גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אומצופרידענקייט, יא. אבער אז ס'איז גענצליך שטותים איז נישט מסתבר
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 341 מאל

שליחה דורך קפה נמס »

ב"ה. די געזעץ איז אדורך מיט א מערהייט נאך לענגערע שעות פון היציגע וויכוחים.
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 341 מאל

שליחה דורך קפה נמס »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס איז דא געשען. ביז יעצט איז דער דעדליי"ן געווען 2020 און יעצט 2023 . ביז יעצט איז דא אוטומאטישע קרימינאלער שולדיגען פאר דער וואס שטעלט זיך נישט, יעצט ווענד עס זיך אויף אן אנאנימער שר הבטחון.
קיין אנדערע חילוק האב איך נישט געהערט.

די קרימינאלע סאנקציעס האבן זיך שוין טיילווייז געדארפט אנהייבן קומענדיגע יאר 2017. דאס אפשטופן מיט זעקס יאר איז א גרויסע ישועה.

די צווייטע אויפטו איז אז די סאנקציעס קומען נישט אויטאמאטיש. ס'איז אנגעוואנדן אינעם שר הבטחון וואס דארף עפ"י דרך הטבע זוכן צו פארמיידן אומזיסטע מלחמות מיט די חרדים...
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

נו נו. איך וואלט נישט געטרינקען קיין לחיים פאר אזעלכע ישועות. איך ליין אביסל מער ביי די נייעס פון בחדרי חרדים, ווי מ'זוכט חוזק צו מאכען פון 'הפלג הירושלמי' און פון דעסטוועגען טרעף איך נישט מער ווי דאס אפשטופען, וואס ביז דעמאלס ווער ווייסט וואס וועט זיין. און דאס אז מ'איז געוואנדען אויפ'ן שר הבטחון (לע"ע בלי שם), וואס ער איז אוודאי א גוטע חבר פאר די חרדים.
ס'פעלט אויס נאך אסאך פרטים ביז מ'פרייט זיך
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 341 מאל

שליחה דורך קפה נמס »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:הייסט מ'גייט זיי אפנער'ן שפעטער. אפשר גייען זיי אונז אפנער'ן? דאס איז גאנץ א שוואכע שמחה, און איך גלייב נישט אז הרב שטיינמאן פארשטייט עס נישט. 'כמיין, די גאנצע הפגנה איז געווען וועגען די סנקציות פליליות. איי, וועסטו פרעגען, פארוואס איז דאס די נושא? וועמען גייט ען צו מ'הייסט א קרימינאל צו נישט? דער עיקר איז דאס נישט גייען אין מיליטער? נאר ער פארשטייט אז מ'איז גארנישט אזוי ארויסגעטוהן פון די גאס קולטור ווי מ'רעדט זיך איין, און טאמער אין גאס ביסטו א קרימינאל, בלייבסטו אזוי אין קאפ, און אזוי קען מען נישט עגזיסטירען אין א לאנד. יעצט איז די זעלבע זאך. טאמער געזעצלי ביסטו נישט פטור פון די מיליטער, העלפט עס נישט קיין טמיר ונעלם וכדו'.

@ליטוואק,
די סנקציות פליליות איז נישט קיין קולטוריעזע פסיכאלאגישע פראבלעם, מען רעדט פון א פראקטישע פראבלעם וואס מ'קען מיט דעם נישט לעבן. ווען איינער איז לעגאל א קרימינאל קען ער נישט ארבעטן, מאכן לייסענס, באקומען שטאטישע פראגראמען, חתמנ'ען שטאטישע צעטלעך, און אויב זיי ווילן קענען זיי אים נישט ארויסלאזן פון לאנד, און מען קען אים איינזעצן ווען אימער ס'שמעקט זיי...
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 341 מאל

שליחה דורך קפה נמס »

@ליטוואק,
קיינער איז נישט מורא'דיג בשמחה מיט די עצם חוק. ס'איז פשוט די בעסטע וואס איז געווען שייך צו טון אונטער די יעצטיגע אומשטענדן.

די בג"ץ האט שוין גע'פסק'נט 13 יאר צוריק אז פטר'ן ישיבה בחורים פון מיליטער איז אומלעגאל און אפענע דיסקרימינאציע. פון דעמאלס זוכט מען נאר וויאזוי אפצושטופן די גזירה.

