"גוטע הארץ" פון בארימטע פאעזיטאר ר' יונתן שווארץ
- בעל מדות
- היימישער באניצער
- הודעות: 367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
- האט שוין געלייקט: 628 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל
"גוטע הארץ" פון בארימטע פאעזיטאר ר' יונתן שווארץ
א הערליכע אלבוים איז ערשינען אויף די מארקעט און די וועלכע גלייכן פאעזיע אדער גראמען זענען ספעציעל אבסעסירט דערמיט נעמליך די נייע סידי פון "א גוטע הארץ" דורכן גאר בארימטע פאעזיטאר ר' יונתן שווארץ.
ר' יונתן שווארץ איז א באקאנטע פיגור, מיט זיינע סידי'ס וואס ערשיינען שוין די לעצטערע יארן און מיט זיין שפילצייג געשעפט אין בארא פארק דורך וועלכע עס גייט ארויס גאר אסאך חסד, ר' יונתן פלעגט פירן א קאמף מיט די פאקט אז מענטשן קויפן נישט קיין סידי'ס מער און גייען עס אנשטאט קאפיען בגניבה אבער לעצטענס זינט ער האט אנגעהויבן שיין מצליח זיין אין עולם המסחר פאראינטערסירט אים שוין נישט אזוי די געלט חלק פון דעם אלבוים ווי די געדאנק אז מענטשן זאלן הנאה האבן און ער זאל קענען צופרידנשטעלן זיין געשמאק און זיך ארויסגעבן אויף גראמען.
זיין שניט לויפט אויף "א גוטע איד, נשמה, און דאסמאל "א גוטע הארץ", ער פארמאגט הערליכע ניגונים און הערנדיג עס אים זינגען קען די נשמה צעגיין פון מתיקות, דאסמאל האט ער אויך אדאפטירט א אייגענע ווערסיע אויף די ואפילו בהסתרה ניגון און ער זינגט דאס גאר זיס אראפ.
לויפט, קויפט, און האט הנאה.

מ'מאכט זאכן מעגליך.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 391
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
- האט שוין געלייקט: 1302 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל
Re: "גוטע הארץ" פון בארימטע פאעזיטאר ר' יונתן שווארץ
ביזט זיכער די וועלט שאקלט זיך נישט?...
שיינער באריכט, א דאנק.
שיינער באריכט, א דאנק.
Re: "גוטע הארץ" פון בארימטע פאעזיטאר ר' יונתן שווארץ
כ'האב מיך שוין געבענקט פאר א נייע יונתן סי די
ער האט נישט אנטוישט
(חוץ פארדרייען די אפילו בהסתרה ניגון)
ער האט נישט אנטוישט
(חוץ פארדרייען די אפילו בהסתרה ניגון)
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
יונתן'ס געלונגענסטע אלבום איז געווען א גוטע שעה. זיינע גראמען זענען מער פראזן ווי פאעזיע, אבער פארמאגט א געוויסע חן. יונתן פלעגט ניצן רובי באנעט, יוחי בריסקמאן, יידל שטראלי אלס זיינע ארעידזשערס, דאס מאל האט ער גענומען אלס ארעידזשער דעם וואס זיצט לעצטנס איבערן שיסל פון מוסיקה חסידית אין אמעריקא, ה"ה נפתלי שניצלער (מאנכע רופן אים דער יוסף משה כהנא פון אמעריקא, און אנדערע רופן אים דער שוע פריד פון אמעריקא).
א גוטע שעה איז געווען געלונגען ביז גאר, נישט נאר צוליב רובי באנעט'ס געלונגענע רייסערישע מוזיק, נאר אויך צוליב די גראמען. מיט איין זאך שטייגט אבער יונתן היינט זיכער איבער זיינע אמאליגע יארן, און דאס איז מיטן זינגען זעלבסט, ער האט היינט היבש מער מתיקות און זיין זינגעריי, מיט איינגענעמע תנועות.
איך בין נייגעריג צו נפתלי משה האט געמאכט א גוטע ארבעט ביים דעם נייעם סידי פון יונתן.

אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).

