מיט א טיפערן בליק - פרשת וישב - וואס האט וישב מיט חנוכה?!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

מיט א טיפערן בליק - פרשת וישב - וואס האט וישב מיט חנוכה?!

שליחה דורך א שעפעלע »

מיט א טיפערן בליק
פרשת וישב – חנוכה
וימצאהו איש והנה תעה בשדה..!


בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

שטייענדיג ביים שוועל פונעם גרויסן יו"ט חנוכה פארלאנגט זיך פון אונז – אז מיר זאלן זיך אפשטעלן פונעם טעגליכן געלויף און זיך אביסל מתבונן זיין, וואס איז חנוכה, וואס איז די עבודת היום - וואס האב איך צו טוען אין די הייליגע טעג?! כדי אז ווען דער יו"ט וועט אנקומען זאלן מיר זיין גרייט מקבל צו זיין דעם געוואלדיגן ליכטיגקייט וואס די יו"ט איז משפיע פאר אונז און פאר די וועלט, לאמיר זיך נישט פארזוימען נאר זיך טאקע גלייך פארטיפן אין די וואכעדיגע פרשה און בסייעתא דשמיא זוכה זיין ארויסצונעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פאר אונזער טאג טעגליכן לעבן ובפרט פאר די יעצטיגע גרויסע חנוכה טעג הבעל"ט.

די פסוק זאגט: וַיִּמְצָאֵהוּ אִישׁ וְהִנֵּה תֹעֶה בַּשָּׂדֶה וַיִּשְׁאָלֵהוּ הָאִישׁ לֵאמֹר מַה תְּבַקֵּשׁ, וַיֹּאמֶר אֶת אַחַי אָנֹכִי מְבַקֵּשׁ... – יוסף איז אנגעקומען קיין שכם און דארט פאנגט ער אָן זיכן די ברידער, א מאן (מלאך גבריאל) געפונט יוסף און זעט אז 'והנה תעה בשדה' אט בלאנדזשעט ער אין דעם פעלד, האט אים דער מאן געפרעגט וואס זיכסטו? זאגט יוסף 'את אחי אנכי מבקש' מיינע ברידער זוך איך... אין מדרש געפונען מיר והנה תעה בשדה, רמז לו ג׳ גליות, ת׳ ארבע מאות של מצרים, ע׳ של בבל, ה׳ חמש אלפים של כלם – דער ווארט תעה-בלאנדזשעט איז מרמז אויף דריי שפעטערדיגע גלותן, דער ת' איז מרמז אויף די פיר הונדערט יאר פון גלות מצרים, דער ע' איז מרמז אויף די זיבעציג יאר פון גלות בבל, און דער ה' איז מרמז אויף דעם לענגסטן גלות פון אדום וואס וועט זיך ענדיגן נאך די פינעף טויזענט בב"א.

לאמיר זיך פארטיפן און ריכטיג אפלערנען די הייליגע ווערטער פון חז"ל וואס זאגן אונז אז ווען יוסף הצדיק בלאנדזשעט ליגט אין דעם שפעטערדיגע גלותן?! און פארשטייט זיך אויך פארענטפערן די שאלה
וואס באדערט מן הסתם פאר אלע פון אונז שטייענדיג אין די ערב חנוכה טעג - וואס טוט זיך מיט 'גלות יון' פארוואס האט יוסף נישט אינזין געהאט דעם שווערן גלות יון, און אויב האט ער עס יא פארוואס איז עס נישט מרומז אין דעם תעה בשדה?! לאמיר זיך פארטיפן.