נו, האט מען געהאט פאר צען יאר "חוק טל" וואס האט מ'כלומר'שט געצילט אריינצוברענגן חרדים אין מיליטער, אבער ס'האט געהאט אויסגערעכנטע לעכער אז מ'זאל זיך ווייטער קענען פטר'ן.

פאר דריי יאר צוריק האט בג"ץ גע'פסק'נט אז חוק טל איז פסול און מ'קען עס נישט פארלענגערן, ווייל די ציל איז דורכגעפאלן. און דערנאך איז געקומען לפיד וסייעתו, און זיי האבן געמאכט א חוק וואס מ'זאל באמת נישט קענען אנגיין מיט דעם. און יעצט האט מען מצליח געווען צו שטופן נאך זיבן יאר (אויב בג"ץ וועט עס אדורכלאזן), נו, ב"ה א הצלה פורתא... וואס וועט זיין נאכדעם, וועט די רבוש"ע שוין דעמאלס העלפן....
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

דאס אז עס איז אנגעהאנגן אין די שר הבטחון איז א גרויסע ישועה.
ווייל די מיליטער טענה'ט דאך כסדר אז עס פעלט זיי נישט קיין זעלנער, און אפילו אויב יא פון געצווינגענע חרדים וולען זיי קיין סאך נישט האבן,

קומט דאך אויס אז הכל על מקמו יבא בשלום. די שר הבטחון קען אלעמאל זאגן איך דארף זיי נישט יעצט, און די חרדים זענען נישט פטור געזעצליך.
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 341 מאל

שליחה דורך קפה נמס »

ירח בן יומו האט געשריבן:דאס אז עס איז אנגעהאנגן אין די שר הבטחון איז א גרויסע ישועה.
ווייל די מיליטער טענה'ט דאך כסדר אז עס פעלט זיי נישט קיין זעלנער, און אפילו אויב יא פון געצווינגענע חרדים וולען זיי קיין סאך נישט האבן,

קומט דאך אויס אז הכל על מקמו יבא בשלום. די שר הבטחון קען אלעמאל זאגן איך דארף זיי נישט יעצט, און די חרדים זענען נישט פטור געזעצליך.


ס'איז אסאך מער פון דעם. ס'איז בעצם אוממעגליך פאר די מיליטער פינאנציעל צו קענען אקאמאדירן חרדים אין די יארן פון 21 און העכער. לויט א געוועזענער רואה חשבון פאר צה"ל, דארף די באדערפענישן פון א עכט חרדי'שע בריגאדע קאסטן 7-8 מאל אזויפיל ווי געווענליכע זעלנער.

די גאנצע רעדע פון שוויון בנטל איז בעצם הוילע דעמאגאגיע, און קיין איינער פון די פירער פון די לאנד און אוודאי נישט פון די מיליטער פלאנען עס דורכצופירן באמת. עס נוצט אבער יא פאר פאליטיקאנטן און צייטונג שרייבער ווי א מיטל צו אנרייצן און קונה זיין דעת הקהל. און זיי פארדינען דירעקט פון יעדעס פיצל נויז וואס קומט פון חרדי'שע יודן. יעדע חרד"ק געשרייעכץ, יעדע הפגנה ווי מ'שלעפט שווענץ פון פערדן דינט די אינטערעסן פון לפיד צוריק אויפצורייצן דעם דעת הקהל לאמר: קוק ווי די פאראזיטן פירן זיך אויף.. פארדעם זענען אונזערע קינדער זיך מוסר נפש און זענען אונטער א סכנת מוות אז די ליידיגגייער זאלן זיך דרייען אין די גאסן און שלאגן פאליציאנטן...