- ודי למבין
- ידיד ותיק
- הודעות: 603
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
- האט שוין געלייקט: 730 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל
moshav zekeinim האט געשריבן:יונתן'ס געלונגענסטע אלבום איז געווען א גוטע שעה. זיינע גראמען זענען מער פראזן ווי פאעזיע, אבער פארמאגט א געוויסע חן. יונתן פלעגט ניצן רובי באנעט, יוחי בריסקמאן, יידל שטראלי אלס זיינע ארעידזשערס, דאס מאל האט ער גענומען אלס ארעידזשער דעם וואס זיצט לעצטנס איבערן שיסל פון מוסיקה חסידית אין אמעריקא, ה"ה נפתלי שניצלער (מאנכע רופן אים דער יוסף משה כהנא פון אמעריקא, און אנדערע רופן אים דער שוע פריד פון אמעריקא).
פליז!!! נפתלי משה ליגסטו אין די זעלבע ליעג ווי יוסף משה? נפתלי משה איז א פראדוסער מיט א פארשטאנד פאר די מוזי וואס ער פראדאסט. ער פארשטייט זיין טאלאנט און די טאלאנט וואס ער ארבעט מיט. ער פארשטייט די מארקעט און די קלייענטל וועמען ער זוכט צו טארגעטען. און ער פארשטייט וויאזוי ארויסצוגעבן א דיסענט אלבוים מיט א בודזשעט וואס זאל עטליסט מאכן סענס פאר די ארויסגעבער.
יוסף משה איז א גוטע בדחן. דארט פאנגט זיך עס אן און דארט ענדיגט זיך עס.
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
יוסף משה האט צוויי זייטן. מצד אחד האט ער זיך באקאנט געמאכט ווי איינער וואס שיסט סידיס בחיפזון רעכט און לינקס אן קיין ספעציעלע מחשבה, אזוי ווי פורים טיש, ניגוני סקולען, ניגוני רוזין.
אבער מצד שני האט ער ארויס געגעבן מלאכת מחשבת פונעם העכסטן קאליבער וואס איז א זעלטנהייט אין די מוזיק וועלט, און ווערן עד היום אויסגערימט ביז גאר. לחיים אידן מיט לחיים ברידער, 5 גאר געלונגענע מתיקות סידיס. אויך פאר בעלזא האט ער ארויס געגעבן לפחות דריי שפיץ אלבום, צמאה, תהא השעה, און שירי פסח. די 5 לחיים טיש שבת ביי וואס ער האט אליין געמאכט די מוזיק, האט זיך גאר ווארעם אויפגעכאפט.
נפתלי משה פראדוסט און ארעידזשט לעצטנס פאר א גרויסער ווערייעטי פון זינגערס און אמעריקא און א סך היט ניגונים זענען אריבער זיין פראדאקשן, וואס ער גיט ארויב איז מדויק בטוב טעם ודעת, און "צום זאך", אבער בכל זאת מיין אז קיין איין אלבום זיינער קען זיך נישט צוגלייכן, צו לחיים אידן און ברידער, און אויך נישט צו די ערשטע פיר מתיקות אלבום'ס. הייב אן פון א גוטע הארץ, נועם, מחשבות, זה, בן מלך, צאלי גאלד, קיין איינס פון זיי קומט נישט צו צו די דערמאנטע פראיעקטן פון יוסף משה, נישט מיט חן וטעם, און אודאי נישט מיט פאפולערקייט.
און איך גיי שוין נישט אזוי ווייט ווי מאנכע וואס טענה'ן אז נפתלי משה האט פארכאפט די מוזיק וועלט אין אמעריקא מיט געוואלד, ער פארשטייט צו מארקעטינג און פשוט אראפ געשלעפט די מוזיק קוואליטי באופן מבהיל, ווייל אויסער זיינע באם באם שטיקלעך און צומאל אינטרעסאנטע אינטראוס מיט געקינצלטע עפעקטן, איז זיין מוזיק נישט עפעס מי יודע וואס בא'חן'ט און רייך.
