מלאכים אין מענטשליכע גופים

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
קלינג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 5:08 pm
האט שוין געלייקט: 75 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 374 מאל

מלאכים אין מענטשליכע גופים

שליחה דורך קלינג »

וואס איז דער חילוק פון א מענטש ביז א מלאך? א מלאך האט נישט קיין בחירה און א מענטש האט יא. אזוי האט מען אונז אויסגעלערנט: א מלאך איז נישט "גוט" אדער "שלעכט", ווייל וואס ער טוט איז בכלל נישט תלוי אין אים. וואס ער זאל נאר טאן, טוט ער דעם רצון השם. אויב איז ער א "שלעכטער מלאך" וואס טוט שלעכטע זאכן, איז עס אויך נאר ווייל אזוי האט אים דער אויבערשטער פראגראמירט. א מלאך באקומט נישט קיין שכר פארן טאן גוטע זאכן און נישט קיין עונשים אויב טוט ער שלעכטע מעשים.

מה שאין כן א מענטש ווערט געבוירן מיט א ספעציעלע אייגנשאפט אז ער קען טאן וואס ער וויל. אויב ווערט דאס לעבן צוגעגליכן צו א וועג, ווערט א מלאך ארויפגעשטעלט אויף א "וואן וועי" סטריט, און א מענטש פארט דורך זיין גאנצן לעבן אויף א "טו וועי" עוועניו. פון הימל לאזט מען אים טאן וואס ער וויל און האנדלען וויאזוי ער פארשטייט. נאכדעם וואס ער ענדיגט אפ לעבן אויף דער וועלט, גייט זיין נשמה צוריק ארויף אויבן, וואו דער בי"ד של מעלה באהאנדלט די מעשים פון זיין פארלאפענעם לעבן. פאר די גוטע מעשים וועט ער באקומען שכר און פאר די שלעכטע זאכן וועט דער מענטש באקומען אן עונש.

די היימישע אידן וואס זענען אראפגעקומען אויף דער וועלט אין די לעצטע צוויי-דריי דורות האבן געהאט אן עקסטערע זכי' וואס קיינער אין די היסטאריע האט נאך מסתמא נישט געהאט. מיר זענען אראפגעקומען אויף דער וועלט אין גופים, אבער אונזער לעבן טראגט א פנים ווי פון מלאכים. די גמרא זאגט אז שדים האבן זאכן מיט וואס זיי זענען דומה צו מענטשן און מיט אנדערע חלקים זענען זיי ענדליך צו מלאכים. כ'מיין אז מיר זענען אויך אזוי. מיר האבן גופים, עסן און זענען פרים ורבים ווי מענטשן, אבער קיין בחירה האבן מיר נישט, פונקט ווי מלאכים.

יעדע זאך וואס איז נאר א ווייטער קרוב מיט חטא, איז פון אונז אויסגעריסן געווארן. נישט נאר די עבירה אליין, נאר יעדע זאך וואס קען פירן צו טראכטן וואס עפעס וואס ענדעלט אויף סיי וואס פאר אן אופן אין דער עבירה האט מען פון אונז אוועקגענומען. א יונגל טאר נישט קומען אין חדר מיט רויטע שיך. פארוואס? חוקת הגוי איז דער גרינגער ענטפער וואס ווערט געגעבן פאר נשים און פשוטי המון עם. די לומדים און מבינים ווייסן אבער יא דעם אמת'ן טעם: רויטע שיך דערמאנען פון רויטע הויזן, מכח דעם וואס די שיך און הויזן זענען שכנים אויפן גוף. ווידעראום די הויזן רירן אן דעם העמד, און במילא ווען מען טראכט פון רויטע הויזן קען מען טראכטן פון רויטע העמדער. העמדער איז א לבוש וואס מיידלעך טראגן אויך. ווען מען טראכט פון העמדער קען מען זיך דערמאנען פון מיידלעך. ווען מען טראכט פון העמדער אין צוזאמהאנג מיטן קאליר רויט, קען דאך קומען אויפן געדאנק מיידלישע רויטע העמדער. (איך גיי נישט אויספירן דעם המשך ווייל אפילו "הכל יודעים כלה למה נכנסה לחופה" וכו').

