קען מען ארויסהאבן א ניק דורך זיין ניק נאמען
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
Re: קען מען ארוסהאבן א ניק דורך זיין ניק נאמען
יאך האלט פין אחדות זייער.....
אזוי לאנג ווי יעדער קומט צו מיר.
ווי דער מאמר החכם, וואס דארף מען זיך קריגען, זאל זיין ווי איך זאג (מהר"א טייטעלבוים)
Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

- DotCom
- ידיד ותיק
- הודעות: 631
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
- געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
- האט שוין געלייקט: 299 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 573 מאל
זר זהב האט געשריבן:א גוטע פראגע, איך האב גראדע פונקט געטראכט דערפון לעצטענס. און מיין שיטה איז אז א ניק ווייזט גאר פונקט דאס פארקערטע מהות/כאראקטער/פערסאנאליטעט פון ווער עס באהאלט זיך דערונטער!
.
איט'ס די שאק אף מיי לייף, יעצט פאנג איך אן צו טראכטן אז נולד מאוחר איז גאר א זיבעלע, שמואל הלוי איז אפשר א כהן, און הדד בן בדד איז באמת בדד בן הדד און גארנישט דער הדד בן בדד וואס ער לייגט זיך אזוי אראפ, ווער ווייסט? און וואס איז מיט 'קלוג און אינג'? אידאס שיין צו זאגן אזוינס אויף א חבר נאמן? האסט פארגעסן אז פערזענליכע אטאקעס איז קעגן תקנות הפארום?
אגב איז מיר בייגעפאלן א שטיקעלע מרפסין איגרי קשיא אויף דיינע ווערטער, ווייל אויב איינער וועט זיך למשל א נאמען געבן 'בעל גאוה', מיינט דאך דאס אז ער האלט זיך פאר עניו, נו ווי איז דען שייך א גרעסערע גאות פון דעם אז איינער האלט זיך פאר אן עניו?
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
דבילה האט געשריבן:אוי זרח'ל און זר, עטס האטס אנגעדרייט מיין נייגער... וואס ווייזט "דבילה"?
דבילה האט דאך נישט קיין פשט. דו ביזט לכאורה א גאר גאר היימישער אינגערמאן, דו ווילסט פרעזענטירן א ליבעראלער'ן דרך פון וויאזוי ביזט אויפגעצויגן געווארן, מילא רופסטע דיך עפעס ענליך צו "נבילה".
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 309
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 4:33 pm
- האט שוין געלייקט: 96 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל
געפילטע פיש האט געשריבן:געפילטע פיש, אויף וואס ווייזט דאס?
(נא, ביי מיר אינדערהיים האט מען גערעדט וואס?)
איך בין געווען אין א"י אויף א חתנה, האב איך געכאפט א שמיס מיט מיין שכן וואס איז געזעסען לעבין מיר, אויף אידיש, אין מיטן שמוס האב איך געזאגט "געפילטע פיש" ריפט זיך אהן זיין אינגעלע אויף עיברית, "הוא מדבר עברית
איך בין נישט אזוי אלט ווי איך זע אויס
- דבילה
- ידיד ותיק
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
- האט שוין געלייקט: 1091 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל
זר זהב האט געשריבן:דבילה האט געשריבן:אוי זרח'ל און זר, עטס האטס אנגעדרייט מיין נייגער... וואס ווייזט "דבילה"?
דבילה האט דאך נישט קיין פשט. דו ביזט לכאורה א גאר גאר היימישער אינגערמאן, דו ווילסט פרעזענטירן א ליבעראלער'ן דרך פון וויאזוי ביזט אויפגעצויגן געווארן, מילא רופסטע דיך עפעס ענליך צו "נבילה".
נעה. ענליך צו נבילה? ח"ו... אויב עפעס איז ענליך צו א דעוויל כאילו א טייוול! אשפג. און "דבילה" אליין האט נישט קיין פשט? 'כהאדעך פארדעם געשטעלט אן אוועטאר צוצוהעלפן מיט די פירוש המילות...
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
זר זהב האט געשריבן:דבילה האט געשריבן:אוי זרח'ל און זר, עטס האטס אנגעדרייט מיין נייגער... וואס ווייזט "דבילה"?
דבילה האט דאך נישט קיין פשט. דו ביזט לכאורה א גאר גאר היימישער אינגערמאן, דו ווילסט פרעזענטירן א ליבעראלער'ן דרך פון וויאזוי ביזט אויפגעצויגן געווארן, מילא רופסטע דיך עפעס ענליך צו "נבילה".
דאס זענען אבזערוואציעס נאכן לייענען זיינע תגובות, אבער פון זיין ניק קען מען דאס נישט זען.
zurich האט געשריבן:איך קיק עס אן אז דו ביסט א פלעינער אינגערמאן,א מסתפק במועט,נישט קיין עטענשיען סיקער,נישט קיין ראסער,פלעין פשוט
בין איך גערעכט??
