מקור ?אדנירם האט געשריבן:ניין. כ'ווייס פונקטליך וואס איך שרייב...
כ'האב שוין געשריבן אויבן אז דער קאליסקער איז געווען צוקריגט מיטן בעל התניא. וואס איז נישט אזוי באקאנט איז אז ער איז אויך געווען צוקריגט מיט רבי יעקב שמשון משפיטיווקא וואס האט אויך עולה געווען קיין ארץ ישראל.
מחלוקת צווישן אדמורי"ם.
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
Re: מחלוקת צווישן אדמורי"ם.
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
ירא שמים האט געשריבן:מקור ?אדנירם האט געשריבן:ניין. כ'ווייס פונקטליך וואס איך שרייב...
כ'האב שוין געשריבן אויבן אז דער קאליסקער איז געווען צוקריגט מיטן בעל התניא. וואס איז נישט אזוי באקאנט איז אז ער איז אויך געווען צוקריגט מיט רבי יעקב שמשון משפיטיווקא וואס האט אויך עולה געווען קיין ארץ ישראל.
ספר תולדות חבד בארץ הקודש פון ר' שלום דובר לוין מנהל ספריית 770
דאכציך מ'קען עס טרעפען אויף היברובוקס
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: מחלוקת צווישן אדמורי"ם.
אנטשולדיגט, דו ביסט פון די לבנה געקומען? דארט האט מען אנגעפיהרט די גאנצע מחלוקה. ווען נישט פאר זיין זוהן, וואלט מען היינט שוין געהאט שלום.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אנטשולדיגט, דו ביסט פון די לבנה געקומען? דארט האט מען אנגעפיהרט די גאנצע מחלוקה. ווען נישט פאר זיין זוהן, וואלט מען היינט שוין געהאט שלום.
ליטוואק פון בודאפעסט: בטיע זיי מפרש דיינע ווערטער מער באריכות. אונז, שוואכע מוחות קענען נישט תופס זיין דיינע בקיצור'דיגע, אבער שארפע...? ווערטער....
ווער איז פון די לבנה געקומען, בלשון בתמיה...וועמענ'ס זוהן, בעלזא רב אדער ר'יאנק'לע מ'פשעווארסק...?!
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: מחלוקת צווישן אדמורי"ם.
דער זוהן פון ר' יענקעלע, כידוע
נישט אז ער איז פון די לבנה געקומען, דאס איז פאר קפה נמס
נישט אז ער איז פון די לבנה געקומען, דאס איז פאר קפה נמס
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ציבעלע-קיגל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1120
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
- האט שוין געלייקט: 539 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל
אדנירם האט געשריבן:טאקע א מאדנע אשכול, אן קיין אנהייב און אן קיין סוף. אבער היות כ'האב צוויי דריי איבריגע מינוט האב איך געקלערט צו מאכן א רשימה פון מחלוקת צווישן אדמורי"ם, פון די תלמידי הבעש"ט עד ימינו אלה.
וזאת למודעי:
נישט יעדע מחלוקה האט אינוואלווד די רבי'ס אליין, אמאל איז עס געווען די חסידות'ן, די הויפן.
נישט יעדע מחלוקה איז געווען פשוטע מחלוקה'לעך, ס'געווען אסאך מאל איבער ערנסטע שיטות אין השקפה.
נישט יעדע מחלוקה האט אינוואלווד די חסידים, ס'געווען אמאל וואס נאר די רבי'ס האבן געהאט א דו"ד צווישן זיך.
נישט יעדע מחלוקה איז באוואוסט, און נישט יעדע מחלוקה איז אנגעגאנגען א לענגערע צייט.
כ'ברענג אראפ פשוט כפי זכרוני, און ב"ה הרבה קריתי ושניתי און ס'וועלן זיכער זיין חידושים ביי רוב חברים:
א. צווישן רבי מיכלע זלאטשובער און ר"ב פנחס'ל קאריצער. [עפעס איז אויך געווען צווישן דער זלאטשובער און דער מעזריטשער מגיד].
ב. צווישן רבי ברוך'ל מעזיבוזער און דער קדושת לוי פון בארדיטשוב.
