וויפיל צייט געט איר ביז אן איסור אויף קאווע שטיבל?
- פשוט-קאמפליצירט
- ידיד ותיק
- הודעות: 873
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
- האט שוין געלייקט: 866 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 37
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 13, 2012 8:39 am
- האט שוין געלייקט: 50 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל
יאנקל האט געשריבן:דאס דערמאנט מיר פון די עקסטרעמיסטן וועלכע האבן פארשריגן א הערליכן ארטיקל וואס איז ערשינען אין "צייטשריפט" איבער דער היסטאריע פון קאפלעך. דער ארטיקל, געשריבן דורך א חשוב'ן יונגערמאן א תלמיד-חכם, האט דורכגעטון די היסטאריע פון דעם קאפל מפ"י חז"ל ראשונים ואחרונים, ביז'ן היינטיגן טאג. די פאשקעווילן האבן געשריבן אז דער ארטיקל "לאכט אפ פון דעם קאפל", ווען אין פאקט האט דער ארטיקל פשוט געשאנקען דעם לייענער א הערליכן אוצר פון ידיעות איבער דעם קאפל וואס חרדי'שע אידן טראגן אויפ'ן קאפ דורכאויס אלע שעות פון דעם גאנצן לעבן.
וועלכע צייטשריפט?
טראכט גוט (פאזעטיוו) וועט זיין גוט
- דבילה
- ידיד ותיק
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
- האט שוין געלייקט: 1091 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל
יאנקל האט געשריבן:שיטראק האט געשריבן:דאס איז קלאר אז קאווע שטיבל איז אסור, על כל פנים עס איז נישט קיין פלאץ פאר אן ערליכן אינגערמאן זיך צו דרייען אזוי לכתחלה, פאר א סאטמארן אינגערמאן זיכער נישט, דא ווערט אויסגעלופטערט אפענע ציונות, הרב קוק ז״ל ווערט בא'טיטול'ט אויף א וועג וואס איז רח"ל, כ'האב אפילו נישט געוואלט אריינקוקן אין די טעמע.
דער עיקר חסרון פון קאווע שטיבל איז אבער די קרירות און ליצנות וואס ווערט אריינגעברענגט אין הערצער פון די ליינער על כל הקודש לנו, (למשל אפלאכן פון תגלחת נשים, אדער פון נישט שערן די בארד)
דאס דערמאנט מיר פון די עקסטרעמיסטן וועלכע האבן פארשריגן א הערליכן ארטיקל וואס איז ערשינען אין "צייטשריפט" איבער דער היסטאריע פון קאפלעך. דער ארטיקל, געשריבן דורך א חשוב'ן יונגערמאן א תלמיד-חכם, האט דורכגעטון די היסטאריע פון דעם קאפל מפ"י חז"ל ראשונים ואחרונים, ביז'ן היינטיגן טאג. די פאשקעווילן האבן געשריבן אז דער ארטיקל "לאכט אפ פון דעם קאפל", ווען אין פאקט האט דער ארטיקל פשוט געשאנקען דעם לייענער א הערליכן אוצר פון ידיעות איבער דעם קאפל וואס חרדי'שע אידן טראגן אויפ'ן קאפ דורכאויס אלע שעות פון דעם גאנצן לעבן.
די מענטשן ווי "שיטראק" און די פאשקעווילן-שרייבער שפירן זיך באדראעט פון פשוט'ע פאקטן. זיי קענען נישט פארנעמען אז מ'פארפירט א שמועס דורכצוטון אן ענין מיט שכל און אינטעליגענץ. ברגע וואס די אויטאריטעט פון א הלכה אדער מנהג איז נישט "דער רבי ז"ל", אדער "כך נהגו בבית אבא", נאר מ'פרובירט אמת'דיג דורכצוטון דעם שורש הדבר, איז דאס שוין "אפלאכן", "השכלה", וכל שם וחניכא דאית להו. און דער אמת איז אז נאכצוגיין מקורות, און אינטעליגענץ בכלליות, איז טאקע מעגליך א פראבלעם פאר געוויסע קהילות וואו אנצוהאלטן די מסורה פארלאנגט ימש-חושכ'דיגע בלינדקייט.
בנוגע דעם פראבלעם וואס פארשידענע טראדיציאנעלע רבנים האבן מיט אדורך טון די פשוט'ע פאקטן וואס זענען סיבות פאר געוויסע הלכות האט סליפקין לעצטענס געשריבן דא און דא.