די גמרא אין מסכת יומא (דף לה ע"ב) זאגט אונז: תנו רבנן עני ועשיר ורשע באין לדין... רשע, אומרים לו: מפני מה לא עסקת בתורה? אם אמר נאה הייתי וטרוד ביצרי, אומרים לו: כלום נאה היית מיוסף?... נמצא הלל מחייב את העניים, רבי אלעזר בן חרסום מחייב את העשירים, יוסף מחייב את הרשעים - חז"ל לערנען אונז אז ווען דער רשע - דער פארזינדיגטער וועט ארויף קומען נאכן הונדערט אין צוואנציג פארן בי"ד של מעלה און מען וועט אים פרעגן מפני מה לא עסקת בתורה – פארוואס האסטו זיך נישט באשעפטיגט אין די תוה"ק? און ער וועט ענטפערן ..ווי האב איך געקענט עוסק זיין אין די תורה ווען כ'בין כסדר געווען פארנומען מיט מיינע נסיונות און שוועריגקייטן, וועט מען אים זאגן האסטו דען געהאט די נסיונות וואס יוסף הצדיק האט געהאט?! די גמרא איז מאריך און ברענגט ארויס די שרעקליכע שווערע נסיונות וואס איז אויף יוסף הצדיק אריבער זייענדיג אין די הויז פון פוטיפר... און די גמרא פירט אויס "נמצא יוסף מחייב את הרשעים" – יוסף הצדיק איז מחייב די רשעים.

לאמיר זיך פארטיפן מיט א פשוטע פראגע ווי אזוי איז שייך צו ברענגן יוסף מחייב צו זיין די רשעים, ווי קען מען פארגלייכן דעם הייליגן יוסף הצדיק וואס האט געהאט א טאטע יעקב אבינו ווי חז"ל זאגן אונז אז בשעתן נסיון זייענדיג אין הויז פון פוטיפר האט ער געזעהן דעם דמות דיוקנו של אביו ער האט געזעהן זיין הייליגן טאטן, געווען איז ער א חלק פון די שבטי י-ה, נו אויב אזוי פרעגט זיך ווי אזוי קען מען אים פארגלייכן צו דער פשוטע מענטש וואס מיטשעט זיך מיט זיינע שווערע נסיונות? און בכלל קען מען דען פארגלייכן צוויי מענטשן ווען איעדער פארמאגט זיינע אייגענע מידות און נאטורן, וואס איז פאר איינעם גרינג איז ביים צווייטן שווער - ווי קען מען בכלל פארגלייכן צוויי מענטשן?!

דוד פרובירט אויפמאכן די גרעיפ-דזוס אבער ס'גייט נישט, ער פרובירט אהער און אהין אבער ניין ס'גייט נישט, בלית ברירה געבט ער עס פאר זיין טאטע ..טאטי קענסט עס ביטע אויפמאכן?! יא שעפעלע זיכער! דער טאטע נעמט די באטל אין די האנט אריין און געבט א גוטע דריי ס'שפירט זיך שוין כמעט אפען אבער ער האלט זיך צוריק פון אינגאנצן אויפמאכן נאר זאגט פאר זיין קליינע צדיק ..שעפעלע איך גלייב אז די קענסט יא פרוביר נאכאמאל, דער קינד געבט דעם לעצטן דריי ..טאטי דער באטל איז אפען, כ'האב דיר געזאגט די קענסט!

טייערע ברידער ס'ליינט זיך מיט א שמייכל אבער אט די זעלבע האבן אונזערע אבות כסדר פאר אונז געטוען – זיי האבן געגעבן דער שווערן דריי און דערמיט געטוען פארגרינגערן אונזערע שוועריגקייטן, יא אמת אז דער איד דארף נאך געבן דער לעצטן דריי אבער וויסן דארפן מיר אז אונזערע עלטערן האבן עס שוין פאר אונז פארגרינגערט. יוסף הצדיק האט געלעבט און געאטעמט דעם את אחי אנכי מבקש, ער האט כסדר געזוכט און פארזארגט זיינע ברידער, און נישט נאר די ברידער פון זיין אייגן משפחה נאר פון גאנץ משפחת עם ישראל, דעם דור וואס ער האט אין איר געלעבט און אויך די שפעטערדיגע דורות, ער האט פארזארגט די אלע שוועריגקייטן וואס ווארט אפ פאר עם ישראל אין די צוקומפטיגע גלותן, און דערפאר טרעפן מיר אז ווען ער איז תעה בשדה - ווען ער בלאנזשעט ארום ליגט דארט מרומז אלע שפעטערדיגע גלותן ווייל דאס איז געווען יוסף הצדיק ער האט מיט געוואנדערט און מיט געבלאנדזשעט מיט די שפעטערדיגע דורות און דערמיט האט ער אריין געגעבן די כוחות פאר די אידישע קינדער וואס וועלן דארפן אריבער גיין שוועריגקייטן אז זיי זאלן בעזר ה' מצליח זיין און האבן די כוחות איבערצוטראגן די שרעקליכע נסיונות וואס ווארט זיי אפ...