נאכאמאל, דא רעדט מען פון וואס מ'קען זען פון די ניק, נישט וואס די פיקטשערסט זיך נאכן לייענען מיינע תגובות. און בד"וו, איך בין יא א רייסער, איך האב א באקעל פאסיק.
בן תמליון האט געשריבן:בן תמליון ווייזט אויף עפעס? איך טראכט פשוט פאר מיר אליין.
תוס' זאגט דאך, "אותו הוא הוא שקורין למטוך בלע"ז וכמו תינוק קטן הוא ורגיל בין הנשים להתלוצץ בהן"
- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
געפילטע פיש האט געשריבן:בן תמליון האט געשריבן:בן תמליון ווייזט אויף עפעס? איך טראכט פשוט פאר מיר אליין.
תוס' זאגט דאך, "אותו הוא הוא שקורין למטוך בלע"ז וכמו תינוק קטן הוא ורגיל בין הנשים להתלוצץ בהן"
אוי וויי איז מיר. וואז איז דאס טאקע דער למטוך? צו געפינט זיך נאך היינט אזא באשאפעניש אדער איז עס געווען אזא סארט דיינעזאר? ברויך מען אלטע פראנצויזישע דיקשיאנעריס צו דערגיין וואס איז דאס למטוך בלע"ז. (א נייער אשכול אפשר).
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
שרגא האט געשריבן:דולה ומשקה האט געשריבן:דולה ומשקה וואס ווייסט דאס אויף?
אז מען האט גערעדט ענגליש ביי ענק אינדערהיים אדער וואוינסטו אפשר אין מאנסי... ("וואס ווייסט דאס אויף?" קלינגט טראנסלירט פון ענגליש אזוי ווי "ווי קומסטו פון?").
ביי מיר אינדערהיים רעדט מען אידיש און נאר אידיש
איך וואוין בכלל נישט אין מאנסי
דער טעות פונעם ס' און ז' איז געקומען היות די צוויי קנעפלעך אויפן קי-בארד איז איינס לעבן דער צווייטס, כ'האב דאס גלייך באמערקט נאכען טייפען, אבער כ'האב מחליט געוועהן אזוי צולאזען.
א טעות הדפוס וועט נישט העלפען פשט וואס ליגט אונטער א ניק.
אגב, מיין רבי און חדר פלגט זאגען, אז ער דערקענט די פנימיות פון זיין כתה לויט וויאזוי זיי פארשטעלן זיך פורים...
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)

- zurich
- ידיד ותיק
- הודעות: 813
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
- האט שוין געלייקט: 532 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל
טעות!! מיין אנעליז איז נישט געקימען פון ליינען דיינע תגובות,פשוט פון דיין ניק קען מען עס זעהן.געפילטע פיש האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:דבילה האט געשריבן:אוי זרח'ל און זר, עטס האטס אנגעדרייט מיין נייגער... וואס ווייזט "דבילה"?
דבילה האט דאך נישט קיין פשט. דו ביזט לכאורה א גאר גאר היימישער אינגערמאן, דו ווילסט פרעזענטירן א ליבעראלער'ן דרך פון וויאזוי ביזט אויפגעצויגן געווארן, מילא רופסטע דיך עפעס ענליך צו "נבילה".
דאס זענען אבזערוואציעס נאכן לייענען זיינע תגובות, אבער פון זיין ניק קען מען דאס נישט זען.zurich האט געשריבן:איך קיק עס אן אז דו ביסט א פלעינער אינגערמאן,א מסתפק במועט,נישט קיין עטענשיען סיקער,נישט קיין ראסער,פלעין פשוט
בין איך גערעכט??
נאכאמאל, דא רעדט מען פון וואס מ'קען זען פון די ניק, נישט וואס די פיקטשערסט זיך נאכן לייענען מיינע תגובות. און בד"וו, איך בין יא א רייסער, איך האב א באקעל פאסיק.
"
יעצט פרעיג איך דיר בין איך גערעכט??
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
זר זהב האט געשריבן:דבילה האט געשריבן:אוי זרח'ל און זר, עטס האטס אנגעדרייט מיין נייגער... וואס ווייזט "דבילה"?
דבילה האט דאך נישט קיין פשט. דו ביזט לכאורה א גאר גאר היימישער אינגערמאן, דו ווילסט פרעזענטירן א ליבעראלער'ן דרך פון וויאזוי ביזט אויפגעצויגן געווארן, מילא רופסטע דיך עפעס ענליך צו "נבילה".
Maybe the object you are describing, but with a stuffed nose.
p.s.: I'm posting in English again. Not because I'm ch"v a "reformer" or a besserer mentsch. but something very unfortunate happened r"l. My phone line went dead and verizon is only going to fix it next Friday. Gam zi L'toyveh.
- שרגא
- היימישער באניצער
- הודעות: 548
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל
איך האלט אז רוב מאל קען מען פון דעם ניק נאמען גארנישט ארויסנעמען. איין שורה, אדער אפילו בלויז די שלום עליכם, וואס דער אנאנימער מענטש שרייבט, זאגט מער וועגן אים ווי זיין ניק.
