האלט נישט אז מיר מעגן דאס פראקצירן בזה"ז. אע"כ איז דאס - עכ"פ לעת עתה נישט רעלעוואנט.) די רעליגע רעדט וועגן הארגענען אלע אומגלויביגע און פארגוואלדיקן פרויען [און דערנאך זיי הארגענען צו ראטעווען די כבוד פון די משפחה] און קינדער. צווייטענס, ס'האט שוין פאסירט מער ווי איינמאל אז טעראריסטישע פארשלאפענע צעלן זענען געווען אקוראט די זעלבע סצענע (וואוינט אין א סובבורב און לעבט א באשיידענע פאמיליע לעבן, וכו').
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דו ווילסט מיר זאגען אז אלע מוזלעמענער אין אמעריקא זענען סייאווי דזשיהאדיסט'ן און מ'קען גארנישט טוהן דאס אויסצומיידען?!
איז טאקע פארוואס פאסירט גאנץ ווייניג אטאקע'ס אויפ'ן אמעריקאנער לאנד?
און טאקע דאס וואס דו זאגסט וועגען די קוראן, למעשה אז מ'פארשט ריכטיג נאך, איז עס אביסל איבערגעטריבען, מ'דארף עס ליינען אין גאנצען ועוד ועוד. איינער וואס וויל וויסען, קען זען אז א 'פרומע מוזלעמענער' דארף נישט זיין א דזשיהאדיסט.
אלענפאל'ס, דער דעה אריינצולאזען די פליטי סוריא איז נישט ווייל די רחמנות וועגט איבער די סכנה, נאר פארקערט, דאס נישט אריינלאזען איז גאר די סכנה. דאס באזייטיגען א גאנצע עדה איז א סכנה פאר מענטשען אין אמעריקא, און די רעכטע זענען דא די וואס ווערען 'ווייך אויף זיכערהייט', און די לינקע זענען גאר די 'פאלק'ן' אין די פאל, וואס זוכען צו פארזיכערען די מענטשהייט אין אמעריקא.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דו ווילסט מיר זאגען אז אלע מוזלעמענער אין אמעריקא זענען סייאווי דזשיהאדיסט'ן און מ'קען גארנישט טוהן דאס אויסצומיידען?!

אפשר "זענען זיי" נאכנישט קיין דזשיהאדיסט'ן, אבער זיי זענען פאטענציעלע דזשיהאדיסט'ן.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איז טאקע פארוואס פאסירט גאנץ ווייניג אטאקע'ס אויפ'ן אמעריקאנער לאנד?

דאס האט נישט צו טוען מיט זי רצון הטוב פון די גוטהארציגע מוסעלמענער, ווייל ווען יא דארפסטו דאן מסביר זיין וואזוי איז מעגליך אז ס'איז פארהאן אזוי ווייניג אטאקעס אין אמעריקע כאטש פון די מועט מוסעלמענער דזשיהאדיסט'ן וואס איז יא פארהאן? אלא מאי? מיר האבן א בורא, שומר העיר. און - פון א גשמיות'דיגע באגריף - האבן מיר א רעגירונג מיט צענדליגע טויזענטער אינטעלידזשענס אגענטן און מיליאנען אפאראטן פאר דעם צוועק.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:און טאקע דאס וואס דו זאגסט וועגען די קוראן, למעשה אז מ'פארשט ריכטיג נאך, איז עס אביסל איבערגעטריבען, מ'דארף עס ליינען אין גאנצען ועוד ועוד. איינער וואס וויל וויסען, קען זען אז א 'פרומע מוזלעמענער' דארף נישט זיין א דזשיהאדיסט.

עס איז היבש שטאדירט געווארן דורך דריטע פארטייען און מ'איז געקומען צו די החלטה אז ס'איז פארהאן פארשידענע אינטערפרעטאציעס אין די אלע געמיינע ווערטער אינם קאראן. און דאס איז שוין די מערסט-ליבעראלע החלטה. איז, מאן יאמר אז כ'טראסט דעם פאלנער מוסעלמענער אז ער וועט אננעמען די לינקע אפטייטש? למען האמת, גלייב'ך אז רובא דרובא נעמען אהן די לינקערע אפטייטשן, אבער זיי זענען נאכאלץ א טיקינג-באמבע, ווייל ס'פעלט נאר אויס אז איין פרומער אימאם זאל זיין ערגעצווי אין פאטערסאן א אורח הכבוד און דער וואס זיכט "א גליקליכע אמעריקאנער לעבען" זאל אהננעמען דעם עקסטרעמער דרשה מיט א קימו וקבלו, קיימו מה שקבלו כבר. היל"ת.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דו באציסט צו האלבע ווערטער.
נישט דער אימאם איז דער פראבלעם, נאר דער רעכטע אמעריקאנער וואס זוכט ארויסצושטופען א גאנצע עדה פון די געזעלשאפט איז די פראבלעם.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דו באציסט צו האלבע ווערטער.
נישט דער אימאם איז דער פראבלעם, נאר דער רעכטע אמעריקאנער וואס זוכט ארויסצושטופען א גאנצע עדה פון די געזעלשאפט איז די פראבלעם.

דוקא לאו. וויאזוי פארגיבסטו דעם עקסטרעמער אימאם פארן פארדרייען די א.ג. נארמאלער מוסעלמענער, ווייל "טאמער די רעכטע פרעדיגען אויך אזוי, זענען זיי איין שיטה." ווער מיינסטו האט מער איינפלוס אויפן דזשאו, עפעס א שמייליגע אומאם אדער טראמפ?

הייפאטעטיש, אויב כ'וואלט אהנגענומען דיין בחינה אז באמת ווערט נישט קיין א.ג. נארמאלער מוסעלמענער איבערגעטוישט צו א עקסטרעמער, פשוט דורך א ווילדער פרעדיגער, דאן וואלט איך אפשר געקענט פארשטיין אז דער קאנסערוואטיווער וואס פראפאגאנטירט די זעלבע ווי דער אומאם, טאקע דאס מאכט דעם רושם. די היסטאריע האט אבער געוויזן א צווייטע בילד.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: בינו שנות דור ודור - אין חדש תחת השמש

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

טראמ"פ און דער אימאם זענען שותפים אין די ראדיקאליזרען, און ביידע דארף מען אפשטעלען
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:טראמ"פ און דער אימאם זענען שותפים אין די ראדיקאליזרען, און ביידע דארף מען אפשטעלען

דאס איז נאר א מיינונג, און קען אויך נאר געזאגט ווערן נאכן קומען צו א הנחה אז דער אומאם אליינס האט נישט די אינפלוענס דאס צו משפיע זיין. און אפילו דאן, איז עס נישט קיין שותפות, ווייל דעם משוגע'נער טראמפ איז לכה"ד נישט דא צו שפטופן פאר טעראריסטישע אטאקעס; דו טענה'סט נאר אז געוויסע ראדיקאליזירטע פארשוינען קענען ארויסנעמען די אומריכטיגע מעסעדזש.

און איך בין בכלל נישט מסכם (אז דער אומאם אליינס האט נישט די השפעה). והא ראיה, מיר האבן געזעהן טעראריסט וואס שטאמען פון א.ג. נארמאלער מוסעלמענער, נאך אסאך פאר די קאנסערוואטיווע באוועגונג האט זיך גענומען רעדן דערוועגען, און זיכער אסאך פאר דער טראמפ איז געווארן א קאנדידאט.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
פארשפארט