א.ט.ד. ביי אנדערע סביבות
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
א.ט.ד. ביי אנדערע סביבות
ליינענדיג און קוקענדיג וואס ס'טוט זיך ליידער ביי די אלע א.ט.ד. אין אונזער וועלט, האב איך א שטיקל מחשבה דערוועגען וואס איך וויל מיטטיילען מיט'ן עולם, ואשיחה וירווח לי.
לעצטענ'ס האבען א פאר וואס האבען זיך דערווייטערט פון אידישקייט געשריבען ביכער וועגען זייער איבערלעבעניש'ן. די אלע זענען פון די חסידיש'ע געזעלשאפט. הגם אז אלע קהלות זענען אין דעם מער ווייניגער אייניג, און קיין איין קהלה האט נישט קיין מאנאפאל אויף א.ט.ד., מ"מ דאס שרייבען ביכער קומט נאר פון דארט. מ'זעט פון אט די ביכער איין יסודות'דיגע פראבלעם וואס די חברה האבען געפיהלט. אלע פון די חברה האבען געפיהלט דערדרוקט פונ'ם סביבה אקעגען זייער אייגענער רצונות און שאיפות. ד.ה. אז זיי האבען זיך געפיהלט אז זייער אייגענקייט איז געווארען דערדרוקט, זיי האבען נישט קיין וועג פון זעבסט אויסדרוק. דעריבער זענען זיי געלאפען אין קאלעדז"ש לערנען ווי צו שרייבען און זיך אויסדרוקען און דערפון איז ארויס אזעלכע ביכער.
איך קלער אז די חברה, למשל שלום דין, ווען זיי וואלטען געלערנט אין א ליטווישע ישיבה און מ'וואלט זיי געלאזט טראכטען און לערנען וויאזוי זיי פארשטייען, זייער קשיא'ס יסודות און קווענקלעניש'ן וואלטען געווען א שם דבר אין ישיבה, וואלט'ן זיי נישט געדארפ'ט אנטלויפען. זיי וואלטען נישט פארדעקט זייער אייגענקייט יאר'ן לאנג ביז איין טאג פלאצט עס און ס'בלייבט גארנישט פון זיי.
ווידער דער ליטווישער בחור וואס אנטלויפט (ביזדערווייל איז נישט דא דער ערשיינונג פון יונגעלייט און פארהייראט'ע ווייבער אנטלויפען, מעגליך ווייל מ'האט חתונה שפעטער, 'כווייס נישט) איז גאר אן אנדערע ענין. איך האב געהאט א שכן ע"ה וואס איז אנטלאפען און איך האב עס געזען במו עיני. געווענדליך פיהלען זיי אן א תכלית אין זייער לעבען אין ישיבה. יעדער גייט אין ישיבה, יעדער דארף לערנען גמרא תוספות. מאנכע ווייסען נישט פארוואס ס'איז וויכטיג אז זיי זאלען וויסען וואס פאסירט ווען אן אקס בריקעט א קוה, מאנכע האבען נישט געזען קיין געשמאק אין די סברא פון א זאך, מאנכע האבען סתם אזוי קיין סאך נישט פארשטאנען ועוד, און געבליבען איז דער גאנצע זאך איין שטיק דרוק אויפ'ן קאפ. אן א וועג ארויס בלייבען זיי אויסגעשפילט, ביז מ'נעמט זיך שטויסען און מ'אנטלויפט.
יעצט ווען אזא בחור לערנט אין בעלזא צו וויזניץ צו וואס, און ער פיהלט נישט אז דער וועלט איז אונטערגעגאנגען ווען ער פארשטייט נישט וויאזוי זיקה ככנוסה איז מה"ת און יש זיקה איז מדרבנן. ער קען זיך באשעפטיגען מיט'ן רבינ'ס קומאכץ און גייאכץ, ער קען פראווען פארפרומט און לויפען אין מקוה און לערנען באר ושמש מיט נאסע פאות פאר'ן דאווענען מיט א קאצקע צוקער צווישען די צענער. ער קען זיין גבאי פון די אוצה"ס אדער זינגען ביים באטע הויך. ס'איז דא אסאך אויסדרוקען וואס א בחור קען האבען אחוץ לערנען.
