גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
מאיר הערש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 183
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2013 4:38 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

שליחה דורך מאיר הערש »

קפה, קודם כל, רב וואזנער זצ"ל האט געהאלטן אז נישט. ער האט געזאגט "די מצוה פון מחיית עמלק איז ווייל ויזנב בך כל הנחשלים אחריך. עמלק האט געהאט א שליטה בלויז אויף די גליטשער און פון דעסטוועגן ווייל ער האט זיך געוואשן צו די פארדארבענע איז 'תמחה את זכר עמלק'."
צווייטנס, וויפיל פארדארבענע בחורים זענען שוין אוועילעבל צו אנפילן די קוואטעס?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

פליצלינג איז הרב וואזנער דער מ"ד?!
עכ"פ דער וואס זארגט זיך פאר זיין כבוד דארף באהאלטען אזעלכע נעריש'ע מימרות
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 341 מאל

Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!

שליחה דורך קפה נמס »

קיינער פלאנט נישט נאכצוקומען די קוואטעס. דו האסט א יסודות'דיגע טעות, דו ביסט פארנומען מיט כאפערס, און דו נעמסט זייער ערנסט די געזעץ ככתבו וכלשונו. לאמיר דיר קלאר מאכן: קיין איין אדמו"ר אדער גדול האט נישט קיין הוה אמינא פון שיקן ערליכע בחורים אין מיליטער אפגעזען וואס די געזעץ זאל נאר זיין.

די עיקר פראבלעם פון די חוק איז נישט געווען אז מ'גייט גיין אין מיליטער. די פראבלעם איז געווען די סנקציות פליליות, וואס אויף דערווייל איז מען פטור געווארן דערפון. מ'זוכט נאר וועגן צו קענען ווייטער אנגיין אין לעבן על אף ס'איז דא א חוק אז מ'דארף גיין אין מיליטער...
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

טאמער געזעצליך וועט מען דארפ'ן גייען אין מיליטער, קענסט רו'איגעהייט אננעמען אז מ'וועט גייען. א ציבור איז נישט גרייט אויף מסינ"פ, נאר דאס וואס ס'פעלט אויס אויף הפגנות. מ'עט זיך איינרעדען, מאנכע וועלען זוכען הצלחה דארט. אוודאי וועט נאך בלייבען ערליכע בחורים אין ישיבות. אבער דער בחור וואס לערנט נאר א פאר שעה א טאג, דער בחור וואס לערנט יעצט נישט אבער ער וועט זיך נאך צוריקכאפען באלד, דער בחור וואס האט נאך נישט געזען זיין הצלחה, אדער האט פונקט א שוואכע תקופה. אויף איהם איז נאך דא א געפאר. די עקסטרעמע פון ביידע זייטען, דער נואף דרא"ג עדיק"ט און דער מתמיד זענען נישט קיין זארג
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 341 מאל

שליחה דורך קפה נמס »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:טאמער געזעצליך וועט מען דארפ'ן גייען אין מיליטער, קענסט רו'איגעהייט אננעמען אז מ'וועט גייען. א ציבור איז נישט גרייט אויף מסינ"פ, נאר דאס וואס ס'פעלט אויס אויף הפגנות. מ'עט זיך איינרעדען, מאנכע וועלען זוכען הצלחה דארט. אוודאי וועט נאך בלייבען ערליכע בחורים אין ישיבות. אבער דער בחור וואס לערנט נאר א פאר שעה א טאג, דער בחור וואס לערנט יעצט נישט אבער ער וועט זיך נאך צוריקכאפען באלד, דער בחור וואס האט נאך נישט געזען זיין הצלחה, אדער האט פונקט א שוואכע תקופה. אויף איהם איז נאך דא א געפאר. די עקסטרעמע פון ביידע זייטען, דער נואף דרא"ג עדיק"ט און דער מתמיד זענען נישט קיין זארג

כ'מיין פונקט פארקערט: נאר א ציבור קען זיך האלטן צוזאמען. איך זעה נישט אז ס'זאל קענען געשען במציאות אז וויזניצער און פאנעוויטשער בחורים זאלן זיך אנטון מונדירן און גיין אין מיליטער ווען די אדמו"רים און ראשי הישיבות שרייען מ'זאל נישט גיין.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!