און אט די זעלבע האט זיך אפגעשפילט אין די שטוב פון פוטיפר, יוסף איז אריבער דאס שווערסטע וואס א קינד קען נאר פארטראגן זייענדיג פארלוירן אין א פרעמד נידריג לאנד ווערנדיג פארקויפט אדורך זיינע אייגענע ברידער וכו' אבער יוסף האלט זיך פעלזן פעסט און דערמיט האט ער נישט נאר געקעמפט פאר זיך - פאר זיין אייגענע קדושה נאר ער האט משפיע געווען כוחות פאר אלע שפעטערדיגע דורות איבערצוקומען די אלע שווערע שרעקליכע נסיונות וואס וועט נאר אמאל זיין, דאס איז וואס די פסוק איז אונז ברמז וְיוֹסֵף הוּרַד מִצְרָיְמָה יוסף איז גענידערט געווארן קיין מצרים, אמת אז די ברידער האבן אים פארקויפט אבער ער האט געהאט אין זיך אויך א חלק וואס האט פארשטאנען אז ער דארף דארט אהין גיין און דערמיט אויסגעטרעטן די וועג פאר אלע אידישע קינדער איבער די וועלט אז ווען א שווערע נסיון וועט אויף זיי קומען א מצרים'דיגע נסיון - א נסיון וואס האט שייכת מיט ערוות הארץ זאלן זיי האבן די כוחות דאס איבערצוטראגן.

דערמיט איז שוין גאר געשמאק פשט אין חז"ל יוסף מחייב את הרשעים וואס בפשטות מיינט עס אז מען וועט ווייזן פארן פארזינדיגטער קוק יוסף האט געקענט וואלסטו אויך געדארפט... אבער לפי וואס מיר שמועסן איז פשט גאנץ אנדערש ..יוסף איז מחייב ווייל ער האט אריין געפלאנצן כוחות, ער האט משפיע געווען שטארקייט צו קענען איבערטראגן דאס שווערסטע און ממילא ווען דער רשע וועט זאגן אז כ'האב נישט געקענט וועט מען אים זאגן פארוואס נישט יוסף האט דאך שוין אריין געגעבן די כוחות אין די בריאה אז איעדע איד וואס וויל און פרובירט וועט בעזר ה' קענען און דערפאר האלט מען אים פאָר פארוואס האסטו נישט געניצט יוסף הצדיק'ס כוחות?! ווען מיר דערהערן דעם פשט ליגט דאך אין די שורות פון חז"ל א געוואלדיגע חיזוק און התעוררות אז יא אמת עס זענען פארהאן שוועריגקייטן און נסיונות אבער מיר האבן כוחות און נישט נאר אונזער אייגענע כוחות - נאר צו אונזער האנט שטייען די כוחות וואס אונזערע עלטערן האבן איינגעפלאנצן אין די בריאה און ממילא לאמיר זיין שטארק אז אפילו ווען מען שפירט ..כ'קען נישט ס'גייט נישט, יא אמת אז איך 'דער מענטש אליין' קען נישט - אבער צוזאמען מיט יוסף הצדיק קענען מיר יא!