דער חילוק איז אבער גאר גרויס. ווען דער ליטוואק (געזעלשאפט, נישט אפשטאם, פארשטייט זיך) וואלט געווען חסידיש, איז ער גאנץ צופליקט בכל אופן. ער וועט נישט שיינען דארט, נאר עכ"פ בלייבען פרום און א פראדאקטיוו'ער מעמבער פונ'ם וועלט. אבער דער חסידיש'ע וואס אנטלויפט, האט דאך געהאט אין זיך צו זיין אן אמת'ער אדם גדול. ער פארשטייט דאך אליינס, ער האט אן מחודש'דיגע הבנה אין א זאך. ווען ער וואלט אויסגענוצט אויף תורה והלכה, אויף צו העלפען מענטשען און פארשטייען עבודת ה', וואלט ער דאך געשיינט, און נישט נאר געבליבען פרום.
איך האב נישט קיין לעזונג צו גארנישט. למעשה א כלל איז נישט קיין פרט, און פאר דעם וואס איינער האט געליטען פון א סיסטעם מיינט נישט אז דער גאנצע סיסטעם דארף פארמאכט ווערען. נאר אפשר איז ראטזאם ווען א טאטע זעט זיין בחור גליטשט, זאל ער די זאכען ארייננעמען אין חשבון. ד.ה. א ליטווישער קען זוכען א לעזונג ביי חסידים, און די חסידיש'ע זאל שיקען צו אן אפענער ליטווישע ישיבה. אפשר וועט מען זיך קענען ראטעווען איינער די צווייטער.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
שוין געווען אזעלכע וואס האבן עס געטון מיט הצלחה. זאגסט אבער א געדאנק אז די עלטערן זאלן שטופן די קינדער דערצו. דאס איז שוין א שווערע זאך, ווייל צו דעם דארף מען האבן שכל, אן ארטיקל וואס איז ווייניג בנמצא, ובפרט ווען עס קומט צו די נחת פון די קינדער...
א ציטאט פון ספר ארך אפים פון מוהרא"ש, געשריבן 40 יאר צוריק.

די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
[justify]כמה קולמסים נשתברו וישתברו ע"ז, מען קען שרייבן נעכט און חדשים איבער די טאפיק. אבער עס איז שווער צו זאגן אז די ישועה פאר די חסיד איז די ליטאי און די ישועה פאר די ליטאי איז די חסיד. אויב שוין יא טוישן געזעלשאפטען איז אין לדבר שיעור, אפשר זאל מען גיין צו די ספרדים? אפשר צו די פאלאשן? אפשר צו די מזרחיסטן? קיינער איז נישט קיינעם'ס ישועה און נישט קיינעם'ס פראבלעם. עס איז א נאטורליכע דראנג צו טראכטן אז דארטן וואלט איך מצליח געווען, דארטן וואלטן זיך מיינע פראבלעמען געטוישט. דא געפונט זיך א צוקוועטשטע חסיד און טראכט אפשר אין די ישיבה וועלט וועל איך אויפלעבן. דא געפונט זיך א צוקוועטשטע ליטוואק און טראכט אפשר ביי די חסידים וועל איך זיך דעם פלאץ געפונען. עס איז יתכן אז די שידוך וועט ארבעטן, אבער אויב שוין יא וועל איך דיר זאגן נאך צען זאכן וואס איך וועלט מיך געטוישט און ווער ווייסט אפשר וואלט יענס געהאלפן. אין לדבר סוף. די פראבלעם איז פארוואס איז די חסיד צוקוועטשט, איז דאס ווייל ער איז צוקוועטעשט אדער די סביבה האט אים צוקוועטשט, אפשר וועט אים די ישיבה וועלט מער צוקוועטשן? אפשר וועט דער צוקוועטשטע ליטווישער איד ווערן מער אומבאלימפערט ביי די צוקוועטשטע חסידים. אפשר ארבעטן נישט די צוויי צוקוועטשקייטן צוזאמען, אדער די צוויי ברייטע פראקציעס צוזאמען. (קוק ווי שווער [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] ארבעט אונז ארויס צוהאבן און נאך אלס האט ער אונז נישט ארויס כדבעי.) דער ליטווישער וועלט איז נישט דער דבר היפוך פון די חסידישער וועלט און אזוי אויך פארקערט. זיינע פראבלעמען זענען נישט מיינע, און זיינע ישיעות זענען נישט מיינע בדרך כלל.[/justify]
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: א.ט.ד. ביי אנדערע סביבות
ווער איז דאס בתי שעכטער?
איך קען בחורים, נישט פרויען צו מיידלעך.