שליחה דורך ירא שמים »

נח״ל החרדי, לפי שמועתי וואלט דאס געקענט זיין א מורא׳דיגע הצלחה ווען נישט די פראפעגאנדע קעגן דעם.
מאיר הערש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 183
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2013 4:38 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

שליחה דורך מאיר הערש »

עטץ אלע רעדט נישט צו די זאך, לעבטס מיט פאנטאזיאס, זעטס זאכן וואס עטץ ווילטס זען, ווייסן נישט די פאקטן, פארדרייען זאכן, שוין פאראויס מחליט געווען די פאקטן, האלטס אייך נישט ביים טוישן אפילו מען ווייסט אייך אויף שווארץ אויף ווייס אז ס'נישט ריכטיג. ס'איז פשוט א שאד די צייט זיך צו שפארן מיט ענק צו דיסקאטירן, ממש חבל על הזמן. איך קען ענק אלע זאגן 'חלמא טבא חזית'.
מאיר הערש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 183
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2013 4:38 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

שליחה דורך מאיר הערש »

ירא שמים האט געשריבן:נח״ל החרדי, לפי שמועתי וואלט דאס געקענט זיין א מורא׳דיגע הצלחה ווען נישט די פראפעגאנדע קעגן דעם.

ירא שמים, איך שטעל מיך פאר אז דו ווילסט זיין אין גן עדן צוזאמןע מיט די סאלדאטן פון נח"ל החרדי. זאל דיר וואויל באקומען.
[NAMELESS]

Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמעתי אז די חרדישע פארטייען האבן גאר שטארק אויסגעברייטעט וואס עס גייט אריין אינטער די נאמען חרדי, אזוי אז עס זאל זיין גרינג נאכצוקומען די קוואטעס, איינער ווייסט מער?

Sent from my SGH-T599N using Tapatalk
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך פראביר אבער א.ל. קעניג קומט מיר קיינמאל נישט אין חלום. איך ווארט נאך.פאר א שווארץ אויף ווייס אויפווייזונג. ביזדערווייל הער איך נאר איינזייטיגע רייד.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

קודם אביסל היסטאריע

* פון ווען די מדינה האט זיך געשטעלט האבן בחורים אונטער די קאטעגאריע פון תורתו אומנותו ד.מ. יעדער ישיבה בחור און כולל אינגערמאן געקענט אפשטופן זייער גיין אין מיליטער ביז די יארגאנג וואס מען איז פטור פון מיליטער אין אנדערע ווערטער יעדע בחור איז געווען פטור פון גיין אין מיליטער.

* אין יאר תשכ"ח איז דאס (אפיציעל) געווארן באגרעניצט פאר נאר 8000 בחורים.

* אין יאר תשל"ז האט מען מבטל געווען די אפיציעלע באגרעניצונג.

* אין די סוף נ' יארן האבן פאליטיקאנטן נאכאמאל אנגעהויבן צו רודערן וועגן גיוס.

* דעמאלטס האט מען געמאכט דעם חוק טל, וואס האט כלומערשט געדארפט מאכן א ציהל צו אריינעמען מיט גוטנס חרדים אין מיליטער, אזוי אויך האט מען דעמאלטס אויפגעשטעלט די נח"ל החרדי.

* די מעלה פון חוק טל איז עכט געווען סתם צו שטופן נאך יארן, וויבאלד אז קיינער אין די מיליטער אדער ממשלה וויל נישט עכט חרדים אין מיליטער סיי ווייל עס קאסט פיל טייערער און סיי ווייל זיי דארפן אויסדרוקליך נישט נאך סאלדאטן, אבער וויבאלד געוויסע האבן גענומען רודערן האט מען געדארפט מאכן עפעס לפנים האט מען דאס געמאכט,

* אנהויב ס' יארן האט מען נאכאמאל גענומען רודערן אז חוק טל האט גארנישט אויפגעטוהן (אזויווי געפלאנט) און בג"ץ האט באפוילן אז מען דארף מאכן א נייע געזעץ,

* דאס האט זיך געצויגן ביז לעצטע יאר ווען לפיד איז געלאפן אויפן פלאטפארמע פון אריינעמען חרדים אין מיליטער, און ער האט געמאכט א עכטע פראבלעם מיט מאכן יעדע ישיבה בחור פאר א קרימינאל און אז די מיליטער איז געווארן געצווינגען קעגן איהר רצון און איהר תועלת צו אריין נעמען חרדים.