ג. צווישן די ברידער, רבי אהרן טשערנאבילער און רבי דוד'ל טאלנער.
ד. צווישן דער בעל התניא און רבי אברהם קאליסקער.
ה. צווישן דער מיטלער רבי פון ליובאוויטש, ר' דובער, און רבי אהרן מסטראשעלע.
ו. צווישן דער שפאלער זיידע און רבי נחמן מברסלב.
ז. צווישן רבי משה'לע סאווראנער מיט רבי נחמן מברסלב.
ח. צווישן דער טשענאבילער גזע מיט רבי נתן מברסלב.
ט. צווישן מהר"ש מליובאוויטש מיט דער קאפוסטער.
י. צווישן רבי יהושע'לע בעלזער מיט זיין ברודער רבי אלעזר.
יא. צווישן רבי מענדעלע קאסובער מיט דער אוהב ישראל פון אפטע.
יב. צווישן רבי יצחק ראדווילער מיט רבי מענדעלע קאסובער.
יג. צווישן רבי משה'לע קאסובער מיט חצר וויזניץ - צמח צדק.
יד. צווישן דער אמרי ברוך מוויזניץ און סיגוט.
טו. צווישן דער עצי חיים מסיגוט און וויזניץ - אהבת ישראל.
טז. צווישן די ברידער, רבי ישכר דוב מבעלזא און רבי שלום מסקאהל.
יז. צווישן רבי מענדעלע קאצקער און דער איזביצער.
יח. צווישן רבי נפתלי ראפשיצער און דער יוד הקדוש.
יט. צווישן רבי ישכר דוב מבעלזא און דער מנחת אלעזר ממונקאטש.
כ. צווישן דער מנחת אלעזר ממונקאטש און דער ספינקער.
כא. צווישן דער מנחת אלעזר ממונקאטש און דער אמרי אמת מגור.
כב. צווישן דער מנחת אלעזר ממונקאטש און סאטמארער רב.
כג. צווישן סאטמארער רב און דער חקל יצחק מספינקא.
כד. צווישן סאטמארער רב און רבי בערצי פון סאטמאר.
כה. צווישן סאטמארער רב און קלויזנבורגער רב.
כו. צווישן רבי שלמה לייב מלענטשנא און דער ר"ר בונם מפרשיסכא.
כז. צווישן רבי ירחמיאל מפרשיסכא און דער ר"ר בונם מפרשיסכא.
כח. צווישן רבי יודא לייב מזאקילקוב און דער יוד הקדוש מפרשיסכא.
כט. צווישן רבי שמעון דייטש מזעליכאוו און דער יוד הקדוש מפרשיסכא.
ל. צווישן דער חוזה מלובלין ותלמידו דער יוד הקדוש מפרשיסכא.
לא. צווישן דער ר"ר אלימלך מליזענסק ותלמידו דער חוזה מלובלין.
לב. צווישן חצר גור און חצר אלכסנדר.
לג. צווישן דער קדושת ציון מבאבוב וחצר בעלזא.
לד. צווישן דער קדושת ציון מבאבוב ונכדי צאנזער רב.
לה. צווישן די ברידער, דער שינאווער רב און רבי אהרן דער קרייזער רב.
לו. צווישן דער צאנזער רב און רבי מאיר'ל דזשיקובער.
לז. צווישן דער צאנזער רב און די רוזשינער'ס קינדער.
לח. צווישן רבי שמואל שינאווער און [שכחתי. אולי שינאווער רב.].
לט. צווישן סאטמארער רב און חצר סיגוט - אינדערהיים.
מ. צווישן חצרות האחים, דער בית אברהם און רבי ישכר לייב [?] מסלאנים.
מא. צווישן דער נתיבות שלום מסלונים, און דער שווארצער סלאנימער שליט"א.
מב. צווישן דער ברך משה און דער וויזניצער רבי פון מאנסי.
מג. צווישן דער בעלזער רבי שליט"א און חצר סאטמאר.
מד. צווישן די ברידער, רבי אברהם ואחיו לבית סטרעטין.
מה. צווישן קלויזנבורגער רב וחצר באבוב.
מו. צווישן די ברידער, רבי משה'לע ורבי מאטעלע מוויזניץ.