אבער לאמיר זיך האלטן צו דעם אז ער איז באמת א זעלטן געלונגענע פראדוסער וואס מאכט באמת הערליכע זאכן לכל מה שיוצא מתחת ידו, ווער נישט אזוי דערשראקן אז מען פארגלייכט זיין זיצן איבערן מוזיק שיסל צו כהנא'ן, ווייל ער וועט נאך דארפן א סך ארבעטן ארויס צו געבן אזעלעכע בריליאנטענע סחורה ווי דאס וואס כהנא האט באוויזן

בכלל לאמיר נישט פארגעסן אז די ערשטע צעהן יאר פון יוסף משה'ס קאריערע איז געווען באקאנט אז יוסף משה איז א פראפעקשעניסט און וואס עס קומט ארויס מתחת ידו איז פלאטינום. אויך איז ער געווען דער וואס האט ארויף געברענגט אויפן ארענע ילדי הפלא און ערוואקסענע זינגערס וואס זייער פירסום איז צו פארדאנקען יוסף משה. ביז ער האט זיך צעלאזט און אנגעהויבן שיסן אלבום געאיילטערהייט. מען קען אנהייבן צו באטראכטן נפתלי משה'ן די זעלבע.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 279
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
- האט שוין געלייקט: 86 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל
moshav zekeinim האט געשריבן:יוסף משה האט צוויי זייטן. מצד אחד האט ער זיך באקאנט געמאכט ווי איינער וואס שיסט סידיס בחיפזון רעכט און לינקס אן קיין ספעציעלע מחשבה, אזוי ווי פורים טיש, ניגוני סקולען, ניגוני רוזין.
אבער מצד שני האט ער ארויס געגעבן מלאכת מחשבת פונעם העכסטן קאליבער וואס איז א זעלטנהייט אין די מוזיק וועלט, און ווערן עד היום אויסגערימט ביז גאר. לחיים אידן מיט לחיים ברידער, 5 גאר געלונגענע מתיקות סידיס. אויך פאר בעלזא האט ער ארויס געגעבן לפחות דריי שפיץ אלבום, צמאה, תהא השעה, און שירי פסח. די 5 לחיים טיש שבת ביי וואס ער האט אליין געמאכט די מוזיק, האט זיך גאר ווארעם אויפגעכאפט.
נפתלי משה פראדוסט און ארעידזשט לעצטנס פאר א גרויסער ווערייעטי פון זינגערס און אמעריקא און א סך היט ניגונים זענען אריבער זיין פראדאקשן, וואס ער גיט ארויב איז מדויק בטוב טעם ודעת, און "צום זאך", אבער בכל זאת מיין אז קיין איין אלבום זיינער קען זיך נישט צוגלייכן, צו לחיים אידן און ברידער, און אויך נישט צו די ערשטע פיר מתיקות אלבום'ס. הייב אן פון א גוטע הארץ, נועם, מחשבות, זה, בן מלך, צאלי גאלד, קיין איינס פון זיי קומט נישט צו צו די דערמאנטע פראיעקטן פון יוסף משה, נישט מיט חן וטעם, און אודאי נישט מיט פאפולערקייט.
און איך גיי שוין נישט אזוי ווייט ווי מאנכע וואס טענה'ן אז נפתלי משה האט פארכאפט די מוזיק וועלט אין אמעריקא מיט געוואלד, ער פארשטייט צו מארקעטינג און פשוט אראפ געשלעפט די מוזיק קוואליטי באופן מבהיל, ווייל אויסער זיינע באם באם שטיקלעך און צומאל אינטרעסאנטע אינטראוס מיט געקינצלטע עפעקטן, איז זיין מוזיק נישט עפעס מי יודע וואס בא'חן'ט און רייך.
אבער לאמיר זיך האלטן צו דעם אז ער איז באמת א זעלטן געלונגענע פראדוסער וואס מאכט באמת הערליכע זאכן לכל מה שיוצא מתחת ידו, ווער נישט אזוי דערשראקן אז מען פארגלייכט זיין זיצן איבערן מוזיק שיסל צו כהנא'ן, ווייל ער וועט נאך דארפן א סך ארבעטן ארויס צו געבן אזעלעכע בריליאנטענע סחורה ווי דאס וואס כהנא האט באוויזן
יוסף משה אליין זאגט אז ער האט קיינמאל נישט פארקויפט מער ווי 5000 שטיק. צומאל אביסעלע מער אבער דאס איז עס. און דאס איז געווען אין די צייטן וואס מהאט ״פארקויפט סידיס״! גיי טשעק וואס נפתלי משה׳ס סידיס פארקויפן
לחיים שבת טיש 1 איז געווען א אויסנאם, סאיז געווען א גאר גוטע איידיע און האט פארקויפט ריזיגע נומבערס! פארגעס אבער נישט אז מאיר אדלער סוכות אין וויזניץ האט אויך פארקויפט ריזיג. סאיז אים ס״ה געלונגען א גוטע איידיע. די וווייטערדיגע סידיס זענען שוין געווען וואס סאיז....
