שנונות ומשונות - לבית בריסק

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אדנירם האט געשריבן:
זאת ועוד, ער האט מחדש געווען א נייע קו אין חסידות [וואס איז ליידער דער גורם צום היינטיגן קארופציע] פון 'דרך מלכות', ואכמ"ל.

[/i][/size]


ער איז נישט געווען דער ערשטער. די טשערנאבילער מגיד האט עס שוין געטון פאר עם, און אגב רבי מענדעלע וויטעפסקער איז לכאורה געווען דער ערשטער.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: שנונות ומשונות - לבית בריסק

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

וואס ווילסטו פון מיר? איך האב געזאגט אז ער ווערט א קרומע פון זאגען נאך זאכען? איך האב געזאגט אז דער צאנזער רב האט נישט געלערנט חסידות ביי קיינעם?
ווייז אויף ווי איך האב אזוי געזאגט, נאך דעם וועל איך דיר ווייזען ווי אין תורה שטייט אז מ'דארף הרגנ'ען.

געדענקט אלע, אונז זע'מיר יעצט אין שמייכעל
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]15.[/center]
דער בריסקער ראש ישיבה, רבי בערל [הגרי"ד בהגרי"ז], האט אמאל דערציילט ווי פאלגענד: איינמאל בין איך געפארן פון בריסק קיין ווארשע, און כ'בין אריין אין א חסיד'ישע שטיבל. הער איך ווי איינער זאגט צום צווייטן וואס ער האט געהערט פון זיין רבי, אז נישט אומזיסט ליגט אדמו"ר פלוני לעבן די חוזה פון לובלין, ווייל ער איז געווען פון די שורש נשמה פונעם חוזה וכו'. האב איך זיך אנגערופן צו זיי: רבותי, איך קום יעצט פון בריסק, און אויפן וועג בין איך אדורכגעפארן די ביה"ח פון לובלין און כ'האב געזען אז יענער אדמו"ר ליגט גאר לעבן דער אייזערנער קאפ - רבי עזריאל אבד"ק לובלין! האט זיך דער חסיד אנגעהויבן צו דינגען, אז ער האט אליינס געהערט פון זיין רבי'ן אז יענע אדמו"ר ליגט לעבן דער חוזה! און ר' בערל טענה'ט צוריק 'איך קום יעצט פון דארט'! אזוי אהין און צוריק.

בקיצור, רבי בערל האט געזאגט פאר יענעם חסיד: ווייסטו וואס? לאמיר יעצט ביידע אהינפארן און מ'וועט זען צו ער ליגט לעבן די חוזה אדער לעבן רבי עזריאל דער מתנגד'ישער רב. קוקט אים יענער חסיד אן מיט אזעלכע בליקן, און זאגט אים: וואס האקסטו אין קאפ אריין? דער רבי האט אליינס אזוי געזאגט, וואס וועט העלפן וואס מיר וועלן זען אין בית החיים אליינס?!...

[center]***[/center]
די מעשה איז נאכנישט פערטיג, עס האט א שענערע סוף:

רבי בערל'ס זון, דער היינטיגער [גרויסע] בריסקער ראש ישיבה, ר' אברהם יהושע, איז הולך בדרכי אבותיו אפצולאכן פון חסידים, און איינמאל האט ער בתוך הדברים איבערדערציילט די מעשה פון זיין טאטן. איז דארטן געווען א חסיד'ישע בחור, און ער האט זיך אנגערופן צו רא"י אז ער איז אליינס געווען אין לובלינע בית החיים, און ער האט געזען ווי יענער צדיק ליגט טאקע לעבן דער חוזה, און נישט לעבן רבי עזריאל!

רבי אברהם יהושע האט אים געענטפערט מיניה וביה: וואס רעדסטו? איך האב אליינס געהערט פונעם טאטן אז יענער צדיק ליגט לעבן רבי עזריאל און נישט לעבן דער חוזה!... ויהי לפלא. [ודו"ק].