נאך א געוואלדיגע יסוד דארפן מיר ארויסנעמען פון דעם חז"ל אז ווען א איד קעמפט איז עס נישט נאר זיין אייגן קאמף און נסיון - איעדע איד'ס שוועריגקייט איז א כלליות'דיגע מלחמה וואס ווען ער איז מצליח עס איבערצוקומען טוט ער משפיע זיין כוחות פאר גאנץ כלל ישראל און פאר אלע שפעטערדיגע דורות איבערצוקומען זייערע שוועריגקייטן, ס'איז נישט זיין אייגן פריוואטע קאמף מיר זענען אלע אין איין גרויסע מלחמה, יוסף הצדיק איז געווען דער הויפט גענעראל אין דעם קאמף אבער מיר טייערע ברידער זענען אלע ווייטער סאלדאטן אין דעם זעלבן מלחמה אונזער געווינס איז א געווינס פאר עם ישראל... דאס דארף אונז געבן א געוואלדיגע הרגשה פון חיזוק מיר זענען נישט אליין אינעם קאמף, און צו די זעלבע צייט א געוואלדיגע הרגשה פון אחריות אז יא דער קליינע נסיון ווען איך בין מצליח עס איבערצוקומען געב איך כוחות פאר א איד אין די אנדערע זייט וועלט, אדער פאר א געוויסע נשמה וואס וועט לעבן עטליכע הונדערט יאר פון יעצט, און דאס זאגט אונז די תוה"ק אין אונזער פרשה יוסף בלאנדזשעט ארום איז עס נישט זיין אייגענע בלאנדזשעריי נאר אלע שפעטערדיגע גלותן ליגן דארט מרומז און ווען ער קעמפט בבית פוטיפר איז ער משפיע כוחות פאר אלע דורות איבערצוקומען דאס שווערסטע און דערפאר איז יוסף מחייב את הרשעים!

דערמיט דערהערט זיך הערליך שיין פארוואס אנהייב פרשה ביי דעם 'תעה בשדה' ווערט נאר דערמאנט די דריי גלותן און נישט גלות יון, ווייל די דריי גלותן זענען געווען א גלות אויפן גוף - עם ישראל איז אריבער שווערע פיזישע צרות און דערפאר איז עס מרומז טאקע דארט ווי יוסף גייט אריבער פיזישע שוועריגקייטן, ער בלאנזשעט ארום און דערנאך ווערט ער פארקויפט מיט בזיונות וכו' וואס דאס איז אלעס שווערע נסיונות אויפן גוף - אויף די פיזישע חלק פונעם מענטש, אנדערש איז אבער "גלות יון", וואס ווי באקאנט איז גלות יון געווען א גלות וואס איז געווען אויפן גייסטישע חלק פון עם ישראל, די רשעים האבן געוואלט אויסרייסן דעם ערליכן אידישע אויסגעטרעטן וועג און עס ערזעצן מיטן גריכישע אידילאגיא, ס'האט זיי נישט געבאדערט אז דער איד זאל וואוינען רואיג און שיין נהנה זיין פון אלע סארט באקוועמליכקייטן ..זאל דער איד האבן אלעס אויף די וועלט נאר די תוה"ק דאס נישט - איין ציל האבן זיי געהאט און דאס איז געווען ווי חז"ל זאגן אונז כתבו על קרן השור שאין לכם חלק באלוקי ישראל ה"י... און דאס ווערט טאקע נישט מרומז אין אונזער פרשה נאר ס'שטייט קלאר ארויס!

די גאנצע חלק פרשה ווי די תוה"ק פארציילט אונז מיט אלע פרטים ווי יוסף הצדיק איז געווען דער איש מצליח ער האט אלעס געהאט דאס פיזישע חלק פון לעבן איז אים געגאנגען מיט די גרעסטע סוקסעס איז אבער געקומען אויף אים דעם שווערן גלות יון – ער איז געווארן ארום גענומען מיט די שווערסטע נסיונות בעניני קדושה וטהרה צו האלטן דער מח קלאר לה' ולתורתו איז געווארן א שווערע טעגליכע קאמף און אט שטייט יוסף און קעמפט העלדיש און דערמיט טרעט ער אויס די וועג פאר אונז זיינע טייערע קינדערלעך צו קענען איבערטראגן דעם שווערן גלות יון, אז ווען מיר וועלן זיך טרעפן אין אזא סארט מצב פון חשכות וואס דער מענטש ווייסט נישט קלאר וואס איז ריכטיג און וואס נישט, ס'הערשט ביי אים א טינקלקייט א צומישעניש, בקיצור ער גייט אריבער א גלות יון ווי חז"ל זאגן אונז 'חשך זו יון', האט יוסף הצדיק אונז געגעבן די כוחות אז מיר זאלן בעזר ה' קענען איבערקומען אונזערע שוועריגקייטן און זיך דערפון ארויסזעהן... אז דער איד זאל זיך קענען באלייכטן די אויגן מיט די תוה"ק און זיך אויסקלארן דעם מח אז ה' הוא אלוקים ואין עוד מלבדו!