זיינע לחיים קינדערגארטן גייט גראדע גוט. ווייל סאיז א קינדער סידי
און אויב נפתלי משה מאכט ביליגע מוזיק, פארוואס פארקויפן נישט די ״רייכע מוזיק סידיס״ ווי אלי הרצליך אדער שלמה כהן וכו׳ וואס האבן געמאכט ״פולע מוזיק״ אזויווי אמאל?
נפתלי משה ברענגט וואס דער עולם וויל. די נומבערס פון סעילס יוכיח
וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
איך האב נישט קיין איינונג וויפיל הצלחה נפתלי משה'ס פראגאקשן ברענג פאר א סידי לעומת אנדערע פראדוסערס, אבער דו קענסט איין זאך זיכער זיין, אז זיינע בעסטע פראדאקשנס האבן נישט געהאט מער הצלחה דערווייל ווי יוסף משה'ס בעסטע פראדאקשנס.
און בנוגע וואס דו זאגסט אז יוסף משה האט קיינמאל נישט פארקויפט מער פון 5000, מיין אז ער האט געמיינט צו זאגן פארקערט, אז "אונטער" 5000 קונים לוינט זיך נישט צו ארבעטן פאר א סידי. איך ווייס נישט קיין פונקטליכע ציפערן, אבער מפי השמיעה האב איך געהערט אז לחיים ברודער האט זיך פארקויפט בערך 60-70 טויזנט אלבום'ס. לעומת מרדכי בן דוד'ס ציפער פון 160 טויזנט ביי זיין משיח אלבום איז עס ווייניג, אבער לעומת רוב אלבום'ס איז עס א ריזיגער נומבער.
און בנוגע וואס דו זאגסט אז יוסף משה האט קיינמאל נישט פארקויפט מער פון 5000, מיין אז ער האט געמיינט צו זאגן פארקערט, אז "אונטער" 5000 קונים לוינט זיך נישט צו ארבעטן פאר א סידי. איך ווייס נישט קיין פונקטליכע ציפערן, אבער מפי השמיעה האב איך געהערט אז לחיים ברודער האט זיך פארקויפט בערך 60-70 טויזנט אלבום'ס. לעומת מרדכי בן דוד'ס ציפער פון 160 טויזנט ביי זיין משיח אלבום איז עס ווייניג, אבער לעומת רוב אלבום'ס איז עס א ריזיגער נומבער.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
כלפי וואס דו זאגסט אז נפתלי משה ברענגט דאס וואס דער עולם וויל איז א שקר מוחלט, ער פארשטייט בסך הכל צו מארקעטינג און קאנטראלירט וואס דער עולם זאל וועלן, פונקט ווי יוסף משה כהנא טענה'ט, אז דער עולם וויל בסך הכל אז עס זאל זיין געשמאק צו הערן, און פון דא און ווייטער ווענד זיך אינעם פראדוסער. לדעתי האבן די ביידע "משה'ס" די זעלבע פילאסאפיע. א סך מיבינים ווילן דעריבער מער נישט הערן דעם נאמען יוסף משה און דעם נאמען נפתלי משה.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
איך וויל קלאר מאכן אז איך באצי זיך צו שניצלערס פראדוסן ווערס כהנא'ס פראדוסן וואס האט א שטארקער געמיינזאמקייט.