יעצט קען מען זיך נעמען צו די נייע געזעץ

א. די מיליטער איז מער נישט געצווינגען צו נעמען בחורים, דער שר הביטחון איז באויפטראגט צו מחליט זיין דערוועגן (לדורותיהם האבן זיי געטוהן די בעסטע פאר די מיליטער ד.מ. נישט אריין נעמען חרדים).

ב. אויב מען שטעלט זיך נישט איז מען נישט קיין קרימינאל.

ג. מען האט געטוהן די בעסטע וואס מעגליך ווי ביז היינט צו אפשטופן אויב אפאר יאר און נאך אפאר יאר וועט בג"ץ נאכאמאל הייסן און מען וועט נאכאמאל שלעפן פרישע פאר יאר מיט מאכן א נייע געזעץ וואס וועט שלעפן נאך יאר וחוזר חלילה עד ביאת גוא"צ בב"א.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!

שליחה דורך ירא שמים »

אבער ׳דעת תורה׳ זאגט אז מדארף מלחמה האלטן! כולנו למערכה!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ירא שמים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

[tag]געוואלדיג[/tag] און קלאר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב מוחה געווען ביי מיין טיש אין שטוב. יוצא געווען?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!

שליחה דורך ירא שמים »

נישט גענוג! בשוקים וברחובות! כאטשיג פינף גארביזש קענס דארף מען פארברענען!
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!

שליחה דורך ירא שמים »

קפה נמס האט געשריבן:צוריק מיט די חאפערים.. נישטא ווער זאל לאכן...

דו קענסט איין חרדי וואס איז אריין פרום אין מיליטער ?? דו קענסט איין שוואכע בחור וואס איז געווארן פארכאפט ??

און פאר די נושרים, איז מיליטער אסאך בעסער ווי צו ווערן טראנס-דזשענדער....
איך קען א גאר חסידישע פארכניאקטע אינגערמאן וואס האט געדינט דריי יאר אין מיליטער.
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 341 מאל

Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!

שליחה דורך קפה נמס »

ער איז אריין חסידי'ש און פארכאניאקט אדער ער איז היינט חסידי'ש און פארכאניאקט ?
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!

שליחה דורך ירא שמים »

היינט
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 341 מאל

שליחה דורך קפה נמס »

ירא שמים האט געשריבן:
קפה נמס האט געשריבן:צוריק מיט די חאפערים.. נישטא ווער זאל לאכן...

דו קענסט איין חרדי וואס איז אריין פרום אין מיליטער ?? דו קענסט איין שוואכע בחור וואס איז געווארן פארכאפט ??

און פאר די נושרים, איז מיליטער אסאך בעסער ווי צו ווערן טראנס-דזשענדער....
איך קען א גאר חסידישע פארכניאקטע אינגערמאן וואס האט געדינט דריי יאר אין מיליטער.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

עס איז לעצטנס ארויס געקומען א ספר פון איינער לעווינשטיין מיין איך וואס איז געווען יארן לאנג הרב שטיינמאן שליט"א משמש און ער האט זיך פארשריבן אין א ביכל וואס ער האט אלס מיט געהאלטן און זיינע קינדער האבן דאס יעצט געדרוקט האב איך געטראפן דארט צוויי זאכן איינס שרייבט ער אזוי
דיבר על הנח"ל ואמר מטהר את הטמאים ומטמא את הטהורים וזה טוב רק למחללי שבת וחייבי כריתות


און וועגן חוק טל שרייבט ער אזויווי איך האב געשריבן נעכטן
בנושא חמש שנים החכים קבלו הוראה לנסות ולשנות שבתום החמש שנים יצטרכו לדרוש ביטול החוק ולא חידושו


וכך הווה
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
מאיר הערש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 183
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2013 4:38 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

שליחה דורך מאיר הערש »

גראדעמעכעלע האט געשריבן:שמעתי אז די חרדישע פארטייען האבן גאר שטארק אויסגעברייטעט וואס עס גייט אריין אינטער די נאמען חרדי, אזוי אז עס זאל זיין גרינג נאכצוקומען די קוואטעס, איינער ווייסט מער?