- DotCom
- ידיד ותיק
- הודעות: 631
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
- געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
- האט שוין געלייקט: 299 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 573 מאל
איך קענישט פארשטיין ווי עד היום זענען נאך דא מענטשן וואס מיינען אז די אלע איסורים מיינען נאך עפעס כאילו די עסקנים מיינען גאר אונזער אידישקייט, כמיין ווער איז דא משוגע? מיט וועם איז דא עפעס ראנג? וויפיל נאך אזעלכע ביליגע פאליטיק'ס ווי למשל דער איסור אויפן שטערן אדער וואסינייעס און די הונדערטער אנדערע איסורים וועלן אויפווייזן פאר די מענטשן אז מען דיעלט דא מיט פלעינע מאפיא?
ניטאמאל קען עס אנגערופן ווערן 'פאליטיק', רוב מאל איז עס דאך פשוט'ע און פראסטע מאני עקסטארשן, אדער פאוער קאנטראל און די מי בראש שאלה אין וואס אונז אלע, צוזאמען מיט די אומגליקליכע רבנים, ווערן אריינגעשלעפט, וועיק'טס אפ חברה, ווי מר. שיטראק וחביריו, קיינער קיינמאל קעירט אויף ענקער אידישקייט, מ'נוצט נאר ענקער אידישקייט פאר א מיטל צו טהון גניבות ורשעות ורציחות וכל מיני עבירות, וזהו, שוין צייט זיך אויפצווועקן און אריינקוקן דעם אמת אין פנים!
ניטאמאל קען עס אנגערופן ווערן 'פאליטיק', רוב מאל איז עס דאך פשוט'ע און פראסטע מאני עקסטארשן, אדער פאוער קאנטראל און די מי בראש שאלה אין וואס אונז אלע, צוזאמען מיט די אומגליקליכע רבנים, ווערן אריינגעשלעפט, וועיק'טס אפ חברה, ווי מר. שיטראק וחביריו, קיינער קיינמאל קעירט אויף ענקער אידישקייט, מ'נוצט נאר ענקער אידישקייט פאר א מיטל צו טהון גניבות ורשעות ורציחות וכל מיני עבירות, וזהו, שוין צייט זיך אויפצווועקן און אריינקוקן דעם אמת אין פנים!
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 279
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
- האט שוין געלייקט: 86 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל
שיטראק האט געשריבן:דאס איז קלאר אז קאווע שטיבל איז אסור, על כל פנים עס איז נישט קיין פלאץ פאר אן ערליכן אינגערמאן זיך צו דרייען אזוי לכתחלה, פאר א סאטמארן אינגערמאן זיכער נישט, דא ווערט אויסגעלופטערט אפענע ציונות, הרב קוק ז״ל ווערט בא'טיטול'ט אויף א וועג וואס איז רח"ל, כ'האב אפילו נישט געוואלט אריינקוקן אין די טעמע.
דער עיקר חסרון פון קאווע שטיבל איז אבער די קרירות און ליצנות וואס ווערט אריינגעברענגט אין הערצער פון די ליינער על כל הקודש לנו, (למשל אפלאכן פון תגלחת נשים, אדער פון נישט שערן די בארד) ווי נישט ווי איז די מסורה און ערליכקייט ביי געווענליכע קאווע שטיבל ליינער היבש וואקלענדיג, און עס פעלט נישט מער אויס ווי א דאוזע ליצנות עס צוצוברעכן.
נאך א פראבלעם איז רח"ל די ניבול פה טעמעס וואס קומען אויף פון צייט צו צייט, דאס איז א געפערליכע עבירה, יעדן גלוסט טאקע צו רעדן דאס וואס עס לונגט אויף די לונג, אבער מען טאר נישט און עס איז א געפערליכער עוון, עס איז שוין צייט אז די מנהלים זאלן פון פראנאויס גלייך פארמעקן טעמעס וואס רעדן זיך פון ניוול פה, כ'מיין אז יעדער דאהי ווייסט פון וואסערע טעמעס כ'רעד
זאג נאר, וואס איז אזוי קלאר?? ממה נפשך, איז אמת וואס שטייט דא דאן וואס איז דיין טענה, אז איך מוז נאכגיין מיין חסידות ווי א בלינדער? מיינע אייגענע סאטמארע משפיעים שפעטן אפ פון נאכגיין מנהיגים אן קיין חשבון (זעה אשכול איבער אמונת צדיקים-חכמים). און אויב איז עס נישט אמת דאן ענטפער
גילוי דעת.. איך וואלט נישט געוואלט האבן קיין שום פראבלעם מיין קינד זאל קענען לייענען קאווע שטיבל. אויב איז ער אויף א מצב וואס איך וואלט אים נישט געלאזט עס לייענען האב איך זייער ווייניג אינוועסטירט אין זיין חינוך
וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר
- קלאר
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1230
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
- האט שוין געלייקט: 162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל
נוי יארק האט געשריבן:איינער פון דא האט זיך שוין אמאל צוריקגעהאלטן פון גיין אויף וואס-איז-נייעס צוליב דעם איסור...?