אבער בנוגע ארעידזשן, איז נפתלי משה אודאי א סך מער מחדש, דערפאר זענען פארהאן אזעלעכע וואס רופן אים דער שוע פריד פון אמעריקא, כאטש מען קען דן זיין וויפיל טעם זיין מזיק האט. און צוליב וואס רוב עיבודים זיינע זענען סוף סוף חסרי טעם מיט צופיל פארטימלטע עפעקטן אן נשמה, באארבעט ווי א טעכנישער פראדוסער און נישט ווי א מוזיקאנט בלב ונפש פארריפט זיך עס אויף זיינע פראדאקשנס וואו זיינע עיבודים שפילן א הויפט ראלע
אבער בנוגע ארעידזשן, איז נפתלי משה אודאי א סך מער מחדש, דערפאר זענען פארהאן אזעלעכע וואס רופן אים דער שוע פריד פון אמעריקא, כאטש מען קען דן זיין וויפיל טעם זיין מזיק האט. און צוליב וואס רוב עיבודים זיינע זענען סוף סוף חסרי טעם מיט צופיל פארטימלטע עפעקטן אן נשמה, באארבעט ווי א טעכנישער פראדוסער און נישט ווי א מוזיקאנט בלב ונפש פארריפט זיך עס אויף זיינע פראדאקשנס וואו זיינע עיבודים שפילן א הויפט ראלע
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 391
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
- האט שוין געלייקט: 1302 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל
Re: "גוטע הארץ" פון בארימטע פאעזיטאר ר' יונתן שווארץ
moshav zekeinim האט געשריבן:איך האב נישט קיין איינונג וויפיל הצלחה נפתלי משה'ס פראגאקשן ברענג פאר א סידי לעומת אנדערע פראדוסערס, אבער דו קענסט איין זאך זיכער זיין, אז זיינע בעסטע פראדאקשנס האבן נישט געהאט מער הצלחה דערווייל ווי יוסף משה'ס בעסטע פראדאקשנס.
און בנוגע וואס דו זאגסט אז יוסף משה האט קיינמאל נישט פארקויפט מער פון 5000, מיין אז ער האט געמיינט צו זאגן פארקערט, אז "אונטער" 5000 קונים לוינט זיך נישט צו ארבעטן פאר א סידי. איך ווייס נישט קיין פונקטליכע ציפערן, אבער מפי השמיעה האב איך געהערט אז לחיים ברודער האט זיך פארקויפט בערך 60-70 טויזנט אלבום'ס. לעומת מרדכי בן דוד'ס ציפער פון 160 טויזנט ביי זיין משיח אלבום איז עס ווייניג, אבער לעומת רוב אלבום'ס איז עס א ריזיגער נומבער.
דיינע נומערן זענען שוידערליך מוגזם'דיג.
160 טויזנט קאפיעס, ביזט פון קאפ געפאלן?
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
איך האב געזען קרוב צו דעם ציפער אין שלאגער נט. מיט א 5 יאר צוריק. זיי ברענגען עס טאקע אלס סענזאציע אז דער משיח אלבום האט געהאט די גרעסטע הצלחה וואס א חרידישער אלבום האט נאר ווען אמאל געהאט. יוסי גרין דערציילט אין אן אינטערוויו אז ביי די ערשטע אלבום'ס וואס ער האט משתף פעולה געווען מיט מרדכי (לכאורה רעדט ער פון האלד אן און ירושלים איס נאט פאר סעיל) האט אים מרדכי געגעבן א דאלער פער עקזעמפעלאר, "און דאס איז געווען א ריזיגער סכום" פירט יוסי אויס. (און מען רעדט דא נאך נישט פון די משיח אלבום). קענסט זיך פון דעם פארשטעלן אז ער האט זיך נישט געדארפט בעטן פאר קיין קונים בימים ההם.
א דור שפעטער, נאך זיין אפשר לתקן אלבום האט זיך מרדכי באקלאגט אז ער איז נישט צוגעקומען צו א דריטל (אדער האלב, איך געדענק נישט פונקטליך) צו וואס ער האט פארקויפט ביי משיח. אויף זיין כולם אהובים אלבום האט ער זיך נאך מער באקלאגט, אז פאר די ציפערן פון קונים אזוי ווי ביי דעם אלבום וויל ער מער נישט ארבעטן אויף א פרישער. און פארקויפט דעם כולם אהובים האט ער 25 טויזנט עקזעמפעלארן, און איך גלייב אז עס האלט שוין ביי אביסל מער. דאס הייסט ביי אים ווייניג. און פון זיין פארהעלטמעסיג צופרידענער רעאקציע נאך דעם כיסופים אזוי גערופענער אלבום, פארשטיי איך אז עס האט איבערגעשטיגן כולם אהובים.