טייערע ברידער שטייענדיג ערב די גרויסע חנוכה טעג הבעל"ט טעג וואס עם ישראל האט באזיגט די יוונים, דארפן מיר וויסן אמת אז דעמאלטס האבן מיר מנצח געווען אבער דער קאמף גייט נאך אָן, לעבנדיג אין א צייט וואס ב"ה ביי דער פיזישע חלק איז די מצב גאנץ רואיג דער איד קען וואוינען גיין קומען און שפאצירן, איז אבער דער גייסטישער חלק כסדר אין א געפאר, דער יצר פרובירט מיט אלע זיינע כוחות אוועקצונעמען דעם איד'ס מח - דעם איד'ס ריינעם הארץ און עס ערזעצן מיט דעם גריכישע אידילאגיא, ער מאכט אים פאריאגט און פארפלאגט, ער מאכט זיכער אז דער איד זאל נישט האבן קיין רגע זיך מתבונן צו זיין, כמעט וואס ער ווייסט נישט צו ער גייט צו ער שטייט און אזוי ארום ברענגט ער אין אים אריין א געוויסע קאלטקייט און דאס גייט ווייטער דער מענטש ווערט צוביסלעך צומישט וד"ל... יעצט אין די הייליגע לעכטיגע טעג איז די צייט, יעצט דארפן מיר זיך אויפהייבן דעם קאפ און זאגן אה ס'איז חנוכה אויף די וועלט ס'איז טעג וואס מען טוט אנצינדן דעם הייליגן פלאם און דערמיט טוט מען זיך אנווארעמען די נשמה און אויסקלארן דעם מח, נישט נאר די אייגענע מוחות נאר נר איש וביתו מען דארף באלייכטן דעם שטוב און דער גאנצע ארום מיט א ליכטיגקייט וואס ברענגט אריין א פלאקערדיגע אמונה און בטחון, געדענקן אז מיר זענען אלע כהנים גדולים איעדע איד האט די מעגליכקייט אנצוצינדן דעם מנורה אין זיין אייגן בית המקדש!

מיר דארפן געדענקן אז ווען מיר קעמפן ווען מיר שטעלן א ווידערשטאנד אקעגן דעם גריכישע אידילאגיא טוען מיר עס נישט נאר פאר זיך און פאר די אייגענע שטוב, מיר טוען עס פאר עם ישראל, ווען מיר צינדן אָן אונזער פלאם טוען מיר ליכטיג מאכן פאר אלע אידישע קינדער עד סוף כל הדורות... און צו דער זעלבע צייט דארף מען געדענקן אז מיר טוען עס נישט אליין נאר צו אונזער האנט שטייען אונזערע געטרייע אבות וואס האבן פאר אונז געטוען אויסטרעטן דעם וועג און מיר זענען ממשיך און געבן כוחות פאר זיך פאר די משפחה און פאר די וועלט, חנוכה זאגט אונז אז מען דארף נאר אנצינדן איין קליינע לעכטל און דאס קען ברענען פאר אכט טעג, מיר דארפן אנצינדן אונזער אייגענע פלאם דער פייער וואס ברענט אין איעדע אידיש הארץ און בעזר ה' וועט עס ברענען אויף אייביג, און ווי באקאנט פייער בלייבט נישט שטיין, ס'שטעלט זיך נישט אפ – דער פלאם אונזערע וועט זיך בעזהשי"ת נישט אפשטעלן נאר זיך פארשפרייטן און פארשפרייטן ביז די וועלט וועט באלאכטן ווערן מיט דעם מלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים בביאת מלך המשיח בב"א.

לסיכום געדענק:

• זיי שטארק אפילו ווען ס'שפירט זיך אז ס'גייט נישט, געדענק אז אונזערע הייליגע אבות שטייען צום האנט.
• איעדע נסיון איז נישט נאר דיין אייגן, געדענק די קעמספט פאר עם ישראל, געבסט כוחות פאר די וועלט.
• לאמיר אנצינדן דעם הייליגן פלאם און באלייכטן די וועלט מיטן גרויסן ליכטיגקייט ומלאה הארץ דעה את ה'!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

שליחה דורך א שעפעלע »

פארשפארט