איך קען בחורים, נישט פרויען צו מיידלעך.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 391
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
- האט שוין געלייקט: 1302 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל
Re: א.ט.ד. ביי אנדערע סביבות
''דעם רב'ס טאכטער, '' און די ביכלעך פון זשודי ברוין זענען אויך נישט געשריבן געווארן דורך חסידים. דיינע פאקטן זענען אומבאגרינדעט. ווי אלעמאל.
וועלכער חסידישער מאן האט געשריבן א ביכל אויסער שלום דין, וועלכער איז פשוט געבענטשט מיט א גוטן פעדער און האט גארנישט מיט דעם פאקט אז ער איז א חסיד?
בויען פאקטן אויף השערות און אויף א קליין דארפישן בליק פון דעם פערזענליכן לעבן און סוביעקטיווע פרעפרענץ איז קיינע חכמה.

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שמעקעדיג האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ער קען פראווען פארפרומט און לויפען אין מקוה און לערנען באר ושמש מיט נאסע פאות פאר'ן דאווענען
![]()
![]()
אויסדרוק פונעם יאר....
שמעקעדיג: די שאלה איז צו ער (ליטוואק) האט עס געשריבן סארקאסטיש, אדער בתמימות. און דאס ווייזט 'סארא פנים מ'האט ווען א ליטוואק זאגט דיעות בעניני חסידות...

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: א.ט.ד. ביי אנדערע סביבות
ס'איז נישט נאר די ביכער. דער סומאטוכע מיט שרולי שטיין איז אויך א משל דערצו. ער קומט אויך מיט א פראבלעם פון נישט זיך קענען אויסדרוקען נארמאל אין די ראמען אין וואס מ'האט איהם געשטופט מיום הוולדו. וכן לוזער טווערסקי, קטלא קניא און נאך וואס איך געדענק נישט יעצט. די צענטראלע טענה פון זיי אלע, און אזוי זעט מען אין זייער אויסגאבע'ס איז 'איך בין א מענטש, און מיין ווילונגען און מיינונגען זענען אויך וויכטיג, איך בין נישט קיין נומער'.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
Re: א.ט.ד. ביי אנדערע סביבות
סך הכול קומט אויס אז ביידע זענען נישט גוט?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

- א איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1320
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
- געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
- האט שוין געלייקט: 606 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
א.ט.ד. ביי אנדערע סביבות
כליטוואק ועוד, אני הקטן קען א פאר חסידישע בחורים וואס מען האט זיי געראטעוועט בעוד מועד, מיט דעם אז מען האט זיי אריינגעלייגט אין א ליטווישע ישיבה, און זיי זענען על הדרך למעלה על הסולם העולה בית קל.
און צו פארענטפערן זיך אז עס איז נישט נאר ביי די חסידים נאר אויך אין אנדערע קרייזן, איז א שאד אויף די פעדער אין די טינט, די אמת איז אז עס איז איבעראל, און אין יעדע קרייז איז דא מכה, ווי די סעיונג איז, אין בית אשר אין שם מת.
נאר ביי די חסידישע עולם שיינט עס מער ארויס, ווייל אונז זעמיר מער אויפן ספאטלייט, כן נראה לפי עשירות דעתי, און איך נעם נישט קיין שום אחריות אויף מיינע ווערטער, ווייל עס ווערט געשריבן אונטער גרויס מידקייט, און ווער עס וויל קען זיך קריגן אויף מיר, איך בעט נאר צו שרייבן א הסבר פארוואס ער האלט אנדערש ווי מיר, כדי להגדיל הטראסק ולהאדירה.
נ. ב. מען זאל נישט ארויסטייטשן פון מיינע ווערטער, ווי כאילו יעצט בינעך שוין צופרידן, אז עס איז דא ביי יעדן נישט נאר ביי די חסידים, איך וויל דא מגלה דעת זיין אז עס בלוטיגט מיר דאס הארץ אויף יעדע אידיש נפש וואס פאלט נעבעך אריין דארט, וואס זיי פילן נישט דארט קיין שום טעם און סיפוק, ווי עס וועלן עדות זאגן פילע צוריקגעקומענע.
דער אויבערשטער זאל העלפן אז עס זאל שוין זיין וילמדו תועים בינה, ויכירו כח מלכותך, ויאמרו תמיד יגדל ה׳, וישמעו רחוקים ויבואו, ויתנו לך כתר מלוכה, אמן.

מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: א.ט.ד. ביי אנדערע סביבות
איך בין מסכים אז ס'איז אומעטום, אבער נישט פאר די זעלבע טעמים.