כ'האב געהערט, אז דער בחור האט עפעס צוריקגעענטפערט מעין אז אט דאס האט ער געוואלט הערן פונעם ראש ישיבה, אז יעדער גלייבט וועם ער וויל גלייבן, אפילו א צווייטער זאגט אז ער האט געזען מיט די אייגענע אויגן פארקערט. און רא"י האט ארויסגעווארפן דעם בחור פאר זיין חוצפה [צו גוט געענטפערט טויג אויך נישט...].
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: שנונות ומשונות - לבית בריסק

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אז מ'האט שוין אויפגעהערט שמייכעלען, קען מען אריינברענגען נאך א פאר עניינים.
א. דער קארופציע פון א חצר מיט קינדער וואס פיהרען א ווערטשאפט און שמייסען דער וואס גייט נישט אין שפאן, איז א צאנזער ערשיינונג, נישט קיין רוזינער.
ב. רוזין האט זיך קיינמאל נישט געמישט אינדרויסען פון זיין זאכען. קיינער האט נישט געליטען פון רוזין. לעומת צאנז.
ג. דער ראפשיצער רב האט יא געלערנט אין ליזענסק, וואו מ'האט איהם געוואלט פארטרייבען ווייל ר' אלימלך האט נישט געוואלט קיין מיוחסים.
ד. דער מעשה פון ר' מענדעלי וויטעפסקער מיט ר' מענדעלי שקלאווער איז באקאנט פון אנדערע מראה מקומות. איך האב געפרעגט ר' ברוכ'ל כהנא פון אנטווערפען, וואס קוקט אן א ליטוואק ווי א הולך על ארבע, וועגען דעם און ער האט נישט געוואלט ענטפערען, נאר געזאגט "ס'איז נישט פרי הארץ".
ה. אין בריסק איז ברייט באקאנט א ווערטעל "דער חשיבות און רוה"ק פונ'ם רי"ף איז פונקט אין זיין השמטות, וואס ער זאגט נישט, ווי וואס ער זאגט יא", וכך היא דרכה של בריסק, זיך צו בארימען מיט דאס וואס מ'זאגט נישט. ממילא איינער וואס זאגט יא אפגעפרעגט. לשיטתם, נישט מיר.
ו. די צאנזער זענען אלס געבליבען מיט א פראבלעם. דער יחוס פונ'ם ריזינער איז ריין. ער האט זיך נישט געוואלגערט ביי הונדרעט רבי'ס, נישט געקומען פון ערגעץ אונטער די הרי חשך, נאר א רעכטע אייניקעל מיט א טאטע א טמיר ונעלם און א ברודער אזוי. דעריבער וואלטען זיי געשפירט פאר וויכטיג צו פארענטפערען די טענה. אויב די מעשה איז געשען, איז דאס א קליינע פראבלעם דערמיט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איבער פרשת בריסק-קאטלער, איז אויך דא אסאך גוטע ווערטלעך. ליידער געווען א מיאוס'ע פרשה וואס האט צוריסן די גדולי ישראל בשעתו.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

צוריק צום שמייכל ביטע :D :D :D :lol: :lol: :lol:

[tag]berlbalaguleh[/tag] וואו ביסטו ווען מען דארף דיר?
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: שנונות ומשונות - לבית בריסק

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אין בריסק האלטען זיי אז דאס איז א קרומע. וואס ווילסטו פון מיר? איך האב נאכגעברענגט קוריאזען פון בריסק, האסטו טענות אז ס'איז קוריאז? !
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]16.[/center]
פאר די פאלגענדע ווערטל דארף מען פארשטיין די חילוק פון די ישיבות:

געווען אמאל א חברונ'ער, א פאנאוויזשער, און א בריסקער, בחור, וואס זענען געוואויר געווארן בעצם יום השבת אז זייער מאמע איז א גוי'טע, און לויט דעם זענען זיי גוים וואס טארן נישט היטן שבת ווייל 'גוי ששבת חייב מיתה'.

דער חברון'ער בחור איז גלייך געפארן צום ביטש, דער פאנאוויזשער בחור האט אנגעצינדען א צוגארעטל און פאררייכערט איבער א שווערע רמב"ם, און דער בריסקער בחור איז גלייך אהיימגעלאפן עפענען א פלאש סאדע...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]17.[/center]
א בריסקער איז געזעצן פאר'דביקות'ט אין ביהמ"ד, ווען עפעס א ברסלבער נ-נח האט מחליט געווען דארט צו מאכן התבודדות.
דער ברסלבער הייבט אן מיטן נ-נח סלאגאן: רבינו נַ!
דער בריסקער מאכט: ששששששש!
דער ברסלבער: נַח!
דער בריסקער: שששששששששש!
דער בסלבער: נַחמַ!
דער בריסקער: שששששששששששששש!
דער ברסלבער: נַחמַן מאומן!
דער בריסקער: ששששששששששששששמע ישראל...