לאמיר האפן אז די וואס גייען בדרכי מלחמה און זענען מקנא קנאת ה' בשווקים ורחובות, וועלן האבן שכל און פארשטיין אז עת לחשות, און אפילו צומאל ליגט די גאנצע עקזיסטענץ פון זייער פארטיי אויף די "צעקות ברחובה של עיר" וועלן זיי למען טובת הכלל זיך האלטן צו א "לאו פראפייל" און נישט ווידער אנרייצן די שונאי דת.
מאיר הערש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 183
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2013 4:38 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

שליחה דורך מאיר הערש »

דאס געזעץ איז טאקע אדורך אבער דו מיינסט מען זיצט על המנוחה ועל הנחלה? ס'איז ווייט, ווייט, ווייט דערפון און ווייט, ווייט, ווייט פון צו זיין בשמחה. איינע פון די עיקר טעמים פארוואס זיי האבן מסכים געווען דערצו זאגן זיי "ווילאנג די חרדים וועלן קענען אנפילן די quotas יעדעס יאר וויפיל מען האט פון זיי געפאדערט, וועט מען קענען אפשטיפן זייער זיך שטעלן." דא ליגט דער הונט באגראבן! מען מאכט א ווערטל "דער הונט וועט שטארבן, דער פריץ וועט שטארבן" – דאס איז נישט מער נישט ווייניגער ווי דער רוחניות'דיגע אושוויץ.

בקיצור, STOP DAYDREAMING! דער נייער געזעץ האט גארנישט געטוישט די מצב פון די quotas פון יעדע יאר. די quotas ווערן ערפילט דורך די די חאפערים פון די קאנטעניסטן וואס באקומען געשוואלענע wages פאר יעדע חרדישע סאלדאט וואס זיי ברענגען אריין. אויך אין לשכת הגיוס זיצן א שטאב פון געשולטע מענטשן מיט בארד, פאיות און ציצית וואס זענען מומחים צו אבזערווירן די בחורים וואס קומען זיך שטעלן און טאמער זיי טרעפן א שוואכקייט אין דעם בחור וכיו"ב, פארלייגן זיי זיך אויף דעם בחור און ליידער פילע מאל זענען זיי מצליח. אזוי טוען זיי ערפילן די quotas . וועגן דעם טוען דער פלג הירושלמי שרייען געוואלד מיט יללות און ווייטער מוחה זיין. די quotas – וואס ווערן יעדער יאר גרעסער לויט'ן געזעץ – זענען געבליבן אין דעם נייעם געזעץ אויך. עטץ פארשטייטס וואס ס'טוט זיך?
ר' שמואל'ס מענטשן זענען אמת'דיגע מענטשן און שטעקן נישט אריין זייער קאפ אין זאמט ווי די בת היענה און זיי האבן נישט קיין מורא צו זאגן דעם אמת. קושטא קאי. דער אמת טוט וויי און מען דארף ווייטער מוחה זיין און זיין מודה על האמת.
מאיר הערש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 183
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2013 4:38 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

שליחה דורך מאיר הערש »

מאיר הערש האט געשריבן:דאס געזעץ איז טאקע אדורך אבער דו מיינסט מען זיצט על המנוחה ועל הנחלה? ס'איז ווייט, ווייט, ווייט דערפון און ווייט, ווייט, ווייט פון צו זיין בשמחה. איינע פון די עיקר טעמים פארוואס זיי האבן מסכים געווען דערצו זאגן זיי "ווילאנג די חרדים וועלן קענען אנפילן די quotas יעדעס יאר וויפיל מען האט פון זיי געפאדערט, וועט מען קענען אפשטיפן זייער זיך שטעלן." דא ליגט דער הונט באגראבן! מען מאכט א ווערטל "דער הונט וועט שטארבן, דער פריץ וועט שטארבן" – דאס איז נישט מער נישט ווייניגער ווי דער רוחניות'דיגע אושוויץ.