אויף דעם אלבום חזק שרייבט מאוסטלי מוזיק אז עס האט זיך פארקויפט ביי איבער הונדערט טויזנט שטיק. און פון ליפא שמעלצערס א ברודער האב איך געהערט אז ליפא'ס קיין עין הרע אלבום האט זיך אויך פארקויפט ארום הונדערט טויזנט.
רוף מיר נישט צום דין אויב עס שטעלט זיך ארויס אנדערש, אבער די אלע דערמאנטע ציפערן האב איך נישט אליין געבאקן, איך האב זיי געהערט אדער געליינט.
אגב, עס וואלט שוין טאקע געמעגט זיין אויך ביי די חרידישע מוזיק וועלט דער באגריף פון א פלאטינא אלבום
יעדער לאנד פארמאגט א ציפער אלבום'ס וואס ביים אריבער גיין דעם ציפער פארקויפטע עקזעמפעלארן, באקומט דער אלבום דעם טיטל פלאטינום. אין אמעריקא איז עס א מיליאן, און אין בראזיל 400 טויזנט, אין ענגלאנד, 300 טויזנט, און פראנקרייך 200 טויזנט. (עס האט נישט נאר צוטון מיט די גרויס פונעם לאנד).
אין ארץ ישראל איז עס דראסטיש נידריגער, א אלבום פלאטינה ווערט פאררעכנט אויב עס האט איבערגעשטיגן די 40 טויזנט. 20 טויזנט איז א אלבום זהב.
א חרידישער אלבום פארקויפט זיך ברחבי עולם, און נישט בעיקר אין איין מדינה, דערפאר איז עס שווער אריין צו נעמען אין א צענסוס פון א ספעציפישער מדינה. אבער עס וואלט געפאסט פאר מנחם טאקער צו מאכן א אייגענע פלאטינה ציפער פאר מוסיקה חסידית. אבער קען זיין אז חרידים זענען עין הרע אבסעסט און ווילן נישט מפרסם זיין זייער הצלחה?! גיי ווייס. איך זעה אז אויף אינטערוויוס ווילן זיי נישט מפרסם זיין די ציפערן פון א הצלחה'דיגער אלבום. נישט יוסף משה האט געוואלט מפרסם זיין וויפיל זיינע שטערקסטע אלבום זענען געגאנגען, נישט אייזיק האניג האט געוואלט מגלה זיין וויפיל זיין סוקסעספטלער על ההרים איז געגאנגען. אויך מרדכי בן דוד אליין האט נישט ליב אנצודייטן קיין ציפערן. אין הברכה שורה אלא בדבר הסמוי מן העין. (עס האט מיר דערציילט א משולח, אז ער איז געפארן מיט א תימן'ער משולחים דרייווער נאך געלט, און אינמיטן האט ער אנגעהויבן ציילן די געלט, האט דער תימן'ער געמאכט קולות אויף אים אז ער מאכט אלעס קאליע מיטן ציילן).
א דור שפעטער, נאך זיין אפשר לתקן אלבום האט זיך מרדכי באקלאגט אז ער איז נישט צוגעקומען צו א דריטל (אדער האלב, איך געדענק נישט פונקטליך) צו וואס ער האט פארקויפט ביי משיח. אויף זיין כולם אהובים אלבום האט ער זיך נאך מער באקלאגט, אז פאר די ציפערן פון קונים אזוי ווי ביי דעם אלבום וויל ער מער נישט ארבעטן אויף א פרישער. און פארקויפט דעם כולם אהובים האט ער 25 טויזנט עקזעמפעלארן, און איך גלייב אז עס האלט שוין ביי אביסל מער. דאס הייסט ביי אים ווייניג. און פון זיין פארהעלטמעסיג צופרידענער רעאקציע נאך דעם כיסופים אזוי גערופענער אלבום, פארשטיי איך אז עס האט איבערגעשטיגן כולם אהובים.