[יענער האט געמיינט אז ער שישקעט. ער האט פשוט אנגעהויבן ליינע ק"ש...].
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום נהורא נפישא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ליטוואק, די לייק איז פאר די גאנצע תגובה חוץ פון די לעצטע שורה, היות ביז אהין בין איך מסכים מיט כמעט יעדער ווארט. אבער איך בין מוחה נמרצות.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נהורא נפישא האט געשריבן:https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7%A0%D7%97%D7%9D_%D7%9E%D7%A0%D7%93%D7%9C_%D7%9E%D7%A9%D7%A7%D7%9C%D7%95%D7%91

ייש"כ.
דארט זעט מען אז ער האט געלערנט אין א געוויסע ספר פון רבי מענדל שקלאווער וואס ער האט געמיינט אז ס'איז פון רבי מענדעלע וויטעפסקער.
פון דארט ביז צו זאגן אז 'פון יענע ספר האט ער זיך געלערנט חסידות', איז אזויווי צו זאגן אז סאטמארער רב האט מקבל געווען זיין דרך פון ליקוטי מוהר"ן, ווייל ער האט זיך אפיציעל אמאל אויסגעדריקט אז ער רעדט צום היינטיגן דור...
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: שנונות ומשונות - לבית בריסק

שליחה דורך ירא שמים »

אדנירם האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:דא קען מען נאשן א סך. די מעשה פון שש איז אות פב בשינוי קצת.

כ'בין אדורך יענע קונטרס'ל. כ'ווייס נישט ווער דער מחבר איז, אבער ס'שמעקט פון אזא קנאי [ועוד...] ווי רבי אליקים שלעזינגער. במחילה מכבודו של הגרי"ז, אבער נאכן ליינען דעם קונטרס'ל באווייזט זיך נישט אזא ליבליכע גאון ווי מ'וויל אים פארקויפן אין די אפיציעלע מעשה ביכלעך אויף אים.

--------------
לעצם הענין, איז כמעט אלעס דברי השקפה וכדומה, חוץ פון די צוויי גוטע פאלגענדע מעשיות:

[center]10.[/center]
דער גרי"ז האט געזאגט, אז דער גרעסטער תלמיד חכם צווישן די אדמורי"ם, איז געווען דער אבני נזר פון סאכאטשאוו, און טאקע דערפאר האט ער קוים געהאט חסידים... איי דער שפת אמת פון גור האט געהאט א ריזן ציבור, כאטש ער איז געווען א ריזן תלמיד חכם, איז דער סיבה - ווייל זיינע חסידים האבן נישט געוואוסט אז ער קען לערנען...

[הערת אדנירם: ער איז טאקע געווען א פארביסענער, אבער קיין היסטאריקער אין חסידות איז ער נישט געווען. דער צאנזער רב, און אפילו דער שפ"א'ס פאטער - דער חידושי הרי"ם, זענען געווען ריזיגע ת"ח לכו"ע. חוץ מזה האבן נישט געפעלט אנדערע רבי'ס ת"ח. איך האב געמאכט א רשימה וואס האלט דערווייל ביי קרוב צו הונדערט רבי'ס, וואס איך האב געזען ספרים פון זיי עהש"ס וכדומה, אדער לפחות קטעים וואס זענען פארבליבן פון זיי].

ואפשר ליישב אז די אנדערע רביים האבן ניט ׳געקענט לערנען׳ במושגים של בריסק ווארום זייער דרך הלימוד איז געווען די דרך הפולפול, משא״כ די אבני נזר מיטן שפת אמת וואס זייער דרך הלי׳ איז מער קאנצעטרירט אויף הבנה.
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: שנונות ומשונות - לבית בריסק

שליחה דורך mevakesh »

גראדע אינטערסאנט אז דער אבני נזר איז יא אנגענומען אין ליטא ווייל ער איז אויך היבש דרך פלפל הגם נישט אזוי ווי דער חידושי הרים אבער פארט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נישט אלע ליטוואקעס האבן געהאט א פראבלעם מיט פילפול. ס'געווען גאר אזעלכע וואס האבן דוקא עוסק געווען אין דעם, ווי למשל הגר"א קוטלר וואס האט אלס טאקע געלערנט חידושי הרי"ם.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ייש"כ נהורא נפישא. איך האב געוואוסט אז ס'איז ברייט באקאנט אז ס'איז געשען דארט א גרייז מיט די ספרים.
אינטרעסאנט, איך האב א חסידיש'ע חבר אין לעיקוואוד וואס האט מיר אמאל געדארשנ'ט פארקערט פון וואס יענער דארט אין בחדרי חרדים וויל אויפטוהן. פון דאס אז מ'קען זיך אויסמישען איז א ראיה אז די גאנצע התנגדות איז געבויט אויף אומוויסענשאפט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אין בריסק האלטען זיי אז דאס איז א קרומע. וואס ווילסטו פון מיר? איך האב נאכגעברענגט קוריאזען פון בריסק, האסטו טענות אז ס'איז קוריאז? !

טעיתי כשה אובד. איך האב געמיינט אז דו ברענגסט דאס נאך כלומר אז דו האלסט גענוי ווי זייער אגדה. נישט געכאפט אז דו ברענגסט דאס נאך אין דעם אשכול צו ווייזן אביסל די 'מאדנע' זייט פון בריסק.

האב איך אומזיסט געשריגן אויף דיר, אבקש מחילת כבודך בפני כל קהל עם ועדה! :oops:
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

אדנירם האט געשריבן:[center]17.[/center]
א בריסקער איז געזעצן פאר'דביקות'ט אין ביהמ"ד, ווען עפעס א ברסלבער נ-נח האט מחליט געווען דארט צו מאכן התבודדות.
דער ברסלבער הייבט אן מיטן נ-נח סלאגאן: רבינו נַ!
דער בריסקער מאכט: ששששששש!
דער ברסלבער: נַח!
דער בריסקער: שששששששששש!
דער בסלבער: נַחמַ!
דער בריסקער: שששששששששששששש!
דער ברסלבער: נַחמַן מאומן!
דער בריסקער: ששששששששששששששמע ישראל...


[יענער האט געמיינט אז ער שישקעט. ער האט פשוט אנגעהויבן ליינע ק"ש...].

און איך האב געמיינט אז די דזשאוק וועט זיין אהן די ק"ש חלק, נאר וויפיהל מ'דארף שושקען...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
[NAMELESS]

18

שליחה דורך [NAMELESS] »

א בריסקער האט זיך אמאל געטראפן אין א מצב ווי ער ברויך א ביה"כ, די נענסטע פלאץ איז געווען היכל שלמה, נאכן ענדיגן זיינע צרכים פרעגט אים א חבר היתכן? דער רב האט דאך גע'אסר'ט דאס אריינגיין אין היכל שלמה?

יא, "אריינגעין" האט ער גע'אסר'ט אבער "ארויסגעין" דאס האט ער ניט גע'אסר'ט.
רוסישער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 3:21 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך רוסישער »

געהערט בשם ר' אברהם יהושע, אז מ'האט געהאלטן פון שפת אמת ווייל ער פרעגט גוט (כאטש אז אין דער תירוץ 'קריכט ער אן א זייט')
רוסישער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 3:21 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך רוסישער »

/
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רוסישער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

חידושי ר' חיים בן הגרי"ז,
https://drive.google.com/file/d/0B0POTl ... sp=sharing
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וועגען דער דברי חיים האב איך געהערט אז זיי זאגען ער איז גארנישט חסידיש געווען. אזא מעשה האב איך געהערט. ווען מ'האט זיך געשלאגען מיט רוזין, האבען די סאדגערער חסידים געזאגט אז דער דברי חיים ווייסט נישט פון חסידות בכלל, "ווי האט ער געלערנט? ביי וועמען?"
די צאנזער קינדער האבען גע'ענטפערט אז בעיקר האט ער געלערנט פון די ספר וואס מ'האט מייחס געווען צו ר' מענדעלע וויטעבסקער.
למעשה איז דער ספר פון ר' מענדעלע שקלאווער מתלמידי הגר"א. דעריבער איז ער גארנישט חסידי'ש געווען.
עכ"פ כך שמעתי ברחוב הבריסקאי


זייענדיג א דולה ומשקה מפי הרב מוואדריזש שליט"א בין איך סורפרייזט אז די ברענגסט עס נישט בשמו. איך האב עטליכע מאל געהערט פון אים די מעשה.
די כתבים זענען אנגעקומען צום דברי חיים און ס'אעז געשטאנען אז די מחבר איז הגאון ר' מנדל מטבריה (סיימתי ר' מנדל משקלאוו און סיי ר' מנדל וויטעפסקער האבן דארט געוואינט). נאכ'ן פטירה פון צאנזער רב האט מען געדריקט די ספר און געשריבן אז די מחבר איז ר' מנדלע וויטעפסקער. די קינדער פון צאנזער רב האבן געשריבן א ווארימע הסכמה. שפעטער איז מען אבער געוואר געווארן אז ר' מנדלע שקלאווער איז גאר געווען די מחבר.
די וואדריזשע רב האט צוגעלייגט אז די שינאווא רב האט נישט אינטערגעשריבן די הסכמה און כנראה אז מן השמים האט מען אים אפגעהיטן ווייל ער איז געווען מפורסם אלץ דער איש אמת.
פארשפארט