יעדע בחור וואס גייט אריין דארט - מער פרום, ווייניגער פרום - האט א פאטענציאל ער זאל זאגן ברוך שפטרני פון דער גאנצע אידישקייט. איז וואס איז די גרויסע מציאה אז די סארט בחורים ווערן אריינגעשלעפט? עס איז דאך א מורא'דיגע רוחניות'דיגע רחמנות אויף זיי אז זיי וועלן דארטן אריינפאלן אין שאול תחתית ר"ל.
מאיר הערש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 183
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2013 4:38 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

שליחה דורך מאיר הערש »

מען פארקויפט לאקשן פאר'ן עולם, און עולם גולם קויפט עס בלינדערהייט און פארקויפט עס ווייטער נאיווערהייט – אזוי ווי מען זעט עס בחוש דא אין ק"ש - און קען ממש מסתמא שווערן דערויף און מאכן פון דעם א גוטע זאפטיגע שמאלציגע לאקשן קוגל אויף שבת.

אפיציעל: "קיין איין בחור וואס איז אין ישיבה האט מען נישט גענומען און מען גייט נישט נעמען." מיט דעם פאטשן זיך אין בייכל די אלע מאכערס און גייען ארום ממש אין זיבעטן הימל. די פאקטן וואס מען פארהוילט פון ענק זענען אבער ליידער, ליידער, טרויעריג אנדערש. עטץ גלייבטס נאך אלס נישט וואס איך זאג וועגן די חאפערים קענט עטץ זיך אליין איבערצייגן ווען עטץ וועט זיך נאכפרעגן ביי די ראשי ישיבות וועגן די חאפערים ובפרט אין דעם לשכת הגיוס (ממ"ח) אין די פאלגענדע ישיבות וואס איז בלויז א דוגמא (ווייל עס זענען דא ליידער א סך, א סך, מער ישיבות וואס מען האט געכאפט בחורים פון דארט): ישיבת חמדת התורה, ישיבת אור ברוך, ישיבת חזון עובדי', ישיבת גור, ישיבת חמדת שלמה, ישיבת ים התלמוד.

וועט עטץ פרעגן א לאגישע קשיא, אויב ס'איז ריכטיג ווי מאיר הערש זאגט, פארוואס טאקע הערשט אזא גרויסע מיסאנדערסטענדיג פון די גאנצע פרשה און מען ווייסט נישט דעם אמת? דער תירוץ איז, פשוט, אז ר' שמואל'ס מענטשן דערווייטערן זיך פון דעם אינטערנעט, איז ווער וועט אריינלייגן די פארהוילענע זאכן און דאס מגלה זיין פאר די וועלט? בלייבט דעריבער אז עולם גולם הערט, לייענט און גלייבט די אלע סייטס וואס זענען רובא דרובא פראו-גיוס געשטימט. אויב מען הערט נאר איין זייט, די זייט וואס מען רעדט ענק איין באבקעס, האט עס טאקע אזא פנים און עס קען נאך איינער קומען זאגן "נח״ל החרדי, לפי שמועתי וואלט דאס געקענט זיין א מורא׳דיגע הצלחה ווען נישט די פראפעגאנדע קעגן דעם." ה' ישמרנו מהם ומהמונם.

Please do some homework and find out the facts for yourself and then come back and share your valuable information with the choshuve members of K"Sh.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

[tag]מאיר הערש[/tag], איך פארשטיי נישט, איך האב געמאכט האום ווארק און געברענגט א גאנץ קלארע בילד פון וואס עס גייט פאר און וואס עס איז געווען ביז היינט, פון די צייטן ווען הגאון ר' שמואל איז נאך נישט געווען קיין קנאי און האט נאך געטראסט די חברי כנסת, און אנשטאט ליידיגע ווערטער זיי מסביר פארוואס די וועג וואס האט געארבעט ביז היינט דורך חוק טל קען נישט ארבעטן ווייטער? אין אנדערע ווערטער פארוואס האט הגאון ר' שמואל שליט"א ביי חוק טל נישט גערודערט און יעצט יא וואס איז דאס ערגער פון דעמאלטס???
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
פארשפארט