אויף דעם אלבום חזק שרייבט מאוסטלי מוזיק אז עס האט זיך פארקויפט ביי איבער הונדערט טויזנט שטיק. און פון ליפא שמעלצערס א ברודער האב איך געהערט אז ליפא'ס קיין עין הרע אלבום האט זיך אויך פארקויפט ארום הונדערט טויזנט.
רוף מיר נישט צום דין אויב עס שטעלט זיך ארויס אנדערש, אבער די אלע דערמאנטע ציפערן האב איך נישט אליין געבאקן, איך האב זיי געהערט אדער געליינט.
אגב, עס וואלט שוין טאקע געמעגט זיין אויך ביי די חרידישע מוזיק וועלט דער באגריף פון א פלאטינא אלבום
יעדער לאנד פארמאגט א ציפער אלבום'ס וואס ביים אריבער גיין דעם ציפער פארקויפטע עקזעמפעלארן, באקומט דער אלבום דעם טיטל פלאטינום. אין אמעריקא איז עס א מיליאן, און אין בראזיל 400 טויזנט, אין ענגלאנד, 300 טויזנט, און פראנקרייך 200 טויזנט. (עס האט נישט נאר צוטון מיט די גרויס פונעם לאנד).
אין ארץ ישראל איז עס דראסטיש נידריגער, א אלבום פלאטינה ווערט פאררעכנט אויב עס האט איבערגעשטיגן די 40 טויזנט. 20 טויזנט איז א אלבום זהב.
א חרידישער אלבום פארקויפט זיך ברחבי עולם, און נישט בעיקר אין איין מדינה, דערפאר איז עס שווער אריין צו נעמען אין א צענסוס פון א ספעציפישער מדינה. אבער עס וואלט געפאסט פאר מנחם טאקער צו מאכן א אייגענע פלאטינה ציפער פאר מוסיקה חסידית. אבער קען זיין אז חרידים זענען עין הרע אבסעסט און ווילן נישט מפרסם זיין זייער הצלחה?! גיי ווייס. איך זעה אז אויף אינטערוויוס ווילן זיי נישט מפרסם זיין די ציפערן פון א הצלחה'דיגער אלבום. נישט יוסף משה האט געוואלט מפרסם זיין וויפיל זיינע שטערקסטע אלבום זענען געגאנגען, נישט אייזיק האניג האט געוואלט מגלה זיין וויפיל זיין סוקסעספטלער על ההרים איז געגאנגען. אויך מרדכי בן דוד אליין האט נישט ליב אנצודייטן קיין ציפערן. אין הברכה שורה אלא בדבר הסמוי מן העין. (עס האט מיר דערציילט א משולח, אז ער איז געפארן מיט א תימן'ער משולחים דרייווער נאך געלט, און אינמיטן האט ער אנגעהויבן ציילן די געלט, האט דער תימן'ער געמאכט קולות אויף אים אז ער מאכט אלעס קאליע מיטן ציילן).
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
- ודי למבין
- ידיד ותיק
- הודעות: 603
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
- האט שוין געלייקט: 730 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל
יוסי האט נישט געארבעט מיט מרדכי אויף ירושלים לא למכירה - נאר אויף האלד אן און דערנאך אויף משיח. לכאורה ביסטו זיך טועה אויף דעם וואס דו זאגסט אז ער האט באקומען פון מרדכי פער שטיקל ווייל איך מיין אז ער האט די דיעל נאר געהאט מיט אברהם מה שאין כן מרדכי האט ער געדזשארטשט פער סאנג וואס ער האט אים געגעבן.
כ'ווייס נישט וואס ליפאס ברודער האט דיך געזאגט אבער קעניינעהארע האט נישט פארקויפט קרוב צו 100K - לויט די בעסטע שאצונגען איז עס געגאנגער בערך 60.
אברהמס חזק און מרדכיס משיח שטייען ביילעפיג אייניג מיט משיח אביסל מער ווי 90 און חזק קרוב צו 90.
די א לע נומבערס זענען ביי מיר גאנץ קראנט געהערט פון די וואס האבן געמאכט געלט אויף די אויבענדערמאנטע פראדזשעקטס.