עירוב איז אויך אסור. וכל כך למה? זאגן די גדולי הדור אז אויב וועט מען מעגן טראגן אויף די גאס, וועט מען דאך קענען מיטנעמען די פיצלעך קינדער וואס קענען נאכנישט גיין אויף די פיס. אויב וועט מען קענען מיטנעמען די פיצלעך, פאלט אוועק די מניעה וואס האלט דעם עולם אפ פון ארויסגיין שפאצירן אויף די גאסן שבת נאכמיטאג אינאיינעם מיט די ווייבער. (וואס וועט געשען אויב דער עולם וועט ארויסגיין שפאצירן אינאיינעם מיט די ווייבער? דו פרעגסט נאך, דו שגץ איינער!) במילא איז נישטא קיין אנדערע ברירה ווי צו אסר'ן דעם עירוב, וואס דורך דעם וואס עס ערמעגליכט צו שטופן קערידזשעס ווערט א געפערליכער גורם צו שרעקליכע מכשולות. עס קען חלילה נאנטער ברענגען מאן און ווייב און דערמאנען די פארשפארטע הערצער און נשמות אז ס'איז דא אזא זאך אויף דער וועלט ווי עמאציעס און הרגשים. הרגשים זענען דאך אסור בתכלית, ווייל עס קען חלילה אריינברענגען סימני חיות אין מענטשן. סימנים פון לעבן זענען שרעקליך און ביטער, ווייל מענטשן וואס לעבן און פילן זענען עלול צו שפירן און סטימולירט ווערן פון שמחה און פיין. סטימולירן די געפילן איז שוין ממש ביים שוועל פונעם 51'סטן שער הטומאה, ווייל מען קען דורך דעם צוקומען הנאה צו האבן פונעם לעבן, און דאס לעבן באשטייט דאך אך ורק פון טומאות און קליפות כידוע.

גיין אויפן גאסן אן הוט און רעקל איז טאקע נישט בגדר חייב מיתה בידי שמים אבער פארט א שלעכטע זאך (ויש אומרים אז ס'גייט אריין בגדר אבק גילוי עריות). דער פארם פונעם מענטשליכן גוף קען דערמאנען די שוואכערע פון אונז וועגן די אברים פונעם קערפער. אין די אברים זענען דאך נכלל אזעלכע קערפער טיילן ווי די פיס און חלילה נאך ערגערס. במילא הגם מ'קען נישט מחייב זיין יעדן מענטש זיך קיינמאל נישט ארויסצורירן פון רעקל איז עס אבער זיכער אז א ירא וחרד לדבר השם בלייבט אינעם רעקל דורכאויס דעם גאנצן טאג מבואו ועד צאתו. אזוי איז מען זיכער צו בלייבן אפגעהיטן פון מחשבות וואס קענען פירן צו אזעלכע מחשבות וואס וועלן סוף כל סוף פירן דעם מענטש צו טראכטן גאר שלעכטע מחשבות וועגן וועלכע מען טאר אפילו נישט רעדן.

פון פרויען און מיידלעך איז אפגערעדט. דער מין אשה איז איינע פון די זאכן וואס זענען באשאפן געווארן בין השמשות אינאיינעם מיט אנדערע יוצאי דופנ'דיגע באשעפענישן. לעולם וואלטן זיי געדארפט בלייבן ביי איינע פון די עולמות וואס זענען חרוב געווארן פאר אונזער וועלט איז באשאפן געווארן, אבער עכשיו אז זיי זענען נעבעך שעשני כרצונו'דיג באשאפן געווארן דארף מען זיי האלטן גאר ווייט אוועק פונעם מין אנושי. אנשטאט קליידער וואס זענען געמאכט געווארן לויט די מאס פונעם קערפער, זאלן זיי ארומגיין אין גאר ברייטע געצעלטן. אמאל האט מען עס נישט געקענט באווייזן, אבער מיט די טעכנאלאגיע פון אונזערע צייטן איז עס בכלל נישט אזא שווערע זאך און ס'בלייבט טאקע נישט קיין שום תירוץ פארוואס ביי בגדי נשים זאל בכלל עקזיסטירן אזא זאך ווי סייז.