איינער געדענקט נאך אפילו אז מען האט עס 'אמאל' גע'אסר'ט...?
ניין, ווייל עס איז תיכף נאכדעם באקאנט געווארען אז די גאנצע קול קורא איז איין שטוק פאליטיק פין ... ...
:בלאבל: ווען איר שרייט הערט מען אייך!
ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
לדעתי וועלן זיי קיינמאל ארויסקומען מיט אן עפנטליכן איסור אויף ק"ש ווייל עס איז ממילא אסור ווי חזיר ס'איז נישט שייך צו אסר'ן און בנוסף אן איסור וועט אהערטרייבן רבבות אלפי ישראל. אויב עפעס וועלן זיי ארבעטן צו דערגיין ווער עס דרייט זיך דא און מאכן א פאר משכנתא'ס למען ישמעו ויראו. איז טאקע וויכטיק דער עולם זאל זיין נזהר אן איבעריק ווארט קען גורם זיין בכיה לדורות.
- DotCom
- ידיד ותיק
- הודעות: 631
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
- געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
- האט שוין געלייקט: 299 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 573 מאל
קלאר האט געשריבן:ניין, ווייל עס איז תיכף נאכדעם באקאנט געווארען אז די גאנצע קול קורא איז איין שטוק פאליטיק פין ... ...
אבער די רבנים האבן יא ג'חתמ'ט, עכ"פ די פאר רבנים וואס איך האב פערזענליך אנגעפרעגט, כאטש זיי האבן נישט געהאט קיין אנונג וואס פונקטליך זיי חתמ'נן ווי זיי האבן עס מיר אליינס מעיד געווען, סא ווער זענען דא די ריכטיגע לצים, די עסקנים אדער קאווע שטיבל שרייבער'ס?
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
- ניו יארק
- ידיד ותיק
- הודעות: 815
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 2:28 pm
- געפינט זיך: נו...? ווי דען אויב נישט אין ניו יארק?
- האט שוין געלייקט: 98 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 281 מאל
מען דארף זאגן די רבנים אז אויב זיי ווילן ארויסגעבן א איסור אויף קאווע שטיבל זאל עס כאטש זיין אינמיטן די וואך, כדי די פלוס פון צענדליגע/הונדערטער באזוכער וואס וועלען צוקומען, זאל נישט קראכן די סערווער ווען איך ניץ עס (געווענליך וויק-ענד'ס).
אזוי אויך זאלן זיי האבן פארשטענדעניש, און זיי זאלן לאזן וויסן די מנהלים כאטש 48 שעה פארדעם, אז מען זאל קענען אויפנעמען אלע חשובע געסט - וואס וועלן צוקומען פון אזא איסור - בכבוד הראוי.
אזוי אויך זאלן זיי האבן פארשטענדעניש, און זיי זאלן לאזן וויסן די מנהלים כאטש 48 שעה פארדעם, אז מען זאל קענען אויפנעמען אלע חשובע געסט - וואס וועלן צוקומען פון אזא איסור - בכבוד הראוי.
איך בין גערעכט מיט מיין מיינונג? האסט הנאה פון מיין תגובה? גיב א לייק ®
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
יידל האט געשריבן:פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:יידל האט געשריבן:איך פארשטיי נישט שיטראק. אז דו האלטסט אזוי פון ק"ש, פארוואס עפענען א ניק?
צו קעמפן "פון אינעווייניג."
נו, וואו פאסט דאס פאר סאטמארער?!
===================================
יואליש האט געשריבן:פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:יידל האט געשריבן:איך פארשטיי נישט שיטראק. אז דו האלטסט אזוי פון ק"ש, פארוואס עפענען א ניק?
צו קעמפן "פון אינעווייניג."
אבעסעלוט אין קעגנזאץ צו די סאטמארע מסורה.
===================================
נס קאווע האט געשריבן:סאטמאר קעמפט דאך נישט פון אינעווייניג
שלשה כתובים הבאין כאחד.
וירח ה' את ריח הניחוח