נעם למשל "יאנקל" און "יידל", וואס קענסט נישט גיין צופיל פשוט'ער פון דעם, אבער למעשה נאכ'ן שרייבן צוויי שורות זעט מען אז עס ליגט עפעס זייער ספעציעל אונטער זיי. נאר נאכ'ן ליינען און וויסן עפעס וועגן דעם ניק, קענסטו שוין אמאל למפרע אריינלערנען פשט אדער פארשטיין זיין ניק. און למשל יאנקל און יידל קען זיין אז טאקע ווייל זיי האבן אזוי שטארק אינזין געהאט נישט צו נעמען קיין שום נאמען וואס זאגט בכלל עפעס, האבן זיי גענומען טאקע א פשוט'ע פארשפרייטע נאמען. אבער עגעין, קען זיין אז זיי האבן יא ביידע עפעס א רמז דערין, אדער אפשר א נאמען פון א פריערדיגן צי היינטיגן אונטער וועמען זיי באהאלטן זיך.
נאך א גוטע משל איז 'קארל', וואס ביים איינשרייבן וואלסטו אפשר אפילו געקענט אנקוקן ווי א בעיבי (א קארעלע) אבער נאך איין שורה זעט מען פון וועלכן קאליבער דא רעדט זיך (און יעצט נאכ'ן ליינען זיין חתימה ווייסט מען שוין אויך גוט נאך וועמען ער האט זיך א נאמען געגעבן.)
'יואליש' וואלסטו אויך געקענט טראכטן פינף וועגן, צי א הייסער אנהענגער אדער אפשר פונקט דאס פארקערטע, אבער נאכ'ן שרייבן איין שורה זעט מען אז זיין לאגיק איז אויף א הויכן שטאפל און ער פארדינט זיך ערליך דעם נאמען...
אוודאי איז דא אמאל ווען דער נאמען איז אזוינס וואס זאגט יא עפעס אינפארמאציע, ווי למשל 'נולד מאוחר', וואס איז מסתמא נישט קיין גרויסער תמים, קופערניקוס איז ווארשיינליך נישט קיין אומוויסנדער און גלייכט סייענס אדער היסטאריע, 'אברבנאל' איז מסתמא נישט קיין עם-הארץ, 'אך-שמח' איז זיכער נישט קיין אנגעזעצטער מרה-שחורה'ניק. 'פשוט-קאמפליצירט' דארף זיכער האבן אן אויסגעשארפטע חוש נאר פאר'ן געבן דעם נאמען, און די זעלבע זעט מען גלייך קריעטיוויטי ביי אזא ניק ווי "גוגל-הדור". אבער רוב ניקים קענסטו אריינטייטשן אסאך וועגן און אן קיין זייטיגע ווערטער קענסטו געווענליך גארנישט וויסן דערפון.
א 'געפילטע פיש' ניק קען אפשר אויך באלד ארויסגעבן אז ער האט הומאר, אדער וויל ארויסברענגען ריכטיגע חסידי'שקייט, אבער אפשר קען זיין אז ער האט דאס פשוט געשריבן נאך זיין זונטאג'דיגן נאכטמאל ווען ער האט דאס געגעסן. נאכ'ן שרייבן איין תגובה זעט מען אבער גלייך דעם פליסיגן פעדער.
ווידער זענען דא אזויפיל ניקים וואס שרייבן מורא'דיג אדער זענען מלא תוכן און עס וואלט זיך קיין רמז דערפון נישט אנגעזען אויפן עצם ניק-נאמען.
אסאך מאל קען עס דירעקט פאפן אדער בטעות פאפן, למשל ווי "ידען", וואס האט שפעטער דערקלערט אז ער האלט זיך נישט פאר איינס נאר שטרעבט דאס צו זיין (און דערמיט האט ער ארויסגעגעבן זיין עניו כאראקטער וואס איז אפשר פארקערט ווי דעם איינדרוק וואס אזא ניק קען געבן), אדער פראפעסאר שפירא, וואס איז טאקע א כלי מפואר אבער כ'מיין איז נישט דוקא מיט דעם פראפעסאר'ס סטייל מחשבה.
בקיצור, רוב מאל זאגט עס גארנישט ערנסט, נאר אפשר וועלכע גוסטע ער איז דעמאלט געווען אין יענע מינוט ביים מאכן דעם נאמען.
אה, און שרגא, פשוט דער נאמען פון מיין צוקונפטיגע שווער... אדער פון מיין יונגסטן אייניקל. אדער עפעס א טיפערע ראשי תיבות וואס איך ווארט מען זאל אויפכאפן.

(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
- שמואל הלוי
- חבר ותיק
- הודעות: 4393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
- געפינט זיך: צווישן דא און דארט
- האט שוין געלייקט: 624 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל