ראוונע האט געשריבן:א גוטען טייערע חבירים
אזוי ווי יעצט איז א שעת הכושר האב איך געקלערט אז יעצט איז די צייט to come clean אין ווער דען וועט זיין די ערשטע צו עס מיטיילען אויב נישט ענק טייערע חבירים
די סיבה פארוואס איך האב באשלאסען יעצט ארויסצוקומען אין פובליק איז. ווייל איך ווייס אז ביי אונזער היימישע עולם איז דא זייער אסאך חברה אין מיין מצב. דאס הייסט אז באמת זענען זיי קוה׳ען נאר זענען געבוירען אין די גוף פון א מענטש אין זיי האבען נישט די קוראזש ארויסצוקומען אין פובליק אין טוען וואס מען דארף צו טוען ממילא האף איך אז מיין מעשה וועט זיי אביסעל ארויס העלפען
נישט געזארגט ביי מיר ביזטו א קיה.
גריידע האב איך טאקע שוין לאנג געזעין סימני קיה אין דיר, אבער נישט געוויסט אז דו האלסט אויך אזוי, נאר א וויץ, נעם עס נישט ערענסט, איך ווייס נישט ווי סענסעטיוו קיען זענען ווייל איך בין נישט קיין קיה.
גריידע האב איך א אנדערע מסורה ומעשה שלא היה כך היה
מעני יער'ס עגא, ווען הענרי פארד האט געמאכט זיין ערשטע רינדע מיט דעם פערדלאזע וואגן, בשעת די אלע פארזאמעלטע האבן געשאַלט פאר פרייד, האבן אלע פערד זיך ארים געדרייט גאר דערנידערד, און האבן זיך ציזאם גענימען פאר א דרינגענדע זיצונג, זיי האבן מיטאמאל פארלוירן זייער גאנצע תפקיד, נישטא מער קיין שטאך ארבייט, האבן זיי ארויפגעשיקט למרום א פערד עלסטע, זעין אם נגזרה גזירה, און וואס זיי קענען ווייטער טיען, ער איז ארויף און געטראפן דעם לבוש הבדים, און האט אים מגלה געוועין וואס ער האט געהערט מאחורי הפרגד, אז זיי האבן א גאר א נייע תפקיד, זיי ברויכן ארויפ גיין אויף פארענטשעס און זינגען חסדי השם, וכך הוי, אלע מיליאנע פערד זענען ווייטער געבליבן געטריי פאר די מענטשהייט עד היום הזה.