מז. כמדומה, צווישן דער מעזריטשער מגיד און דער תולדות יעקב יוסף.
מח. צווישן רבי יהושע'לע מטומשוב און רבי מענדעלע קאצקער.
מט. צווישן רבי ישראל מפילוב און זיין זון רבי יצחק זעליג מסאקאלאוו.
נ. צווישן דער צבי לצדיק מבלאזוב און זיין זון רבי יהושע מריבאטיטש.
נא. צווישן רבי מרדכי יוסף מראדזין און רבי ישראל מפילוב.
נב. צווישן דער סבא קדישא מראדאשיץ און חצר קאצק.
נג. צווישן רבי מאיר'ל אפטער און חצר פרשיסכא.
נד. צווישן רבי ברוך'ל גארליצער און רבי משה'לע ראזוואדאווער.
נה. צווישן סאטמארער רב און זיין איידעם דער סאסובער רבי.
נו. צווישן דער מהרש"ב מליובאוויטש און דער מלאך פון אמעריקע.
נז. צווישן רבי מנחם מענדל מליובאוויטש מיט חצר סאטמאר.
נח. צווישן צאנזער רב און זיין זון דער שינאווער רב.
נט. צווישן ביאלע לוגאנו רבי שליט"א ואחיו רבי דוד מביאלא ב"ב.
ס. צווישן רבי משה מרדכי מלעלוב און היינטיגער סטאלינער רבי.
סא. צווישן רבי אייזיקל קאמארנער און רבי אייזיקל זידיטשויבער.
סב. צווישן די ברידער, רבי שמעון ורבי אלטר [ורבי אברהם] לעלובער.
סג. צווישן רבי ברוכ'ל מעזיבוזער און דער בעל התניא.
סד. צווישן רבי ברוכ'ל מעזיבוזער און רבי נחמן מברסלב.
סה. צווישן רבי ברוך פנחס מסקאליע און ...
ס'איז טאקע איין גרויסע לאקשן-קוגל, אבער פארט א דבר הראוי לציון. און אגב, ס'האט גענומען סאך לענגער ווי צוויי דריי מינוט צאמצושטעלן...
דו קאנסט נישט צוגלייכען די אמאהליגע צדיקים צו די היינטיגע שקצים וועלעגע פגר'ן פאר אביסעל געלט און כבוד. היינטיגע צייט'ן איז נישט דא קיין איינער וועלעכע מיינט עס לשם שמים...
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...
דער אמת שטעכט!
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...
דער אמת שטעכט!
- ארי נוהם
- שריפטשטעלער
- הודעות: 478
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
- האט שוין געלייקט: 1139 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל
א קלויזנבורגער חשוב'ער חסיד ושמו ר' יואל נחום מאשינסקי האט דערציילט, אז בימי בחרותו אין ישיבה אין יוניאן סיטי האט דער קלויזנבורגער אמאל געהערט ווי די בחורים רעדן קעגן דעם סאטמארען רבי'ן. דער קלויזנבורגער האט עס זייער נישט געגליכן און האט זיי אנגעווארנט נישט צו רעדן אויפן פעטער.
דערנאך האט ער זיך מסביר געווען, פארוואס ער זעלבסט האט יא אפטמאל בארעדט זיין פעטער, אפילו ברבים, און דא לאזט ער זיי נישט רעדן, ואמר "אז מהאקט, האקט מען צוריק", אבער סתם אזוי - לאזט ער נישט חוזק מאכן וכו'.
דערנאך האט ער זיך מסביר געווען, פארוואס ער זעלבסט האט יא אפטמאל בארעדט זיין פעטער, אפילו ברבים, און דא לאזט ער זיי נישט רעדן, ואמר "אז מהאקט, האקט מען צוריק", אבער סתם אזוי - לאזט ער נישט חוזק מאכן וכו'.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
- ארי נוהם
- שריפטשטעלער
- הודעות: 478
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
- האט שוין געלייקט: 1139 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל
גראדע יא, עס איז שוין אפילו אמאל געברענגט געווארן אויף ק"ש דורך [tag]ריכטיג[/tag]: viewtopic.php?p=287953#p287953
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)