בקיצור, STOP DAYDREAMING! דער נייער געזעץ האט גארנישט געטוישט דער מצב פון די quotas פון יעדע יאר. די quotas ווערן ערפילט דורך די די חאפערים פון די קאנטעניסטן וואס באקומען געשוואלענע wages פאר יעדע חרדישע סאלדאט וואס זיי ברענגען אריין. אויך אין לשכת הגיוס זיצן א שטאב פון געשולטע מענטשן מיט בארד, פאיות און ציצית וואס זענען מומחים צו אבזערווירן די בחורים וואס קומען זיך שטעלן און טאמער זיי טרעפן א שוואכקייט אין דעם בחור וכיו"ב, פארלייגן זיי זיך אויף דעם בחור און ליידער פילע מאל זענען זיי מצליח. אזוי טוען זיי ערפילן די quotas . וועגן דעם טוען דער פלג הירושלמי שרייען געוואלד מיט יללות און ווייטער מוחה זיין. די quotas – וואס ווערן יעדער יאר גרעסער לויט'ן געזעץ – זענען געבליבן אין דעם נייעם געזעץ אויך. עטץ פארשטייטס וואס ס'טוט זיך?
ר' שמואל'ס מענטשן זענען אמת'דיגע מענטשן און שטעקן נישט אריין זייער קאפ אין זאמט ווי די בת היענה און זיי האבן נישט קיין מורא צו זאגן דעם אמת. קושטא קאי. דער אמת טוט וויי און מען דארף ווייטער מוחה זיין און זיין מודה על האמת.
מאיר הערש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 183
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2013 4:38 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

שליחה דורך מאיר הערש »

מאיר הערש האט געשריבן:
מאיר הערש האט געשריבן:דאס געזעץ איז טאקע אדורך אבער דו מיינסט מען זיצט על המנוחה ועל הנחלה? ס'איז ווייט, ווייט, ווייט דערפון און ווייט, ווייט, ווייט פון צו זיין בשמחה. איינע פון די עיקר טעמים פארוואס זיי האבן מסכים געווען דערצו זאגן זיי "ווילאנג די חרדים וועלן קענען אנפילן די quotas יעדעס יאר וויפיל מען האט פון זיי געפאדערט, וועט מען קענען אפשטיפן זייער זיך שטעלן." דא ליגט דער הונט באגראבן! מען מאכט א ווערטל "דער הונט וועט שטארבן, דער פריץ וועט שטארבן" – דאס איז נישט מער נישט ווייניגער ווי דער רוחניות'דיגע אושוויץ.

בקיצור, STOP DAYDREAMING! דער נייער געזעץ האט גארנישט געטוישט דער מצב פון די quotas פון יעדע יאר. די quotas ווערן ערפילט דורך די חאפערים פון די קאנטעניסטן וואס באקומען געשוואלענע wages פאר יעדע חרדישע סאלדאט וואס זיי ברענגען אריין. אויך אין לשכת הגיוס זיצן א שטאב פון געשולטע מענטשן מיט בארד, פאיות און ציצית וואס זענען מומחים צו אבזערווירן די בחורים וואס קומען זיך שטעלן און טאמער זיי טרעפן א שוואכקייט אין דעם בחור וכיו"ב, פארלייגן זיי זיך אויף דעם בחור און ליידער פילע מאל זענען זיי מצליח. אזוי טוען זיי ערפילן די quotas . וועגן דעם טוען דער פלג הירושלמי שרייען געוואלד מיט יללות און ווייטער מוחה זיין. די quotas – וואס ווערן יעדער יאר גרעסער לויט'ן געזעץ – זענען געבליבן אין דעם נייעם געזעץ אויך. עטץ פארשטייטס וואס ס'טוט זיך?
ר' שמואל'ס מענטשן זענען אמת'דיגע מענטשן און שטעקן נישט אריין זייער קאפ אין זאמט ווי די בת היענה און זיי האבן נישט קיין מורא צו זאגן דעם אמת. קושטא קאי. דער אמת טוט וויי און מען דארף ווייטער מוחה זיין און זיין מודה על האמת.
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!

שליחה דורך סאשי פיש »

פארוואס דריי מאל?!
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 341 מאל

שליחה דורך קפה נמס »

סאשי פיש האט געשריבן:פארוואס דריי מאל?!

ביי יעדע וויכוח קען מען אדער רעדן צום זאך אדער שרייען זייער הויך און איבערזאגן די זעלבע זאך....
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 341 מאל

שליחה דורך קפה נמס »

@מאיר הערש,
ווען די קוואטעס וואלטן געווארן ארויסגעשניטן פונעם געזעץ (עפעס וואס מ'האט געארבעט שווער ס'זאל געשען, און ס'איז דורכגעפאלן) וואלסטו יא מודה געווען אז מ'האט עפעס אויפגעטון? אדער וואלסטו ווייטער געשריגן אז מ'קען נישט אויפטון פון אינעווייניג?
מאיר הערש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 183
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2013 4:38 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

שליחה דורך מאיר הערש »

סאשי פיש האט געשריבן:פארוואס דריי מאל?!

איך האב צוויי מאל פארראכטן א טעות. ווי אזוי טוט מען עס אויסמעקן?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מ'וואלט אפשר געקענט אננעמען א טענה, אבער דאס אז 'ר' שמואל'ס מענטשען זענען אמת'דיגער מענטשען' גראבט אונטער די גאנצע זאך. פון וואנעט ווייסטו וואס זיי זענען? אפשר זענען זיי נידריגע פאליטיקאנטען? אפשר זענען זיי ליידיגייער'ס וואס פילען אן די צייט מיט מחאות וכדו'?
איך ווייס נישט פון די זייט און נישט די אנדערע זייט ווער זיי זענען. איך קען נאר ליינען וואס מ'שרייבט און הערען וואס מען רעדט און דן זיין עפ"י דעם.
און די געשוואלענע געהאלט וואס מ'באקומט איז נאך אן אומוויסענדע גראבע ליגענט פון מנשה סופר וואס ווערט אויך באצאלט 'געשוואלענע wages' פאר'ן ממציא זיין ליגענט. ס'געפעלט איינער די מושג ווערט עס קראנט. איך גלייב מ'קען אזוינס קריגען פאר קליין געלט. הן די א.ג. 'כאפער'ס' הן מנשה סופר'ס.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
מאיר הערש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 183
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2013 4:38 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

שליחה דורך מאיר הערש »

קפה, די חאפערים באקומען שווערע געלדער. דו מיינסט זיי וועלן צולאזן שוואכע בחורים נישט אריינשלעפן אין מיליטער? זיי וועלן דאך פארלירן זייער גאנצע פרנסה. און אז נישט די quotas, וואס איז דער גאנצע געזעץ ביז דעמאלסט?
טאמער מען וועט אויפהערן כאפן בחורים אין מיליטער - צו זיי לערנען און אודאי און אודאי צו זיי לערנען נישט אדער די שוואכערע וואס לערנען נישט אזוי גוט - וואלט מען זיכער עפעס אויפגעטון.
דאס גאנצע פרשה איז גענוי דאס זעלבע רוחניות'דיגע סכנה ווי דאס ארמיי אין רוסלאנד אדער וואו אימער מען האט זיך געמוזט שטעלן. וואלט די מדינה געהאט א אידישע ארמיי, אן קיין פרויען, און אן קיין אוממאראלישקייט, נאר אינגאנצן על פי תורה, וואלטן אפשר די שוואכערע געקענט דארט זיין. אבער ביז דערווייל איז דארט ממש א רוחניות'דיגע שואה ר"ל און א גאר קליינע צאל קומען צוריק אזוי פרום ווי זיי זענען געווען ווען זיי זענען אריין ה"י.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ווארשיינדלעך ווייסטו גאנץ ווייניג פון די רוסישע ארמיי צו זאגען. ביסט מכובד צו ליינען קאראהאד פון פרופ' פישל שניאורזוהן פאר ע בילד פון וואס האט זיך דארט אפגעשפילט.
און די סכנה פון נחל החרדי איז נאך אלס נישט באשטעטיגט פון מענטשען פונדערויסען. נאר די אינטערעס'ן פאמפען אויף יעדער מעשה וואס א טאטע זעט זיין זוהן מיט גרינע מונדירען אנשטאט'ס שווארצע מיינט ער אז פון א צדיק איז געווארען א פארדארבענער. דערווייל איז גאנץ מעגליך אז ער איז קיינמאל נישט געווען אזא ענדער צדיק, ס'איז מעגליך אז זיין גליטשען וואלט געווען פילפאכיג שנעלער און ווייטער ווען נישט פאר די מיליטער. בקיצור, אז מ'גלייבט נישט אין ויואל משה אמת ותורתו אמת האט מען נישט קיין ראיה דערצו. דער גלויבונג איז נאר א ראיה צו זיך זעלבסט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 341 מאל

Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!

שליחה דורך קפה נמס »

צוריק מיט די חאפערים.. נישטא ווער זאל לאכן...

דו קענסט איין חרדי וואס איז אריין פרום אין מיליטער ?? דו קענסט איין שוואכע בחור וואס איז געווארן פארכאפט ??

און פאר די נושרים, איז מיליטער אסאך בעסער ווי צו ווערן טראנס-דזשענדער....
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך ווייס נישט צו קפה נמס איז גערעכט מיט דעם אויך. אפשר ווערט מען יא קאליע אין מיליטער, ווער ווייסט? ביידער זייטען זענען פאליטיקאנטען, און מטיבם של קרובים אתה יודע טיבן של רחוקים. איך גלייב נישט אז משה גפני איז עפעס בעסער ווי די לעיקוואודער עסקנים/עשקנים.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
מאיר הערש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 183
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2013 4:38 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

שליחה דורך מאיר הערש »

http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... rum_id=771

בוגרי הנחל החרדי צדיקים או פרי באושים ?

נח"ל? – צפו בתמונות
18 באוגוסט 2013
-חדשות היום / חרדים
אבי שיף
3 תגובות


מפגש נחל חרדי 3
פירות הבאושים של הנח"ל החרדי נחשפים: על רקע הניסיונות להביא להגברת הגיוס לצה"ל באמצעות ועדת שקד נחשף הפרצוף האמיתי של הנח"ל החרדי.

אותם בוגרים של המחזור הראשון וההיסטורי של הנח"ל שהגיעו חלקם כחרדים סיימו את הקורס בהצטיינות,אולם את הכיפה הם השאירו בין גדרי התיל של המחנה הצבאי.

כמדי שנה נפגשים בוגרי המחזור הראשון של הנח"ל החרדי למפגש קבוצתי מאז סיימו את המחזור והשנה המשיכו במסורת של המפגש. לאחרונה התקיים מפגש נוסף במסעדה בצומת שילת סמוך למודיעין עילית.

הצצה חטופה לתוך התמונה מלמדת על הנתונים המבישים הבאים: מלבד דוד זולדן (המופיע במרכז התמונה) ו2 בוגרים חרדים נוספים, השאר הופיעו עם כיפה סרוגה לראשם והיתר: ללא כיפה בכלל.

עסקנים חרדים שנחשפו לנתונים מסרו בתגובה ל'קוקר' : "שאנו שומעים אנשי השלטון מבקשים שהציבור החרדי ישלח את בנו לצה"ל, אנו מזמינים אותם לראות בצורה מוחשית את פירות הבאושים של המחזור הראשון של הנח"ל החרדי שהינה קבוצת הדגל של הנח"ל בציבור החרדי.

עד כאן הקפה א'.
מאיר הערש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 183
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2013 4:38 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

שליחה דורך מאיר הערש »

http://www.israelnationalnews.com/Artic ... lU_9HarSM8
....
In order to explain just how necessary it is for the I.D.F. to accommodate religious soldiers, it should be noted that approximately twenty percent of the religious community abandons Jewish tradition – mostly during, or as a result of, military service. Even amongst those who remain religious, quite a few are significantly weakened in the army. This is the main reason the hareidi community opposes military service.
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 341 מאל

שליחה דורך קפה נמס »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך ווייס נישט צו קפה נמס איז גערעכט מיט דעם אויך. אפשר ווערט מען יא קאליע אין מיליטער, ווער ווייסט? ביידער זייטען זענען פאליטיקאנטען, און מטיבם של קרובים אתה יודע טיבן של רחוקים. איך גלייב נישט אז משה גפני איז עפעס בעסער ווי די לעיקוואודער עסקנים/עשקנים.

זיכער ווערט מען קאליע אין מיליטער.
טאקע פארדעם טאר מען נישט שיקן קיין איין ערליכער בחור אפילו ער לערנט נישט פלייסיג. אבער, א בחור וואס האט שוין געגליטשט און ער איז איינגעטונקן אין זנות און דראגס און גניבות וכדו', אדער אפי' ער איז אויפ'ן וועג צו יענער דיירעקשאן, איז די בעסטע זאך פאר אים ער זאל גיין אין מיליטער ווי ס'איז דא דיסציפלין און סדר...
פארשפארט