אזוי בלייבן מיר אפגעהיטן קעגן יעדן מעגליכן הקדמה פון א מבוא פון א ראשית דבר צו סיי וואספארא זאך וואס קען נאר באיזה אופן שהוא האבן סיי וואספארא סארט שייכות אויף סיי וועלכן אופן מיט עפעס וואס איז שמעקט פון עפעס וואס "פאסט נישט פאר א חסיד'ישן איד". די שאלה איז נאר צי שכר וועלן מיר יא באקומען, היות קיין בחירה האבן מיר נישט. יש מקום לדין, אבער די סברה זאגט אז יא. אויב נישט פאר אונזער מלאכ'דיגן לעבן, וועלן מיר באקומען שכר פארן זיך האלטן שטארק און בלייבן מיטן קלארן דעת אז דער צוואנג קולטור האט גארנישט מיטן אויבערשטן און אידישקייט, און מיט די אלע נסיונות צו פארקלאפן דעם אפעטיט פון וועלן זיין א איד האלטן מיר זיך שטארק און בלייבן אידן.
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: מלאכים אין מענטשליכע גופים

שליחה דורך mevakesh »

רעדנדיג פון אהן רעקליך אלס גילוי עריות דערמאן איך מיר אז איך האב אמאל געהערט פון אן עלטערער חניוקישער יוד אז די וואס הייבן אויף די רעקל ביים זיצן פלעגט מען רופן גילוי עריות ...
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

קלינג, דו לייגסט שיין אראפ א ארגומענט.

איך טענה שוין לאנג אז איינע פון די ראיות אז משיח איז שוין באמת געקומען איז וויבאלד דעם יצר הרע האט מען שוין געשאכטן.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: מלאכים אין מענטשליכע גופים

שליחה דורך ירא שמים »

א קורץ רעקל פלעגט מען רופן א גילוי עריות רעקל.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: מלאכים אין מענטשליכע גופים

שליחה דורך ירא שמים »

ס׳רוב איז מלא גזמאות און נישט ריכטיגע אפשאצונג.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער גלאק טוט [tag]קלינג[/tag]ען
ווי א טאן עס טוט זינגען
איך טו אויפשפרינגען
ווער קען זיך דינגען?
פארפאלן, ער איז געלונגען!

הרב קלינג, איך האב הנאה פון דיין געדאנק, אבער נאכמער פון דיין שפראך! כה לחי.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ירא שמים האט געשריבן:ס׳רוב איז מלא גזמאות און נישט ריכטיגע אפשאצונג.

ירא שמים: איך האב נאר איין קשיא אויפ'ן מחבר און פותח האשכול, הרב קלינג שליט"א. ער/זי שרייבט בתוך הדברים (אין די פתיחה) אז מ'האט אפגעהרג'עט אלע אונזערע תאוות...! וואס טוטצעך מיט קאקאש קעיק. און פיינע , הייסע, געשמאקע פיצא אום מוצש"ק. און גאטליעב'ס רעסטאראנט בכלל. וועלכע שטייט אונטער די השגחה תמידית פון התאחדות הרע-בנים. בנשיאות איצא שייגעץ. המכונה גליק. און די געשמאקע פרישע טשאקאלאדן, וועלכע ווערן פאבריצירט דורך די פאשקעס און ליעבער טשאקאלאד קאמפאניס...?!...?!
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

[tag]קלינג[/tag] ווער האט דיר געבעטן צו סטאפן שרייב ווייטער . דו שרייבסט ציקער זיס, מען קען נאך ארויסברענגען א געוואלד מיט משלים וואסערע מלאכים אונדז זעמיר , אוי זאגסטו גיט
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

berlbalaguleh האט געשריבן:
ירא שמים האט געשריבן:ס׳רוב איז מלא גזמאות און נישט ריכטיגע אפשאצונג.

ירא שמים: איך האב נאר איין קשיא אויפ'ן מחבר און פותח האשכול, הרב קלינג שליט"א. ער/זי שרייבט בתוך הדברים (אין די פתיחה) אז מ'האט אפגעהרג'עט אלע אונזערע תאוות...! וואס טוטצעך מיט קאקאש קעיק. און פיינע , הייסע, געשמאקע פיצא אום מוצש"ק. און גאטליעב'ס רעסטאראנט בכלל. וועלכע שטייט אונטער די השגחה תמידית פון התאחדות הרע-בנים. בנשיאות איצא שייגעץ. המכונה גליק. און די געשמאקע פרישע טשאקאלאדן, וועלכע ווערן פאבריצירט דורך די פאשקעס און ליעבער טשאקאלאד קאמפאניס...?!...?!

דאס איז אלעס גופניות'דיגע הנאות. חברינו הרב [tag]קלינג[/tag] רעדט פון נפשיות'דיגע הנאות
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דאס דארף צו זיין "קאווע שטיבל'ס כל נדרי דרשה".
פארשפארט