איך בין נייגעריג אויף די בחורים וואס דו קענסט. פון זיין אין א ליטווישע ישיבה שיינען זיי אין גרויסען? צו נאר בעסער ווי ס'איז געווען ביז יעצט? ווייל לויט מיין טע'אריע וואלטען זיי געדארפט גלאנצען אין גרויסען, עכ"פ לבסוף.
איך בין נייגעריג אויף די בחורים וואס דו קענסט. פון זיין אין א ליטווישע ישיבה שיינען זיי אין גרויסען? צו נאר בעסער ווי ס'איז געווען ביז יעצט? ווייל לויט מיין טע'אריע וואלטען זיי געדארפט גלאנצען אין גרויסען, עכ"פ לבסוף.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
טאמבל סאס האט געשריבן:סך הכול קומט אויס אז ביידע זענען נישט גוט?
סך הכול קימט אויס אז ביידע האבן געוויסע מעלות וואס דער אנדערע האט נישט (פאר די יחידים)
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ס'איז נישט נאר די ביכער. דער סומאטוכע מיט שרולי שטיין איז אויך א משל דערצו. ער קומט אויך מיט א פראבלעם פון נישט זיך קענען אויסדרוקען נארמאל אין די ראמען אין וואס מ'האט איהם געשטופט מיום הוולדו. וכן לוזער טווערסקי, קטלא קניא און נאך וואס איך געדענק נישט יעצט. די צענטראלע טענה פון זיי אלע, און אזוי זעט מען אין זייער אויסגאבע'ס איז 'איך בין א מענטש, און מיין ווילונגען און מיינונגען זענען אויך וויכטיג, איך בין נישט קיין נומער'.
א זייטיגע נקודה, קטלא קניא איז א גלייביגער דאכצעך, שטארק אקעגן די סיסטעם און שטארק אויפגעקלערט דאך איז ער אבער א קרעאטיאניסט, כך שמעתי פון א חבר זיינער. רופסט מיך נישט אין קאורט אויב סאיז נישט אמת....
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
א איד האט געשריבן:כליטוואק ועוד, אני הקטן קען א פאר חסידישע בחורים וואס מען האט זיי געראטעוועט בעוד מועד, מיט דעם אז מען האט זיי אריינגעלייגט אין א ליטווישע ישיבה, און זיי זענען על הדרך למעלה על הסולם העולה בית קל.
און צו פארענטפערן זיך אז עס איז נישט נאר ביי די חסידים נאר אויך אין אנדערע קרייזן, איז א שאד אויף די פעדער אין די טינט, די אמת איז אז עס איז איבעראל, און אין יעדע קרייז איז דא מכה, ווי די סעיונג איז, אין בית אשר אין שם מת.
נאר ביי די חסידישע עולם שיינט עס מער ארויס, ווייל אונז זעמיר מער אויפן ספאטלייט, כן נראה לפי עשירות דעתי, און איך נעם נישט קיין שום אחריות אויף מיינע ווערטער, ווייל עס ווערט געשריבן אונטער גרויס מידקייט, און ווער עס וויל קען זיך קריגן אויף מיר, איך בעט נאר צו שרייבן א הסבר פארוואס ער האלט אנדערש ווי מיר, כדי להגדיל הטראסק ולהאדירה.
נ. ב. מען זאל נישט ארויסטייטשן פון מיינע ווערטער, ווי כאילו יעצט בינעך שוין צופרידן, אז עס איז דא ביי יעדן נישט נאר ביי די חסידים, איך וויל דא מגלה דעת זיין אז עס בלוטיגט מיר דאס הארץ אויף יעדע אידיש נפש וואס פאלט נעבעך אריין דארט, וואס זיי פילן נישט דארט קיין שום טעם און סיפוק, ווי עס וועלן עדות זאגן פילע צוריקגעקומענע.
דער אויבערשטער זאל העלפן אז עס זאל שוין זיין וילמדו תועים בינה, ויכירו כח מלכותך, ויאמרו תמיד יגדל ה׳, וישמעו רחוקים ויבואו, ויתנו לך כתר מלוכה, אמן.
נאך א מזל אז מהאט זיי געראטעוועט בעוד מועד! איך קען אסאך מעהר אידן מקוה ווייקערס און הושענא קלאפפערס וואס זענען פונקט אזוי באטראפּעצט אין די באקס ווי אטד״ס וואס זענען אינדערויסן פונעם באבעל און זיי פילן נישט דארט קיין שום טעם און סיפוק און הערשט נאכן איבערלאזן די קאמיונטי פילן זיי אפגעראטעוועט ואני בתוכם! ס׳געפעלט מיר ווי מ׳קאמפרימייזט און מ׳האט אייביג א Plan B א אבי א פרומער איד! זאל ער גיין מיט א בענד־דאון און נעקטיי און עסען נאר ישן אבי א איד!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- א איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1320
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
- געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
- האט שוין געלייקט: 606 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
Re: א.ט.ד. ביי אנדערע סביבות
איי רעספעקט יותר אפיניאן מר. שבת, אין איך ווינטש דיר ג'וד לאק צו דיין צופרידן לעבן
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
- א איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1320
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
- געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
- האט שוין געלייקט: 606 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
Re: א.ט.ד. ביי אנדערע סביבות
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך בין מסכים אז ס'איז אומעטום, אבער נישט פאר די זעלבע טעמים.
איך בין נייגעריג אויף די בחורים וואס דו קענסט. פון זיין אין א ליטווישע ישיבה שיינען זיי אין גרויסען? צו נאר בעסער ווי ס'איז געווען ביז יעצט? ווייל לויט מיין טע'אריע וואלטען זיי געדארפט גלאנצען אין גרויסען, עכ"פ לבסוף.
איך וואלט עס אריינגעלייגט דערווייל אין די קאטאגעריע פון בעסער ווי ביז יעצט, באט יו קען נעווער קנאו, וואס וועט ווייטער אויסוואקסן פון זיי, ווי אזוי עס קוקט אויס דערווייל, וועט דע אפנקייט צו ארויפגיין פון די חסידישע וועלט, בלייבן שטעקן ערגעץ אין לעיקוואד.
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 37
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 6:24 pm
- האט שוין געלייקט: 21 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל
ראיתי בני עליה והן מיעוטים, זייער זייער א קליין פראצענט פון פירות הנושרין זענען באמת סעטיספייד, איך רעד בשעת די טרענזישאן, איך רעדט פון די לאנג ראן, על פי רוב, אין נאכאמאל על פי רוב (נישט אלעמאל ) קומט עס פון אומצוריפרידענע נאטורן, אין דאס גייט נישט אוועק ווען מען שטעקט זיך איין דאס קאפ ווי די בת היענה, א מענטש דארף ארבעטן אויף די אייגענע מידות, אין דאס קען ער פונקט אזוי טאן אלס חסיד/ ליטוואק א.א.וו.
איך רעדט נישט פון איינעם וואס גלייכט נישט אין באשעפער. דאס איז א נושא פאר זיך.
איך רעדט נישט פון איינעם וואס גלייכט נישט אין באשעפער. דאס איז א נושא פאר זיך.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
א איד האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך בין מסכים אז ס'איז אומעטום, אבער נישט פאר די זעלבע טעמים.
איך בין נייגעריג אויף די בחורים וואס דו קענסט. פון זיין אין א ליטווישע ישיבה שיינען זיי אין גרויסען? צו נאר בעסער ווי ס'איז געווען ביז יעצט? ווייל לויט מיין טע'אריע וואלטען זיי געדארפט גלאנצען אין גרויסען, עכ"פ לבסוף.
איך וואלט עס אריינגעלייגט דערווייל אין די קאטאגעריע פון בעסער ווי ביז יעצט, באט יו קען נעווער קנאו, וואס וועט ווייטער אויסוואקסן פון זיי, ווי אזוי עס קוקט אויס דערווייל, וועט דע אפנקייט צו ארויפגיין פון די חסידישע וועלט, בלייבן שטעקן ערגעץ אין לעיקוואד.
אויב אזוי איז דאס שוין נישט קיין ראיה צו מיר. איך רעד בעיקר אז דאס וואס ער זוכט וועט ער טאקע טרעפען אין לערנען אין א ישיבה וואס שעצט זיין מיינונג. טאמער דער חידוש און די 'קולות' (כלפי זיין ערציאונג) זענען וואס מאכט זיין לעבען לייכטער איז דאס גאר אן אנדערע ענין.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- א איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1320
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
- געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
- האט שוין געלייקט: 606 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
Re: א.ט.ד. ביי אנדערע סביבות
למעשה זענען די קולות, פאלשע קולות, הלואי אויף אסאך אטד זאלן נאר מיקיל זיין אין דעם.